בלאט 1 פון 2

עצה פאר שטריימעל אין יומיד וועטער !

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 3:11 pm
דורך ירא שמים
איז אזוי ס'דא געוויסע שטריימליעך וואס אין א נאסע וועטער ווערט עס אויפגעבלאזען ווי א אלטע בעזים אין ס'קוקט אויס מער ווי א בארג היי ווי איידער א שטריימעל,
א פאר יאר צירוק האב איך מיר איינגעהאנדעלט אזא שטריימעל ביי א סעיל ביים קויפען האט עס אויסגעזעהן זייער גוט אין אין א יומיד וועטער האטער משנה צורה געווען אזש ער איז געווען נישט צים דערקענען,

וכאן הבן שואל וואס טוט מען ? ... נעכטען איז מיר בייגעפאלען א עצה אין כ'האב עס אויסגעטרייט אין יאפ ס'קוקט אויס אז ס'ארבעט, די נאסקייט זאפט זיך איין אין די האר מאכט פראבלעמען איז דארף מען זעהן אז די נאסקייט זאל נישט אריין אין די האר, נו מיר ווייסען דאך אז וואסער מישט זיך נישט מיט אויל האב איך גענומען WD40 אין עס ארויף געשפריצט אויפען בערשטעל אין מיט דעם געבראשט דעם שטריימעל אין לויט ווי עס קוקט אויס מאכט עס די האר אויסזעהן מער לעבעדיג אין ס'העלפט אין פאל פין א נאסע וועטער אז די פייכטקייט פין די לופט גייט נישט אזוי גרינג אריין,


פארשטייט זיך טוט עס אוויף אייער אייגענע אחריות, לויט ווי עס קוקט מיר אויס ארבעט עס גוט,
א כשר'ען פסח

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 3:17 pm
דורך קהת
איך קען דיר געבען נאך דריי עצות
איין: אויב די גיסט עס אן מיט א גאנצע באטעל אויל זאגעך דיך צו אז סגייט נישט געשעהן מער
צוויי: אויב די פעינטסט עס אן מיט ברוינע פעינט גייט עס אויך נישט געשעהן
דריי: און אויב די לייגסט שטארקע גלא אויכנישט
און נאך אסאך עצות אויב די דארפסט....... :lol: :lol: :lol: :lol:  

וואסערע מאדנע עצה איז WD40? :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 3:24 pm
דורך דארפסמאן
קהת מאך נישט חוזיק, ווייל מיין רעגן שטריימעל וואס מיין שווער האט בייצאלט מער ווי א וואך פעיראלל איז די זעלבע פראבלעם, און איך וויל באמת וויסן וואס מען קען טיען

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 3:26 pm
דורך שמערי בערי
כ'ווייס נישט צו דער עולם ווייסט, אבער דער עצה באלאנגט טיפיקעל צום (ניק) ירא שמים....

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 3:29 pm
דורך וויכטיג מאכער
ס'דא אזא טישו וואס מ'לייגט אריין ווען מ'וואשט וועש כ'מיין ס'הייסט "באונס" אדער "באונטי", מ'פארט מיט דעם ארום דעם שטריימל, און ס'ווערט אויס פריזי אין א מינוט.

WD40 הרג'ט די האר, און וואו קהת זאגט, לייג פעינט...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 3:38 pm
דורך דארפסמאן
איך פארשטיי אז WD40 איז נישט די סאלאשאן אבער איך וויל וויסען וואס יא

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 3:50 pm
דורך תרנגול
וויכטיג, דאס וואס דו האסט געזאגט בנוגע די באונטי, דאס דארף מען טון מיט פשוטע טרוקענע באונטי אזווי עס שטייט און גייט, אדער מען ברויך נאך עפעס צולייגן?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 3:52 pm
דורך וויכטיג מאכער
פשוט טריקן...

סתם אז גוטע זאך, ווען מ'לייגטעך אריין אין באקס, צו דרייען די שטריימל צוויי דריי מאל, אזוי ווערטעס אין שעיפ.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 4:01 pm
דורך ירא שמים
סארי אבער קודם כל ניצען די שטריימעל מאכער קעמיקעל'ס ביים מאכען די שטריימעל אין WD40 איז אויך א קעמיקעל אין וואס איז עס אנדרעש כ'רעד נישט דא פין ארויף שמירען א אוואקאדאו,

אין צווייטענס די פאקט איז אז עס ארבעט, פינטעל, אין ס'האט נישט געהארגעט די האר, אין פאקטיש האט עס עס שענער געמאכט סאו דאס איז "עווידענס בעיסט מעדעצין" ,

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 4:20 pm
דורך וויכטיג מאכער
ירא שמים, קעמיקעל קעמיקעל לגזירה שוה? נאט בעד... אבער זיי נוצן נישט די סעים קעמיקאל...

און דאס אז פאר דיין אויגן זעהט עס נישט אויס אפגעהרג'ט מיינטעס נישט אז ס'איז נישט.

און באונטי האט קרויס דער שטריימל מאכער אריינגעלייגט אין די שטריימל באקס וואס איך האב נעכטן אויפגעפיקט פונעם.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 4:56 pm
דורך דארפסמאן
אבער עס וועט שמעקן ווי איך וועל גיין

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 5:00 pm
דורך וויכטיג מאכער
לאז די גראך אויסוועפן.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 5:05 pm
דורך געלעגער
WD40? וואט די העלל אר יו טאלקינג

האסט שוין געטרייעט שמן זית?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 5:57 pm
דורך הער שליוואוויץ
דארפסמאן האט געשריבן:איך פארשטיי אז WD40 איז נישט די סאלאשאן אבער איך וויל וויסען וואס יא

scotchgaurd spray איז ספעציעל געמאכט צי וואטרפרופ"ן סחורה וכדו'

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 7:21 pm
דורך הערשעלע
וויכי, דיין עצה מיט די באונטי איז נאר גוט אויף נאך ווען איז שוין פריזי, אבער אונז דארפמער דא אנייצע אויף פארדעם, עס זאל לכתחילה נישט ווערן פריזי...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 7:30 pm
דורך וויכטיג מאכער
עז פאר עז איי נאו, איז נישטא קיין עצה עס צו פראווענטן (איך מיין א עצה וואס וועט נישט אפהרג'ענען די האר,) אויזער באונטי, אויב ס'העלפט...

איך גיי יעצט צו קרויס שטריימלעך, איך גיי עם פרעגן.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 7:31 pm
דורך שמערי בערי
וואטש אוט, כ'ווארט דיר אפ דארט, ס'עט זיין גילוי...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 7:44 pm
דורך שוועמל
פונקט נעכטן איז עס געשען.
די גריצלען אויפן טיר זענען אנגעקומען, יעדעס מאל מען עפענעט און פארמאכט דעם טיר הערט מען דעם וויי געשריי פונעם אנגל (דער טיי אווענט איז נאכנישט פארגעקומען) פלעעעעעעע.... פקלעעעעע... ביי יעדן ריר, ווי א צעבראכענער אינסטרומענט זינגט ער נאך אףף-טאן אויכעט. צוזאמען מיט דעם איז אנגעקומען די וועכישע טשילס וואס האט מיר נערווירט ערגער פון א וויינעדיגע קעצי.

אומר ושותה, איך בין געלאפן צום שטריימל סוחר געקויפט א WD40 (וויכי'ס שומרים יוניט), אריינגעשפריצט אפאר טיפות און וואונדער איבער וואונדער, דער אנגל איז שטיל ווי א פיש.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 8:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער זאגט אז ס'דא איין עצה צו פרעווענטן אז סאל נישט ווערן פריזי, "נישט גיין דערמיט"...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 9:02 pm
דורך שמערי בערי
הייסט אז דו ביסט דער קליינע שווארצער דיקליכער יונגערמאן וואס איז פריער דארט געווען? גוד פאר יו...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 9:22 pm
דורך געלעגער
וויכי סאו מיסטער קליען איז נישט קיין אצפיע?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 9:53 pm
דורך קרעמער
דארפסמאן האט געשריבן:קהת מאך נישט חוזיק, ווייל מיין רעגן שטריימעל וואס מיין שווער האט בייצאלט מער ווי א וואך פעיראלל איז די זעלבע פראבלעם, און איך וויל באמת וויסן וואס מען קען טיען

ווער טראגט נאך היינט רעגן שטריימלעך? א מעיל איז פיל ביליגער.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 10:18 pm
דורך שמערי בערי
קרעמער, דאכציך אז פאר'ן סורפרייז פון זען מיין שיינע שטריימל נאכ'ן זיך זעטיגן פון מיין נאריש'ן רעגן שטריימל איז ווערד געווען ס'געלט...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 11:47 pm
דורך וויכטיג מאכער
געלעגער האט געשריבן:וויכי סאו מיסטער קליען איז נישט קיין אצפיע?


ס'איז אויסדריקליך יא, ס'ווענצעך נאר פארוואס...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 18, 2010 11:55 pm
דורך קראצער
אוי אוי אוי די גראך דא איז אימדערטרעגליך.
גענימען א בעזעם געשפריצט WD40 געלאזט טריקענען אין דרייער מיט א באונטי. אלעס לכבוד פסח.
מי כעמך