'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
די געזונטסטע זאך פאר אלע טייפס צוגלייך איז, צו וויסן אז די נאטורן וואס דער אויבערשטער האט אין מיר אריין געלייגט, דאס איז וואס איך דארף האבן, איך בין קאנפידענט מיט מיין מציאות וואס איך בין, און איך פרוביר נישט צו זיין עפעס וואס איך בין נישט,
דאס איז דער ערשטע יסוד צו גיין אויפן וועג צו ווערן געזונט,
דאס וואס די מהלך פון אניגראם לויפט אז יעדע טייפ כדי צו ווערן געזונט דארף ער גיין צו א אנדערע טייפ, און ס'איז דא אסאך וואס מיינען אז מען דארף ווערן יענע טייפ,
דאס איז א פארדריסליכע טעות ווייל נישט נאר וואס די דארפסט נישט ווערן אן אנדערע טייפ נאר דו דארפסט אפי' נישט נאכמאכן יענע טייפ, דו טארסט נישט נאכמאכן א צווייטע טייפ, און דו קענסט נישט נאכמאכן א צווייטע טייפ, און אויב יא איז עס גענומען א פארקערטע עקזיט פון וואו דו ווילסט באמת אנקומען,
נאר וואס דען? די נקודה איז, אז מען דארף ארויס נעמען א געוויסע נקודה פון יענער טייפ צו וואס מען דארף גיין, און עס פראקטיצירן לויט זיין "אייגענע" נאטור, בבחינת "לייג ארויס דיין קאפ און קוק ארויס פון פענסטער און נעם עס גלייך צוריק אריין",
לאמיר נעמען א משל, דער זעקסער, ווי יעדער ווייסט דארף דער זעקסער גיין צום ניינער, די באדייט דערפון איז, אז וויבאלד דער זעקסער האלט אין איין דאבל טשעקן זיין זיכערקייט צו ער איז יא זיכער צו נישט, ער מעסט זיין ווערד דורך וואס אנדערע האלטן, האלטן מענטשן פון מיר צו נישט, ער האט "סטרעס" "קאמפלעקס" צו ער איז גוט צו נישט, ער וועט וועלן אראפקלאפן אנדערע כדי זיך אויפצובויען,
איז כדי זיך צו באפרייען דערפון, דארף ער כאפן א בליק אויפן ניינער, וואס דער ניינער איז א טייפ וואס נעמט אלעס אהן אזוי ווי עס איז, סיי מענטשן, סיי מצבים, ער זוכט זיך נישט קיין קאמפליקאציעס,
דארף דער זעקסער סך הכל נעמען דעי מושג, "נישט דעי טייפ" און עס ניצן ביי זיך, ער זאל אננעמען זאכן אזוי ווי עס איז, און טאקע די ערשטע אויף זיך אליין, ער זאל זיך אליין אננעמען אזוי ווי ער איז, איך בין גוט אזוי ווי איך בין!, יענער האט געזאגט פארקערט ווי מיר ס'איז גארנישט יענער מעג האבן א מיינונג און עס נעמט גארנישט אוועק פון מיר,
דאס מיינט נישט אז דער זעקסער דארף זיך יעצט איינרעדן אז ער איז א איזי מענטש, ווייל עס איז פשוט נישט אמת, נאר פשט איז אז ווען עס קומט דיר אונטער עני סטרעסטפול מצב אדער קאמפלעקס, דו טראכסט אז דו ביסט גארנישט, גיי ארויס פון דיין באקס און נעם דעם ניינער מושג, און קוק "דיך/מצב" אהן מיט א פאזיטיווע שלוה'דיגע בליק.
און די זעלבע איז מיטן פירער, וואס ער דארף גיין צום איינזער, ער קען נישט ווערן קיין איינזער, און ער קען אים בכלל נישט נאכמאכן, נאר אזוי דער פירער דורך זיינע שווערע געפילן מחשבות און דורכגענג פון אזויפיל זוכן און זוכן און נישט טרעפן זיין ספעציעלע פלאץ אויף דער וועלט, קען ער דעסיידן אז, גענדיגט! גארנישט! אויך האב נישט קיין כח און זייט'ס מיר אלע געזונט,
דעמלטס דארף ער כאפן א בליק אויפן איינזער, וואס טוט אלעמאל וואס מען דארף, און עס ניצן פאר זיך, גיי אהן! דו האסט שווערע געפילן ס'איז נישט קיין סתירה! דיינע מעשים דארפן נישט אלאמאל לויפן דארט וואו די געפילן טראגן זיי! "ווייס אפצוטיילן צווישן אייגענע געפילן און וואס איז עכט!", און גיי אהן!
די זעלבע איז מיט אלע אנדערע טייפ'ס
"זיי נישט עפעס וואס דו ביסט נישט"!!.

הנשמה שבמוחי
וואס זאגט איר צו דעים געדאנק אז "אשת לוט" איז געווען א "זיבענער"
טראכט'ס אריין, א שטיק צייט צוריק איז געווען עטליכע האריקענ'ס, יעדער איינער איז געווען אנגעשפיצט צו זען וואס עס גייט דארט פאסירן, אפגערעדט צו ס'איז שרעקעדיג צו נישט, איז עס אינטערעסאנט, ניין? ביימער גייען פליען דעכער גייען זיך אויסרייסן הייוועיס גייען פארוואנדלט ווערן אין טייכן, ס'איז אינטערעסאנט, ניין? יעדער האט עס געוואלט מיטהאלטן,
כל שכן ווען ס'געשעהט אזא זאך וואס עס איז געשען אין סדום, א גאצע שטאט ווערט חרוב ביז'ן גרונט, מענטשן פליען! אלעס דרייט זיך איבער קאפויער! עס וואלט געווען גאר אינטערעסאנט צוצוקוקן,
אבער פון די אנדערע זייט האבן די מלאכים שטרענג אנגעזאגט פאר לויט מיט זיין משפחה, קוקט'ס נישט אהין! ווייל אויב יא וועט עטס אפשניידן פונקט ווי זיי,
איז א נארמאל'ער לאגיש'ער מענטש זוכט זיך נישט קיין צרות, אויב ווייסט ער וואס איז גוט פאר אים, היט ער זיך זיינע ביינער,
א זיבענער אבער, ווען ער מוז עקספיריענס'ן א געוויסע ענדזשוימענט איז נישטא קיין לאגיק, איך גיי יעצט גיין הוצקענען, איי וואס גייט מיין טאטע זאגן? וואס גייט מיין בעה"ב מארגן זאגן ווען איך גיי אנקומען שפעט אין ארבעט? וואס גייט מיין ווייב זאגן? ער פארלירט די אלע חשבונות, וואס הייסט! איך קען דעיס נישט פארפאסן, דו ווייסט וואס דארט גייט זיין?! דעיס איז עפעס וואס אויב איך קוק דעיס נישט יעצט וועל איך מער קיינמאל נישט זעהן מער אזא סארט געשעעניש, איך מוז דעיס זען! ס'אינטערעסירט מיך נישט גארנישט, לאמיך יעצט נישט טראכטן פון זאכן וואס גייען מיך אוועק נעמען מיין ענדשוימענט, יעצט ענדשוי איך מיך און פארטיג!,
די זעלבע זאך איז מיט "אשת לוט" זי האט געמוזט זען דעי אינטערעסאנטע שוי וואס שפילט זיך דא אפ אינטער איר רוקן, איי דו ווייסט וואס קען געשען טאמער דו קוקסט אהין? לאמיך יעצט אפ איך קען מיך נישט איינהאלטן,
ממילא האט זי געמוזט צאלן דעים פרייז.
נו וואס זאגט איר צו דעים?

לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 7:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנשמה שבמוחי
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
מח בקדקדו האט געשריבן:די געזונטסטע זאך פאר אלע טייפס צוגלייך איז, צו וויסן אז די נאטורן וואס דער אויבערשטער האט אין מיר אריין געלייגט, דאס איז וואס איך דארף האבן, איך בין קאנפידענט מיט מיין מציאות וואס איך בין, און איך פרוביר נישט צו זיין עפעס וואס איך בין נישט,
דאס איז דער ערשטע יסוד צו גיין אויפן וועג צו ווערן געזונט,
דאס וואס די מהלך פון אניגראם לויפט אז יעדע טייפ כדי צו ווערן געזונט דארף ער גיין צו א אנדערע טייפ, און ס'איז דא אסאך וואס מיינען אז מען דארף ווערן יענע טייפ,
דאס איז א פארדריסליכע טעות ווייל נישט נאר וואס די דארפסט נישט ווערן אן אנדערע טייפ נאר דו דארפסט אפי' נישט נאכמאכן יענע טייפ, דו טארסט נישט נאכמאכן א צווייטע טייפ, און דו קענסט נישט נאכמאכן א צווייטע טייפ, און אויב יא איז עס גענומען א פארקערטע עקזיט פון וואו דו ווילסט באמת אנקומען,
נאר וואס דען? די נקודה איז, אז מען דארף ארויס נעמען א געוויסע נקודה פון יענער טייפ צו וואס מען דארף גיין, און עס פראקטיצירן לויט זיין "אייגענע" נאטור, בבחינת "לייג ארויס דיין קאפ און קוק ארויס פון פענסטער און נעם עס גלייך צוריק אריין",
די זעלבע איז מיט אלע אנדערע טייפ'ס
"זיי נישט עפעס וואס דו ביסט נישט"!!.
מח, זייער גוט.
דער גאנצער רייבעניש ארום דעם זעקסער, איז נאר ווייל ער וויל ווייטער קענען שפירן א 'פאלשער' אומנאטורליכער זיכערער געפיל. אנדערש ווי דער געזונטער ניינער.
איך וויל סתם זאגן וועגן 'בטחון עצמי'. עס מפרש צו זיין אז ס'האט א דקות'דיגע חילוק אין געפיל. ווען ס'איז א פאלשע זיכערקייט און כוחי ועוצם ידי, און א עכטע נאטורליכע זיכערקייט. די זיכערקייט פון כוחי ועוצם ידי, דאס איז אז א מענטש וואונטש זיך אז ער וואלט געוואלט זיין גא-ט ב"ה אליין, און אלעמאל זיין הונדערט פראצענט זיכער. און די עכטע נאטורליכע זיכערקייט איז, אז מ'אנערקענט ווי גארנישט מ'איז, און ווי ווייט מ'קען גארנישט, וכו' וכו'. און ווי מ'קען זיך נישט 'אליין' פארזיכערן. און ווי ווייט מ'איז אנגעוויזן אויפן הייליגן באשעפער. און נאר ווען מ'אנערקענט ווי גארנישט מ'איז, און ווי ווייט מ'קען זיך נישט רירן אן באשעפער, ערשט דעמאלט העלפט דער אייבערשטער אז מ'זאל באקומען כוחות אנצוגיין. דאס איז די ריכטיגע בטחון.
ס'באוואוסט וואס ס'שטייט אין ספר נועם אלימלך פרשת בהר, אויף וכי תאמרו מה נאכל בשנה כו' וצוויתי את ברכתי לכם כו'.
ונראה שהשם יתברך ברוך הוא כשברא את העולם השפיע מטובו צינורות מושכים שפע לצרכי בני אדם, ודרך השפע שלא להפסיק כלל, וכו' ע"כ. טראכט איך אזוי, אז ווען א קינד ווערט געבוירן פארלאזט זיך עס אויפן מאמע. שטעל דיך פאר א קינד וועט נישט אוועקלאזן זיין מאמע'ן פונעם בעטעלע אויס מורא אז ער וועט נישט באקומען הילף ווען ער וועט עס דארפן. ער קען זיך דאך נישט רירן. אבער א קינד טוט עס נישט. ער פארלאזט זיך. (איך רעד פון א קליין ניי געבוירן) דוד המלך ע"ה זאגט אין תהלים כגמול עלי אמו, דאס איז די גרעסטע נאטורליכע דרגה פון 'בטחון', reliance. ער טראכט נישט "פון וואו" גייט קומען הילף, ער גייט מיט, מיטן בטחון.
אויב מיר וועלן געבן פארן קינד דעת (אז ער זאל וויסן דעם אמת כמו שהוא) און דאך זאל ער בלייבן מיט די זעלבע מידת הבטחון, מיט די זעלבע אויפפירונג פון 'כגמול עלי אמו', וואס וואלט ער געטראכט? ער וואלט געטראכט "איך פארלאז מיך אויפן אייבערשטן גענצליך"! אלעס וואס איך דארף גייט אנקומען, ווען איך גיי וועלן עפעס, ווען עפעס גייט מיך שטערן, גיי איך וויינען אז מ'זאל קומען זעהן וואס איך דארף, אבער אזוי בין איך בתכלית הבטחון.
יעצט, הערט זיך דען אויף די השפעה פארן קינד וויבאלד ער ווערט עלטער? וויבאלד ער "פארשטייט"? די זעלבע באשעפער איז ווייטער דא אים צוצושטעלן איבערצולעבן. נאר ער הערט זיך אויף צו פארלאזן, און ער הייבט אן וועלן שפירן א געוויסע זיכערקייט, און דערפאר נעמט ער זיך 'טון' פאר זיכערקייט, אזאך וואס א 'גמול עלי אמו' טוט נישט. אפילו א 'גמול עלי אמו' כדי איבערצולעבן דארף עס האבן פון וואו און מיט וואס, אבער דאך טוט עס גארנישט כדי צו קענען 'שפירן פארזיכערט'. ער פארלאזט זיך. ס'איז נישט אז א קינד שפירט פארזיכערט, נאר בעסער געזאגט, ער שפירט נישט אומפארזיכערט. ווייל ער איז אינעם אייבערשטנס הענט. ווייל ס'וויל נאכנישט האבן קיין 'זיכערקייט' וואס אן ערוואקסענער וויל האבן. ס'איז צופרידן זיך צו פארלאזן. סיי א קינד און סיי אן ערוואקסענער, ביידע דארפן פון וואו איבערצולעבן, נאר אן ערוואקסענער קען פארלירן דעם flow פון בטחון אמיתי, וואס דאס איז פאקטיש בטחון בה', (מ'דארף נאר אנערקענען אז דאס איז דער אייבערשטער), און ער הייבט וועלן שפירן פארזיכערט, אז זאכן וואס וועלן אים צושטעלן זיכערקייט זאלן זיין עוועליבל פאר אים בעת הצורך. (ווי ווייניגער געזונט, אלץ מער טרייבט ער איבער מיט'ן זיך פארזיכערן אז אלעס וועט זיין גרייט פאר זיין זיכערקייט)
לאמיר זאגן א ביישפיל, א קינד קען שיין זינגען, און ס'פארזיכערט זיך אז ס'קען. 'בעסער געזאגט ס'האט נישט קיין אומזיכערקייט אז ס'קען נישט'. און יעדער האט הנאה. קען מען דען זאגן אז דאס קינד האט 'בטחון עצמי'? ער איז עפעס א בעל גאווה? ס'פאלט אים פשוט נישט ביי צו מאכן זיכער אז ער קען טאקע. און אויב ער איז קלוג וועט ער אנערקענען אז אלעס קומט פון באשעפער און שוין. אנגיין און מהנה זיין. און אויב ער וועט פארלירן דעם זיכערקייט, און באקומען ספיקות אין זיין יכולת, דארף מען אויפבויען זיין 'בטחון עצמי'? מ'דארף אים אויפבויען אז א מענטש דארף זיך נישט שלאגן כדי צו 'פילן' זיכער. מ'איז זיכער, נישט ווייל מ'האט זיכער געמאכט. נישט ווייל מ'האט זיך געשלאגן דערויף, נאר ווייל מ'איז סייווי אין הקב"ה הענט.
איך טראכט אז מ'קען זאגן אז דאס ניי געבוירן קינד פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן. האט ער דען שכל צו משיג זיין אז הקב"ה האט אזוי געמאכט אז ער זאל איבערלעבן? אבער למעשה פארזיכערט ער זיך אין הקב"ה. ער איז אינעם אייבערשטנס הענט.
וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז ווען א מענטש זאל זיצן נעבן א ברויטל אויפן טיש, און שרייען צום אויבערשטן צו באקומען עסן, דאס מיינט אז ער האט נאכנישט אנערקענט, אז אט דער שטיקל ברויט איז טאקע פון הקב"ה צוגעשטעלט. דאס איז עס טאקע. דער שטיקל ברויטל איז ווי מ'זאגט דער אייבערשטער אליין כביכול. אבער ער אנערקענט עס נישט. ער זעהט עס אלץ א דבר נפרד פון הקב"ה. דארף מען ארבעטן צו אנערקענען אז אלע כוחות וואס געבט שטארקייט פארן מענטש קומט פון באשעפער. דאס האט דער אויבערשטער צוגעשטעלט אז מ'זאל עס נוצן.
אבער מ'קען נישט צוקומען צו דעם נאר דורכ'ן איינזעהן אין די אייגענע נישטיגקייט ביז מ'שפירט זיך אינגאנצן אנגעוואנדן אין באשעפער, און ערשט דעמאלט העלפט דער אייבערשטער אז מ'זאל קענען. אזא 'בטחון' אז מ'קען איז נישט בטחון אין 'זיך', ס'איז בטחון אינעם אייבערשטן.
ווען א מענטש האט דעם אויבנדערמאנטן בטחון עצמי, דעם self reliance, דעם בטחון אז ער האט אינערליכע כוחות אין זיך, און ער זוכט עס אין זיך, אין זיין אייגענעם קוואל, און נישט אינדרויסן פון אים. וואס מיינט דאס? אויב דער מענטש איז קלוג, אנערקענט ער אז דאס איז טאקע דער אייבערשטער אליין כביכול. טאקע אט דע כוחות. און דוקא ער איז אליין קען גארנישט, אבער ממש גארנישט. ער פארלאזט זיך דען אויף דעי אינערליכע כוחות? וואס איז עס דען? נאר ער אנערקענט אז דאס קומט פונעם אייבערשטן. ער אנערקענט אז טאקע אט די כוחות איז די כוחות פון באשעפער. און ער נוצט אט די כוחות.
ווען א מענטש זיצט און ער וויל זיך אויפשטעלן, מוז דאך זיין אין אים א בטחון אז זיין פיס וועט אים אונטערהאלטן. פארלאזט ער זיך אויף די פיס? וואס איז די פיס אנעם אייבערשטן? ער אנערקענט דעם אמת'ן איינציגן מציאות וואס געט שטארקייט און ער נוצט עס. א זעקסער ווען ער איז גאר געזונט פארלאזט זיך אויף זיך אלץ א דבר נפרד? ווער איז ער? נאר ער אנערקענט אז אין אים איז דא כוחות וואס קומט פון באשעפער און מ'קען עס נוצן.
אונטערשטע שורה, א זעקסער דארף נישט 'ארבעטן' צו האבן סעלף קאנפידענס. ווייל דאס איז ווייטער א פאלשער אייגנאויפגעבויטער זאך. וואס ס'איז נישט נאטורליך, און מ'דארף זיך שלאגן דערויף. און דאס איז פונקט אזוי אומגעזונט, און פארנוצט אומזינסטע ענערגיע. נאר א זעקסער דארף פאר אלעם ארבעטן פרייוויליג צו אויפגעבן זיין 'קריג' פאר אינדעפענדענסי און זיך אונטערגעבן, און אנערקענען אז אליין איז מען גארנישט מיט נישט, און ערשט דעמאלט וועט ער איינזעהן אז אלע כוחות וואס ער האט אין זיך, קומט פון הקב"ה רעדי צוגעשטעלט. און הקב"ה האט עס צוגעשטעלט אז מ'זאל עס נוצן צום גוטן, און נישט אויף זיך צו שלאגן מיט די מענטשהייט און נישט כדי צו ווייזן און זיך אליין ווייזן אז מ'איז אומפאהענגיג.
און אויך דארף א זעקסער ארבעטן (אדער יעדער מענטש אויף די חלק הזעקס) ווי מער צו אנערקענען אז ס'איז אומגעזונט זיך צו 'שלאגן' אויף אומאפהענגיגקייט. בקיצור ווי מער מ'געט אויף דעם קריג. אלץ מער ווערט די גאנצע אייגנאויפגעבויטער באלאן צעפלאצט. און מ'גייט אראפ פון די הויעכע שאקעלדיגע באקסעס. און ערשט דאן העלפט דער אייבערשטער אז מ'זעהט אז מ'איז פארזיכערט ב"ה, והשם יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 12:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

איך האב לעצטענס געליינט מרים אדהאנס בוך - צווייטע אויפלאגע- פאלגענד זענען עטליכע אינטרעסאנטע נקודות, לויט וויפיל געדולד איךהאב יעצט צי טייפן
- זי דריקט אויס חרטה אויף דעם וואס אין די ערשטע אויפלאגע האט זי אראפגעשטעלט כאילו טייל נומערן זענען בעסער ווי אנדערע, אצינד נאך יארן פון עקספעריענס זעט זי אז זי האט געגרייזט. ספעיציעל מיט די זעקסערס און דרייערס (...i apologize if i had given the that some types are "better" tan others)
-יעדער האט אלע פאזיטיווע און נעגאטיווע שטריכן פון אלע 9 נומערן און די עניאגראם, די נקודה פון עניאגראם איז צי אידענטיפיצירן וועלכע שטריכן דאמינירן, טייל מענטשען וועלן זיך באצייכענען ווי "זעקס זיבן פינעף" , "פיר דריי ניין" , "איין ניין צוויי" , אדער "צוויי דריי פיר"
- איך ברעך פון די שאלה צי טראמפ איז א זעקס אדער אכט, אבער מרים אדהאן געט א געוואלדיגע שליסל צי אפטיילן רעבעלירנ'דיגע זעקסערס פון אכטערס און די פריערדיגע שאלה איז א געגאסענע דוגמה: א זעקסער וועט היציג נאכזאגן אלע טאלקונג פוינטס וואס די פארטיי (אדער די אנטי פארטיי עסטאבלישמענט באוועגונג) זאגט, משא"כ דער אכטער וועט זאגן איגאנצן אייגענע געדאנקען.
-אויב זענט איר אויף א געזונטע לעוועל וועט אייך זיין שווערער צי אידענטיפיצירן אייער נומער, ווי מער געזונט און אויסגעארבעט מען איז אלץ מער ווערן די עניאגראם מחיצות אפגעשוואכט.

זקן מלא רחמים.
נשמה גאר גוט ארויסגעברענגט,
די גרעסטע קאנפידענץ וואס א מענטש קען האבן איז, ווען ער אנערקענט ווי שטארק ער פאר זיך קען גארנישט, יא! איך בין שוואך, איך האב נישט קיין אייגענע מיינונג, נו! דעיס איז דאך די גרעסטע מתנה אזוי קען איך דאך אנקוקן יעדע זאך מיט אסאך א גרעסערע ריינקייט, און ווען איך פארשטיי עפעס נישט אדער איך בין צומישט אדער פארלוירן איז מיין גרעסטע שטארקייט צו זאגן יא! איך בין מסופק! איך בין פארלוירן! און ס'איז בכלל נישט קיין חסרון,
"עס איז אסאך א גרעסערע קונץ צו מסכים זיין ביי זיך אז יא! איך האב די שוואכקייט פון ווערן נאכגעשלעפט נאכן ווינט און יא, דאס בין אוך איך גיי עס נישט פייטן ווי כאילו ס'איז נישט אזוי נאר איך גיי עס קוקן אין פנים אריין, (בבחינת איך גיי נישט נעמען מיין כח המקבל שבי און עס פארוואנדלען אין א משפיע משפיע צו זיין שטארקייט פאר מיר און פאר אנדערענאר איך גיי לאזן מיין כלי מקבל ליידיג טאקע מקבל צו זיין דעם מציאות כמות שהוא) דעיס איז סאך א גרעסערע קונץ און עס פארלאנגט זיך סאך מער שטארקייט ווי יא צו זיין שטארק און נישט נאכגעשלעפט ווערן נאכן ווינט".
מיין עיקר פוינט איז אבער געווען, אז מענטשן מיינען אסאך מאל אז מען דארף גיין צו א אנדערע טייפ ווייל אזוי זאגט די ביכל פון אדהאן, האב איך געוואלט מסביר זיין די ריכטיגע קאנצעפט וואס דאס מיינט גיין צו א געוויסע טייפ, אז מען דארף נאר ארויסנעמען איין געוויסע שטריך פון יענע טייפ און עס ניצן "לויט די אייגענע טייפ" ודו"ק.

לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 4:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנשמה שבמוחי
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב לעצטענס געליינט מרים אדהאנס בוך - צווייטע אויפלאגע- פאלגענד זענען עטליכע אינטרעסאנטע נקודות, לויט וויפיל געדולד איךהאב יעצט צי טייפן
- זי דריקט אויס חרטה אויף דעם וואס אין די ערשטע אויפלאגע האט זי אראפגעשטעלט כאילו טייל נומערן זענען בעסער ווי אנדערע, אצינד נאך יארן פון עקספעריענס זעט זי אז זי האט געגרייזט. ספעיציעל מיט די זעקסערס און דרייערס (...i apologize if i had given the that some types are "better" tan others).
איך האב הנאה צו הערן
-יעדער האט אלע פאזיטיווע און נעגאטיווע שטריכן פון אלע 9 נומערן און די עניאגראם, די נקודה פון עניאגראם איז צי אידענטיפיצירן וועלכע שטריכן דאמינירן, טייל מענטשען וועלן זיך באצייכענען ווי "זעקס זיבן פינעף" , "פיר דריי ניין" , "איין ניין צוויי" , אדער "צוויי דריי פיר"
- איך ברעך פון די שאלה צי טראמפ איז א זעקס אדער אכט, אבער מרים אדהאן געט א געוואלדיגע שליסל צי אפטיילן רעבעלירנ'דיגע זעקסערס פון אכטערס און די פריערדיגע שאלה איז א געגאסענע דוגמה: א זעקסער וועט היציג נאכזאגן אלע טאלקונג פוינטס וואס די פארטיי (אדער די אנטי פארטיי עסטאבלישמענט באוועגונג) זאגט, משא"כ דער אכטער וועט זאגן איגאנצן אייגענע געדאנקען..
אוודאי אזוי טראמפ איז א זעקסער אן קיין ספק ער האט נישט קיין אייגענע מיינונג ער ווערט באליידיגט ווען אנדערע האלטן נישט פון אים ואיכמ"ל.
-אויב זענט איר אויף א געזונטע לעוועל וועט אייך זיין שווערער צי אידענטיפיצירן אייער נומער, ווי מער געזונט און אויסגעארבעט מען איז אלץ מער ווערן די עניאגראם מחיצות אפגעשוואכט.
שטארקע נקודה, אמת. עס ווערט אבער נישט באמת אפגעשוואכט, נאר וויבאלד מען איז געזונט האט מען נישט די אלע שוואכע חלקים וואס מאכן דעם מענטש אריין געבאקסט אין זיין טייפ, ער קען אייביג טון וואס איז ריכטיג, אפי' מכח זיין טייפ וואלט ער עס נישט געטון.
הנשמה שבמוחי
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
- איך ברעך פון די שאלה צי טראמפ איז א זעקס אדער אכט, אבער מרים אדהאן געט א געוואלדיגע שליסל צי אפטיילן רעבעלירנ'דיגע זעקסערס פון אכטערס און די פריערדיגע שאלה איז א געגאסענע דוגמה: א זעקסער וועט היציג נאכזאגן אלע טאלקונג פוינטס וואס די פארטיי (אדער די אנטי פארטיי עסטאבלישמענט באוועגונג) זאגט, משא"כ דער אכטער וועט זאגן איגאנצן אייגענע געדאנקען.
א געזונטער זעקסער וועט אויך נאכבלאבלען וואס די פארטיי זאגט?
-אויב זענט איר אויף א געזונטע לעוועל וועט אייך זיין שווערער צי אידענטיפיצירן אייער נומער, ווי מער געזונט און אויסגעארבעט מען איז אלץ מער ווערן די עניאגראם מחיצות אפגעשוואכט.יעצט איז גאר פארשטענדליך פארוואס מען וועט כמעט קיינמאל נישט זען ווי מען רומט איינעם אויס אז ער איז דער און דער נאמבער, רוב מאל ווען מען זאגט איינעם ׳דו ביסט א זעקסער׳ איז עס געווענדליך אויף די נעגעטיוו זייט, פשוט ווייל מען דערקענט מער די נאמבער ווען יענער איז נישט געזונט.
האבעך א שטיקעלע פראגע וואס איינער האט מיר געפרעגט, א דרייער איז א שטיקעלע פאפער, ער וועט זיך פארשטעלן פאר עפעס וואס ער איז נישט כדי צו אנקומען צו זיין ציל, יעצט ווען דער דרייער לויפט צו צוויי, גיט ער זיך אויפירען ווי א ריכטיגער צווייער, ער וועט שווימען ווי א פיש אין וואסער ווען איינער איז אויך צרות, ווייל אזוי קען ער יענעם העלפן, איין מאל ער שפילט די געים פון צוויי, ווערט ער אטאמאטיש א צווייער, און אזוי גייט מיט אלע נאמבער׳ס, לויט די מהלך זע איך נישט אזא נאמבער ווי דריי, ווייל אייביג גייט ער ענדיגן ערגעץ אנדערש.
איז דאס אמת?
אפשר פעלט מיר עפעס וואס איך דארף בעסער פארשטיין פונעם דרייער?
קליינטשיגער האט געשריבן:האבעך א שטיקעלע פראגע וואס איינער האט מיר געפרעגט, א דרייער איז א שטיקעלע פאפער, ער וועט זיך פארשטעלן פאר עפעס וואס ער איז נישט כדי צו אנקומען צו זיין ציל, יעצט ווען דער דרייער לויפט צו צוויי, גיט ער זיך אויפירען ווי א ריכטיגער צווייער, ער וועט שווימען ווי א פיש אין וואסער ווען איינער איז אויך צרות, ווייל אזוי קען ער יענעם העלפן, איין מאל ער שפילט די געים פון צוויי, ווערט ער אטאמאטיש א צווייער, און אזוי גייט מיט אלע נאמבער׳ס, לויט די מהלך זע איך נישט אזא נאמבער ווי דריי, ווייל אייביג גייט ער ענדיגן ערגעץ אנדערש.
איז דאס אמת?
אפשר פעלט מיר עפעס וואס איך דארף בעסער פארשטיין פונעם דרייער?
די נקודה פונעם דרייער איז נישט אז ער איז עפעס וואס ער איז נישט באמת, דער דריער איז א געהעריגע טייפ ווי אלע טייפ'ס מיט אן אייגענע "עצמיות" פאר זיך,
די נקודה פונעם דרייער איז, אין איין ווארט, "הצלחה" ער וויל מצליח זיין, ער וויל אנהייבן און ענדיגן, און אנקומען, הן אין עניני גשמיות הן אין עניני רחניות "ער וויל דערגרייכן",
נאר וואס דען, ווען ער איז קראנק ווער זיין הצלחה פארוואנדלט אין "התפארות" ער וועט נעמען זיין הצלחה פון זאכן וואס מענטשן קוקן אהן אלס א הצלחה אז טאמער איינער קומט אהן דארט איז ער א מוצלח, און וויבאלד און אונזער סביבה וואו מיר וואקסן אויף איז דער בליק אויפן לעבן אז וואס הייסט א מוצלח, טאמער ער גייט זיין א מענטש וואס ווען ער וועט קומען אין ביהמ"ד אדער ער וועט גיין אויפן גאס וועלן מענטש קוקן אויף אים הממ... דער איז גוט, מענטשן גייען אים ארויפקוקן, צוליב דעם וועלן רוב דרייער'ס וועלן אנקומען צו די סארט הצלחה,
די סארט ענווייראמענט מאכט אז זיי זאלן זיין קראנק.
הנשמה שבמוחי
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
קליינטשיגער האט געשריבן:דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
- איך ברעך פון די שאלה צי טראמפ איז א זעקס אדער אכט, אבער מרים אדהאן געט א געוואלדיגע שליסל צי אפטיילן רעבעלירנ'דיגע זעקסערס פון אכטערס און די פריערדיגע שאלה איז א געגאסענע דוגמה: א זעקסער וועט היציג נאכזאגן אלע טאלקונג פוינטס וואס די פארטיי (אדער די אנטי פארטיי עסטאבלישמענט באוועגונג) זאגט, משא"כ דער אכטער וועט זאגן איגאנצן אייגענע געדאנקען.
א געזונטער זעקסער וועט אויך נאכבלאבלען וואס די פארטיי זאגט?
-אויב זענט איר אויף א געזונטע לעוועל וועט אייך זיין שווערער צי אידענטיפיצירן אייער נומער, ווי מער געזונט און אויסגעארבעט מען איז אלץ מער ווערן די עניאגראם מחיצות אפגעשוואכט.יעצט איז גאר פארשטענדליך פארוואס מען וועט כמעט קיינמאל נישט זען ווי מען רומט איינעם אויס אז ער איז דער און דער נאמבער, רוב מאל ווען מען זאגט איינעם ׳דו ביסט א זעקסער׳ איז עס געווענדליך אויף די נעגעטיוו זייט, פשוט ווייל מען דערקענט מער די נאמבער ווען יענער איז נישט געזונט.
האבעך א שטיקעלע פראגע וואס איינער האט מיר געפרעגט, א דרייער איז א שטיקעלע פאפער, ער וועט זיך פארשטעלן פאר עפעס וואס ער איז נישט כדי צו אנקומען צו זיין ציל, יעצט ווען דער דרייער לויפט צו צוויי, גיט ער זיך אויפירען ווי א ריכטיגער צווייער, ער וועט שווימען ווי א פיש אין וואסער ווען איינער איז אויך צרות, ווייל אזוי קען ער יענעם העלפן, איין מאל ער שפילט די געים פון צוויי, ווערט ער אטאמאטיש א צווייער, און אזוי גייט מיט אלע נאמבער׳ס, לויט די מהלך זע איך נישט אזא נאמבער ווי דריי, ווייל אייביג גייט ער ענדיגן ערגעץ אנדערש.
איז דאס אמת?
אפשר פעלט מיר עפעס וואס איך דארף בעסער פארשטיין פונעם דרייער?
ער וועט נישט אטאמאטיש א צווייער. ווייל וואס ער וויל בעיקר און יעדע נומער וויל בעיקר, איז צו ווייטער שפירן זיין אייגנאויפגעבויטער 'זיך'. יעדער טייפ שפירט אנדערש דעם 'זיך'. איז יעדער טייפ טוט עפעס אנדערש אנצוהאלטן דעם 'איך'. דעם 'שפיר פון איך'. גארנישט מער ווי דעם. פארוואס וויל אזוי שטארק א מענטש אנהאלטן דעם 'געפיל' פון זיך. ס'איז דאך נאר א געפיל? דאס האט דער רבש"ע אזוי באשאפן, אז ווען א מענטש געפינט זיך אין א עכטע סכנה, צום ביישפיל ער באגעגנט זיך מיט א לייב, וואס מאכט אים אנטלויפן דערפון? טאקע אט דער רצון אנצוהאלטן זיין 'שפיר פון זיך'. נישט מער ווי א שפיר.
א דרייער שפירט אלץ זיין 'זיך' "איך בין א מוצלח אין מענטשנ'ס אויגן", פארוואס שפירט ער אזוי זיין 'זיך' איז, ווייל ער דערזעהט זיך אז ער איז גוט אין דעם. ווען א דרייער שפירט אז דעם 'שפיר אלץ מוצלח' איז באדרויעט, און ער דארף געבן אזא פאפ עס צו שטעלן אויפן פלאץ, איז דען דאס זיך צו ראטעווען פון א עכטע סכנה? נאר וויבאלד ער שפירט זיין 'זיך' אלץ איינער וועם מענטשן קוקן ארויף, און דאס באגעגנט זיך מיט א סכנה אז דער שפיר זאל בטל ווערן פון עקזיסטענץ. אבער ס'איז נישט פארהאן דא אזא סכנה ווי א מענטש באגעגנט זיך מיט א לייב.
איז יעדע זאך וואס דער דרייער טוט, איז אנצוהאלטן דעם שפיר פון 'זיך', דעם שפיר "איך בין א מוצלח". א צווייער שפירט גאר אנדערש זיין 'זיך'. א צווייער שפירט "איך בין א גוטער מענטש וועם ס'ווערט ליב צו האבן" און דאס איז גאר אן אנדערער שפיר. ווי א דרייער וואס טוט מעשים פון א צווייער.
א אכטער שפירט "איך קען טון וואס איך וויל" און א זעקסער שפירט "איך וויל זיין זיכער". ס'איז נישט קיין חילוק וואס מ'טוט אויף למעשה. ס'איז דער עיקר צוצוקומען "וויאזוי שפירט דער מענטש זיין 'זיך'.
והשם הטוב יעזור שנזכה לשפלות הלב בלב שלם. להכיר אז מ'איז נישט קיין איין נומער. ווייל באמת איז מען גארנישט. די 'שפיר פון זיך' איז סתם אייגנאויפגעבויט. די הייליגע יושר דברי אמת רעדט וויאזוי מ'קען אביסל אראפגיין פונעם אייגענעם 'זיך'. אביסל ארויסצולאזן די לופט, די הבל, פון די אייגענעם זיך, און זוכה זיין צו אביסל שפלות און הכנעה.
יעדע מענטש איז באמת אנדערש, א פינעווער איז אנדערש ווי א אכטער. אבער דער אימפעקט וואס דער פינעווער באקומט פון זיך אליין איז א געוויסער 'שפיר פון זיך' און ער שלאגט זיך אויפדעם שפיר. נישט מער.
א פירער פרובירט אנצוהאלטן זיינע געפילן. עכ"פ.
חושב מחשבות... האט געשריבן:הרב מח בקדקדו דו שרייבסט געוואלדיג! אין אלע דיינע תגובות.. בנוסף צו דיין אייגענע שיקול הדעת און ברייטע פארשטאנד בכלליות איבער'ן נפש,
שכח פארן קאפלימענט
און וועלכע נומער זענט איר, אויב מ'מעג פרעגן?
איך מיין אז איך בין א "פינף זעקס זיבן", וכמ"ש הרב דערבארומדיגער
דערבארומדיג'ער האט געשריבן: טייל מענטשען וועלן זיך באצייכענען ווי "זעקס זיבן פינעף" , "פיר דריי ניין" , "איין ניין צוויי" , אדער "צוויי דריי פיר".
הנשמה שבמוחי
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
אין ספר דרך אמת פונעם צדיק ר' משולם פייבוש מזבריז זצ"ל ברענגט ער אראפ דארט אין שטיקל 'ח', פון ספר הישר (שער ז) אז דער נפש איז א בינונית. ס'האט ביידע. ס'דא דערין א כח פונעם בורא, און א כח מצד הנברא. דעם כח צו וויסן, 'יודעת', 'זי ווייסט', דאס האט זי אין זיך מצד הבורא. און דעם כח אז מ'זאל איר וויסן 'ידועה', (דער נפש אלץ אן אביעקט) דאס איז מצד נברא. איך טראכט צו ס'מיינט אפשר, דעם כח וואס דער נפש האט מצד הבורא, אפשר איז דאס 'סאבדשעקטיוו וויסן' דאס מיינט אז די וויסנשאפט קוועלט פון אינעווייניג, מ'ווייסט אזאך מחמת זיך אליין, און זי ווייסט זיך אליין פון זיך אליין, נישט א דרויסענדיגע כח האלט דעם וויסנשאפט אין פלאץ, אז ווען דער דרויסענדיגער כח ווערט בטל, ווערט די וויסנשאפט אויס, נאר זי ווייסט זיך מער און מער, דהיינו זי ווייסט דעם בורא מער און מער, נענטער און נענטער, (עפעס אזוי) און דעם כח מצד הנברא טראכט איך מיינט אפשר 'אבדשעקטיוו וויסן', דאס מיינט א וויסנשאפט וואס גיט גארנישט צו אז די נפש זאל 'זיך' וויסן מער און מער. מער אזוי ווי מ'ווייסט א געוויסע 'חפץ'.
זאגט ער דארט, ועל זה צריך מתינות גדול שלא יהיה מבוהל בפיזור הנפש בידיעות אחרים, רק לעיין ולידע את עצמו ונפשו, ולעיין במדות נפשו כל דבר ומעשה מה כוונתו ותוכו, אם לתאווה ואם לאמת, וכו' כי עיקר לידע את עצמו ושכלו וכוחותיו ומוחו ונפשו ומחשבותיו, וכו' עיין שם. אות ח'.
בקיצור, מ'כאפט זיך פון דעם, אז וויסן יענעמ'ס טייפ וועט בטל ווערן בביטול הגוף, ווייל איך ווייס נאר יענעמ'ס טייפ מחמת מיין 'גוף', מיין 'מח', מחמת דעם 'נברא', ס'טוט נישט אויף אינעם 'נפש', זיך מחמת עצמו, אפשיידן פונעם 'רע', און בוחר זיין ב'טוב', אזוי ווי ער זאגט דארט 'כי החלק היודעת לאחרים תתבטל בביטול הגוף', סתם 'אביעקטיוו' וויסן יענעמ'ס טייפ, אן אכטער צו א ניינער, דאס טוט נישט אויף אינעם נפש, אבער ווי ער זאגט דארט ווייטער, 'והחלק הפועל, דהיינו שיודע בעצמו להפריד מהרע והתאווה, דאס וועט בלייבן 'עמו לעולמו', דאס בלייבט.
ווי מער מ'כאפט די אייגענע כוחות, דא בין איך א שטיקל פירער, און איך בין ביזי צו פילן דוקא א געוויסע וועג, ווייל איך וויל אנהאלטן מיין 'איך' מיין 'גבהות הלב', און נישט זיך מבטל זיין צום באשעפער, לאמיר דאס אויסארבעטן, וכן דא בין איך א שטיקל זעקסער, און איך פיל ביי מיר אז מיין קערפער ווערט אנגעצויגן מחמת איך האב נישט קיין בטחון, לאמיר דאס אויסארבעטן. דא פיל איך א זיבענער, ווי די אייזקרים איז מיין גאנצע חיות, און אן דעם בין איך אויס פון עקזיסטענץ, לאמיר זיך טרעפן מיט מיין עכטע 'איך', מיין חלק אלוק ממעל. וכן ביי אלע מידות. דא פיל איך אז איך בין א שטיקל צווייער, יענער מוז מיך זאגן ש'כח, אויב נישט בין איך בטל ומבוטל, לאמיר טרעפן מיין עכטע 'איך', מיין חלק אלוק ממעל, אדער דא פיל איך א שטיקל איינזער, איך קען נישט מודה זיין אז איך האב געמאכט א מיסטעק, ווייל אויב יא גיי איך ווערן אויס איך, מוז איך טרעפן מיין עכטע 'איך', אלץ יוד, און נישט אלץ איינער וואס טוט אייביג וואס ס'איז ריכטיג, נישט דעס בין 'איך', איך בין א יוד.
דער עיקר איז צו וויסן 'זיך', ס'באמת דא אסאך ארבעט, אסאך ארבעט. צו וויסן וואס יענער איז, קומט נישט צו, צו די עבודה פון וויסן 'זיך', אזוי ווי ער זאגט, כי עיקר לידע את עצמו, ושכלו, וכוחותיו, ומוחו, ונפשו, ומחשבותיו, כי ביכולתו להבחין בין האמת והשקר, כדי להרחיק מן השקר ולמאסו במעשה, בדיבור, ובמחשבה. וכפי שיעור הפרדה מהרע כן שיעור עלייתה בלי מניעה עד מקום הרמתה, הן בחייו והן לאחר מיתה. סתם וויסן די אניאגראם איז 'תתבטל בביטול הגוף'. אריינצוקוקן אין זיך, דאס פאדערט 'עבודה', מ'דארף גוט אריינקוקן אין זיך. איך גלייב אז מוח, מיט מתבונן, מיט די אלע וואס טוען אינעם אניאגראם, וועלן מודה זיין צו מיר אז ס'דא ארבעט. און דוקא מיט זיך אליין. דאס איז ענדלאז. דאס פאדערט עבודה.
ווייל ווי דער ספר יושר דברי אמת זאגט, אז א מענטש ווערט געבוירן אויף א בארג, און ער ווייסט ניטאמאל און ער איז גארנישט מרגיש ווי ווייט יעדע זאך וואס מ'טוט דרייט זיך אלעס ארום דעם אייגנאויפגעבויטער 'איך'. און ער זאגט מ'זאל זיך צוגעוואוינען במעשה ובמחשבה מיט שפלות און מיט הכנעה. והעיקר בלב. ווייל די וועג ארויסצוקריכן פונעם איגו, דהיינו גבהות הלב, התפארות, שבח בני אדם, גדלות, רשעות, אכזריות, כעס, וכו', אלעס איז נאר דורך זיך איינגעוואוינען אז ס'געשעהט גארנישט אז מ'גייט מיט 'הכנעה', דער 'גבהות הלב' איז שקר, ס'קומט פון קליפת הנחש. אזוי זאגט ער. ס'גייט בטל ווערן בביטול הגוף.
די אלע וואס האבן געטון אין אוועקנעמען פון זיך דאס 'גבהות הלב' און זוכה זיין צו שפלות בלב שלם, וועלן מעיד זיין, ווי ווייט א מענטש איז איינגעוויקלט אין דעם, אלעס דרייט זיך ארום דער 'איך'. דער פינטעלע. שווער אויפצוגעבן נשמה הא? יאפ.
בקיצור וואס וויל איך דא? אז... נו? אז די עבודה צו וויסן 'זיך' איז גאר אסאך. יעדער וועט מודה זיין, יא וועכע נומער בין 'איך'? אה, דאס איז שוין עפעס נישט אזוי גרינג צו דערטאפן. א מענטש האלט זיך אין איין אנטדעקן, יעדן טאג וואס מ'שטארקט זיך און מ'שטעלט זיך אנטקעגן דעם דרוק צו ראטעווען דעם 'איגאו', אז ס'זאל בטל ווערן נאך א שטיקל איגאו, נאך א שטיקל 'גבהות הלב', אלץ מער זעהט מען חחחח, ווי ווייט אלעס דרייט זיך ארום דעס. בקיצור, נישט אומזיסט זאגט דער יושר דברי אמת, אנהייב אות א', וענין מחשבות הגבהות לא יספיק פיות האדם כל ימיו לדבר בהם, כי עמוק הוא מאוד, על זה אמרו חז"ל ענווה גדולה מכולן.
ער ווייזט אויף אין זיין הייליג ספר, ווי ווייט א מענטש טוט אלעס צו אנהאלטן דעם 'איך', אפילו התנהגות פון אן עניו און עלוב, וועט ער זיך אויך איינקויפן, אבי ווייטער צו שפירן דעם 'איך', דעם גבהות הלב.
בקיצור אונטערשטע שורה וואס איך וויל זאגן איז, אז... (לאמיך מיר דערמאנען) אז... יא, אז דא האט 'דערבארומדיגער' געברענגט פון אדאהאן אז א מענטש האט אלעס, און בקיצור, ביי זיך אליין, איז די אניאגראם אזוי ווי א ספר וואס א מענטש קען ארויסגעבן פון זיך אליין, ווי ווייט מ'איז פארקניפט אין דעם 'איגאו', עס נישט אויפצוגעבן. און ווי ווייט ס'פארדעקט פון זעהן דעם אמת. און זעהן 'יענעם', וכו' וכו'.
מיין מעסעדש איז, די אניאגראם בכלליות איז אינטערעסאנט, גאנץ נוצבאר, 'קאנפיוזינג' צו כאפן יענעם, אבער ביי זיך איז עס שוין גארנישט קיין דשאוק. ארויסצוקריכן פונעם איגאו, פונעם נומער זעקס, אדער פיר, איז אן עבודה. והשם הטוב יעזור אז מיר זאלן געדענקן אז מיר פלאגן זיך אנדערש ווי אלגעמיין. ארויסצוקריכן פונעם שקר, און זיך צוקלעבן צום אמת.

נשמה! א געוואלדיגע פוינט, שוין אסאך מאל געטראכט דערפון,
ס'איז נישט קיין קונץ צו קענען אניגראם אדער סיי וועלכע חכמה בתורת הנפש, סתם פאר די חכמה אליין, שכל האט מען זיך נישט אליין גענומען, און עס קומט זיך נישט פארן מענטש קיין שום קרעדיט דערפאר, דאס דארף מען האלטן פאר די אויגן א גאנצן צייט, דער עיקר פון קענען אניגראם און בכלל תורת הנפש איז אויף צו פארשטיין די אייגענע "איך" און די אייגענע שוואכקייטן מיט אן אמת,
און דאס איז א שווערע עבודה, ווייל אסאך מאל רעדט מען זיך אליין איין אז איך וויל פשוט קענען העלפן אנדערע איך מיין בכלל נישט צו בויען מיין חכמה און מיין סוקסעס אדער פאר מיין ענדשוימענט אד"ג.
פאר איינער גייט אריין צו טון אין נפש דארף ער וויסן, איך גיי דא טרעפן מיין אמת'ע אידענטיטעט, מיין "איך" איך דארף זיין גרייט עס צו קוקן אין פנים אריין און עס נישט פארזעהן נאר זיך נעמען דערצו און ארויס ברענגען מיין "איך" און עס אויסארבעטן, אפי' ס'איז שווער איז דאס נאך אלס דער פאקט, און לאמיך עס אנערקענען,
אבער מיט אן אמת.
ס'איז נישט קיין קונץ צו קענען אניגראם אדער סיי וועלכע חכמה בתורת הנפש, סתם פאר די חכמה אליין, שכל האט מען זיך נישט אליין גענומען, און עס קומט זיך נישט פארן מענטש קיין שום קרעדיט דערפאר, דאס דארף מען האלטן פאר די אויגן א גאנצן צייט, דער עיקר פון קענען אניגראם און בכלל תורת הנפש איז אויף צו פארשטיין די אייגענע "איך" און די אייגענע שוואכקייטן מיט אן אמת,
און דאס איז א שווערע עבודה, ווייל אסאך מאל רעדט מען זיך אליין איין אז איך וויל פשוט קענען העלפן אנדערע איך מיין בכלל נישט צו בויען מיין חכמה און מיין סוקסעס אדער פאר מיין ענדשוימענט אד"ג.
פאר איינער גייט אריין צו טון אין נפש דארף ער וויסן, איך גיי דא טרעפן מיין אמת'ע אידענטיטעט, מיין "איך" איך דארף זיין גרייט עס צו קוקן אין פנים אריין און עס נישט פארזעהן נאר זיך נעמען דערצו און ארויס ברענגען מיין "איך" און עס אויסארבעטן, אפי' ס'איז שווער איז דאס נאך אלס דער פאקט, און לאמיך עס אנערקענען,
אבער מיט אן אמת.
הנשמה שבמוחי
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
לאמיר נעמען דעם איינזער. דער איינזער איז אין נאטור א מענטש וואס קען באווייזן מחמת זיינע אינערליכע כוחות, קען ער באווייזן צו זיין קלאר, אביעקטיוו, אויפריכטיג. און צו טון וואס ס'איז ריכטיג. ער ווערט עס געוואויר דער איינזער. ער כאפט עס. ער כאפט אז ער איז אזא איינ(ז)ער וואס אויף עפעס אן אופן באווייזט ער צו זיין אויפריכטיג, צו טראכטן אביעקטיוו און קלאר. און צו טון וואס ס'איז ריכטיג צו טון. ער דערזעהט זיך גאר גוט דערין. ער דערזעהט 'זיך' אלץ א געוואלדיגער 'ישרן'. וואס געשעהט? וואס איז די 'הנה'? און אט... ער טראכט און ער ווייסט, ער שפירט, "איך בין א מענטש וואס טוט וואס איז אויפריכטיג, און איך טו וואס ס'איז ריכטיג.
דער 'איך בין א...' איז דער אנהייב פונעם איגאו, ווייל איינמאל 'איך בין א...' קומט אריין אין פראסעס, הייבט אן צום ביישפיל דער איינזער, עס צו וועלן באשיצן, דעם 'איך'. ער הייבט אן "איך וויל בלייבן אזוי". איך וויל ווייטער אזוי זיין. איך וויל באשיצן עס נישט צו פארלירן דעם 'איך בין'. פארוואס ער וויל עס באשיצן, איז נישט אזוי שווער צו כאפן, אסאך לעבנסוויכטיגע בענעפיטן קומען ארויס פון זיין אויפריכטיג און טון וואס ס'איז ריכטיג. איך האב מורא אז איך גיי טון אזאך וואס איז אומריכטיג, וואס איז נישט וואויל און גוט. וואס איז שלעכט. פארוואס האט ער מורא פון טון שלעכט? נישט ווייל השי"ת לאט נישט. נאר ווייל, 'איך בין דאך א...' וואס דער אמת טאר מען נישט טון שלעכט, ווייל השי"ת לאט נישט. אפילו מ'איז א מענטש וואס האלט ביים תשובה טון און מ'איז נישט א מענטש וואס איז "איך בין א מענטש וואס טוט גוט" טאר אויך נישט טון שלעכט.
ביטע איך מיין נישט קיינעם, איך ברענג נאר ארויס די נקודה. וואס אדאהאן ברענגט עס ארויס, אז מ'דארף עס מיינען לשם שמים. מיר דארפן זיך אויסארבעטן סך מער ווי דער געזונטסטער איינזער, זיך אפצושיידן פון אונזער אייגענעם 'רע', אבער קודם דארף מען אוועקשטופן דאס גבהות הלב, ווייל אויב מ'האט גאווה, אויב מ'וויל זיך בויען דערמיט, ווערט מען אומגעזונט חלילה. און אויב מ'האט נישט קיין גאווה, איז נישט שייך צו זיין נישט געזונט. ווייל גבהות הלב איז די מקור פון אלע משוגעת'ן און צעדרייטע אויפפירונגען. והשם יעזור.
דער צווייער, וואס דערזעהט זיך אלץ א גוטער, ווייל א צווייער איז באמת גוט דערין. זיי פארמאגן 'הערצער'! הערצער! הערצער וואס פילן מיט מיט א צווייטן! הערצער וואס גייען אויס פאר יענעם! איז דער צווייער, דערזעהט 'זיך' אלץ אזא איינער. ער דערזעהט זיך אלץ איינער מיט גאר א גוט הארץ. מיט געפילן פאר יענעם. ער דערשפירט זיך 'איך בין א... גוטער'. דאס באגלייט אים און רעדט צו אים איינמאל און נאכאמאל, און ער זעהט עס אלץ א פאקט. 'איך בין א גוטער'. גייט דורך טאג נאך טאג, און ער דערזעהט זיך מיט דעם פאקט. 'איך בין א גוטער'. בכל עת, ובכל שעה, ובכל רגע, ס'דינערט און ס'שיינט, ס'שנייהט און ס'שמייכלט, אינמיטן טאג, און פרייטאג פארן זמן, 'איך בין א גוטער' יאפ, דאס בין איך! סאו, יעצט וויל ער עס נישט פארלירן. איז ווייטער די זעלבע, איינמאל ס'גייט אריין אין פראסעס, "איך בין א ..." קומט אריין א רצון עס צו באשיצן. ווייל אויב איך וועל ווערן אויס גוטער, וועל איך מער נישט זיין באליבט און נישט ווערד. קומט אויס פון דעם, אז די טובות וואס א צווייער טוט, (דו זאג עס אים נישט) דארף זיין לשם שמים! אפילו ער וואלט געווען א קארגער מענטש, וואלט ער אויך געדארפט יעצט, עשרה בטבת, פרייטאג, אויפן גאס, ארויסשטופן די קאר פון די שניי, אויב ער קען. נישט ווייל "איך בין א גוטער, דארף איך זיין ווייטער א גוטער" נאר ווייל השי"ת וויל דארף איך אזוי זיין. דאס מיינט לשם שמים. א גרויסע מדריגה. איך רעד אויף וואס מ'דארף זיך אויסקרעכצן ביי התבודדות. אז מ'זאל דערצו זוכה זיין.
ביים דרייער גייט עס אויך אזוי. דער דרייער משום מה, דערזעהט זיך אלץ איינער וואס איז געשעצט! פארפאלן פירער, דער דרייער קען זיך אהערשטעלן פאר מענטשן! ער האט אין זיך דעם כח. פארוואס? ווייל אזוי! ווייל ער קען. ער מאכט עס! ער דערזעהט זיך טאג און נאכט, "ס'גייט מיר גוט. איך נעם אויס ביי די מענטשהייט. איך ווייס וויאזוי מ'פערפארעמט. איך ווייס וויאזוי מ'שטעלט עס אהער. איך ווייס וויאזוי מ'מאכט די פיאות. דאס קומט צו מיר נאטורליך!" נו? נאכן זעהן אזויפיל הצלחות. נאכן זעהן אז מענטשן גיבן קאמפלימענטס, און נאכן פארשטיין אז טאקע דאס איז דער פאקט "איך בין א... מענטש וואס קען עס אהערשטעלן אז מענטשן זאלן מיך זעהן אלץ מוצלח" א מענטש וועם מ'קוקט ארויף. לאמיר קוקן אויף אנדערע און זעהן וואס זיי קוקן ארויף, און לאמיר דאס אהערשטעלן. אז איך קען, פארוואס נישט? איזי! אבער איינמאל דער דרייער שפירט זיך אלץ "איך בין א מענטש וואס מאכט עס גוט" נו? קומט אריין דער רצון דאס צו באשיצן. אז ס'זאל ווייטער אנהאלטן. און ער מוז שוין באקומען דעם מעסעדש אז ער האט דאסמאל ביים שוואגערס וואכנאכט, אויך גוט געמאכט די שטיק. ער מוז באקומען יענעמ'ס הסכמה, אזא מעסעדש וואס דרייערס ווייסן שוין גוט, וואס ס'זאגט "איך קוק דיך ארויף אלץ מוצלח".
ביים פירער געשעהט א פאני זאך. דער פירער האט שטארקע געפילן! און ער לעבט מיט זיינע געפילן. געפילן זענען אזאך וואס טוישט זיך. און וואס ווערט ער געוואויר? "איך בין א..." ?????. טאקע אט דע קוועשן מארק. ווייל פון געפילן קען מען נישט אפמאכן א געוויסער "איך". ס'גייט נישט. אדרבה טריי. איך בין א?... ס'ווערט נישט קיין תירוץ. און א גאנץ לעבן ווערט נישט ביי אים קיין תירוץ. ער בלייבט ביי די קשיא. יעדער, אלע טייפס, האבן עפעס א אידענטיטי. איינער איז "איך בין א קלוגער", איינער איז "איך בין א געטרייער" איינער "איך בין א לעבעדיגער", דער פירער בלייבט שטעקן ביי די קשיא. איך בין א... א! אבער ער וויל דאך האבן א איגאו. איך מיין עפעס בין איך. גארנישט? עפעס? סאו, זיי בלייבן דארט שטעקן. ביי די קשיא. ביים גרובלן אין געפילן צו טרעפן א 'איך'.
ביים פינעווער גייט עס אזוי. דער פינעווער. ער דערזעהט זיך אלץ א קלוגער. שארפער. געפאוקעסט. פארוואס? ווייל ער קען דאס. ער איז קלוג. ער איז געפאוקעסט. ער דערזעהט זיך דערין, ביי סאפער, און ביי לאנטש. ארויסקוקנדיג פון פענסטער אויפן באס צום חדר. און לערנדיג משניות. ער דערזעהט זיך אלץ איינער וואס איז גוט אין טראכטן און אין פארשטיין. היינט מארגן און איבערמארגן. ביים טאטן, ביים באבן. מיט די טויס, און מיט די קרעיאנס. ער הייבט אן טראכטן און שפירן זיין איך "איך בין איינער וואס פארשטייט די וועלט".דאס בין איך. און איינמאל דאס הייבט זיך אן, איינמאל ער ווייסט "איך בין איינער וואס פארשטייט די וועלט" קומט אריין זיין רצון, דאס צו באשיצן. ער מוז שוין פארשטיין, ער מוז שוין פארשטיין גרונטליך! דא קומט אריין דאס ענין, אז לערנען פאר א פינעווער איז גרינגער. ער וויל סייווי פארשטיין! דארף מען לערנען לשם שמים, אפילו מ'איז נישט איינער וואס פארשטייט דארף מען לערנען, ווייל דאס איז די רצון פון אבינו שבשמים.
ביים זעקסער. טראכט איך גייט עס אזוי, ער דערזעהט זיך, אלץ איינער וואס לעבט איבער א דאנק די 'שטיצע' וואס ער באקומט פון זיינע ארומיגע. און דאס גייט אן יומם ולילה. א דאנק די שטיצע וואס איך באקום קען איך איבערלעבן און אנגיין. (לאז עס אזוי, ס'קומט אזוי! יעדער מענטש דארף אנקומען צו יענעם, נעם דיך נישט רעוואלטירן) עפעס קלערט זיך ביי מיר, אז דעם זעקסערס שפיר פון זיין 'איך', וואקסט אויף מיט ארומיגע מענטשן וואס שטיצן און שטעלן אים צו זיכערקייט. איינגעבויט אין זיין שפיר פון 'איך', איז די שטיצע פון ארומיגע שטארקע. ס'נעמט זיך ביי אים די 'שטארקייט' פון ארומיגע מענטשן, 'שטיצערס', אלץ די שפיר פון זיין איך'. אנדערש ווי דער ניינער. דער ניינער שפירט אנדערע מענטשן אלץ די שפיר פון זיין 'איך'. די זעקסער וואקסט אויף און דרילט אריין אין זיין 'איך', די 'שטארקייט' און 'שטיצע' פון ארומיגע מענטשן. אז אן זיי פילט ער שוואך. אז ס'זאל קענען אנגיין מוז ער זיי האבן. ער וויל זיך אפרייסן און ווערן אומאפהענגיג, אבער ער בלייבט עפעס מקושר אז אנדערע מענטשן זענען זיינע שטיצערס. און דערפאר איז א זעקסער געטריי, ווייל ער וויל עס נישט פארלירן.
א זיבענער דערזעהט זיך נישט אלץ עפעס. ער לעבט פשוט אריין אין די עקספיריענס פון די וועלט. ער טראכט קיינמאל נישט "איך בין א..." דאס איז זיין 'שפיר פון איך'. דאס אריינלעבן, דעם וחי בהם, דער פרישקייט, דאס איז זיין 'שפיר פון זיין איך'. ער טראכט מער "די וועלט איז א... גוטע פלאץ", ער וויל מער די וועלט הנאה האבן, און עקספיריענסן, ווי זיך אליין. איינמאל זיין גאנצע 'איך', באשטייט פון עקספיריענסן די וועלט, דאן הייבט זיך אן א סייקל. ווען ער וויל מער און מער.

לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 1:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.