היים און פייער אינשורענס

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

היים און פייער אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יא איך האב מיך דערמאנט.
איך קלער צו מאכן פייער אינשורענס אויף די חפיצים פון מיין הויז, איך וואוין און געדינגענע דירה איז פאר די דירה דארף איך נישט קיין אינשורענס (בין איך גערעכט?)

יעצט איז מיין שאלה וויפיל קאסט אזא מעשה א יאר? וואס דארף איך נעמען און באטראכט?
ווער ס'האט סיי וואסערע עקספיריענס זאל ביטע מיטטיילן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווענדט זיך און וויפיל און וואס פאר א קאוורעדזש, דארפסט זיך מאכן א חשבון וואס דיינע חפצים קאסטן, אנרופן א בראקער און אויסשמועסן וואס ער האט אוועלעבל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

איך צאל $200+ א יאר

1 בעדרום
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אויב די באטראכסט צו נעמען פייער אינשורענס, איז נישט מער ווי רעכט אז די זאלסט דאס נעמען ביי אונזער חבר ה''ה ידידינו 'קאר אינשורענס', וואס אויסער דעם וואס ער וועט דיר געבן דאס מערסטע מאס געדולד אין איבערגעגעבנקייט, און אויסער דעם וואס ער וועט דיר געבן די בעסטע פרייז אויף די מארקעט, פשוט אלס הכרת הטוב וואלט איך אים רעקאמענדירט, וויבאלד ער העלפט דא כסדר ארויס דעם עולם שלא על מנת לקבל פרס.
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

bailout האט געשריבן:אויב די באטראכסט צו נעמען פייער אינשורענס, איז נישט מער ווי רעכט אז די זאלסט דאס נעמען ביי אונזער חבר ה''ה ידידינו 'קאר אינשורענס', וואס אויסער דעם וואס ער וועט דיר געבן דאס מערסטע מאס געדולד אין איבערגעגעבנקייט, און אויסער דעם וואס ער וועט דיר געבן די בעסטע פרייז אויף די מארקעט, פשוט אלס הכרת הטוב וואלט איך אים רעקאמענדירט, וויבאלד ער העלפט דא כסדר ארויס דעם עולם שלא על מנת לקבל פרס.


Thanks i really appreciate

it depends where you live, and what kind of coverage you want,

so since i dont have Yiddish on my computer i will stop here

Please contact me and i will help you
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לאמיר אביסל נסביר זיין.
איך וואוין און א פשוט'ע אלטע הויז מיט ציגעלנע ווענט. מיין הויז איז א צוויי בעד רום דירה.
איך האב א דיינונג רום סעט און א טייערע שטריימעל (קודם התקנות)

וואס נאך אינפארמאציע דארף איך געבן.
איך הער פון מענטשען אז ס'איז דא אזא זאך וואו רענטערס, וואס איז דאס?

קאר אינשורענס. אויב עפענסטו מיר די אויגן האסטו א גוטע שאנס מיך צו האבן פאר א קאסטומער.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

מ'דארף נישט געבן קיין שום אינפארמאציע וויפיל די זאכן אין די דירה זענען ווערד.

געלעגער מאך נישט קיין קאפ ווייטאג דערפון, די אינשורענס עדזשענט'ס טוען שוין די ארבעט פאר אייך, זאג אים די דארפסט אינשורענס און שוין,

ס'ווענד זיך צו די ווילסט אריינרעכנען, פייער, וואסער, גניבה, צירינג,

איך האב פאר אלעס, מ'זאל עס קיינמאל נישט ברויכן, און איך צאל עטוואס איבער 300.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך האב רענטערס אינשורענס (דאס מיינט אז די דירה איניש מיינס נאר די חפיצים דערינען) כ'צאל 64 דאלער פער יאר.
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

לאז געמאכט האט געשריבן:איך האב רענטערס אינשורענס (דאס מיינט אז די דירה איניש מיינס נאר די חפיצים דערינען) כ'צאל 64 דאלער פער יאר.


דו ביסט לכאורה גאר ווייניג קאווערד, איך האב אויך רענטערס אינשורענס, און איך צאל $236 און איך בין קאווערד ביז $50,000 נישט אריין גערעכנט צירינג מיט זילבער
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

לאז געמאכט האט געשריבן:איך האב רענטערס אינשורענס (דאס מיינט אז די דירה איניש מיינס נאר די חפיצים דערינען) כ'צאל 64 דאלער פער יאר.

לאזי, עס איז א שאד אידיש געלט, די 64 דאלער וואס דו צאלסט, ווייל דו מיינסט אוודאי אז ח"ו בבוא היום און עס וועט זיין א שאדן, וועט עס דיר דעקן, איך האב זייער מורא, אז דו וועסט דעמאלסט קענען צולייגן די 64 דאלער יערליך צום שאדן....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לאז געמאכט : עס מאכט נישט קיין סענטס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

לאז געמאכט האט געשריבן:איך האב רענטערס אינשורענס (דאס מיינט אז די דירה איניש מיינס נאר די חפיצים דערינען) כ'צאל 64 דאלער פער יאר.

there is such a policy , but its only for fire and only actual cash value not replacement cost for example
you got your furniture 5 years ago for $10,000 and now 5 years later the value of it is only $5,000 or less so with your policy you will get for it the value at the time of the fire thats $5,000 so you cant buy with this new furniture, but this is what the loss was,
the other policy covers for replacement cost and this would be $10,000
plus it covers for theft, water damage, and liability,

so the policy of $65 is still better then nothing but its far from good
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

יעצט איבערגעטשעקט מיין פאלעסי, עס קאסט די יאר $58.00

איך בין געקאווערט בעזהשי"ת ביז 50,000 דאלער. ניש נאר פאר פייער נאר אויך פאר אלע אנדערע שאדענס.

כ'האב געקאלט מיין אגענט אויב כ'קען האבן מער כ'בין גרייט צו צאלן נאך אפאר טאלער, האט ער געזאגט אז ניין. כ'געדענק נישט פונקט דעם תירוץ פארוואס. אויב ס'איז עמיצין נוגע קעניך אים נאכאמאל קאלן. (כ'האב יעצט געקוקט אויף זייער וועבסייד זע איך אז דאס איז די מעקסומם פאר רענטער'ס אינשורענס).
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

האסט געקיקט אויב די ביזט געקאווערט אויף ריפלעיסמענט קאסט?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'האב ניש געטראפן ווי ס'שטייט.
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

צו באצאלן א יאר בערך 60$ פאר רענטערס פייער אינשורענס איז פשוט צו ביליג, עפעס מאכט נישט קיין סענס.

עס דארף קאסטן צווישן צוויי און פיר מאות. און עס איז נאר פאר מטלטלין, און אלע אנדערע זאכן וואס זענען נישט געדעקט אינעם אייגענטומער'ס פאליסי.

עס לוינט נישט צו זיין קארג אויף אזעלכע זאכן. לאמיר האפן בס"ד מען דארף עס קיינמאל נישט נוצן, אבער אויב ח"ו יא, דעמאלט איז צו שפעט זיך צו רייסן די האר פון קאפ פאר זיך לאזן ארייננארן אין אזא שפאטישע פייער אינשורענס פאליסי. נאכאמאל, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס און שלעפן דיין געלט - אבער זעהסט דאך אז רוב אירע דא קענען נישט פארשטיין אזא ביליגע פייער אינשורענס. עס דארף קאסטן לכה"פ צוויי הונדערט דאלאר א יאר, אויב נישט דריי-צוואנציג דריי-פופציג בערך.

נעם א פאליסי פאר בערך דרייסיג דאלאר א חודש, מאך עס אויטאמאטיש באצאלט פון דיין טשעקינג אקאונט, און דו האסט געטאן דיין השתדלות.

אויף שמחות!


-
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

איך האב רענטערס , 150000,מיט גניבה, פלאד אין צירינג ביז 20000 , 300000 דאלער לייעבילעטי, 449 א יאר
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך בין בכלל נישט קארג אויף דעם. אדרבא כ'האב געקאלט מיין אגענט פרעגן אויב איך קען צאלן 'מער', ער זאגט אז נישט. וואס זאליך טאן? אולי וועליך אים מארגן צוריק קאלן פרעגן פארוואס חברים זאגן זיי צאלן מער.
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

on the policy you should see 1 of this, RC or ACV or Replacement Cost or Actual cash Value
if you want to have a good policy you could contact me, maybe with the company you have you cant get higher coverage but there is other company's to check it out

די חילוק אויף אייער פּאָליסי דארפט איר טשעקן וואס איר האט
RC אָדער ACV (ריפּלעיסעמענט קאָסט אָדער עקשועל קעש וואליו)
אויב איר ווילט האָבן אַ גוטע פּאָליסי קענט איר מיך קאָנטאַקטן
אפֿשר מיט די פירמע וואס איר האָט איר האט קענט איר נישט באַקומען העכערע קאוורידזש
אָבער עס איז דאָ אנדערע פירמע'ס אויך
טשעק עס אויס
לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשן קיגל »

לאז געמאכט איך מעג אויך זען זייער וועבסייט? נישט ווייל איך גלייב דיר נישט, נאר ווייל איך וויל מאכן א פאלעסי.
שוין געשיקט אן פרטי צו קאר אינשורענס היות איך ווייס נישט צו ער איז נאך אויף די (איי)וועלט, וויל איך אויך זען די אנדעררע.
שכח.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

עס שטייט נישט דא די סוף פון די מעשה?! כ'צאל שוין היינט 260 דאלער א יאר אומגעפער. כ'האב עס געמאכט ביי גאר א עקספיריענסט אגענט ער רופט זיך פיעס אוו מיינד אינשורענס.
נאכן ווערן אפגעפאטשט דאהי מיט מיין געוועזענע אגענט אז ער האט מיר צוגעשטעלט שוואכע קאווריטש, ביניך ארומגעגאנן צו עטליכע אגענטן הערן וואס זיי האבן צו אפפערן, קיינער האט נישט גערעדט אזוי צו די זאך ווי דער אידל, און כ'האב טאקע פון אים געקויפט. לתועלת הרבים לייג איך דא זיין קאנטאקט אינפארמיישאן.
Peace of Mind Insurance Brokerage LLC.
2 Skillman Street Suite #308
Brooklyn N.Y. 11205
P, 718-972-Mind(6463)
F. 718-972-6464
[email protected]
http://www.peaceofmindinsurance.com

דרך אגב איז אונטערסאנט אנצומערקן אז געווענליך האבן מענטשן אזא אפשיי פון אגענטן מען טרייבט פון זיי שפאס און מען פרובירט זיך פון זיי ארויסצודרייען, עס קוקט אויס ווי די אגענטן זענען עפעס באגי מענס...
די אמת איז אבער נישט אזוי. חלילה אויב עפעס געשענט ה"י דעמאלטס רייסט מען זיך די האר פון קאפ פארוואס האט א אגענט מיך נישט צוגעשטיפט צו מאכן א גוטע אינשורענס??? וואס איז צוויי מאות א יאר? א גארניש צו וויפיל עגמת נפש עס קען איינשפארן בעזהשי"ת.

ס'איניש קיין סוד עס איז דא אין די שכינות געווען א גרויסע שריפה, רוב משפחות זענען געבליבן בעירום ובחוסר כל במלא מובן המלה! היינט צופרי איז געווען א גרויסע מגבית פאר די משפחות, אוואדי איז מצוה גדולה לחזקם אבער עס רייסט ביים הארץ טראכטענדיג אז פאר א נישטיגע סומע א יאר וואלט מען דאס געקענט פארמיידן. און אדרבה ודי...
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

זיי האבן געהאט עפעס אינשורענס, ניין?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

לויט ווי מ'שמועסט האבן א גרעסערע חלק נישט געהאט.

עס איז מיר א פלא אז מען מאכט נישט דערפון א איבערקערניש צו זעהן דער עולם זאל זיך פארזארגן אינשורענס. א אויספרעג ביי אפאר אידן אויב זיי פארמאגן דאס האבן אלע געזאגט אז נישט. עס איז א פחד. כ'מיין די תירוץ איז אז די אגענטן פארדינען נישט צופיל דערפון! סא אינישטא ווער ס'זאל שטופן.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ליידער רעדט עס נישט צום מענטש ביז עס פאסירט עפעס ביי איינע פון זיינע גאר נאנטע, ואני בתוכם..... איך האב געקויפט אינשורנס ערשט נאך וואס מיין ברודער און איינע פון מיינע שכנים האבן געהאט א שריפה ר"ל.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

פארוואס זאלעס אזוי זיין? איזה חכם הרואה את הנולד [כבר], צו וואס ווארטן ביז ס'איז חלילה צו שפעט?
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”