עצה פאר שטריימעל אין יומיד וועטער !

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

עצה פאר שטריימעל אין יומיד וועטער !

תגובהדורך ירא שמים » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:11 pm

איז אזוי ס'דא געוויסע שטריימליעך וואס אין א נאסע וועטער ווערט עס אויפגעבלאזען ווי א אלטע בעזים אין ס'קוקט אויס מער ווי א בארג היי ווי איידער א שטריימעל,
א פאר יאר צירוק האב איך מיר איינגעהאנדעלט אזא שטריימעל ביי א סעיל ביים קויפען האט עס אויסגעזעהן זייער גוט אין אין א יומיד וועטער האטער משנה צורה געווען אזש ער איז געווען נישט צים דערקענען,

וכאן הבן שואל וואס טוט מען ? ... נעכטען איז מיר בייגעפאלען א עצה אין כ'האב עס אויסגעטרייט אין יאפ ס'קוקט אויס אז ס'ארבעט, די נאסקייט זאפט זיך איין אין די האר מאכט פראבלעמען איז דארף מען זעהן אז די נאסקייט זאל נישט אריין אין די האר, נו מיר ווייסען דאך אז וואסער מישט זיך נישט מיט אויל האב איך גענומען WD40 אין עס ארויף געשפריצט אויפען בערשטעל אין מיט דעם געבראשט דעם שטריימעל אין לויט ווי עס קוקט אויס מאכט עס די האר אויסזעהן מער לעבעדיג אין ס'העלפט אין פאל פין א נאסע וועטער אז די פייכטקייט פין די לופט גייט נישט אזוי גרינג אריין,


פארשטייט זיך טוט עס אוויף אייער אייגענע אחריות, לויט ווי עס קוקט מיר אויס ארבעט עס גוט,
א כשר'ען פסח
לעצט פאראכטן דורך ירא שמים אום דאנארשטאג מארטש 18, 2010 4:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:17 pm

איך קען דיר געבען נאך דריי עצות
איין: אויב די גיסט עס אן מיט א גאנצע באטעל אויל זאגעך דיך צו אז סגייט נישט געשעהן מער
צוויי: אויב די פעינטסט עס אן מיט ברוינע פעינט גייט עס אויך נישט געשעהן
דריי: און אויב די לייגסט שטארקע גלא אויכנישט
און נאך אסאך עצות אויב די דארפסט....... :lol: :lol: :lol: :lol:  

וואסערע מאדנע עצה איז WD40? :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:24 pm

קהת מאך נישט חוזיק, ווייל מיין רעגן שטריימעל וואס מיין שווער האט בייצאלט מער ווי א וואך פעיראלל איז די זעלבע פראבלעם, און איך וויל באמת וויסן וואס מען קען טיען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:26 pm

כ'ווייס נישט צו דער עולם ווייסט, אבער דער עצה באלאנגט טיפיקעל צום (ניק) ירא שמים....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:29 pm

ס'דא אזא טישו וואס מ'לייגט אריין ווען מ'וואשט וועש כ'מיין ס'הייסט "באונס" אדער "באונטי", מ'פארט מיט דעם ארום דעם שטריימל, און ס'ווערט אויס פריזי אין א מינוט.

WD40 הרג'ט די האר, און וואו קהת זאגט, לייג פעינט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:38 pm

איך פארשטיי אז WD40 איז נישט די סאלאשאן אבער איך וויל וויסען וואס יא
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:50 pm

וויכטיג, דאס וואס דו האסט געזאגט בנוגע די באונטי, דאס דארף מען טון מיט פשוטע טרוקענע באונטי אזווי עס שטייט און גייט, אדער מען ברויך נאך עפעס צולייגן?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:52 pm

פשוט טריקן...

סתם אז גוטע זאך, ווען מ'לייגטעך אריין אין באקס, צו דרייען די שטריימל צוויי דריי מאל, אזוי ווערטעס אין שעיפ.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 4:01 pm

סארי אבער קודם כל ניצען די שטריימעל מאכער קעמיקעל'ס ביים מאכען די שטריימעל אין WD40 איז אויך א קעמיקעל אין וואס איז עס אנדרעש כ'רעד נישט דא פין ארויף שמירען א אוואקאדאו,

אין צווייטענס די פאקט איז אז עס ארבעט, פינטעל, אין ס'האט נישט געהארגעט די האר, אין פאקטיש האט עס עס שענער געמאכט סאו דאס איז "עווידענס בעיסט מעדעצין" ,
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 4:20 pm

ירא שמים, קעמיקעל קעמיקעל לגזירה שוה? נאט בעד... אבער זיי נוצן נישט די סעים קעמיקאל...

און דאס אז פאר דיין אויגן זעהט עס נישט אויס אפגעהרג'ט מיינטעס נישט אז ס'איז נישט.

און באונטי האט קרויס דער שטריימל מאכער אריינגעלייגט אין די שטריימל באקס וואס איך האב נעכטן אויפגעפיקט פונעם.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 4:56 pm

אבער עס וועט שמעקן ווי איך וועל גיין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 5:00 pm

לאז די גראך אויסוועפן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 5:05 pm

WD40? וואט די העלל אר יו טאלקינג

האסט שוין געטרייעט שמן זית?

אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2010 11:41 pm

תגובהדורך הער שליוואוויץ » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 5:57 pm

דארפסמאן האט געשריבן:איך פארשטיי אז WD40 איז נישט די סאלאשאן אבער איך וויל וויסען וואס יא

scotchgaurd spray איז ספעציעל געמאכט צי וואטרפרופ"ן סחורה וכדו'

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 7:21 pm

וויכי, דיין עצה מיט די באונטי איז נאר גוט אויף נאך ווען איז שוין פריזי, אבער אונז דארפמער דא אנייצע אויף פארדעם, עס זאל לכתחילה נישט ווערן פריזי...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 7:30 pm

עז פאר עז איי נאו, איז נישטא קיין עצה עס צו פראווענטן (איך מיין א עצה וואס וועט נישט אפהרג'ענען די האר,) אויזער באונטי, אויב ס'העלפט...

איך גיי יעצט צו קרויס שטריימלעך, איך גיי עם פרעגן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 7:31 pm

וואטש אוט, כ'ווארט דיר אפ דארט, ס'עט זיין גילוי...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 7:44 pm

פונקט נעכטן איז עס געשען.
די גריצלען אויפן טיר זענען אנגעקומען, יעדעס מאל מען עפענעט און פארמאכט דעם טיר הערט מען דעם וויי געשריי פונעם אנגל (דער טיי אווענט איז נאכנישט פארגעקומען) פלעעעעעעע.... פקלעעעעע... ביי יעדן ריר, ווי א צעבראכענער אינסטרומענט זינגט ער נאך אףף-טאן אויכעט. צוזאמען מיט דעם איז אנגעקומען די וועכישע טשילס וואס האט מיר נערווירט ערגער פון א וויינעדיגע קעצי.

אומר ושותה, איך בין געלאפן צום שטריימל סוחר געקויפט א WD40 (וויכי'ס שומרים יוניט), אריינגעשפריצט אפאר טיפות און וואונדער איבער וואונדער, דער אנגל איז שטיל ווי א פיש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 8:56 pm

ער זאגט אז ס'דא איין עצה צו פרעווענטן אז סאל נישט ווערן פריזי, "נישט גיין דערמיט"...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:02 pm

הייסט אז דו ביסט דער קליינע שווארצער דיקליכער יונגערמאן וואס איז פריער דארט געווען? גוד פאר יו...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:22 pm

וויכי סאו מיסטער קליען איז נישט קיין אצפיע?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:53 pm

דארפסמאן האט געשריבן:קהת מאך נישט חוזיק, ווייל מיין רעגן שטריימעל וואס מיין שווער האט בייצאלט מער ווי א וואך פעיראלל איז די זעלבע פראבלעם, און איך וויל באמת וויסן וואס מען קען טיען

ווער טראגט נאך היינט רעגן שטריימלעך? א מעיל איז פיל ביליגער.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 10:18 pm

קרעמער, דאכציך אז פאר'ן סורפרייז פון זען מיין שיינע שטריימל נאכ'ן זיך זעטיגן פון מיין נאריש'ן רעגן שטריימל איז ווערד געווען ס'געלט...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:47 pm

געלעגער האט געשריבן:וויכי סאו מיסטער קליען איז נישט קיין אצפיע?


ס'איז אויסדריקליך יא, ס'ווענצעך נאר פארוואס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:55 pm

אוי אוי אוי די גראך דא איז אימדערטרעגליך.
גענימען א בעזעם געשפריצט WD40 געלאזט טריקענען אין דרייער מיט א באונטי. אלעס לכבוד פסח.
מי כעמך
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: והוא פלאי, חוח בין השושנים און 14 געסט