מענטשן וואס מאכן מיר נערוועז

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

מענטשן וואס מאכן מיר נערוועז

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 7:52 pm

איך האלט אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, צו האבן אזא מין אשכול, ווי דער עולם זאל זיך קענען אויסגעבן אויף די פארשידענע זאכן פון מענטשן וואס מאכן נערוועז.
די תועלת פון אזא סארט אשכול איז פילפאכיג, ראשית, אז אויב איינער האט א זכות וואס מען קען יענען דן זיין, וועט עס שטארק ארויסהעלפן, און פארמינערן די נערוויזיטעט. און בעיקר וועט עס ארויסהעלפן אז אויב וועלן עס זען טאקע די מענטשן וואס נערווירן, אפשר וועט דאס ארויסהעלפן אז זיי זאלן אויפהערן טאן זייערע נערווינדע טאטן.

איך וועל געבן אמשל, וואס מאכט מיר נערוועז, און דער עולם דא וועט שוין פארשטיין וואס איך מיין, און אזוי פלעכטן ווייטער דעם אשכול...

מיר מאכט זייער נערוועז ווען עס דאווענט פאר'ן עמוד א בעל תפילה, און ביי די שטילע שמונה עשרה ציעט ער געפערליך לאנג, ביז ביז ענדליך ער טרעט שוין אויס, און ער וויסט זיכער אז דער גאנצער עולם האט שוין געענדיגט די שמונה עשרה (ווייל ער אליין, ווען ער דאווענט פאר זיך קען אויך נישט דאווענען אזוי לאנג...) און נאכ'ן אויסטרעטן גיט ער זיך א דריי אויס קוקען צו דער עולם האט שוין געענדיגט און ער קען שוין אנהויבן די הויכע שמונה עשרה.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 8:07 pm

אוי דו דערמאנסט מיר וואס איך האב געהאט נעכטן מיט מיין מעריב בעל תפלה, איך מיין ער דאוונט נאך יעצט
א בחור'ל – טאקע א בנשק'ל אבער דאך א בחורל – גייט צו צום עמוד, שמונה עשרה האט ער געדאוונט אין מיין קליינע מנין, אזוי לאנג ווי זיין זיידע דאוונט מנחה שמונה עשרה פאר הונדערטער אידן פרייטאג צונאכטס, כ'מיין, א האלבער עולם האט אפגעגאפלט בעוד מועד, ענדליך נאך לאנגע מינוטן ער טרעט אויס, און ער דרייט זיך אויס און נעמט זיך ציילן אויב ס'איז דא מנין....

און ווען דו שטייסט מיט די קאר זיך צו דרייען לינקס, און עס קומט דיר אקעגן א קאר, און ס'קוקט אויס ווי ער פארט גראד, ווארטסטו א מינוט ווי לאנג ער פארט א דורך (נישט פארגעסן ער רעדט יעצט מן הסתם אויפן סעל און ממילא פארט ער שטייט, אז אפילו אויב לפי החשבון קענסטו עס שוין נישט מאכן דעם דריי לויט די נאנטקייט, אבער לויט זיין שטאטקייט קען מען עס צוויי מאל מאכן, עניוועי) ער קומט אן ממש נעבן דיר דרייט ער זיך איין אזוי אן א פריעריגע מעלדונג (פון בלינקן), און יעצט טאנץ.
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 8:11 pm

בחורים בין הזמנים אין ביהמ"ד

פאר דעם אליין לוינט זיך צו זיין פון די משכימי קום, א האלבער עול פון די ערב פסח טעג קען מען זיך איינשפארן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:55 pm

אויפריכטיג;

דיין משל וואלט זיך געקענט ענדיגן ערגער (ווי עס פאסירט גאנץ אפט), אז נאכן ענדיגן די לאנגע שטילע שמו"ע, ווען יעדער איז שוין צופיקעוועט, געט ער זיך א ציה אפ פון עמוד ווייל ער דארף גיין 'כנות'... זאל א צווייטער שוין צוגיין צו הויכע שמו"ע.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג מארטש 22, 2010 9:24 am

אויפריכטיג האט געשריבן:די תועלת פון אזא סארט אשכול איז פילפאכיג, ראשית, אז אויב איינער האט א זכות וואס מען קען יענען דן זיין, וועט עס שטארק ארויסהעלפן, און פארמינערן די נערוועיזיטעט.
מיר מאכט זייער נערוועז ווען עס דאווענט פאר'ן עמוד א בעל תפילה, און ביי די שטילע שמונה עשרה ציעט ער געפערליך לאנג, ביז ביז ענדליך ער טרעט שוין אויס, און ער וויסט זיכער אז דער גאנצער עולם האט שוין געענדיגט די שמונה עשרה (ווייל ער אליין, ווען ער דאווענט פאר זיך קען אויך נישט דאווענען אזוי לאנג...) און נאכ'ן אויסטרעטן גיט ער זיך א דריי אויס קוקען צו דער עולם האט שוין געענדיגט און ער קען שוין אנהויבן די הויכע שמונה עשרה.


ווארד2007 האט געשריבן:אוי דו דערמאנסט מיר וואס איך האב געהאט נעכטן מיט מיין מעריב בעל תפלה, איך מיין ער דאוונט נאך יעצט..
א בחור'ל – טאקע א בנשק'ל אבער דאך א בחורל – גייט צו צום עמוד, שמונה עשרה האט ער געדאוונט אין מיין קליינע מנין, אזוי לאנג ווי זיין זיידע דאוונט מנחה שמונה עשרה פאר הונדערטער אידן פרייטאג צונאכטס,

כ'מיין, א האלבער עולם האט אפגעגאפלט בעוד מועד, ענדליך נאך לאנגע מינוטן ער טרעט אויס, און ער דרייט זיך אויס און נעמט זיך ציילן אויב ס'איז דא מנין....


האסט געבעטן מ'זאל טרעפן א צד זכות.. דא האסטע:

ער האט פשוט מורא אז די גאנצע עולם האט שוין אפגעיאגט און ער וועט רעדן צום וואנט, דרייט ער זיך ארום קוקן צי ס'איז נאך געבליבן מנין..
http://www.teoria.com/ Music Theory

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג מארטש 23, 2010 3:49 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:איך האלט אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, צו האבן אזא מין אשכול, ווי דער עולם זאל זיך קענען אויסגעבן אויף די פארשידענע זאכן פון מענטשן וואס מאכן נערוועז.
די תועלת פון אזא סארט אשכול איז פילפאכיג, ראשית, אז אויב איינער האט א זכות וואס מען קען יענען דן זיין, וועט עס שטארק ארויסהעלפן, און פארמינערן די נערוויזיטעט. און בעיקר וועט עס ארויסהעלפן אז אויב וועלן עס זען טאקע די מענטשן וואס נערווירן, אפשר וועט דאס ארויסהעלפן אז זיי זאלן אויפהערן טאן זייערע נערווינדע טאטן.

איך וועל געבן אמשל, וואס מאכט מיר נערוועז, און דער עולם דא וועט שוין פארשטיין וואס איך מיין, און אזוי פלעכטן ווייטער דעם אשכול...

מיר מאכט זייער נערוועז ווען עס דאווענט פאר'ן עמוד א בעל תפילה, און ביי די שטילע שמונה עשרה ציעט ער געפערליך לאנג, ביז ביז ענדליך ער טרעט שוין אויס, און ער וויסט זיכער אז דער גאנצער עולם האט שוין געענדיגט די שמונה עשרה (ווייל ער אליין, ווען ער דאווענט פאר זיך קען אויך נישט דאווענען אזוי לאנג...) און נאכ'ן אויסטרעטן גיט ער זיך א דריי אויס קוקען צו דער עולם האט שוין געענדיגט און ער קען שוין אנהויבן די הויכע שמונה עשרה.


א לימוד זכות: איך גלייב אז "אויפריכטיג" האט עפעס אלימוד זכות, נאר ער קען ביישטיין אז מען זאל צולייגן. לכאורה דאס אויסדרייען קוקן אויב ס'איז דא מנין, איז פון געוואוינהייט, אז ווען דער בעל תפילה ענדיגט שמונה עשרה דרייט מען זיך אויס. דרך אגב, עס איז נישט נאר ביי בעלי תפילות, קענסט עס באמערקן ביים ציבור מתפללים, אז ווען מען ענדיגט שמונה עשרה, קוקט מען ארום אויף די זייטן.

תושב
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2010 1:20 pm

תגובהדורך תושב » דינסטאג מארטש 23, 2010 4:08 pm

ווער ס'מאכט מיר נערוועז? די ערשטע אויף די ליסטע איז זיכער מיין ווייב :wink:

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מארטש 23, 2010 4:22 pm

פוילישער האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:איך האלט אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, צו האבן אזא מין אשכול, ווי דער עולם זאל זיך קענען אויסגעבן אויף די פארשידענע זאכן פון מענטשן וואס מאכן נערוועז.
די תועלת פון אזא סארט אשכול איז פילפאכיג, ראשית, אז אויב איינער האט א זכות וואס מען קען יענען דן זיין, וועט עס שטארק ארויסהעלפן, און פארמינערן די נערוויזיטעט. און בעיקר וועט עס ארויסהעלפן אז אויב וועלן עס זען טאקע די מענטשן וואס נערווירן, אפשר וועט דאס ארויסהעלפן אז זיי זאלן אויפהערן טאן זייערע נערווינדע טאטן.

איך וועל געבן אמשל, וואס מאכט מיר נערוועז, און דער עולם דא וועט שוין פארשטיין וואס איך מיין, און אזוי פלעכטן ווייטער דעם אשכול...

מיר מאכט זייער נערוועז ווען עס דאווענט פאר'ן עמוד א בעל תפילה, און ביי די שטילע שמונה עשרה ציעט ער געפערליך לאנג, ביז ביז ענדליך ער טרעט שוין אויס, און ער וויסט זיכער אז דער גאנצער עולם האט שוין געענדיגט די שמונה עשרה (ווייל ער אליין, ווען ער דאווענט פאר זיך קען אויך נישט דאווענען אזוי לאנג...) און נאכ'ן אויסטרעטן גיט ער זיך א דריי אויס קוקען צו דער עולם האט שוין געענדיגט און ער קען שוין אנהויבן די הויכע שמונה עשרה.


א לימוד זכות: איך גלייב אז "אויפריכטיג" האט עפעס אלימוד זכות, נאר ער קען ביישטיין אז מען זאל צולייגן. לכאורה דאס אויסדרייען קוקן אויב ס'איז דא מנין, איז פון געוואוינהייט, אז ווען דער בעל תפילה ענדיגט שמונה עשרה דרייט מען זיך אויס. דרך אגב, עס איז נישט נאר ביי בעלי תפילות, קענסט עס באמערקן ביים ציבור מתפללים, אז ווען מען ענדיגט שמונה עשרה, קוקט מען ארום אויף די זייטן.


כאשוין לאנג געבעטן מיין שמש אין שול, זאל ארויף בויען אויפן עמוד אזא שפיגל פארן בעל תפלה (זויווי די קארס האבן) מען זאלזעך נישט דארפן אויסדרייען אזוי פיל צום אוילעם

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג מארטש 23, 2010 4:23 pm

דער דרייווער פארנט פון מיר וואס האלט אויף אלעמען מיט זיין פארן אויף 5 מ.פ.ה. (ער זוכט מסתם א פארקינג ספעיס אויף יענעם בלאק) און צום סוף ווען די לייט ווערט געל גיבט ער זיך א שווערץ דורך און לאזט יעדעם אין בעק שעלטן... אוי רעגט דאס אויף!

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג מארטש 23, 2010 4:32 pm

ווארד2007 האט געשריבן:אוי דו דערמאנסט מיר וואס איך האב געהאט נעכטן מיט מיין מעריב בעל תפלה, איך מיין ער דאוונט נאך יעצט
א בחור'ל – טאקע א בנשק'ל אבער דאך א בחורל – גייט צו צום עמוד, שמונה עשרה האט ער געדאוונט אין מיין קליינע מנין, אזוי לאנג ווי זיין זיידע דאוונט מנחה שמונה עשרה פאר הונדערטער אידן פרייטאג צונאכטס, כ'מיין, א האלבער עולם האט אפגעגאפלט בעוד מועד, ענדליך נאך לאנגע מינוטן ער טרעט אויס, און ער דרייט זיך אויס און נעמט זיך ציילן אויב ס'איז דא מנין....

.


איך האלט אז דער עולם וואלט זיך געדארפט מאכן כאילו מען האלט נאך אינמיטן דאווענען, און זאל דער בחור ווארטן נאך אביסל, פלאס ער וועט זיך שפירן ווי צוויי סענט אז ער האט אויסגעטרעטן פריער ווי יעדן...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך מארטש 24, 2010 5:16 pm

זיס האט געשריבן:איך האלט אז דער עולם וואלט זיך געדארפט מאכן כאילו מען האלט נאך אינמיטן דאווענען, און זאל דער בחור ווארטן נאך אביסל, פלאס ער וועט זיך שפירן ווי צוויי סענט אז ער האט אויסגעטרעטן פריער ווי יעדן...

לדאבונינו איז עס נישט נאר די רעדע פון בחורים נאר געווענליך ביי ערוואקסענע וואס האבן שכל ווי בחורים...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך מארטש 24, 2010 5:21 pm

נאך א זאך וואס מאכט מיר זייער נערוועז (ס'קוקט אויס ווי איך בין א נערוועזער מענטש, הא?)
די מענטשן וואס עפענען דעם השקה דעקל פארן זיך טובל'ן אין מקוה! און עס שפרייזן אריין אלע שמוציגע באשטאנדטיילן און קאלטע וואסער.
לפי מיטב ידיעתי האט עס נישט קיין שום מקור, עס איז נישט מער מטהר, עס מאכט נאר אז מענטשן זאלן זיך פארעקלן פון גיין אין מקוה.
די מענטשן וועלכע גייען אין מקוה פארטאגס זיי פארשטיי איך, זיי זענען חושש אז אפשר האט מען נאכנישט געמאכט קיין השקה, אבער די אידן וואס ריקן זיך אן שפעט אין מקוה, (געווענליך גייען די אויך נישט אין שויער...- א שמועס פאר זיך) און מיט א בא'טעמ'טקייט און פאלשע פרומקייט עפענען זיי דעם דעקל, ווי גלייך די הונדערטער אידן ביז אהער האבן זיך גע'טובל'ט אין א אומ'כשר'ע מקוה!!!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מארטש 24, 2010 7:21 pm

גוטע פוינט, וואס ידידינו הרב געלעגער האט שוין ארויסגעברענגט אין זיין ארטיקל "ר'מקוהקאלטמאכער שליט"א"
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דאנארשטאג מארטש 25, 2010 2:51 am

איך שטיי מיט מיין קליינטשיקס וועלענדיג אריבער גיין (קראסן בלע"ז) די גאס-שטראז (גאטער בלע"ז), אינגאנצן דורכגעווייקט פונעם רעגן, ס'איז ביטער קאלט, דאס קינד וויינט "ווען איז מען שוין אינדערהיים" אבער איך מוז ווארטן ווייל ס'קומט צי פליען א קאר פון א גאס פריער.
שוין נאכן ווארטן אפאר סעקונדעס וואס זעט אויס ווי שעה'ן (בבחינת יום לשנה) זעה איך ווי נישט מער און נישט ווייניגער דרייט ער זיך איין שיינערהייט אויף רעכט'ס. שוין כ'בין דיר מוחל אויף די פאר סעקונדעס, אבער יעצט אז איך וויל שוין יא קראסן, איז שוין צי שפעט ווייל יעצט קומט א צווייטער קאר וואס פארט יא גלייך.

וואס איז?! ס'פאסט דיך נישט אנצוצונדען די בלינקער'ס?!

דאס איז מעשים בכל יום, און דאס מאכט מיר מורא'דיג נערוועז...
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט