הילף: GPS אזויווי גוגל מעפס אויף בלעקבערי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

הילף: GPS אזויווי גוגל מעפס אויף בלעקבערי

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג אפריל 20, 2010 12:36 pm

בקיצור פאר די וואס ווייסן נאכנישט, איך האב מער נישט קיין בלעקבערי! פארוואס פארוואו פארווען? דרוקט נאמבער 6.

צווישן די זאכן וואס איך האב פארלוירן צוזאמען מיטן בלעקבערי איז די גוגל מעפס אויפן בלעקבערי, וואס האט מיר שוין כמה פעמים געראטעוועט מבלאנדשענען לחיים, און דא דערזעה איך זיך אנדעם,און איך זוך א GPS וואס קען עס ריפלעיסן, אדרבה, איך וויל הערן.

איז אזוי, די מעלות פון די גוגל מעפס GPS אויפן בלעקבערי זענען ווי פאלגענד:

* דיין לאקאציע - וואו דו ביסט יעצט - איז "אינמיטן" די סקרין, ס'הייסט דו האסט א מושג וואו דו ביסט, וואס עס טוט זיך ארום דיר מארבע רוחות.

* איך פלעג קיינמאל נישט אריינשטעלן די לאקאציע וואו איך וויל אנקומען, און קיינמאל נישט בעטן קיין דירעקציעס, איך האב נאר אייביג געוואלט זעהן מיט אן אויגנבליק וואס טוט זיך ארום מיר, אריינזומען און ארויסזומען גרינגערהייט. ס'הייסט איך האב עס נישט גענוצט פאר קיין "דירעקציעס", נאר צו זעהן וואס טוט זיך ארום מיין יעצטיגע לאקאציע.

* עס זומט זיך נישט אריין אדער ארויס אומגעבעטענערהייט, איך בין געווען דער בעל הבית, און אויב וויל עס עס אריין אדער ארויסזומען קען איך עס אליינס טון.

* די גאנצע מאפע האט זיך מיר נישט מיטגעדרייט לויט וויאזוי איך פאר, עס איז געבליבן אגאנצען צייט צפון אויבן און דרום אונטן.

* מען קען זוכן סטארס און פלעצער וואס זענען געאפדעיטעד דורך גוגל. (וואו איז דא א קאפי סטאר צו א וואלמארט אין די געגנט וכו').

* ובעיקר די גרינגע "צורה" פון גוגל מעפס, איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין אבער די "גאסן" אויף א רעגולער GPS האבן עפעס אזא אומ'חן, עקעדיג, באקסעדיג, גוגל מעפעס -אזויווי אויף זייער געהעריגע אינטערנעט ווערסיע- איז שיין און קלאר.

* פארשטייט זיך אז דער גאנצער 3D אפציע פון א רעגולער GPS, (וואס עס קוקט אויף די גאסן פון די זייט און נישט פון אויבן - בתקוה להבנה) איז ביי מיר גארנישט ווערד.

איז אזוי, עס קען זיין אז צוליב מיין שנאה מקלקלת צו די רעגולער GPS פארזעה איך אז דאס זענען אלעס פשוטע אפציעס, און מען קען דאס אלעס אנשטעלן איבעראל. אבער איך וואלט פארט געוואלט הערן וועלכע GPS איז דאס מערסטע ענליך צום גוגל ווערסיע אויפן בלעקבערי.

יישר כח למפרע
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
די גרויסע עפל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 08, 2010 4:01 pm
לאקאציע: אין ניו יארק סטעיט שבאמעריקא

תגובהדורך די גרויסע עפל » דינסטאג אפריל 20, 2010 9:10 pm

דעיר גרויזי.

איך פארשטיי דיין ווייטאג, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געניצט קיין GPS פארן וועג נאר גוגל מעפס אדער א רעיולער מעפ.

אויב האסטו געטוישט צו עני סמארט פאון קענסטו האבן גוגל מעפס אויף עס, אויב האסטו נישט קיין סמארט פאון, ביסטו עניוועי אויף געהאקטע......

אבער אויף כמעט יעדע GPS קענסטו אנשטעלען אז עס זאל דיר נישט געבן קיין דירעקשענס, נישט זיך דרייען, אין נישט זומען, נאר בלויז ווייזען דיין לאקעשן אין מיטפארן מיט דיר.
ס'וועט נאך האבן איין מעלה אז ס'וועט זיין שנעלער, ווייל א GPS האט באמת די DATA אין זיך, עס דארף נאר באקומען די אינפא. פון די סאטילייט. אבער דיין בלעקבערי דארף באקומען סיי די דאטא אין סיי די סיגנל.
קאפארענדא ?
A APPLE A DAY - TAKES THE DOCTOR AWAY

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11138
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אפריל 20, 2010 9:27 pm

נומער 6

אוועטאר
די גרויסע עפל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 08, 2010 4:01 pm
לאקאציע: אין ניו יארק סטעיט שבאמעריקא

תגובהדורך די גרויסע עפל » דינסטאג אפריל 20, 2010 9:32 pm

איר האט געדריקט אן אומריכטיגען קנעפל.
A APPLE A DAY - TAKES THE DOCTOR AWAY


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless און 11 געסט