דמו הנה נדרש מען פאדערט זיין בלוט פון אונז, "למעשה"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פאר דעם האב איך געזאגט ביזט אביסל גערעכט
אבער
אין לינן קאונטי קען מען נישט קויפן קיין כשר שטיקל קוכן אין קאנטין, (אפשר א סעלצער אדער ספרינג וואסער יא) ר' שלום מרדכי עסט סייווי נאר וואס מ'ברענגט אים פון דערהיים, און מ'קען כסדר אנפילן דעם אקאונט, דאס איז ר' שלום מרדכי'ס קלענסטע פראבלעם. (סייווי האט ער יעצט נישט קיין ברירה צוריק צו שיקן, ווייל ער איז אגאנצן טאג פארנומען מיט זיין טרייעל, און ער דארף אביסל לערנען.דאווענען. רעדן מיט משפחה וכו', נאר די בריוו זענען אים פארט מחזק.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

תכלית רבותי, ווער האט שוין געשיקט ?
איך האלט שוין אינמיטן שרייבן מיין צווייטע.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אט האט איר מיין צווייטע בריוו, שוין אדרעסירט, געסטעמפט, ס'גייט אי"ה אריין אין פאסט קעסטל יעצט אויפן וועג אהיים.
בס"ד
י"ט סיון, שנת ת'שחרר ש'לום מ'רדכי ב'ן א'ברהם א'הרן ה'לוי ו'כל ב'ית י'שראל א'חיו ב'מהרה
לכ' ידיד כל בית ישראל ר' שלום מרדכי הלוי בן רבקה שי' רובאשקין.
דאס איז מיין צווייטע בריוו צו אייך, האפענטליך אז דער בריוו און אזוי אויך די פריערדיגע האט אייך געטראפן אין גוטן געזונט צושטאנד, השי"ת גיבט אייך אודאי ספעציעלע שטארקע כוחות איבערצוטראגן די אלע שווערע זמנים.
מיר קענען נישט וויסן פון פאראויס ווען איר וועט באקומען דעם בריוו אין אייער האנט, ספעציעל מיט די ביוראקראטישע פראצעדורן. אבער איך שרייב דעם בריוו אונטערן איינדרוק אז ס'וועט אנקומען ארום די טעג פון כ"ג סיון, אפילו אויב ס'וועט נאך נישט זיין אין אייערע הענט אין דעם טאג, וועט עס שוין ווארשיינליך זיין אינעם בנין וואו איר זענט.
צדיקים האבן געזאגט גאר גרויסע זאכן אויף דעם טאג כ"ג סיון. ס'איז מיר פערזענליך נישט באקאנט וואס מ'האט געזאגט אין חב"ד אויף דעם טאג, אבער אזויפיל ווייס איך, אז אין חב"ד האט מען אלץ געזוכט די גוטע סימנים אויף די טעג און משפיע געווען זייערע גוטע השפעות אויפן היינטיגן דור.
בפרט א טאג וואס ווערט דערמאנט מיט אזא חביבות אין די הייליגע מגילה, וועלכער איד קען דען נישט דעם זיסן ניגון ...ויקראו סופרי המלך בעת ההוא, בחדש השלישי הוא חודש סיון בשלשה ועשרים יום בו ויכתב ככל אשר צוה מרדכי אל היהודים.. האט עס דאך א טיפער פשט, פארוואס דערציילט אונז די תורה הקדושה ווען ס'האט פאסירט ? יעדע אות איז דאך געוואויגן און געמאסטן, נאר וואס דען, דאס קומט אונז צו דערציילן, מיר זאלן וויסן און געדענקען אז אין דעם טאג קומען אראפ פון הימל השפעות פון ישועות, השפעות פון מיגון לשמחה, ומאבל ליום טוב, השפעות איבערצודרייען גזרות, אפילו אזעלכע גזירות וואס איז שוין געשריבן און געזיגלט געווארן מיטן קעניג'ס זיגל, כידוע, סיי מיטן זיגל פון מלכותא דארעא, סיי מיטן זיגל פון מלכותא דרקיעא, קען מען אין דעם טאג איבערדרייען מהיפוך להיפוך.
לאמיר א קוק טון אין דעם פסוק, און לערנען מענינו של יום, חז"ל זאגן דאך שמא קא גרים, איר הייסט דאך "שלום מרדכי" דעריבער איז עס א עקסטערע סגולה ס'זאל נשפע ווערן די השפעות פון "מרדכי" הצדיק, וואס די תורה רופט אים אן ודובר "שלום" לכל זרעו, און מיר פארשטייען אליין אז אויב שטייט דער ווארט "לכל" אין די תורה הקדושה מיינט דאס אויך אויף אלע שפעטערדיגע דורות.
איך קוק עס אן פאר מיין רעליגעזע פליכט עפ"י תורה צו לערנען מיט אייך די פסוקים פון תנ"ך וואס באצייכענען די געשעענישן פון די איצטיגע צייט. בפרט אז דער פסוק זאגט דער ווארט "בעת ההוא" דאס מיינט אז מען דארף עפעס ארויסנעמען פון דעם טאג דער צייט האט א השפעה אויף די פאסירונגען, און וואו באקאנט איז אין תנ"ך דא זייער ווייניג דאטומ'ס, און אויב יא, איז א פליכט דאס צו לערנען אין די צייט.
ס'איז באקאנט וואס שטייט אין הייליגן קדושת לוי הקורא את המגילה למפרע לא יצא, אויב ליינט מען די מגילה "למפרע" אז דאס איז חלילה א אלטע מעשה פון אמאל, "לא יצא" האט ער נישט יוצא געווען דעם רצון ד' נאר מען דארף עס לערנען וואו א הוה א מעשה וואס פאסירט איצט, די השפעות פון די טעג קומען אראפ יעדן נאר.
יעצט ליבער ר' שלום מרדכי לאמיר לערנען די פסוקים (אסתר קאפיטל ח' אנגעפאנגען פון פסוק ז')
ז ויאמר המלך אחשורש לאסתר המלכה ולמרדכי היהודי הנה בית המן נתתי לאסתר ואתו תלו על העץ על אשר שלח ידו ביהודים
ח ואתם כתבו על היהודים כטוב בעיניכם בשם המלך וחתמו בטבעת המלך כי כתב אשר נכתב בשם המלך ונחתום בטבעת המלך אין להשיב
ט ויקראו ספרי המלך בעת ההיא בחדש השלישי הוא חדש סיון בשלושה ועשרים בו ויכתב ככל אשר צוה מרדכי אל היהודים ואל האחשדרפנים והפחות ושרי המדינות אשר מהדו ועד כוש שבע ועשרים ומאה מדינה מדינה ומדינה ככתבה ועם ועם כלשנו ואל היהודים ככתבם וכלשונם
י ויכתב בשם המלך אחשורש ויחתם בטבעת המלך וישלח ספרים ביד הרצים בסוסים רכבי הרכש האחשתרנים בני הרמכים
יא אשר נתן המלך ליהודים אשר בכל עיר ועיר להקהל ולעמד על נפשם להשמיד ולהרג ולאבד את כל חיל עם ומדינה הצרים אתם טף ונשים ושללם לבוז
יב ביום אחד בכל מדינות המלך אחשורוש בשלושה עשר לחדש שנים עשר הוא חדש אדר
יג פתשגן הכתב להנתן דת בכל מדינה ומדינה גלוי לכל העמים ולהיות היהודים עתידים ליום הזה להנקם מאיביהם
יד הרצים רכבי הרכש האחשתרנים יצאו מבהלים ודחופים בדבר המלך והדת נתנה בשושן הבירה
טו ומרדכי יצא מלפני המלך בלבוש מלכות תכלת וחור ועטרת זהב גדולה ותכריך בוץ וארגמן והעיר שושן צהלה ושמחה
טז ליהודים היתה אורה ושמחה וששן ויקר
יז ובכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע שמחה וששון ליהודים משתה ויום טוב ורבים מעמי הארץ מתיהדים כי נפל פחד היהודים עליהם
יעדעס ווארט, יעדעס אות, איז צוקער זיס, יעדעס אות איז א נצחיות בכל עת ובכל שעה ובכל מצב שהוא, ודבר אלקינו יקום לעולם. לערנט עס דורך, טראכט עס איבער לפי אופן המבואר לעיל.
יעצט א קליינע אמת'ע מעשה וואס כ'האב געהערט מפי מגידי אמת, בשעת די צווייטע וועלט מלחמה ווען דייטשלאנד אין רוסלאנד האבן זיך צוטיילט מיט פוילן [ביים טרויעריג באקאנטן מאלטאוו - ריבענטראפ אפמאך] האבן די רוסישע רשעים צוזאמגענומען גרויסע גרופעס מיט אידן וואס זענען פארבליבן אין רוסישן טייל פון פוילן, און מיט פארשידענע תירוצים זיי פארשלעפט טיף אין סיביר. איז געווען דארט אן אלטער רבי א איש קדוש מאוד אן אייניקל פון רבי ר' אלימלך פון ליזענסק, און ער איז געשטאנען אין די באן שטאציאן צוזאמען מיט די קינדער און אייניקלעך, גרייט געווען אפגעפירט צו ווערן געצווינגענערהייט קיין סיביר, און דער טאג איז געווען כ"ג סיון.
דער רבי האט זיך אנגערופן בפני כל עם ועדה, ס'מוז זיין א גוטע זאך אז מ'טראגט אונז אוועק, אין אזא טאג וואו כ"ג סיון קען נאר געשען גוטס, דער ציבור האט געקוקט אויף אים מיט וואונדער, מאנכע (מקטני אמנה) האבן געזאגט דער רבי איז נעבעך גערירט געווארן פון צרות, מען פארטרייבט אנשים נשים וטף אין ווילדן סיביר, און דו זאגסט ס'איז א גוטע זאך ?
ולא ארכו הימים, און מען האט איינגעזען וואו גערעכט דער רבי איז געווען, די דייטשן ימ"ש האבן געבראכן דעם אפמאך און האבן איבערגענומען "גאנץ" פוילן, און ווער ס'איז דארט געווען איז געגאנגען קיין אוישוויץ טרעבלינקע, קאמענעץ פאדאלסק, וכו'. און די אידן אין סיביר האבן 99 פראצענט איבערגעלעבט הם ונשיהם וטפם, און נאך די קריג זענען זיי אהיים געקומען לעבעדיג און געזונט. נא, איז דאס דען נישט געווען א גוטע זאך ביום כ"ג סיון ?!
דאס איז פאר מיר א מוסר השכל, נישט אלעס איז וויאזוי ס'זעט אויס אויפן מאמענט, צדיקים האבן פארשטאנען נאך פאר יעדן, אבער נאך א קורצע וויילע וועלן מיר אלע אי"ה זען און פארשטיין, אכיה"ר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אויפקלערונג: כ'האב מקדים געווען פאר די פסוקי המגילה אז כ'טו עס אלץ מיין רעליגעזע פליכט צו לערנען תנ"ך ווייל וואו באקאנט קענען די בריוו געליינט ווערן דורך די אויטאריטעטן, הגם כ'גלייב שווער אז זיי קענען אידיש, אבער לשון קודש איז גרינגער צו טרעפן איבערזעצער, און כ'האב מורא געהאט אז "להשמיד להרג ולאבד את כל חיל עם וכו' " קען חלילה אנצינדן א רויט לעמפל, האב איך עס שטארק אריין געלייגט אינעם ענין פון לערנען תנ"ך.
כ'האב אבער פארט געוואלט ר' שלום מרדכי זאל דאס ליינען, זאל ער שוין שפירן אביסל דעם זיסן טעם פון נקמה וואס וועט זיכער קומען, די שאלה (צווישן אונז) איז דאך נאר, ווען ?
בדרך אגב, ר' שמעון ראלניצקי זאגט אז לויט די לעגאלע עקספערטן איז די שאנסן 50/50 אויף דעם סטעיט טרייעל, רייסט איין פאר שלום מרדכי הלוי בן רבקה. אין הדבר תלוי אלא בתפלה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים "המה" בשונאיהם, שטייט אין רבינו בחיי אויף א פלאץ אז די ווארט "המה" באדייט "לדורות". אמן כן יהי רצון.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קרעמער האט געשריבן:ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים "המה" בשונאיהם, שטייט אין רבינו בחיי אויף א פלאץ אז די ווארט "המה" באדייט "לדורות". אמן כן יהי רצון.

דאס האב איך איבערגעלאזט פאר דיר זאלסט עס שרייבן אין דיין בריוו.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א ברכה זאל רוען אויף דיין קעפל בערעלע, די ביסט מלא הארץ און ליבשאפט צו א צווייטן איד וואס די קאנסט ניטאמאל, ס'איז ממש צום וואונדערן וואו פערזענליך דו האסט גענימען אויף דיר די גאנצע זאך אלס צו העלפן א צווייטן,
זאל דיר גליק באגלייטן א גאנץ לעבן. אמן.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אמן ואמן, וכן למר.
כ'האב געטראפן אין די אלטע פארשלאפענע קרעטשמע נייעס (צייטי וואס טוט זיך מיט דיר ?) א גוט ווארט
גייט צום היים פון די קרעטשמע וועט איר זען דארט א קעפל אז רובאשקין איז צוריק אין לינן קאונטי, קליקט דערויף און ליינט צום סוף א גוט ווארט בשם מיללער (ווארשיינליך סקרענטאנער רב) בד"וו האט דער רב שוין געשריבן א בריוו ?.

שרייבט רבותי שרייבט.
דאווענט רבותי דאווענט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך האב שנעלערהייט אפגעשריבן אפאר שירות,

בערעלע איז עס גוט?




לכבוד ידיד ישראל הרב ר' שלום מרדכי הלוי בן רבקה ני"ו


מיין פעדער ציטערט ווען איך זעץ מיך שרייבן א בריוו צו די שליח פון כלל ישראל, שווערע מחשבות לויפן מיר דורך ווען איך דארף טראכטן אז צו וועם איך שרייב איז נישט קיין צווייטער נאר דער אלעמען באקאנטן שלום מרדכי,

די נאמען שלום מרדכי הלוי בן רבקה איז א נאמען וואס טרייסלט יעדענס הארץ, וויפיל אידישע תפילות און טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן זאגענדיג דעם נאמען, וויפיל אידן דערמאנען דעם נאמען ביי יעדע דבר מצוה און ביי יעדע תפילה,

ר' שלום מרדכי, וויסן זאלט איר אז איר זענט די שליח פון כלל ישראל, נסתרים דרכי השם מיר פארשטייען נישט די באשעפערס דרכים, אבער מיר גלייבן אז אלעס איז לטובה אפילו מיר זעהן עס נישט גלייך,

ר' שלום מרדכי, כלל ישראל פארגעסט נישט קיין רגע פון אייך, מיר האפן און גלייבן, אז אט אט וועט אויפשיינען אייער ישועה, ס'וועט נישט זיין אייער ישועה פעזענליך דאס וועט זיין כלל ישראל'ס ישועה,

מיר קומען נישט דא געבן חיזוק מיר קומען נעמען, ווען מיר ליינען די באריכטן וואו אזוי איר זענט אייך מקריב פאר אידישקייט, וואו אזוי איר שלאגט זיך פאר יעדע קלייניקייט דאס איז פאר אונז חיזוק און פון די צווייטע זייט א שטארקע אויפפאדערונג, אויב א איד וואס מאכט אזויפיל מיט און וואלט געקענט האבן יעדע תירוץ און די וועלט אביסל נאכצולאזן און אעפ"כ שלאגט ער זיך אויף אלעס,
וואס זאלן מיר באקוועמע אידן זאגן? איר זענט א לעבעדיגע מוסר ספר פאר אונז.

טייערע ר' שלום מרדכי, האלט אייך שטארק, די טאג איז נאנט, ס'איז זיכער אז די אלע אידישע תפילות און קבלות טובות גייען נישט לעובד, די תפילות גייען ארויף און רייסן איין ביים כסא הכבוד, די הייסע טרערן וואס אידן פארלאזן ווערט נישט פארפאלן, די גרויסע טאג איז נאנט, און מיט אויסטערלישע פרייד וועלן מיר בקרוב הערן די גוטע בשורה אז ר' שלום מרדכי איז אויסגעלייזט......
אמן כן יהי רצון.

......
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מורא'דיג מורא'דיג, שיק עס "שוין" ארויס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

רבותי שארטס ארויפ די ארבעל!
מ'דארף זיך נעמען שרייבן בריוון...
וואו זענען אונזערע שריפטשטעלערס?

אפשר זאל מען מאכן א קאנטעסט ווער ס'קען שרייבן די שענסטע בריוו?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אויב קענט איר שרייבן א תגובה אין קרעטשמע, קענט איר שרייבן א בריוו פאר ר' שלום מרדכי
סעמפל 1 #
צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל בין איך תמיד מתפלל פאר אייך און כ'וויל אייך זאגן ה' עמך שטארקט זיך ר' שלום מרדכי
יום ג' שלח תש"ע לפ"ק
הק' בערל לעבעדיגער מבארא פארק

גענוג אויב מ'קען נישט מער.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

סעמפל # 2
אגוטן ר' שלום מרדכי, עס איז מיר א כבוד צו שרייבן פאר אזא חשוב'ן איד וואו איר זענט.
איר האט באמת געטון א געוואלדיגע זאך מיטן צושטעלן כשר'ע פלייש פאר אלע אידן איבער אמעריקע.
זאל אייך דער אויבערשטער באצאלן איר זאלט שנעל אין גיך זיין אויף דער פריי און אייער אומשולד זאל איבעצייגט ווערן פאר די גאנצע וועלט.
אייער פריינד.
משה מוומ"ס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

סעמפל #3
לכ' ר' שלום מרדכי הלוי בן רבקה נ"י
היינט איז כ' סיון א טאג וואס איז מסוגל מרבה צו זיין בתפלה ובתחנונים.
כ'האב אייך היינט אינזין געהאט ביים דאווענען, און כ'האב געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים פאר אייער שנעלע באפרייאונג.
ידידכם
דוד מקר"י
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האף אז דער עולם שרייבט אין גרויסן (פונקט אזוי ווי מ'קען שרייבן דא קען מען דאך שרייבן פאר אים) נישט פארגעסן דעם עיקר
ס'מוז האבן א ריטוירן אדרעס (קלאר) ווער ס'האט עס געשיקט אז נישט גייט עס אין גארבידזש אריין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יעצט האט די סטעיט אנגעפאנגען צו רעדן, איבערצוגעבן זייערע "שלוס טענות" אנטקעגן ר' שלום מרדכי,
אידן זייט מתפלל להצלחת שלום מרדכי הלוי בן רבקה, זייט מתפלל אז אלע זיינע שונאים און אלע וואס ווילן אים שלעכטס טון זאלן צומישט ווערן , זאלן נישט האבן קיין חן, און נישט קיין הצלחה, די דזשורי זאל זיי אנקוקן פאר ליגנערס שווינדלערס און בלוט זויגער'ס, ר' שלום מרדכי זאל נושא חן זיין בעיני אלקים ואדם.
די סטעיט, די פראסעקיוטער זאל געשטרויכלט ווערן ביי יעדן טריט און שטריט, זיי זאלן קעקעצן און העקעצן, שטאלפערן און זיך האנקערן, תופר עצתם כדבר שנאמר "ד' הפיר עצת גויים הניא מחשבות עמים - ונאמר עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו קל.
זייט מתפלל ס'איז כ' סיון א יום מסוגל לקבלת תפלות
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איר קענט מיטהאלטן וואס איז געווען היינט אגאנצן טאג אין קאורט.
די מעלדונגען גייען צוריק צו וועגס, די לעצטע מעלדונג איז אויבן און ס'פארט אראפ לויטן טאג.
די דזשורי וועט מארגן עש"ק אינדערפרי אנפאנגען צו "דעליבערעטן" ד"מ פארהאנדלען צו ר' שלום מרדכי איז שולדיג אדער אומשולדיג.
אנגעפאנגען מארגן צופרי קענען זיי יעדע רגע ארויסקומען מיט אן אורטייל.
לאמיר אלע מתפלל זיין
שלום מרדכי הלוי בן רבקה

דא
אז מ'לעבט דערלעבט מען
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

בערל, וואס איז געבליבן מיט די גאנצע איבערקערעניש וואס מ'האט געוואלט מאכן מיט שומער וכו'.
איך זאג עשה!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

im in a customers office without yiddish.


we decided to wait and see how the state trial goes this will set us up with a clear path how to move exactly,
beacause we saw the state has such a weak case therefore we hope for a complete "not guilty verdict. and we believe that such a verdict will put a tremandous amount of pressure on the goverment anyway and maybe a deal could be worked out behind the scenes. so we are praying and watching.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בקיצור אין אידיש.
אזוי ווי מען ווארט יעצט סייווי אויף דעם סטעיט געריכט, פאר מען טוט סיי וועלכן שריט אויפן פעדעראלן שטאפל, וועלן מיר ווארטן מיט געדולד און מתפלל זיין ר' שלום מרדכי זאל יעצט דערקלערט ווערן אומשולדיג אויף אלע סטעיט קלאגעס, און דאס וועט אי"ה פארגרינגערן די ישועה אויפן פעדעראלן שטאפל
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום מאנטאג יוני 07, 2010 7:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ר' בערל, א דאנק פאר'ן עס קלאר מאכן.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ברוך השם ר' שלום איז יעצט פריי געווארן פון אלע סטעיט קלאגעס, סאו ר' בערל, קען מען גיין פאראויס מיט דיין אקציע?

יעצט קען מען דאך שרייבן פאר די אויבנדערמאנטע סענאטארן אז דא האנדעלט זיך פון א מענטש וואס מען זיכט פשוט אויפצובלאזן עבירות אויף אים, והא ראיה די סטעיט קלאגעס וואס די פראסעקיוטער האבן אים באשמיצט און עס איז געוועהן הויל בלאף.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

הונדערט פראצענט, יעצט דארף מען זיך רע-ארגאניזירן, און מיר וועלן אי"ה זען וואס מען דארף טון.
פרטים יבואו אי"ה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ב"ה, ר' בערל לאמיר ווייטער אנגעיין מיט די השתדלות.
דער עולם ווארט צו הערן וויאזוי צו פאראויסגיין.

מען זעט אז די אלע תפילות און איינרייסערייען ביי גראסמאן הי"ד קומט יעצט גוט צונוץ, ומלפניך מלכינו ריקם אל תשיבנו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיר מוזן דאך עפעס טון פאר פרנסה אויך,
צום ערשטן: מ'דארף אפכאפן אויף ווידיאוי די גאנצע מסיבה אין מאנסי, דעם גאנצן עולם, מיט אלע פיטשעוועקעס, קארס, באסעס, וואו מ'גיט געלט און נאך און נאך, דאס קען שטארק צוניץ קומען, אלזא, ווער ס'ליינט דא און וואוינט אין מאנסי, ביטע צו קענטעניס נעמען.
דערנאך, קען מען איינלאדענען סענאטאר שומער צו די מסיבה, כ'מיין נישט די ארגאניזירער זאלן אים רופן, זיי האבן גענוג וואס צו טון, כ'רעד די תושבים, מען זאל זאגן קלאר, כ'וויל דיך זען, מיר זענען דיינע קאנסטישוענטס, דאס גייט זיין דער גרעסטער צוזאמקום פון תושבי מאנסי וואס איז נאך אמאל פארגעקומען, מר. שומער פליז קום.
אויב וועט ער נישט קומען, וועט ער כאטש האבן זיינע נאנטע מענטשן וואס וועלן קומען. און אים איבערגעבן א באריכט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”