הילף מיט GPS אין ארץ ישראל

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

הילף מיט GPS אין ארץ ישראל

תגובהדורך גראדער » דינסטאג אפריל 27, 2010 12:45 am

איז די מעשה אזוי.

כ'האב מיר איינגעהאנדלט אפאר יאר צוריק א GPS אין ארה"ק, דא אין ניו יורק באניץ איך מיך קיינמאל נישט דערמיט, נאר יעדן מאל וואס איך פאר קיין ארץ ישראל - וואס דאס פאסירט גאר אפט - וויש איך אפ די שטויב דערפון, און איך נעם אים מיט, האט זיך מיר געמאכט אזא פראבלעם, היות ער איז שוין אפאר יאר אלט איז די אינפארמאציע נישט פונקטליך, און נייע גאסן-געגענטער פארמאגט ער בכלל נישט, בין איך ארויף אויף די קאמפאני'ס וועב-זייטל, זאגן זיי אז פאר 250 שקל קען איך זיי שיקן א אימעיל, און דערנאך זיי קאלן, און דערנאך וכו', און ביז אפאר טאג וועלן זיי שיקן א אפדעיטעד מאפע.

בין איך דאך אבער זיכער אז כלל ישראל פארמאגט גרינגערע עצות ווי דעם... היות איך בין אבער א גרויסער עם הארץ ווען עס קומט צום GPS ביטע ווער עס קען מיר העלפן דערווישן א אפדעיטעד מאפע פון די מדינה וואס זאל זיין גוט פאר א 4PLAY GPS.

ייש"כ למפרע.

שלכם
גראדער
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » דינסטאג אפריל 27, 2010 3:00 am

מען קען עס ארופנעמען אומזיסט פונעם אינטערנעץ.
דאס בעסטע און לעצטגילטיקע איז:IGO 2010

כאפט א בליק אויף דעם לינק: http://search.conduit.com/Results.aspx? ... chSource=1


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, ארויף, הויעך, חושב מחשבות..., חסידישע_אינגערמאן, לפנות בוקר, פרנס היום, ר' יום טוב, שמייכל תמיד, שמערלער און 42 געסט