בלאט 1 פון 1

$1000 וואל-מארט גיפט קארד - מה זאת?

געשריבן: דינסטאג מארטש 09, 2010 11:38 am
דורך פאכמאן
אריינגייענדיג נעכטן צו "סענד ספעיס" סייט, איז ארויפגעשווימען א שרייעדיגער מעלדונג, אז איך בין דער "געווינער פון טאג" אויף א אומזינסטע $1000 גיפט קארד ביי וואל-מארט, און נאך אפציעס. ביים אריינגיין ווייטער, האב איך געדארפט דורכגיין א לאאאאנגע סורוועי, און נאכן סקיפן אלעס בין איך ענדליך אנגעקומען צום פיינעל פעידש ואו איך דארף קליקן פאר מיין געווינס..(בילד בייגעלייגט) און דא האט זיך די מעשה געענדיגט.. צוליב וואס דשעי נעט לאזט נישט גיין ווייטער.

איך פארשטיי אז דאס איז נישט אזוי פשוט $1000, קיינער טיילט נישט קיין געלט היינטיגע צייטן... אבער, איך קען באשטיין צו וויסן, מה זאת? וואס מיינט עס יא?

געשריבן: דינסטאג מארטש 09, 2010 12:03 pm
דורך קהת
ר' פאכמאן זיי זענען א גרעסערע פאכמאן ווי דיר עס איז נישט דא אזא זאך בחונם!! איך באקום אפאר מאל א טאג אזעלעכע זאכען איך מיין די זאלסט דיך אפלאזען פון אזעלעכע שטותים, איך האב שוין אפאר מאל פראבירט אזעלעכע זאכען און נאך אסאך מער געלט ווי דעים אפאר מאל האבען זיי געזאגט אז איך האב געווינען אפי' עטליכע מיליאנען בחונם!!!!

געשריבן: דינסטאג מארטש 09, 2010 12:09 pm
דורך פאכמאן
איך שטעל מיך אויך פאר אז יש [לייען: ליכא] דברים בגוי, איך פרעג נאר צו איינער ווייסט גענוי פשט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 09, 2010 12:16 pm
דורך שמערי בערי
ס'איז א אלטע סטראטעגיע פון מארקעטערס, לאז דיר נישט פון זיי!

געשריבן: דינסטאג מארטש 09, 2010 12:27 pm
דורך פאכמאן
דהיינו? וואס איז דא זיין סטראטעגיע?

סטראטעגיע איינס האב איך שוין געזעהן, איך האב געדארפט דורכגיין זיבעציג אדווערטיימענט'ס, ווי אויך ראפלס פון 100,000 דאלער אויב איך גיב זיי מיין סעל נומער, וכו' וכו',
אבער יעצט "נאך" אלעם. וואס גייען זיי מיר יעצט זאגן?

געשריבן: דינסטאג מארטש 09, 2010 1:00 pm
דורך שמערי בערי
זיי גייען דיר זאגן אז ס'גייט אנקומען דיין געווינס. אבער ווארט ביטע נישט שטייענדיג דערויף ווייל די פיס וועט דיר וויי-טון

געשריבן: דינסטאג מארטש 09, 2010 4:21 pm
דורך מאנאגרעמס
איין זאך איז זיכער. גיב זיי בשום אופן נישט דיין סעל נאמבער, אויסער אויב דו ווילסט ווערן געטשארדשט צען טאלער חודש'ליך אויף דיין סעלפאון ביל. עס איז זייער שווער צו פייטן אזוינע זאכן ביי די סעל קאמפאניס.

געשריבן: דינסטאג מארטש 09, 2010 4:24 pm
דורך פאכמאן
אוודאי נישט. איך האב אויף יעדן אנבאט געהאט אן אפשן צו "סקיפן", ביז איך בין אנגעקומען אהער..

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 11:37 am
דורך פאכמאן
די חברה הערן נישט אויף שיקן אימעיל'ס.

קען מיר שוין איינער זאגן וואס דאס איז גענוי?
You've Received $ 1000 WalMart Gift Certificate!
Wal-Mart Rewards!
Wal-Mart Club - We Want To Reward You! 5-min Survey=Huge Wal-Mart Packs Apply Now!

--------------------------------------------------------------------------------
To stop further correspondence from RewardGroup. go here
--------------------------------------------------------------------------------
This email was provided to you by: freeemploymentstore Newsletter.
To unsubscribe from this newsletter ClickHere

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 12:13 pm
דורך עס עפעס
גיי נאר איינמאל צום go here און וועסט שוין אליינס זען וואספארא וויירוסן וכדומה די זאכן וועלן דיר אנזייען.

שטיי ווייט!

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 12:26 pm
דורך שוועמל
פאכמאן, דו ביסט שוין א פארפאלענער, אויס פאכמאן.

האסט זיי שוין געגעבן דיין אימעיל, אפשר דיין סעל אויכעט.
ליין די קליינע אויתיות אויף זייער בלעטל וועסטו געוואר ווערן אז זיי גייען דיך טשארזשן מאנטליך 10 דאלער (חוץ אויב דו קענסלסט אין די פופצן טעג).
דאס קומט אויך באגלייט מיט הונדערטער ספעם אימעילס טעגליך, צווישן זיי גאר שמוציגע און געמיינע רח"ל.

זייער פלאן איז דיך אריבערפירן דורך צענדליגער לינקס און דיך מאכן עפעס קויפן ביי איינע פון די סטארס, זיי מאכן דארט קאמישאן, און דערנאך וועסטו אריינגיין אין א דראוינג וואס גייט קיינמאל נישט פארקומען וכו' וכו'.

וואס פארשטייסטו נישט, ביסט נאאיוו?

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 1:11 pm
דורך פאכמאן
שוועמל האט געשריבן:אפשר דיין סעל אויכעט.

דאס נישט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 1:12 pm
דורך פאכמאן
Thank you, your unsubscribe request has been received. Please allow up to up 7-10 days for processing.

געשריבן: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:51 pm
דורך שמערי בערי
כאפ אן אלע פרישע אימעיל'ס וואס דו באקומסט די נעקסטע וואך-צוויי מיט אפפערס וכו' און שיק זיין אלע קיין ספעם.

געשריבן: מיטוואך מארטש 17, 2010 7:07 pm
דורך לאז געמאכט
אלעס וואס דער עולם זאגט איז אמת, געווענטליך.

ס'דא געציילטע וואס מ'דארף נאר ענדיגן צוויי אפער'ס, דאס הייסט קליקן דעם לינק און ענדיגן דעם סעיל, לויט די בילד וואס האסט געלייגט פארשטיי איך אז זיי האבן געשריבן אז די ברויכט אנעמען כאטש (עפעס א נומער) פון אפער'ס און פארדם האבן זיי דיר געגעבן אסאאך בלעטער זיך אויסצווועלן כאטש עפעס, נאכן אלעס סקיפ'ן האבן זיי דיר געגבן נאך געציילטע לינק'ס ווי א פיינעל פרויוו די זאלסט אננעמען עפעס א אפפער, אזוי אז זיי זאלן דיר קענען גיבן די מתנה.

דאס איז וואס כ'ווייס פון מיין עקספיריענס אין די זאכן, פרובירט האביך אמאל אויף אזא מין זאך, כ'האב גענומען א טרייעל פון איינע פון די ליסטע אין די אפפער'ס, אבער כ'האב גארנישט באקומען, א צווייט מאל האביך יא אנגענומען עפעס א אפפער און טאקע באקוומען וואס זיי האבן מיר צוגעזאגט.

די כלל איז אבער צו האנדלען מיט די סארט זאכן זייער פארזיכטיג און זיכער נישט גיבן קיין פריוואטע אינפארמאציע כמובן.

געשריבן: מיטוואך מארטש 17, 2010 9:08 pm
דורך צים פינטעל
אוי ווי!!!
כמיין אז כאב זיי געגעבן מיין סעל, כדענק נישט. וואס טוט מען???!!!!
חיות רעות, כאב זיי געוואלט געבען א טשענס אפשר ליגט עפעס יא דארט איך האב געדריקט סקיפ סקיפ סקיפ, ביז פייער פאקס האט אויסגעשפיקן א מעסעדזש אז מען קען נישט גיין ווייטער