עטליכע נוצבארע עצות גרינגער צו מאכן די הכנות צו פסח

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

עטליכע נוצבארע עצות גרינגער צו מאכן די הכנות צו פסח

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך מארטש 17, 2010 10:11 am

בס"ד

עטליכע נוצבארע עצות גרינגער צו מאכן די הכנות צו פסח


• כשמרוקנים 'שעלף' מסְפָרִים לנקותו לפסח, להחזיר אותם כמו שהיו ממש, ולא לברור כעת את ההזדמנות לעשות בהם סדר, או לגנוז את שאינו צריך.

• כשפותחים ארון (closet) לנקותו לפסח, ומגלים שה"הינדזשעס" צריכים תיקון, לא לתקנם קודם פסח בשום אופן, אלא להשאירם לזמן אחר.

• כשנפגשים בכל מיני אלטע מכתבים, כתבים, תמונות וכיו"ב אין עתה הזמן לעבור עליהם ולקראם או לבררם, כי אם להניחם כמות שהם ולסיים.

ואידך פירושא זיל גמור....

וסמך גדול לזה מהגמ' פסחים דף ח. והאמר וכו' שלוחי מצוה אינם ניזוקין? דילמא תאבד לו מחט ואתי לעיוני בתרה, וברש"י- וכיון דמתכוין למחט לאו שלוח מצוה הוא!

ובשם צדיקים: שיש ליזהר שעסק ההכנות לפסח לא יסיח את הדעת מפסח.

ונזכה לחירות משיעבודים חיצוניים ופנימיים בב"א
http://www.teoria.com/ Music Theory

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » מיטוואך מארטש 17, 2010 1:00 pm

1x1 האט געשריבן:• כשמרוקנים 'שעלף' מסְפָרִים לנקותו לפסח, להחזיר אותם כמו שהיו ממש, ולא לברור כעת את ההזדמנות לעשות בהם סדר, או לגנוז את שאינו צריך.


אוי ווען דען אויב נישט קודם הפסח!

א גאנץ יאר ווארט מען שוין אויף די ערבי פסחים טעג אז דאן וועט מען מסדר זיין די ספרים על מכונם, און אלע נייע ספרים וואס מ'האט געקויפט במשך'ן יאר, און זיי האבן האבן נאכנישט באקומען זייער מקום הראוי לפי ערכם וכבודם, זאלן פלאצירט ווערן בארגז ובמקום המיוחד להם,

קומט אחת ואחת און מאכט צורינען אלע אונזערע זיסע חלומות.

1x1 האט געשריבן:• כשפותחים ארון (closet) לנקותו לפסח, ומגלים שה"הינדזשעס" צריכים תיקון, לא לתקנם קודם פסח בשום אופן, אלא להשאירם לזמן אחר.


אוי ווען דען אויב נישט קודם הפסח!

א גאנץ יאר ווארטן שוין די "הינדזשעס" אויף די ערבי פסחים טעג אז דאן וועט מען זיי מסדר זיין על מכונם, און אלע נייע פראבלעמען וואס ס'האט פאסירט במשך'ן יאר, און זיי האבן האבן נאכנישט באקומען זייער תיקון הראוי לפי ערכם וכבודם, זאלן פאראכטן ווערן במקום המיוחד להם,

קומט אחת ואחת און מאכט צורינען אלע זייערע זיסע חלומות.

1x1 האט געשריבן:• כשנפגשים בכל מיני אלטע מכתבים, כתבים, תמונות וכיו"ב אין עתה הזמן לעבור עליהם ולקראם או לבררם, כי אם להניחם כמות שהם ולסיים.


אוי ווען דען אויב נישט קודם הפסח!

מ'דערמאנט זיך מיט נאסטאלגיע פון די געשמאקע צייטן ביים פסח'דיג מאכן די ספרים און מ'טרעפט כל מיני צעטליך, וכתבים, וכזבים, פאשקעווילן, חידושי תורה, פון אלס בחור אין ישיבה, אלס אינגערמאן אין כולל, מ'גיט זיך א רוה אפ פון די שווערע אנגעצויגענע ערב פסח'דיגע אטמאספערע, און פאר א קורצע וויילע פליהט מען צוריק צו אן אנדערע מקום, מ'געפונט זיך אין אן אנדערע פלאנעט, מחשבות ווירבלען, זכרונות גריבלען, ס'פליהען אדורך אין די מוח קעמערלעך די אלע פארשידענע זמנים, מצבים, עליות, וירידות, ידידים, אהובים, שונאים, קרובים שנתרחקו, רחוקים שנתקרבו, וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו'

קומט אחת ואחת און מאכט צורינען אלע אונזערע\זייערע זיסע חלומות.

1x1 האט געשריבן:ואידך פירושא זיל גמור....


ואידך פירושא זיל גמור....

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מארטש 17, 2010 6:06 pm

אויב שוין יא א מאמר חכז"ל אין ס'קען מעטשען אויף פסח'יג מאכ'ן האבעך זעך דערמאנט וואס כ'אב געלערנט היינט צופרי אין חק לישראל, אין כהאב זעך צישמייכלט,

לערענט מען דארט אזוי; גמ' בב (בלעקבערי??? ווער ווייסט??) דף נ"ז ע"ב. די גמרא ברענגט פארשידענע קשיות וואס ר' יוחנן האט פארגעלייגט פאר ר' בנאה, איינע פין די קשיות איז; מטה של תלמידי חכמים כיצד ? ענטפערט די גמ' כל שאין תחתיה אלא סנדלין בימות החמה, ומנעלין בימות הגשמים, ושל עם הארץ דומה לאוצר בלוס..

מיר איז זייער געפאלן די לעצטע פאר ווערטער,אזש איך האב געמיזט אנריפן ס'אשת חיל פרעגן וואס ס'טיט זיך אינטערן די בעטן.. וואספארא אוצר ס'געפינט זיך דארט, שיך, קראקס, דער שטערן, דער שפאקטיוו,א.ד.ג.
.........................
דיסקלעמער: דאנט ווארי, ס'איז נישט געווען קיין טשעפע, ס'געווען א קאמפלימענט, וואספארא תלמיד כאכעמטע זי איז .....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג מארטש 21, 2010 1:13 pm

דאס האט גארנישט מיט פסח מאכן.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 25, 2014 5:48 pm

1x1 האט געשריבן:בס"ד

עטליכע נוצבארע עצות גרינגער צו מאכן די הכנות צו פסח



דער האט שוין איינמא"ל רעכט, איך רעד פון עקספיריענס, אבער...
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט