דמו הנה נדרש מען פאדערט זיין בלוט פון אונז, "למעשה"

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

דמו הנה נדרש מען פאדערט זיין בלוט פון אונז, "למעשה"

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 10:54 am

וגם דמו הנה נדרש, מען פאדערט זיין בלוט פון "אונז"
בס"ד
ליקבה"ו עמ"י עש"ו
הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות עשה של ואהבת לרעך כמוך, ומצות ל"ת של לא תעמוד על דם רעיך (בהוה ובעתיד). וגם מצות עשה ול"ת של השבת אבידה (ממונו וכ"ש גופו) וכל המצות דאורייתא ודרבנן המסתעפים מזה. בשם כל ישראל.

מורי ורבותי, טייערע ברודער און שוועסטער. אני הקטן בערל לעבעדיגער מפה היימישע קרעטשמע שמעתי צעקת אחינו בהתחננו אלינו "וב"ה שמענו".

אונזער ברודער ר' שלום מרדכי הלוי בן רבקה רובאשקין ווערט גע'רודפ'ט און געפייניגט פארן בלויזן חטא פון זיין א "חסיד'ישער איד" מען האט זיך פארמאסטן אים איינצושפארן אויף זיין גאנץ לעבן ר"ל פאר א קליינע "טעכנישע" עבירה.

לאמיר זיין קלאר אין דעם ענין, ר' שלום מרדכי האט גענומען א הלואה פון א באנק צו אנהאלטן די פרנסה פון הונדערט היימישע משפחות און נאך זיבן אכט הונדערט משפחות אשר לא מבני ישראל המה.
די הלואה האט געארבעט אלץ א ליין אף קרעדיט דאס מיינט ער האט געקענט ארויסנעמען געלט ווען ער איז געוועזן "שארט" און באצאלן מיט פעימענטס. אן דעם האט ער נישט געקענט זיין זיכער אז ער האט סחורה, און אז ער קען מאכן פעיראל. ער האט נישט געהאט קיין שום חשבון צו בא'גנב'ענען קיינעם, ער האט געהאט די מעגליכקייט צו באצאלן און די באנק וואלט געמאכט גרויס געלט אין אינטערעסט, טויזענטער נפשות וואלטן געהאט פון וואס צו לעבן אלץ ארבייטער. און אידן איבער די וועלט וואלטן געהאט א כשר שטיקל פלייש וואס מ'קען זיך ערלויבן צו באצאלן און צו מאכן א ברכה דערויף.

אינצווישן איז די רעגירונג אריין געקומען מיט די פרעצעדענטלאזן איבערפאל פון טויזענט אגענטן פון עטליכע אגענטורן, אויף די קלאגע אז ר' שלום מרדכי האט בייזוויליג אויפגענומען אומלעגאלע ארבייטער א.ד.ג. די רעגירונג האט קאנפיסקירט דעם גאנצן פארמעגן מיט אלע נויטיגע דאקומענטן. אבער זיי האבן געלאזט די ביזנעס ווייטער אנגיין אויף א געצוימטן פארמאט.

אזוי ווי ר' שלום מרדכי האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו לאזן די ביזנעס פאלן אינגאנצן האט ער איבערגעטריבן די איינקונפטן פון די ביזנעס אויף די באנק אפליקאציעס, און ער וואלט ווען געקענט אלעס באצאלן געהעריג.
דערווייל האט די רעגירונג אפגעשפארט די גאנצע ביזנעס און די באנק האט נישט געקענט באקומען זייער געלט. געוויסע אינוועסטארס זענען גרייט געווען אפצוקויפן די ביזנעס אויסצאלן די באנק אא"וו. אבער די רעגירונג האט שטייף פארלאנגט אז די אינוועסטארס טארן נישט לאזן קיינעם פון די רובאשקין פאמיליע ארבעטן אינעם פלענט און אזוי ארום האט זיך קיינער נישט געקענט ערלויבן דאס אפצוקויפן אויב קען ער נישט האבן קיין שום ערפארענעם מענטש אין דעם פלענט.

אינדערצווישן האט די רעגירונג איינגעזען אז זיי קענען נישט אנקלאגן ר' שלום מרדכי אויף קיין איינע פון די קלאגעס פון אימיגראציע ווייל אלע האבן געברענגט אזעלכע דאקומענטן וואס זיי האבן געפעלטשט און רובאשקין איז געווען "מחויב" לויטן געזעץ זיי אנצונעמען אלץ ארבייטער.

דערווייל איז די רעגירונג געבליבן אביסל אויסגעשפילט ווייל זיי האבן געמאכט די גרעסטע איבערפאל אין אמעריקאנער היסטאריע על לא דבר. האט מען זיך גענומען נישטערן אין די ביכער און מען האט אנגעקלאגט ר' שלום מרדכי אויף צוויי הויפט פארברעכנס

1. באנק שווינדל מיט צענדליגע צונעמען און סעיפים פון שווינדל געזעץ פארן בא'גנב'ענען די באנק מיט לאון וואס די רעגירונג האט צוגעברענגט ער זאל נישט קענען באצאלן און ער איז דאך שולדיג ווייל טעכניש האט ער איבערגעטריבן די איינקונפטן אויפן אפליקאציע כדי די ביזנעס זאל נישט צוגרינד גיין צוליב דעם אומנויטיגע רעגירונג איבערפאל.

2. פארן נישט באצאלן די פארמער וואס האבן אים פארקויפט די בהמות אין די פיר און צוואנציג שעה נאכן דעליווערן. דאס איז א געזעץ וואס מען האט באשטעטיגט ארום הונדערט יאר צוריק און מען האט נאך קיינעם נישט איינגעזעצט דערפאר. מען האט דאס געמאכט ווייל בשעתו האבן פארמערס פארלוירן זייער אסאך געלט פון מענטשן וואס האבן זיי אנגעזעצעט האט די רעגירונג געוואלט דערשרעקן די וואס קויפן בהמות צו צאלן ווי מענטשן. למעשה זענען אלע בהמות באצאלט געווארן אין די נארמאלע ביזנעס סיסטעם אזוי ווי יעדער ביזנעס באצאלט אלע בילס.

און אויף די צוויי פארברעכן דאס הייסט, 1. פארן איבערטרייבן די הכנסות בשעת'ן בעטן א הלואה (און נישט כדי רייך צו ווערן אויף יענעמ'ס חשבון, נאר דו ווילסט ראטעווען א ביזנעס וואס גיבט צו עסן פאר טויזענטער מענטשן) אפילו ס'איז קלאר ר' שלום מרדכי האט געוואלט און וואלט געקענט באצאלן יעדע פעני מיט אינטערעסט. 2. נישט באצאלן די בהמות אין 24 שעה נאר אזוי ווי יעדער באצאלט נארמאל. וויל מען איינזעצן ר' ש"מ לעבנסלענגליך (נאך אבנארמאלע דריק ווילן זיי אים איינזעצן נאר ביז די אכציג יאר, שכח סדום).

הישמע כזאת ?


פראגע: איצט, וואס קענען מיר טון ?
ענטפער: צום ערשט זייט מתפלל צום כל יכול, צווייטנס זייט אייך משתתף אינעם קאמפיין. רופט קול מבשר אויפן מעין מעניו 2-1 און הערט דירעקציעס וויאזוי זיך משתתף צו זיין

***
און יעצט צו א נייע אקציע וואס איך וויל פארשלאגן און בעטן און כ'וויין צו יעדן איד קומט נעמט א חלק דערין הערט וואס איך האב צו זאגן.
השי"ת האט אונז ברוב רחמיו וחסדיו געשיקט קיין אמעריקע דאס בעסטע פלאץ וואו מ'קען זיין אין גלות עד שיבוא משיחנו בב"א. אמעריקע איז אויסגעשטעלט מיט א סיסטעם אז די רעגירונג זאל אייביג דארפן צוקומען צו די מענטשן אין פארעם פון שטימען.

איי, דער פרעזידענט איז גאר ווייניג אנגעוויזן אויף די שטימען פון אפאר צענדליג טויזענט אידעלעך פון ניו יארק. ? פאר דעם האט דער באשעפאר אויסגעשטעלט אמעריקע זאל האבן א קאנגרעס און א סענאט, און דער קאנגרעס און דער סענאט האט א איבערזיכט אויף די פעדעראלע רעגירונג.

קענען דען ארום 450 קאנגרעסלייט און 100 סענאטארן קאנטראלירן אלע טויזענטער פעדעראלע אגענטורן ? ניין, נאר וואס דען סיי דער קאנגרעס און סיי דער סענאט האבן קאמיטעען און יעדע קאמיטע האט אן אויפזיכט אויף זייער אפטיילונג, איינער אויף געזונט און איינער אויף האנדל, איינער אויף שטייערן אא"וו. און אויף די יוסטיץ דעפארטמענט איז דא א דזושדיאישעל קאמיטע סיי אין סענאט און סיי און קאנגרעס, זיי קענען פארהאלטן, און קאנטראלירן אלעס וואס די פעדעראלע אנקלעגער און ריכטער טוען, אויך זענען זיי די הויפט קאנטראלירער אויף די עף בי איי. האוימלענד סעקיוריטי אא"וו.

פ: ווער זענען אונזערע פארשטייער אויף די קאמיטעען ?
ע: דריי מאכטפולע וואשינגטאן פאליטיקאנטן.
אין סענאט: סענאטאר שומער.
אין קאנגרעס: [לענ"ד איז עס א זעלטענע סייעתא דשמיא אז די צוויי ברוקלינע קאנגרעסלייט מיט א ריזיגע חרד'ישע וואוטינג בלאק] ענטאני ווינער און דזשעראלד נאדלער .
***
יעצט איז אזוי: סענאטאר שומער דארף יעדע חרד'ישע שטימע איבער גאנץ ניו יארק אריין גערעכנט וומס"ב בארא פארק פלעטבוש קראון הייטס מאנסי ק"י אא"וו. אפילו ס'זעט נישט אויס אז ער האט א ערנסטן קעגנער קען ער זיך נישט ערלויבן זיך אויסצודרייען דעם רוקן צום גאנצן יהדות החרדית.

די צוויי קאנגרעסלייט נאדלער און ווינער דארפן אויסדריקליך די שטימעס פון זייערע חרד'ישע קאנסטיטוענטס.

עס ווענדט זיך וואו ערנסט מיר וועלן נעמען די רובאשקין אישו אין די הענט אריין.


אויב זאלן זיי וויסן אז ווען מיר האלטן חשבון וואס טוט זיך אין וואשינגטאן און אויב זיי נעמען נישט די יוסטיץ דעפארטמענט אין די הענט פאר דעם פארברעך וועלן מיר ארויסקומען אין די מאסן שטימען פאר זייערע קעגנער. וועלן זיי טון אלעס אויף דער וועלט אריין צו קוקן אין דעם קעיס און זען וואס דא גייט פאר.

און דער אמת איז דאך אז
דער גאנצער יהדות החרדית איז דא אויף טרייעל נישט נאר רובאשקין
פרעגט אלע עסקנים און פראפעסיאנעלן וואס האבן געטון אין דעם ענין און זיי וועלן עס אייך מסביר זיין (אדער הערט די דרשות אויף קול מבשר 2- 1- 2.)

מיר דארפן דא פארלאנגען א "גענג אף טרי" א גרופ פון דריי פון אונזערע פארטרעטער זאלן אנעמען זיך פאר אונז "איידער" מיר שטימען פאר זיי אין נאוועמבער און שומער, ווינער, און נאדלער דארפן קלאפן ביי עריק האלדער אויפן טיש. (ער איז אונטער זייער קאנטראל מער ווייניגער) זיי דארפן וויסן קלאר זיי קענען נישט באקומען אונזער שטימע אויב זיי קענען "אונז" ראטעווען פון תפיסה און זיי זיצן מיט פארלייגטע הענט.

מאת ד' היתה זאת אז דאס יאר איז א וואל יאר, און די דעמאקראטן זענען אנגעצויגן אויף טויזנט. זיי קענען זיך נישט ערלויבן קיין שום שוואכקייט ובפרט אין ניו יארק.
איך זאג אייך קלאר

אויב די דריי אויבנדערמאנטע וועלן מאכן א גרודער וועט וואשינגטאן ציטערן !!!!!

די איינציגסטע סיבה פארוואס די רעגירונג קען טון מיט ר' שלום מרדכי רובאשקין (און מיט מיר און מיט דיר) וואס זיי ווילן איז,
ווייל קיינער מיט א העכערע אויטאריטעט קוקט זיך נישט אום. !!!

זאלן די דריי טון זייער ארבעט צו וואס "מיר" ערוועלן זיי, וועט זיך דאס גאנצע בילד טוישן.
הכונו למערכה, בקרוב וועל איך שרייבן פונקטליך וויאזוי מ'דארף זיך פארבינדן מיט די דריי חברה. אבער איך לייג שוין מיט דא זייער וועבסייט וואס גיט אייך פונקטליך געבן אינפארמאציע וויאזוי זיך צו פארבינדן מיט זיי.
אבער איר דארפט רופן און שרייבן און אימעילן צום וואשינגטאן אפיס און פרעגן וואס האט דער סענאטאר/קאנגרעסמאן געטון בנוגע דעם אומיוסטיץ וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געטון פאר רובאשקין.
מיר ווייסן פון עקספיריענס אז מען דארף זיך פארבינדן מיט ביידע סיי מיט די וואשינגטאן אפיס און סיי מיט די לאקאלע אפיס פון די פאליטישענס.
נ.ב. פרעגט נישט פארוואס די עסקנים וואס באהאנדלען דעם קעיס האבן נישט גענומען דעם גאנג ביז איצט, דאס איז פשוט ווייל זיי טוען דאס נויטיגע צו האבן די גוטע אדוואקאטן מיט די געלט דערפאר, דאס קאסט זיי שוין ממון ודמים כח און מח. מיר וועלן פרובירן מיט די הילף פון די גוטע ברודער דא צו פירן די באזונדערע אקציע. אלץ א "גרעס רוט" קאמפיין.
מער דעטאלן וועלן אי"ה נאכאפאלגן. פאר עצות און הערות שיקט מיר "הודעה פרטית".
דא האט איר אלע קאנטאקט אינפארמאציע:
http://schumer.senate.gov/new_website/contact.cfm
http://weiner.house.gov/email_anthony.aspx
http://jerroldnadler.house.gov/Forms/WriteYourRep
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום מאנטאג יוני 07, 2010 3:40 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 11:00 am

מיר האבן דא נישט גערעדט פון די סטעיט אנקלאגע מיר רעדן פון די פעדעראלע אנקלאגע.
איך וואלט זייער געוואלט בעטן נישט צו נוצן דעם אשכול צו דעבאטירן די רובאשקין קעיס נאר צו ארבעטן אויף עצות וואס "מיר" קענען טון.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מיטוואך מאי 26, 2010 11:09 am

איך צווייפל זייער שטארק אין די עפעקטיוונעסס פון אזא צוגאנג.

לאמיר זעהן, ס'איז זיכער אז זיי האבן דעם כח צו בעטן די doj אריינצוקוקן אין די קעיס צו עס איז געווען אויסגעהאלטן, אבער קיין סאך מער האבן זיי נישט.

אויב וועט די doj זאגן אז זיי האבן אריינגעקוקט און גארנישט געטראפן שלעכט, אזויווי זיי האבן שוין געזאגט אינעם עבר, האבן זיי כמעט קיינע מעגליכקייטן עפעס צו טוען.

ועוד, פאליטישאנ'ס פרובירן צו שטיין ווי ווייטער מעגליך פון אנגעקלאגטע מענטשן.

און ניין, עריק האלדער איז אבסעלוט נישט אונטערגעווארפן קיינע פון די אויבנדערמאנטע נעמען.

אדרבה, אויב איז נישט אמת וואס איך זאג, שטעל איך מיר צו צו דיין פארשלאג.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 11:25 am

משמש, איידער איך ענטפער דיר אויף די פאקטישע טענות לאמיך דיך ענטפערן אויף די פאליטישע טענה.
1. פאליטישענס שטייען ווייט פון זאכן וואס קאסט זיי שטימען, און זיי שטייען נאנט צו זאכן וואס ברענגט זיי שטימען, ווען דער יהדות החרדית איבער ניו יארק פארלאנגט עפעס "און מען פארלאנגט עס "ערנסט" וועלן די פאליטישענס נאכלויפן די אישו.
2. מיר דארפן זיך נישט זארגן וואס זיי וועלן טון, מיר דארפן טון די "מאקסימום" וואס מיר קענען.
באלד וועל איך דיר ברענגען די פונקטליכע אויפקלערונג וויאזוי דער יוסטיץ דעפארטמענט ווערט קאנטראלירט דורך די דריי קאמיטעען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 11:30 am

טייערער משמש.
כ'האב אריבער געשיקט מיין תגובה איידער כ'האב עס דא ארויפגעלייגט צו א חבר מיינער וואס איז א פראפעסאר אין "טורא קאלידזש" און ער לערנט די סטודענטן די אפיציעלע רעגירונג טעקסט וואס הייסט HOW THE FEDERAL GOVERNMENT WORKS ACCORDING TO THE CONSTITUTION
און כ'האב עס אויסגעארבעט לויט זיינע אינסטרוקציעס. שפעטער אויב די צייט וועט ערלויבן וועל איך בל"נ מסביר זיין פונקטליך וויאזוי דאס גייט צו. באגלייט מיט פונקטליכע רעפערענסעס און לינקס.
בכלל דארף מען נאך פונקטליך אויסארבעטן וואס מען פארלאנגט פון זיי זיי זאלן טון, און קומען צו זיי מיט א שטארקע פארלאנג פון אדער אדער. אבער ס'קען נישט שאטן מ'זאל זיי שוין בעטן זיי זאלן אריין קוקן דערין.
די גרינגסטע זאך צו פרעגן איז וויאזוי קען זיין אז די פעדעראלע רעגירונג האט נאך "קיינעם" קיינמאל נישט אנגעקלאגט איבער א זאך און דער ערשטער און איינציגסטער איז א חסיד'ישער איד וואס סופלייט כשר פלייש.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מיטוואך מאי 26, 2010 11:35 am

אדרבה, מיר זענען גרייט צו הערן.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 11:37 am

הערן איז נישט גענוג, ביי קבלת התורה האט מען געזאגט "נעשה ונשמע" מיר וועלן טון, און דערנאך איז טאקע וויכטיג צו הערן "כדי" צו וויסן "וואס" צו טון.
אבער יעדער איד באשר הוא שם מוז קודם כל זיין גרייט צו "טון"
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 26, 2010 12:08 pm

טא וואס דארף מען טון?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 12:12 pm

שוועמל האט געשריבן:טא וואס דארף מען טון?

יעדער איינער אן אויסנאם דארף זיין גרייט זיך צו פארבינדן מיט די אויבנדערמאנטע פארשטייער, יעדער ניו יארקער מיט סענאטאר שומער און די בארא פארק פלעטבוש סיגעיט אידן דארפן גיין צו די קאנגרעסלייט און פארלאנגען אז זיי זאלן טון בנושא זה. ווייל "מיר" זענען אויפן באשולדיגונגס באנק.
דאס קען מען שוין טון.
מער פרטים וואס ווען און וויאזוי וועט נאכפאלגן.
אויב איינער קען גוט שרייבן ענגליש קען מען דאס איבערזעצן און לייגן אויף די ענגלישע בלאגס.
מען דארף דאס אויך צושפרייטן אין די בתי מדרשים וכו', נאר עס מוז קודם גוט אויסגעארבעט ווערן.
פרטים יבואו.
קודם כל דארף זיין א גרייטקייט צו טון.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 26, 2010 12:18 pm

ויאמר שוועמל הנני!
איך בין גרייט!

ובשם השם נעשה ונצליח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מאי 26, 2010 12:26 pm

פארוואס זאל מען נישט אויך צילן די אפסטעיט קאנגרעסלייט, זיי ברויכן בפשטות אויך צוקומען צו אידישע שטימען.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 12:29 pm

די סטראטעגיע איצט דארף זיין זיך צו פארלייגן אויף די דזשודישיערי קאמיטע. די יוסטיץ דעפארטמענט דארף זיי אפגעבן א דין וחשבון. למשל קאנגרעסמאן האל פון אראנדזש קאונטי האט ווייניג שייכות מיט האלדער. און נאך ווייניגער שייכות מיט די ריכטער אא"וו. אבער די קאנגרעסלייט וויינער און נאדלער זענען אין טעגליכע קאנטאקט מיט באאמטע פון די יוסטיץ דעפט. און די יוסטיץ דעפט. דארף צוקומען צו די קאאפעראציע פון די אויבנדערמאנטע קאנגרעסלייט אויף אומצאליג אישוס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מאי 26, 2010 12:31 pm

10-4
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 12:33 pm

דאס מיינט נישט צו זאגן אז די אנדערע קענען גארנישט טון, אבער מען דארף זיך פארלייגן אויפן עיקר.
עס איז אומבאשרייבליך וואס שומער קען טון אויב ער וויל.
נאר קודם איין קלייניגקייטן די ריכטערין און די פראסעקיוטער פון אייאווע וואס האבן באהאנדלט די קעיס "קענען נישט שטייגן" אינעם יוסטיץ דעפארטמענט לייטער אן די "פולשטענדיגע" הסכמה פון שומער.
אויסער וואס שומער איז מאכטפול אין די דשודישערי איז ער דער צווייט מאכטפולסטער סענאטאר היינט אין וואשינגטאן. און לויט אסאך פאליטישע מיינונגען איז ער גאר דער שטערקסטער מענטש אין וואשינגטאן נאר אבאמא און פעלאסי ווייל זיי האלטן שוין ריעד פאר א גברא קטילא.
און שומער קען נישט ווייזן דעם ריקן צום גאנצן יהדות החרדית, ער מוז נאר וויסן אז מיר מיינען עס זייער ערנסט. אזוי ערנסט ווי עס איז באמת.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 12:40 pm

די ערשטע הילף וואס אני הקטן בערל לעבעדיגער בעט פון די חברים דא איז אויב איינער קען מאכן פון די ארטיקלען (און מיינע ענטפער'ס אויף די תגובות) א איבערזעצונג אויף ענגליש.
ביטע מיר מודיע זיין קודם כדי צוויי אירע זאלן נישט טון די זעלבע זאך.
דערנאך קען מען עס שיקן (צוזאמען מיט די הוספות וואס וועט בקרוב נאכקומען אלץ דבר השלם) צו ישיבה ווארלד מצב וכו'.
אויך ווער ס'האט צוטריט צו אנדערע אידישע וועבזייטליך ווערט געבעטן עס ארויפצולייגן, און זאל זיך אנהייבן צו קאכן אין די וועלט פון "פשוט'ע אידן - וואס האבן א לעגאלע שטימע אין די רעגירונג".
דאס איז באמת דער סיסטעם וויאזוי אמעריקע איז לכתחלה אויסגעשטעלט. די פובליק וואויט פאר וועם זיי האלטן אז ער טוט וואס זיי ווילן פון אים.
און מיר זענען בארעכטיגט צו בעטן הילף פון "אונזערע פארטרעטער" וואס גייען אויף וואשינגטאן מיט "אונזער שטימע"
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מאי 26, 2010 12:45 pm

זענען פאראן מורי הוראה וואס בעקן די זאך?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 1:10 pm

אדרבה, פרינט ארויס דעם גאנצן ארטיקל ווייז עס פאר א מורה הוראה, בכלל איך האב נאך נישט קיין דבר השלם, איך וויל ארויסברענגען דעם גאנצן ענין מיט פונקטליכע אנווייזונגען וואס וואו ווען
אויב דער מורה הוראה האט פראגן, קענסטו מיר קודם עס פרעגן אין פרטית
דא וויל איך נאר אנפאנגען א מערכה, וואס כ'האלט מ'קען עס נישט פארלאנגען פון די זעלבע עסקנים וואס טוען שוין אלע אנדערע חלקים וואס מ'טאר אויך בשום אופן נישט נאכלאזן ד.ה. לעגאל, פי אר. און געלט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 26, 2010 2:01 pm

תחזקנה ידיך ר' בערל לעבהאפט. מיר זענען דא דיר אונטערצוהאלטן די רוקן.

JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:03 pm

תגובהדורך JOELHEALTH » מיטוואך מאי 26, 2010 2:05 pm

we are all with u u r doing something great keep it up

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 2:16 pm

שכח, פאר די חיזוק.
איך פרוביר נאר צוזאם צו שטעלן די ארגומענטן וואס מען דארף בעטן פון די דריי.
מיר דארפן זיך קודם איינ'חזר'ן, עס איז דא דריי מענטשן אין וואשינגטאן, וואס די חברים דא שטימען פאר זיי. איין סטעיטווייד (שומער) און צוויי ברוקלינע קאנגרעסלייט (וויינער און נאדלער) וואס האבן א

דירעקטע אויפזוכט אויף די יוסטיץ דעפארטמענט.
און....
די יוסטיץ דעפארטמענט בעט 25 יאר פאר ר' שלום רובאשקין נאר און נאר
"ווייל ער איז א חרד'ישער איד"
ס'האט נישט קיין שום אנדערע הסבר, וואו איר קענט הערן קלאר אויף די דרשות פון קול מבשר 2-1-2
ביטע רופט אייך נישט אן מיט קיין תגובה פאר איר הערט דאס.
און מיר חרד'ישע אידן זאלן גיין שטימען פאר די דריי מענטשן אן דעם וואס זיי טוען "אלעס" אויף דער וועלט אים צו העלפן????
קען זיין א גרעסערע טפשות פון דעם.

נאר וואס דען.
אז מען בעט עס נישט פון זיי, אז מען פאדערט עס נישט פון זיי, וועלן זיי אודאי גארנישט טון
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 3:37 pm

אויב איר זענט נאר א ליינער פון די "אידישע וועלט" און איר זענט נישט איינגעשריבן קענט איר מיר שיקן א מעלדונג אויף די פאלגענדע אימעיל אדרעס
berellebediger@gmail.com
ישר כח.
המשך יבוא אי"ה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך מאי 26, 2010 4:12 pm

לעבעדיגער

דזשאן האל פון אפסטעיט האבעך ערגעץ לעצטענס געליינט איז אויף געהאקטע מען קען אים אויך ארויפלייגן אויף די ליסטע

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 4:30 pm

איך האלט אז צו גיין צו "אלע" פאליטישאנס איז סטעפ 2 און מעגליך ווילד. איך רעד פון די דריי וואס זענען מיטגלידער אויף די יוסטיץ קאמיטע.
איך וועל אי"ה בקרוב ארויף לייגן ווידיאו לינקס און דאקומענטן וואו די דערמאנטע קאנגרעסלייט זענען פארנומען מיט די רעכטן פון פארברעכער און געבן זיך אפ מיט דעם סובזשעקט צו מען באשולדיגט נישט מענטשן מער ווי מ'דארף.
ס'זעט נישט אויס אז זיי אנטלויפן פון א מענטש וואס איז אנגעקלאגט, ס'ווענדט זיך נאר ווער דער מענטש איז. און צוליב אונזער גלייכגילטיגקייט און/אדער צוליב אונזער אומוויסנדקייט און מעגליך ווייל זיי האבן אונז נישט ליב (אונזערע שטימען יא) זענען מיר די לעצטע אויף די ליסטע נאך די טעראריסטן, מאפיאנערן, דראג פארברעכער, און גענגסטער פאר זיי אלע שעמט מען זיך נישט אנצונעמען.
איך וויל נישט ארויס לייגן קיין האלבע זאכן און כ'ארבעט אי"ה אויף א דבר השלם, אבער די געלונגענע צווישן אונז זאלן נאר גוט באטראכטן די דזשודישיערי קאמיטע וועבסייט סיי פון קאנגרעס און סיי פון סענאט וועט איר טרעפן גענוג און נאך וואס כ'מיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 26, 2010 6:52 pm

לבקשת הרבים לייג איך דא ארויף די לעצטע פסק פון די פעדעראלע ריכטערין אין די קעיס.
וואס דאס געט א שטיקל סך הכל וואס דא איז פארגעקומען.
איך לייג דאס ארויף פשוט צו געבן האוים ווארק פאר די וואס זענען גרייט צו העלפן אין די מעכטיגע אונטערנעמונג
ולד' הישועה.
דריקט דא
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 26, 2010 9:38 pm

איך וויל פארשטיין, וויאזוי האט א ניו יארקער סענעטאר און לאקאלע באאמטע א איינפלוס אין ראנג פון אן אייאווא ריכטער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אור און 18 געסט