א נסיעה קיין ארץ ישראל און אלעס ארום

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 4:14 pm

לכאורה איז עס דאס:

מתווכים לך דירות אירוח בצפת וגם סיורים בצפת

מתווך הבית של מודיעין צפת – עם מאגר צימרים גדול במיוחד יתאים לכם את הצימר המושלם בשבילכם.

ישראל רוטנברג- 0527631531 Rottenberg
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

האטעל אין צפת

תגובהדורך משתוקק » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 8:34 pm

איך זיך איינצשטיין אין א האטעל פאר א פאר טאג אין צפת, איינער האט עפעס עקספיריענס ?

Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:13 pm

משתוקק האט געשריבן:איך זיך איינצשטיין אין א האטעל פאר א פאר טאג אין צפת, איינער האט עפעס עקספיריענס ?

גיי צי רימונים

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:33 pm

רימונים איז ‏walking distance פון א בית מדרש און א מקוה ?


איך פרעג ווייל איך בין א גרינער.

חכם הרזים
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 7:10 pm

תגובהדורך חכם הרזים » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 10:17 pm

נאטורליך האט געשריבן:די וועג איז גרינג, טראפיק איז ווייט נישט ווי דאהי, די טרעפיק איז לייכט, די וועג איז הערליך און געשמאק. מאך זיכער דו פארסט מיט וועיז און שטעל אן עס זאל נישט פארן אין די שטחים


ווי אזוי שטעלט מען אן וועיז נישט צו פארן אין די שטחים?
איז עס אקוראט?
איך האב אמאל געהערט אז וועיז קען אריינפירן אין מסוכנדיגע וועגן.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 10:57 pm

ווען די קומסט אן דארט וועסטו זעהן א option אין וועיז avoid zone A,B
עס ארבייט ב"ה זייער פיין

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 11:20 pm

נאטורליך האט געשריבן:ווען די קומסט אן דארט וועסטו זעהן א option אין וועיז avoid zone A,B
עס ארבייט ב"ה זייער פיין

דאכצעך מיר אז ע"ס איז את צווייטע ווארט, נישט עוואיד a and b.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

באשטעלן סעודת שבת אין ירושלים

תגובהדורך משתוקק » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 11:55 pm

איך זיך צי באשטעלן סעודת שבת אין ירושלים ווייסט איינער פון ווי מען קען דאס באשטעלן ? און בעיקר אז די עסן זאלן זיין נוסח אמעריקע.


יישר כח פון פאראויס.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

באס דירעקט פון נתב״ג קיין ירושלים

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג פאברואר 13, 2017 12:28 pm

נעכטן האב איך געהערט אויף קול מבשר, אז אנגהויבן פון היינט מאנטאג הייבט זיך אן א נייע באס רוט (קו בלע״ז) דירעקט פון ירושלים ביזן עירפארט אין לוד און צוריק. (ביז היינט איז נישט געווען קיין דירעקטע באסעס).

קו 485 ס׳ווערט אפערירט דורך די ׳אפיקים׳ פירמע.
ס׳פארט ארויס א באס יעדע שעה. ס׳נעמט אויף ביים טערמינעל (1-3) און לייגט אראפ ביים צענטעראלע סטאנציע אין ירושלים אויף רחוב יפו (און נאך אפאר סטאפס).
די פרייז איז 16 שקל א וועג (דאס איז בלויז $4.27).

דאס איז לכאורה א שטארקע דורכברוך פאר די רייזענדע (א טעקסי קאסט בערק 280 שקל = $70)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:39 pm

מיט דקה 99 קאסט עס 180 שקל

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:51 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:מיט דקה 99 קאסט עס 180 שקל
זייער ביליג, כהאב נישט געוואוסט.
מ׳צאלט איינמאל פאר א קאר אדער מ׳צאלט באזונדער פער מענטש?
מיטן באס איז עס נאך אלס א צענטל די פרייז.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:56 pm

די פרייז איז פאר א קאר מיט צו 2 רענצליך. אפשר קומט צו אפאר שקל פאר נאך א פאסאנזשיר

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:01 pm

אלף בית האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:מיט דקה 99 קאסט עס 180 שקל
זייער ביליג, כהאב נישט געוואוסט.
מ׳צאלט איינמאל פאר א קאר אדער מ׳צאלט באזונדער פער מענטש?
מיטן באס איז עס נאך אלס א צענטל די פרייז.

אין עיראפארט קען מען נישט נעמען דקה 99, נאר הדר וואס האבן די אויסשליסליכע מאנאפאל אויף דעם עירעפארט, און בעטן 280 שקל (+ 5 שקל יעדע רענצל).
אדער באשטעלט מען א חבר פאר נאך 50 שקל (מער ווי הדר)

אזוי אז דער באס איז א דורך ברוך (אויב ס'וועט זיך אויסשטעלן אלץ סוקסעס, אויב גייט מען דארפן ווארטן ביז דער באס ווערט פול, און דערנאך דורך פארן אלע פאריקטע געגנטער, און קיין גאולה פארט ער נישט אריין, איז דאס גארנישט ווערט)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:03 pm

נישט ריכטיג. מען קען אריינרופן צו דקה און דארט קריגן פאר 180 שקל

לחי
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2015 7:24 am

תגובהדורך לחי » מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:21 pm

שמו האט געשריבן:אין עיראפארט קען מען נישט נעמען דקה 99, נאר הדר וואס האבן די אויסשליסליכע מאנאפאל אויף דעם עירעפארט, און בעטן 280 שקל (+ 5 שקל יעדע רענצל).
אדער באשטעלט מען א חבר פאר נאך 50 שקל (מער ווי הדר)

אבי גערעדט, ס'דא גענוג היימישע דרייוער'ס וואס טוען דאס פאר 150,180, שקל. אין מ'קען באשטעלן וועם מ'וויל, אגב ס'דא אויך מוניות שירות דאס הייסט בערך אזוי ווי א 15 פעסענדזשער ווען אין ס'קאסט דאכציך מיר בערך ארום 50 שקל.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:31 pm

לחי האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אין עיראפארט קען מען נישט נעמען דקה 99, נאר הדר וואס האבן די אויסשליסליכע מאנאפאל אויף דעם עירעפארט, און בעטן 280 שקל (+ 5 שקל יעדע רענצל).
אדער באשטעלט מען א חבר פאר נאך 50 שקל (מער ווי הדר)

אבי גערעדט, ס'דא גענוג היימישע דרייוער'ס וואס טוען דאס פאר 150,180, שקל. אין מ'קען באשטעלן וועם מ'וויל, אגב ס'דא אויך מוניות שירות דאס הייסט בערך אזוי ווי א 15 פעסענדזשער ווען אין ס'קאסט דאכציך מיר בערך ארום 50 שקל.

נישט אבי גערעדט, איך פאר גענוג האפט, אדרבה, לאז מיר וויסן ווער ס'מאכט דאס פאר 150 אדער 180 שקל

דער שירות, איז נשר, אבער ס'איז א שרעק פון א שירות
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:34 pm

שמו האט געשריבן:(אויב ס'וועט זיך אויסשטעלן אלץ סוקסעס, אויב גייט מען דארפן ווארטן ביז דער באס ווערט פול, און דערנאך דורך פארן אלע פאריקטע געגנטער, און קיין גאולה פארט ער נישט אריין, איז דאס גארנישט ווערט)

אויב איז צוגעשטעלט א באס יעדע שעה גלייב איך נישט אז ער גייט ווארטן ביז ער ווערט פיל
די באס פארט נישט אריין אין די פאריקטע געגענטער.
ס״ה 10 סטאפ׳ס, 3 אין עירפארט, 2 אויפן וועג (כביש 1) 5 אין ירושלים.
קו 485 נתב״ג ירושלים
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:45 pm

אויב מ'קומט מיט גאנצע זעק און פעק איז א באס נישט אזא גרינגע מעשה.

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » מאנטאג פאברואר 13, 2017 3:04 pm

99 איז די ביליגסטע דארט אין עירפארט, מ'דארף זיי רופן אויפ'ן טעלעפאן ווייל זיי טארן נישט ווארטן דארט מיט די אנדערע מוניות, אויך דרייען זיך ארום אין עירפארט היימישע וואס זענען צומאל מסכים צו מאכן דעם נסיעה פאר 200 שקל..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

לחי
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2015 7:24 am

תגובהדורך לחי » מאנטאג פאברואר 13, 2017 3:09 pm

שמו האט געשריבן:
לחי האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אין עיראפארט קען מען נישט נעמען דקה 99, נאר הדר וואס האבן די אויסשליסליכע מאנאפאל אויף דעם עירעפארט, און בעטן 280 שקל (+ 5 שקל יעדע רענצל).
אדער באשטעלט מען א חבר פאר נאך 50 שקל (מער ווי הדר)

אבי גערעדט, ס'דא גענוג היימישע דרייוער'ס וואס טוען דאס פאר 150,180, שקל. אין מ'קען באשטעלן וועם מ'וויל, אגב ס'דא אויך מוניות שירות דאס הייסט בערך אזוי ווי א 15 פעסענדזשער ווען אין ס'קאסט דאכציך מיר בערך ארום 50 שקל.

נישט אבי גערעדט, איך פאר גענוג האפט, אדרבה, לאז מיר וויסן ווער ס'מאכט דאס פאר 150 אדער 180 שקל

דער שירות, איז נשר, אבער ס'איז א שרעק פון א שירות
דו ווילסט נאמבער'ס ? דא האסטו.
1- אבי אמרוסי - 0505303487 - 150₪
2- בעריש תהילים - 0527687308 - 150₪
3- פאר 180₪- 0524485125

משה שטינקאוויטש
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » מאנטאג פאברואר 13, 2017 3:30 pm

Hi we are iye"h going to Israel for 9 days lag buomer, i was ther a few times but now i want to cover it all
so im looking for a professional tour guyd to plan and arrange everything from the airport till back to the airport
hotels food attraction and more for a descent price ....any info will be helpful.
please recommend someone you used.

thanks in advance :?:

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מאנטאג פאברואר 13, 2017 9:47 pm

לכבוד הרב משה שטינקאוויטש און אזוי אויך פאר אלע וואס ווילן פארן קיין ארץ ישראל מיט א רואיגקייט...

איך האב א חבר וואס האט א חברת הפקות אין ארץ ישראל ד.ה. אז אויב לאמיר זאגן די ווילסט מאכן א בר מצווה אדער א חתונה מיטן פולסטן רואיגקייט שטעלט ער דיר צו אויפן גאלדענעם טאץ און ער איז שוין באוויסט אין דעם א לאנגע צייט און ער האט לעצטענס אויך אנגעהויבן צו מאכן א נייע געדאנק אז אויב איינער וויל פארן קיין ארץ ישראל מיט א רואיגקייט שטעלט ער דיר צו פון א דירה, קאר, טריפס, פלענער, וכדומה ביזן קלענסטן איינצעלהייט אויף א מינאמאלע פרייז...רבותי איך האב עס פרובירט לעצטענס און ס'ווערד יעדע פעני!!! איך זאג דיר ער מאכט די ארבעט פערפעקט!!!

האט איר אין פלאן צו פארן קיין ארץ ישראל?? פארגעס נישט צו רופן דעם נאמבער און מיט די איין פאון קאול איז אייך אלעס מסודר...

Screenshot_20170214-044009.jpg
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג פאברואר 14, 2017 1:29 am

משתוקק האט געשריבן:איך זיך צי באשטעלן סעודת שבת אין ירושלים ווייסט איינער פון ווי מען קען דאס באשטעלן ? און בעיקר אז די עסן זאלן זיין נוסח אמעריקע.


יישר כח פון פאראויס.

מרת ווייספיש
טאקע נישט נוסח אמעריקע אבער פארט ברייט און בא'טעמ'ט.
פון אמעריקע: 011-972-2-538-0988
פון א''י: 02-538-0988
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג פאברואר 14, 2017 1:35 am

משה שטינקאוויטש האט געשריבן:Hi we are iye"h going to Israel for 9 days lag buomer, i was ther a few times but now i want to cover it all
so im looking for a professional tour guyd to plan and arrange everything from the airport till back to the airport
hotels food attraction and more for a descent price ....any info will be helpful.
please recommend someone you used.

thanks in advance :?:


פעינטער האט געשריבן:איך האף אז דאס איז די ריכטיגע אשכול פאר מיין פראגע
איך פאר קיין ארץ ישראל בקרוב, וואלט איר געקענט מיטטיילן און sharen מיטן חשובן ציבור פון שיינע פלעצער, טורס, און ווי אויך דרייווערס א.ד.ג צו קענען פלאנען א שיינע נסיעה צום געדענקען ?
עס איז לעצטנס ארויס עפעס א היימישעטאר גייד Tour Guide ווייסט איינער איבער מעהר אינפארמאציע איבער דעם? ווי קען איך דאס קויפען?
Thank you all in advance!!

האב א שכן אין אפיס וואס טוט דאס פאר פרנסה איך וועל אים פרעגן זיין נומער.
איך האב אויך ב''ה עקספיריענס, כאטש נישט אזוי ווי ער. (איך האב דארט געוואוינט א שטיק צייט און געטון אין דעם פון די נאנט) און אז דו ווילסט עס האבן פאר גאר ביליג (עכ''פ די קאמישען חלק) קען איך דיר עס אויסשטעלן, קענסט מיך קאנטאקטן אין אישי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג פאברואר 14, 2017 3:31 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:מיט דקה 99 קאסט עס 180 שקל

כ'וועל אייך געבן א טעל. # פין א היימישע טעקסי קאמפאני מיט היימישע דרייווער פאר ביליגערע פרייזן
מהדרין זול 035511110

דרך צדיקים036187777
ככר הרב דסלר 036544405

געדענקט נאר צי אויסנענמען נאך אויפ'ן טעלעפאן אז עס זאל זיין די ביליגע פרייז


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט