א נסיעה קיין ארץ ישראל און אלעס ארום
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 756
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
עולם ומלואו האט געשריבן:wow air האט נארוואס געמאלדן גאר ביליגע פלי-רייזעס קיין תל אביב אנגעהויבן פון סעפטעמבער. די פרייזן וועלן גיין אזוי ביליג ווי $149 איין וועג פון אקטאבער אן.
https://wowair.us/flights/our-destinati ... -179195329
Wow
איזי
געדענקט.
WOW AIR געבט נישט קיינע מאלצייטן, אפילו א גלעזל וואסער קאסט 6.00
יעדע פלי רייזע פון נ.י. קיין א"י מאכט א סטאפ און אייסלאנד.
זייער אסאך פארשפעטונגען Delays
קליינע פליגערס.
מען זיצט צוזאמען מיט נידריגע עלעמענטן, וועלכע פליען נאר ביליג.
מען מעג מיטנעמען בלויז א קליינע טאשקע, יעדע רענצל קאסט געלט.
ווייניגער Leg space ווי אלע אנדערע לופטליניעס.
אויב וויל מען וועלן אליינס א זיץ, קאסט עס מער.
איז אזוי:
פון ניו יארק קיין א"י אהין און צוריק 300.00
איין גרויסע רענצל + א קליינע 100.00
עסן מיטצונעמען אויפן וועג 50.00
א פענצטער זיץ 50.00
וכו וכו'
קומט מען גרינג אהן צו 500.00
און מיט די אלע באגרעניצן און סטאפס לוינט זיך נישט פאר נאך א 300.00 צו טרעפן א נארמאלע לופטליניע?

טראבל מעיקער האט געשריבן:עולם ומלואו האט געשריבן:wow air האט נארוואס געמאלדן גאר ביליגע פלי-רייזעס קיין תל אביב אנגעהויבן פון סעפטעמבער. די פרייזן וועלן גיין אזוי ביליג ווי $149 איין וועג פון אקטאבער אן.
https://wowair.us/flights/our-destinati ... -179195329
Wow
וואס זיי ווייזן דערווייל איז מיט א סטאפ פון 13 שעה און 25 מינוט אין אייסלאנד, וואס קען מען טוהן דארטן אין אזויפיל צייט? ניטאמאל א בית החיים איז דא דארטן...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
ווישוואש האט געשריבן:24/7 האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן:דערמאנט פון די אומ'באטעם'טע איזי זשעט
WOW קוקט אויס מער אומבעטעמט ווי EASYJET
גראדע, איך האב ערווארטעט אז איזי דזשעט זאל זיין ערגער, געהאט גאנץ א גוטע עקספיריענס מיט זיי. פארשטענליך לויט די ערווארטונגען.
איך פאר מיט זיי מפעם לפעם אין עס איז בסדר (איך נעם EXTRA LEG ROOM)
פלאן מיר אי"ה צו זיין שבת שלח אין צפת,
לכאורה אין רות רימונים,
און איינקויפן דעם שבת ביי מנדי'ס אי"ה,
עטליכע שאלות
1)ביז ווען איז מנדי'ס אפען דאנערשטאג נאכט און פרייטאג
2)שבת עסן דארף זיין באשטעלט פאראויס אדער מ'קען אריין גיין קויפן?
3)איז דא האט פלעיט אין רות רימונים אדער איך דארף מיטנעמען?
4)וואס איז כדאי צו קאווערן אין א וויקענד אין צפון בכלל? און א שבת אין צפת בפרט?
ווי אויך זוך איך עטליכע נומערס פון דינגען דירות אין ירושלים (וואס רעדן אידיש אדער ענגליש)

נישט צו שפעט, קאל זיי צו 011-972-77-410-8002

ניין מען דארף נישט פאראויס באשטעלן נאר אז דו האסט מורא וועסט אנקומען שפעט ע"ש איז כדאי צו רופען

לכאורה נישט
4)וואס איז כדאי צו קאווערן אין א וויקענד אין צפון בכלל? קברים איז "עמוקה-רבי יונתן בן עוזיאל" נישט ווייט, אביי ורבא און נאך עטליכע און פארשטייט זיך מירון.
טברי' איז אויך נישט ווייט, דארט איז רמבע"נ
און א שבת אין צפת בפרט? גיי ארום אין די אלטע שוהל'ן עס וועט דיך האלטן ביזי א גאנץ שבת
די שוק אין אלט שטאט איז די לעצטע יארן א שרעקליכע תערובות און א שרעק אדורכצוגיין ובפרט די זוממער וואכען

נאטורליך האט געשריבן:1)ביז ווען איז מנדי'ס אפען דאנערשטאג נאכט און פרייטאג
נישט צו שפעט, קאל זיי צו 011-972-77-410-8002
2)שבת עסן דארף זיין באשטעלט פאראויס אדער מ'קען אריין גיין קויפן?
ניין מען דארף נישט פאראויס באשטעלן נאר אז דו האסט מורא וועסט אנקומען שפעט ע"ש איז כדאי צו רופען
3)איז דא האט פלעיט אין רות רימונים אדער איך דארף מיטנעמען?
לכאורה נישט
4)וואס איז כדאי צו קאווערן אין א וויקענד אין צפון בכלל? קברים איז "עמוקה-רבי יונתן בן עוזיאל" נישט ווייט, אביי ורבא און נאך עטליכע און פארשטייט זיך מירון.
טברי' איז אויך נישט ווייט, דארט איז רמבע"נ
און א שבת אין צפת בפרט? גיי ארום אין די אלטע שוהל'ן עס וועט דיך האלטן ביזי א גאנץ שבת
די שוק אין אלט שטאט איז די לעצטע יארן א שרעקליכע תערובות און א שרעק אדורכצוגיין ובפרט די זוממער וואכען
שיין צו קאווערען...... אגמון החולה, צוק מנרה, ראש הנקרה, פארשטייט זיך מירון.... דארפסט נאך???
- פרישוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1874
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm
שמן זית האט געשריבן:פלאן מיר אי"ה צו זיין שבת שלח אין צפת,
לכאורה אין רות רימונים,
און איינקויפן דעם שבת ביי מנדי'ס אי"ה,
עטליכע שאלות
1)ביז ווען איז מנדי'ס אפען דאנערשטאג נאכט און פרייטאג
2)שבת עסן דארף זיין באשטעלט פאראויס אדער מ'קען אריין גיין קויפן?
3)איז דא האט פלעיט אין רות רימונים אדער איך דארף מיטנעמען?
4)וואס איז כדאי צו קאווערן אין א וויקענד אין צפון בכלל? און א שבת אין צפת בפרט?
ווי אויך זוך איך עטליכע נומערס פון דינגען דירות אין ירושלים (וואס רעדן אידיש אדער ענגליש)
איך בין אנגעשטאנען אין רות רימונים, אויב מעגליך נעם א שטוב מיטן אויסקיק צו הר מירון... גאר געשמאק געווען,
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
שמן זית האט געשריבן:פלאן מיר אי"ה צו זיין שבת שלח אין צפת,
און א שבת אין צפת בפרט?
די אלטע בתי מדרשים [אסאך זענען נאר אפן בשעות התפלה]
בית הכנסת האר"י - גאנץ אונטען העכער די בית החיים, דארט איז אויך דא די שטוב ווי ער האט געלערנט מיט אליהו הנביא
ביהכ"נ אר"י אשכנזי - אויוון ביים כיכר, אינדרויסן ביי די חצר איז מקובל אז דארט איז גיווען די מקום מחוץ לעיר [באותן הימים] ווי די אר"י הקדוש האט מקבל שבת גיווען - שדה חקל תפוכין קדישין. אינעווייניג איז מציון די מקום התפלה פונעם באר מים חיים זיע"א, כסא של אליהו הנביא נדבת בתו של הגה"ק מצאנז, ס'דא דארט א לאך אין די בימה אנקעגען די טיר - נס בשנת תש"ח.
פון אלטע חסידישע שולן איז היינט געבליבען, טשערנאביל און מאקארוב ביידע אויף רחוב בר יוחאי [טשערנאביל האט ערשט געהערט פאר די ערבי נחל, ס'דא דארט א ס"ת וואס הרה"ק ר"א מטשערנאביל האט געשיקט ווי אויך א יד לס"ת איינגעקריצט שמו של הערבי נחל והרבנית, אויף די וואנט הענגט היסטארישע דאקיומענטען], א גאס אונטער טשערנאביל איז קלויז טשורטקוב און נישט ווייט איז ווי ס'איז גיווען ויזניץ בהמשך רחוב בר יוחאי נאך די ככר טיושט זיך די נאמען פון די גאס ווי אויך צוטיילט זיך עס אויף צוויי איינס הייסט רחוב חתם סופר דארט געפינט זיך טריסק [כהיום ניצט עס ברסלב] און די אנדרע גאס הייסט רחוב הפלמ"ח און דארט איז צאנז מיט די מקוה פון הרה"ק משינאווא. אראפ די טרעפ ביים ככר איז קאסוב [כהיום ביאלא] ווייטער אראפ איז דא אויף די רעכטע זייט בית מדרשו של הבת עין אויפן דאך איז נאך ניכר די נס ביים רעש בשנת תקצ"ז [היינט איז עס א ספרד'ישע ביהמ"ד אבער די שבתים וואס מ'נעמט ארויס 2 ספרי תורה ניצען זיי צו מפטיר אן אשכנז'ישע ס"ת וואס איז נאך דארט מימי הבת עין, לינקס איז טאלנא, אונטער בת עין אויף די צווייטע שטאק איז קארלין ווי דארט קוויטעלט מען זיך אין די ארון קודש כמ"ש הפרנקפורטער אז ס'איז אזוי ווי ביי איהם, א גאס ארויף איז בית של האב"ד רבי שמואל העליר.
העכער אלט שטאט אינטער הר כנען איז דא די ביהמ"ד פון די נאדבורנא באניע רבי שליט"א א גאר חשובע איד כדאי צו זיך באקענען.
מער אראפ אין די רובע הספרדי איז דא די הערליכע אין היסטארישע אבוהב שול, ווי אויך ביהכ"נ של הבית יוסף
אינמיטען אלט שטאט איז דא מיוזיאם וואס הייסט בית המאירי, ס'קען זיין גאר אינטרעסאנט פאר חובבי היסטוריא [מ'מוז נישט אלעס גלייבן]
אז איר האט ליב מער א קאלירפול קבלת שבת איז דא א מנין אינדרויסן ביים ככר לעבן ביהכ"נ אר"י אשכנזי, גיב אבער אכטונג ווי די שטייסט אז ס'זאל נישט זיין בתערובות ווי אויך דאווען מנחה פארן גיין, אין מאקארוב איז א מנין בנוסח קרליבך דורך הרב וינגוט'ס ישיבה - ישיבת שלום רב.
ס'דא א איד רוטנברג די גבאי פון די קאסובער שול [איך האב נישט זיין נומער אויף מיר כרגע] ער וואוינט אין קרית האומנים אין אלט שטאט [נישט ווייט פון די האטעל] ער איז א היימישער טור גאוד, פרעג דיך נאך ביי די שטאט'ס לייט אין צפת קען מען יעדעם.
איך האב געשריבען פון אויסעווייניג וויך אויך שנעל אן צו זיך מעמיק זיין ממילא קען זיין אז איך האב עפעס אויסגעלאזט, אז איר ווילט מער, דאן בא יבוא באישי
- קברנה סובניון
- שר האלפיים
- תגובות: 2234
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
- לאקאציע: אין וויין גארטן
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
קברנה סובניון האט געשריבן:ראטנבערג וואס פארדינגט די דירות גיבט א טור שבת נאכמיטאג ארום אלט שטאט צפת, די אלטע שולן, וכו'
נחום וואהלינער האט געשריבן: ס'דא א איד רוטנברג די גבאי פון די קאסובער שול [איך האב נישט זיין נומער אויף מיר כרגע] ער וואוינט אין קרית האומנים אין אלט שטאט [נישט ווייט פון די האטעל] ער איז א היימישער טור גאוד, פרעג דיך נאך ביי די שטאט'ס לייט אין צפת קען מען יעדעם.
- פרישוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1874
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm
-
- שר העשר
- תגובות: 11
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 11:41 am
איזרעלי בירגערשאפט!!
אין איינע פון די כינוס אשכולות איז געווארן א שמועס פון דעם.
איך וויל זייער שטארק אפזאגן די בירגערשאפט!!
איך וויל הערן - ליינען, פון איינעם מיט ניסיון אין דעם געביט?
וויאזוי מען מאכט דאס?
וואס איז די גאנצע פראצעדור?
צו מען דארף אראפ גיין אין קאנסיל, אדער מ'קען אנליין אויספילן א אפליקאציע?
וואס זאגט מען זיי, פארוואס וויל איך?
און צו מען דארף עס אויך טוהן, פאר די קינדער?
אדער בעסער מען זאגט זיי גארנישט.
[align=center]ווער עס קען ארויסהעלפן זאל זיך ביטע אנרופן אבער נאר מיט קראנטע אינפארמאציע און קלארע אנווייזונגען, איך גלייב אז עס וועט צוניץ קומען פאר אנדערע אויך.[/align]
יישר כח.

transcribe pro האט געשריבן:אין איינע פון די כינוס אשכולות איז געווארן א שמועס פון דעם.
איך וויל זייער שטארק אפזאגן די בירגערשאפט!!
איך וויל הערן - ליינען, פון איינעם מיט ניסיון אין דעם געביט?
וויאזוי מען מאכט דאס?
וואס איז די גאנצע פראצעדור?
צו מען דארף אראפ גיין אין קאנסיל, אדער מ'קען אנליין אויספילן א אפליקאציע?
וואס זאגט מען זיי, פארוואס וויל איך?
און צו מען דארף עס אויך טוהן, פאר די קינדער?
אדער בעסער מען זאגט זיי גארנישט.
[align=center]ווער עס קען ארויסהעלפן זאל זיך ביטע אנרופן אבער נאר מיט קראנטע אינפארמאציע און קלארע אנווייזונגען, איך גלייב אז עס וועט צוניץ קומען פאר אנדערע אויך.[/align]
יישר כח.
איך קלער אז מ'דארף צוזאמנעמען אלע תגובות איבער דעם ענין און מאכן א באזונדערע אשכול
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
UP עירליינס
אז מרעדט דא פון א נסיעה קיין ארץ ישראל מוז איך מיטטיילען מיטן ציבור, אז א חודש צוריק איז מיר אויסגעקומען צו פארן קיין ארץ ישראל פון אייראפע, מיט א עירליינס UP וואס איז א קאמפעני אינטער על-אל, (נישט געוויסט דאס פון פאראויס.... -זיי מאכן טריפס פון/קיין אוקריינא, אונגארן, דייטשלאנד און נאך עטליכע מקומות,) און זיי טוען אויך אנבאטן ביליגע רייזעס, אבער...
די רענצל קאסט 75.00, קענסט נישט מיטנעמען קיין האנט באגאדזש, ווייל די פלאץ אפען פליגער איז באגרעניצט
אזא שמאלע זיץ פון אלע זייטען האב איך קיינמאל נישט געהאט,
שלעכטע סערוויס פון די פליע מאנטשאפט,
א שפעטוגנג פון2.5 שעה וואס איז מיר געווען קריטיש וויכטיג, נאך מיר צו קענען אביסל צולייגען אין ארץ ישראל, אבער למעשה בין איך ערשט אנגעקומען 4:00 צופרי אנשטאט 1:00 ביינאכט.
עסן/טרונקען ווייס איך נישט פינקטלעך, עס האט אויסגעקוקט ווי ווער עס האט באשטעלט פון פאראויס עסן פאר גוט געלד האט עס באקומען.
זעה איך שפעטער אין א פלייער איטער מיין זיץ אז די ראשי תיבות איז YOU PAY, וואס איר דארפט דאס באצאלט איר, דהיינו אז איר צאלט נישט מער פאר סערוויסעס וואס איר ברויכט באמת נישט, וו. צ.ב.ש. פארוואס זאל א מענטש מיט א רענצל צאלן פונקט וואו א מענטש אן א רענצל? מיט עסן ווי אן עסן? וכו.
איך האב מיר דאן געמאכט א קבלה אז מער פאר איך נישט מיט אזונא (ביליגע) [טייערע] פלייטס.

- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
איך האב באקומען א פארקינג טיקעט אויף די מעיל, פון א נסיעה פון איבער א יאר צוריק. עס שטייט נישט די לאקאציע פונעם ווייאלעישאן, און איך געדענק נישט אז עס זאל זיך מיר קומען פארשטייט זיך.
איך האב געקאלט דעם נומער אויפן טיקעט, האבן זיי מיר געזאגט אז דאס בעסטע איז צו אימעילן, האב איך דאס געטוהן, עס איז שוין אריבער באלד א וואך און קיינער האט נישט געאנטווארט.
מ'רעדט פון נארישע 30-40 טאללער, איך וויל אבער וויסען פארוואס איך באצאל.
איינער האט עפעס עקספיריענס?