מאגנעטישע עקסערסייז

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

מאגנעטישע עקסערסייז

תגובהדורך חיים של פרנסה » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 9:53 am

עס איז דא צו באקומען געוויסע עקסערסייזן וואס ארבעטן בשותפות מיט מאגענט, מענטשן זאגן דערויף וואונדער, אנדערע שאצן עס אונטער, האט איינער דערויף א ידיעה עפעס באזונדער?

די מהלך דערפון איז, אז אסאך מענטשן האבן רוקן ווייטאג ווען זיי שטייען אויף, אסאך ווייסן אפילו נישט פארוואס היינט יא און מארגן נישט, אסאך מאל שטייט מען אויף עפעס נישט אויסגעשלאפן, און נאך אזוינע זאכן, זאגן זיי די פאלגענדע ערקלערונג.

יעדער ווייסט אז דו בלוט לויפט ארום כסדר, טאמער פאלט איינער אנידער אויף זיין האנט א שינת צהרים פילט ער נידלעך, ווייסט יעדער א דבר פשוט ווייל די בלוט איז נישט אהין צוגעקומען במשך די גאנצע צייט,

אזוי אויך איבערוואגיקע מענטשן צוליב זייער שווער זיך רירן לויפט די בלוט נישט אזוי גוט במילא רירן זיי זיך טאקע ווייטער שווער און א פארשלאפענער מח וואס האט נישט די נויטיגע בלוט איז גורם איינצושלאפן, מען קען טאקע זעהן פארקערט אויך, עס איז דא אן א שיעור מענטשן וואס אפילו זיי זענען איבערוואגיק דאך האבן זיי נישט אלעמאל פראבלעמען, דאס איז ווייל זיי רירן זיך דווקא יא לויפט זייער בלוט און דאס גיט זיי פרישקייט,

מצד שני ווען איינער ארבעט פיזיש פילט ער זייער גוט, ער רירט זיך פשוט, נאכמער, אויב הערט ער איין טאג אויף צו ארבעטן וועט ער פילן שוואכער ביז ער וועט טון עפעס פיזיש, און צוגאב, טאמער ער פילט נישט גוט איין טאג ס'זאל זיך נישט מאכן, ווען ער וועט אנהייבן צו טון פיזישע ארבעט וועט זיך איהם עפענען אלע גלידער, ער ווערט אנגעווארעמט, ער פילט Loose, און ער וועט אריינגיין אין די גיערס Gears (גלייזן בלע"ז) , ווי מען זאגט, ווי אזוי ארבעט דאס?
ווייל די בלוט לויפט,

בסך הכל איז די בלוט די זאך וואס מאכט דעם מענטשן'ס מוח ארבעטן אדער שלאפן, דאס איז די סבה פון די רוקן ווייטאג, ווייל טאמער ליגט מען אין א פאזיציע וואס דרוקט דעם אדער און בלוט קומט נישט צו טוט אוודאי וויי.
יעצט, די מאגנעטן שלעפן צו זיך כידוע, שלעפן זיי מיט גראוויטי די בלוט און ער לויפט ווייטער און די מאגנעטן שלעפן די ווייטערדיגע בלוט, און ממילא לויפט די בלוט א גאנצן טאג, און דער בר נש פילט בעסער,
אבער צו דעם דארף דער מענטש טון א פעולה אנצו הייבן דעם בלוט געלויף, דהיינו, אביסל עקסערסייז. [גוט מארגן, כ'האב אליין געוואוסט.]

מענטשן גלייכן אבער נישט זיך אויסצוציען ליגן אויף דער ערד און מאכן כל מיני זאכן וואס פאסט זיי נישט, האבן זיי, די מאגנעט קאמפאניע, אויסגעטראפן א זאך וואס זיי רופן אן "עקזעקיוטיוו עקסערסייז", פאר בעסערע גאטונג פיפעל, וואס דאס איז אביסל התעמלות צו מאכן די בלוט לויפן און דערנאך לויפט ער שוין ווייטער מיט די הילף וואס די מאגנעט געט איהם.

דער פראצעדור קענט איר פרובירן אליין ביי זיך יעדן טאג.
גלייך נאך נעגל וואסער, נאך פארן קאווע מקוה א.א.וו., מאכט מען מיט די ביידע הענט אזוי ווי מען סווינגט איינעם, נאך פינעף מאל, געט מען אזוי ווי א שטופ ארויף אין הייעך, דאס איז צו מאכן איבונגען ספעשל אין די אויבערשטע העלפט, מען טוט דאס עטליכע מאל. (בשעת מעשה האט אינזין: "בכל דרכיך דעהו" איך וויל זיין היינט א נארמאלע מענטש! איך בין יעצט מקיים מיין השתדלות צו מצוות ונשמרתם מאוד לנפשותיכם) דערנאך לייגט מען ארויף די אויבערשטע הענט למשל אויף א פרידשידער, און מען שלעפט זיך ארויף און מען הייבט זיך אונטער, אזוי ווי מען טאנצט קדוש, מען הייבט זיך א צען פופצען מאל, (און מען פילט ווי די בלוט גייט אין קאפ ארויף, ענליך ווי מען שפירט נאך 3-4 פוש-אפס) די ערשטע פאר טעג ווייניגער דערנאך מער, עס קומט א ביכעלע מער פרטית'דיג ווי אזוי דאס גייט צו, און דערנאך איז מען סעט, רעדי פארן טאג וואס הקב"ה האט דיר געגעבן.
דאס קען נעמען א 2 -3 מינוט און שוין,

מיר האבן געזען בילדער ווי אזוי א מענטש האט איוסגעזען בעפאר דעם קליינעם עקסערסייז און דערנאך, איך מוז אייך זאגן דער חילוק איז זייער גרויס. נישט צום גלייבן.
דער באטרעפענדער מיט וועם מיר האבן גערעדט איבער דעם זאגט אזוי:
איך האב דאס שוין אויף מיר 2 יאר צום גוטן, און איך בין זייער צופרידן, און די גרעסטע זאך איז, אז אמאל פלעגט נישט קענען זיין אזאנס אז איך זאל זעהן עסן ארום מיר און איך זאל דאס נישט עסן, היינט פיל איך אזוי בעל הבית אויף מיר, איך עס נאר ווען איך וויל, נישט ווען איך דארף, אפילו איך דארף אבער אויב כוויל נישט בין יעך בכח זיך איינצוהאלטן, און אנדערע ווערטער מיין קאפ ארבעט בעסער.
און צום ציבור בעטן מיר,
"ווער עס ווייסט אינפארמאציע צו דאס העלפט, אויף גאנץ אדער אויף העלפט זאל פאוסטן".
אויף די נושאים:
איז אמת אז מען איז פרישער,
איז אמת אז מען פארלירט וואג,
איז אמת אז מען איז בעל הבית אויפן עסן.

זייט געזונט.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:07 am

און וואס האט דאס מיט א מאגנעט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:12 am

דאס העלפט אז איינמאל דו האסט געמאכט די בלוט ראללן, איט שאלד קיפ אן ראללינג.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:15 am

און וואו לייגט מען די מאגנעט, האסט נישט גערעדט פון דעם פרט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:24 am

די מאגנעט פון די רוקן ווייטאג לייגט מען אין די שיך, די מאגנעט פון די עקסערסייז לייגט מען ערגעץ אונטערן פאסיג אויפן לייב
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:29 am

סיז מיר א חידוש.

א בילד ביטע פון דעם מאגנעט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 7:52 pm

בפשטות קען מען נוצן א קוואדער אויך...

מיין רבי האט מיך אויסגעלערנט אז ווען מ'איז הונגעריג זעצט מען זיך עסן, נישט מ'כאפט א שפאציר.
אז מ'איז קראנק אויפן מאגן גייט מען צו א מאגן ספעציאליסט, נישט צו א קיניזיאלאדשיסט וואס וועט קראצן אויף די פיס.
אז מ'דארף מאכן איבונגען, מאכט מען איבונגען. נישט מ'שאקלט מיט די הענט יוצא צו זיין און נאכדעם פארלאזט מען זיך אויף א מאגנעט.

ובחנונו נא בזאת. ווען דער פראגראם וועט ווערן מער אויפגעכאפט, מענטשן וועלן אנהייבן זיך אריינצוטון אין די מאגנעטן, וועט דאך ווערן א שטיקל ווינט, וואס אין אזא פאל לייגן זיך -געווענליך- די מעדיצינישע אויסגאבעס און פארשער מער אריין דערין. לאמיר זען וואס די חברה וועלן דערווישן.
איין זאך וואס איך קען דיר שוין פרעדיקטן איז, אז די פארשער וועלן טרעפן אז די מציאה איז נישט "אזוי" גרויס. מעגליך גאר אז זיי וועלן זאגן אז די "גאנצע" זאך איז שטותים.

רעיא מהימנא
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:02 pm

תגובהדורך רעיא מהימנא » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 11:06 pm

דעי אלע זאכען זענען גרויסע שטותם. דאס איז אויך "אלטערנאטיווע מעדעצין". איך האב אמאל געגלייבט אין די אלע זאכען, אבער מיט די צייט בין איך געווארען קליגער- געליינט וועגען דעם- אין איך האב איינגעזען אז דאס איז אלעס בלאף.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 11:19 pm

אגב, יעצט איז געווען אין די נייעס אז א מאן האט פארלוירן 350 פונט דורך יאגא עקסערסייז.

מסתם גייט יעצט זיין א אויפוואכונג אין די יאגא קלאסן צוליב דעם..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג אפריל 23, 2010 6:18 am

עס דערמאנט מיר די משל פון יענער וואס איז אנגעקומען צו ארעמע הונגעריגע דארף און ער האט זיי אויסגעלערנט צו מאכן זופ פון א ספעציעלע שטיין....
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אפריל 23, 2010 6:52 am

אלס בלוד סערקולעשען זעה איך נישט קיין פראבלעם דערווייל מיט דעם, אבער פאר די מוסקלען טוט עס גארנישט אויף, מ'דארף ווייטער מאכן עקסערסייז, נו, וואס האט מען אויפגעטוהן?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » פרייטאג אפריל 23, 2010 7:10 am

שוועמעל. א בילד פון א בעפאר און עפטער איז מיר אויך גענוג.

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » פרייטאג אפריל 23, 2010 7:26 am

שוועמל האט געשריבן:א מאן האט פארלוירן 350 פונט דורך יאגא עקסערסייז.

אויב דער מענטש האט פארלוירן 350 פונט מוז זיין אז ער האט געוואויגן 550-600 בעפאר. (אויסער אויב דער מענטש וואוינט אין ענגלאנד און ער האט געצאלט פאר די קלאסן...). יעצט אויב דער מענטש האט געהאט די שטארקייט און ווילן זיך אונטערצוהייבן דאס געביין און גיין אויף עקסערסייז, האט ער שוין נישט געמוזט צוקומען צו יאגא דערפאר...


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט