בלאט 1 פון 1

פסח שני: מצות פארמיטלונג

געשריבן: דינסטאג אפריל 27, 2010 8:50 pm
דורך קרעמער
אויב איז ביי איינעם איבערגעבליבן מצות פון פסח, און ער איז וויליג דאס אוועקצוגעבן לשם מצוה, זאל זיך דא מעלדן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 27, 2010 9:12 pm
דורך שטארק זיך
וועלעכע מצות?

האנד, מאשין, פאפא-צעהלים, סאטמאר, קערעסטיר, בארא פארק שמורה, וכו'

געשריבן: דינסטאג אפריל 27, 2010 9:59 pm
דורך קרעמער
האנט מצה, לכתחילה סאטמאר.

געשריבן: מיטוואך אפריל 28, 2010 5:22 am
דורך קרעמער
איך זעה דאך שוין אז מצה וועל איך דא נישט געפונען, העמיר גיין פרישטאג'ן אויף ברויט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 28, 2010 7:20 am
דורך קאַראַהאָד
קום דאָ אַריבער ביי אונז, איינער האָט געברענגט אַ צוויי קעסטלעך וואָס זענען אים איבערגעבליבן, אויך טאַקע סאַטמאַרע.

געשריבן: מיטוואך אפריל 28, 2010 11:14 am
דורך קרעמער
אדרעסע ביטע..

געשריבן: מיטוואך אפריל 28, 2010 11:36 am
דורך ווילדער קאפ
איך קען דיר שיקען אין אי מעיל, אדער גאר אין פאקס

געשריבן: מיטוואך אפריל 28, 2010 11:37 am
דורך פאטאקי08
קרעמער האט געשריבן:האנט מצה, לכתחילה סאטמאר.

המממ....
מיר איז איבערגעבליבן א גאנצע באקס אריזאנא מצות סאטמאר
דאס איז אויך גוט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 28, 2010 11:40 am
דורך פאטאקי08
http://www.allinkosher.com/p-52137-hand ... atzos.aspx

פאפא צעלים האנד מצות ספעלט

געשריבן: מיטוואך אפריל 28, 2010 10:21 pm
דורך קרעמער
מיינט איר אודאי אז איך בין געבליבן ביים עסן פוטער ברויט?

אבערוואז.

ביי פרישטאג האב איך טאקע נישט געהאט קיין מצה, אבער מיטאג איז באשטאנען פון 2 טעלערס מצה-מעהל און מילך, און אויף נאכטמאל האט שוין דער פאטער ארויסגעשיקט א שאכטל מצות (די ערב פסח מצות סייז) אנגעפולט מיט רינדעכיגע האנט מצות פון סאטמארער מצה בעקעריי, צו דער זייט איז מיטגעקומען א שיסל קניידלעך פון די מוטער זז"ג.

וואס קען דען זיין בעסער?

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2012 8:04 pm
דורך הרבטייטעלבוים
איינער ווייסט ווי כקען יעצט באקימען מצות פאר ביליג
סאטמארער בראדוועי איז די בעסטע אבער עפעס אנדריש איז אויך גיט

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2012 8:14 pm
דורך שנאפס
איך זוך אויך סאטמאר בראדוועי מצות פאר אומזיסט

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2012 8:23 pm
דורך הרבטייטעלבוים
האט איינער צונישט כבין גרייט צו צאלען

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2012 11:48 pm
דורך שוועמל
געזען צעטל אין פאפא ביהמד אין וומסב, העכערן סינק

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2012 11:51 pm
דורך הרבטייטעלבוים
העכער לנוחיות הציבור
וואס איז דארטען געשטאנען

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:42 am
דורך תרגום יונתן
3 באקסעס אריזאנע מצות (ארום 7.5 פונט)

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:04 am
דורך הרבטייטעלבוים
דאס איז וואס איז געשטאנען דארט און פאפע אדער מזאלן נאך ווארטען ביז שוועמעל וועט ענפערן

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:41 am
דורך תרגום יונתן
תרגום יונתן האט געשריבן:3 באקסעס אריזאנע מצות (ארום 7.5 פונט)

דאס איז מיין אנאנס.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:13 pm
דורך verveist
kerersteirer matzis to sell (mostly whole wheat)l

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:56 pm
דורך דארפסמאן
איך דארף 1 באקס מצות. בעסער סאטמערע (נישט קיין חיליק וואסערע סאטמאר)

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2012 8:42 pm
דורך תרגום יונתן
שוין גע'פטר'ט מיינע. ברוך שפטרני.

געשריבן: פרייטאג מאי 11, 2012 4:46 pm
דורך הרבטייטעלבוים
קרעמער האט געשריבן:אויב איז ביי איינעם איבערגעבליבן מצות פון פסח, און ער איז וויליג דאס אוועקצוגעבן לשם מצוה, זאל זיך דא מעלדן.

און פאר געלט זאל זיך אויך מעלדען.

געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2013 11:55 pm
דורך תרגום יונתן
איין באקס (צוויי פונט) סאטמאר ראטלידזש (אריזאנע) מצות עוועילעבל.

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2013 8:34 am
דורך תרגום יונתן
תרגום יונתן האט געשריבן:איין באקס (צוויי פונט) סאטמאר ראטלידזש (אריזאנע) מצות עוועילעבל.

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2013 8:38 am
דורך ידיד
תרגום יונתן האט געשריבן:איין באקס (צוויי פונט) סאטמאר ראטלידזש (אריזאנע) מצות עוועילעבל.