$1000 וואל-מארט גיפט קארד - מה זאת?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

$1000 וואל-מארט גיפט קארד - מה זאת?

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג מארטש 09, 2010 11:38 am

אריינגייענדיג נעכטן צו "סענד ספעיס" סייט, איז ארויפגעשווימען א שרייעדיגער מעלדונג, אז איך בין דער "געווינער פון טאג" אויף א אומזינסטע $1000 גיפט קארד ביי וואל-מארט, און נאך אפציעס. ביים אריינגיין ווייטער, האב איך געדארפט דורכגיין א לאאאאנגע סורוועי, און נאכן סקיפן אלעס בין איך ענדליך אנגעקומען צום פיינעל פעידש ואו איך דארף קליקן פאר מיין געווינס..(בילד בייגעלייגט) און דא האט זיך די מעשה געענדיגט.. צוליב וואס דשעי נעט לאזט נישט גיין ווייטער.

איך פארשטיי אז דאס איז נישט אזוי פשוט $1000, קיינער טיילט נישט קיין געלט היינטיגע צייטן... אבער, איך קען באשטיין צו וויסן, מה זאת? וואס מיינט עס יא?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 09, 2010 12:03 pm

ר' פאכמאן זיי זענען א גרעסערע פאכמאן ווי דיר עס איז נישט דא אזא זאך בחונם!! איך באקום אפאר מאל א טאג אזעלעכע זאכען איך מיין די זאלסט דיך אפלאזען פון אזעלעכע שטותים, איך האב שוין אפאר מאל פראבירט אזעלעכע זאכען און נאך אסאך מער געלט ווי דעים אפאר מאל האבען זיי געזאגט אז איך האב געווינען אפי' עטליכע מיליאנען בחונם!!!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג מארטש 09, 2010 12:09 pm

איך שטעל מיך אויך פאר אז יש [לייען: ליכא] דברים בגוי, איך פרעג נאר צו איינער ווייסט גענוי פשט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג מארטש 09, 2010 12:16 pm

ס'איז א אלטע סטראטעגיע פון מארקעטערס, לאז דיר נישט פון זיי!
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג מארטש 09, 2010 12:27 pm

דהיינו? וואס איז דא זיין סטראטעגיע?

סטראטעגיע איינס האב איך שוין געזעהן, איך האב געדארפט דורכגיין זיבעציג אדווערטיימענט'ס, ווי אויך ראפלס פון 100,000 דאלער אויב איך גיב זיי מיין סעל נומער, וכו' וכו',
אבער יעצט "נאך" אלעם. וואס גייען זיי מיר יעצט זאגן?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג מארטש 09, 2010 1:00 pm

זיי גייען דיר זאגן אז ס'גייט אנקומען דיין געווינס. אבער ווארט ביטע נישט שטייענדיג דערויף ווייל די פיס וועט דיר וויי-טון
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דינסטאג מארטש 09, 2010 4:21 pm

איין זאך איז זיכער. גיב זיי בשום אופן נישט דיין סעל נאמבער, אויסער אויב דו ווילסט ווערן געטשארדשט צען טאלער חודש'ליך אויף דיין סעלפאון ביל. עס איז זייער שווער צו פייטן אזוינע זאכן ביי די סעל קאמפאניס.

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג מארטש 09, 2010 4:24 pm

אוודאי נישט. איך האב אויף יעדן אנבאט געהאט אן אפשן צו "סקיפן", ביז איך בין אנגעקומען אהער..

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג מארטש 16, 2010 11:37 am

די חברה הערן נישט אויף שיקן אימעיל'ס.

קען מיר שוין איינער זאגן וואס דאס איז גענוי?
You've Received $ 1000 WalMart Gift Certificate!
Wal-Mart Rewards!
Wal-Mart Club - We Want To Reward You! 5-min Survey=Huge Wal-Mart Packs Apply Now!

--------------------------------------------------------------------------------
To stop further correspondence from RewardGroup. go here
--------------------------------------------------------------------------------
This email was provided to you by: freeemploymentstore Newsletter.
To unsubscribe from this newsletter ClickHere

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מארטש 16, 2010 12:13 pm

גיי נאר איינמאל צום go here און וועסט שוין אליינס זען וואספארא וויירוסן וכדומה די זאכן וועלן דיר אנזייען.

שטיי ווייט!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 16, 2010 12:26 pm

פאכמאן, דו ביסט שוין א פארפאלענער, אויס פאכמאן.

האסט זיי שוין געגעבן דיין אימעיל, אפשר דיין סעל אויכעט.
ליין די קליינע אויתיות אויף זייער בלעטל וועסטו געוואר ווערן אז זיי גייען דיך טשארזשן מאנטליך 10 דאלער (חוץ אויב דו קענסלסט אין די פופצן טעג).
דאס קומט אויך באגלייט מיט הונדערטער ספעם אימעילס טעגליך, צווישן זיי גאר שמוציגע און געמיינע רח"ל.

זייער פלאן איז דיך אריבערפירן דורך צענדליגער לינקס און דיך מאכן עפעס קויפן ביי איינע פון די סטארס, זיי מאכן דארט קאמישאן, און דערנאך וועסטו אריינגיין אין א דראוינג וואס גייט קיינמאל נישט פארקומען וכו' וכו'.

וואס פארשטייסטו נישט, ביסט נאאיוו?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג מארטש 16, 2010 1:11 pm

שוועמל האט געשריבן:אפשר דיין סעל אויכעט.

דאס נישט.

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דינסטאג מארטש 16, 2010 1:12 pm

Thank you, your unsubscribe request has been received. Please allow up to up 7-10 days for processing.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג מארטש 16, 2010 3:51 pm

כאפ אן אלע פרישע אימעיל'ס וואס דו באקומסט די נעקסטע וואך-צוויי מיט אפפערס וכו' און שיק זיין אלע קיין ספעם.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך מארטש 17, 2010 7:07 pm

אלעס וואס דער עולם זאגט איז אמת, געווענטליך.

ס'דא געציילטע וואס מ'דארף נאר ענדיגן צוויי אפער'ס, דאס הייסט קליקן דעם לינק און ענדיגן דעם סעיל, לויט די בילד וואס האסט געלייגט פארשטיי איך אז זיי האבן געשריבן אז די ברויכט אנעמען כאטש (עפעס א נומער) פון אפער'ס און פארדם האבן זיי דיר געגעבן אסאאך בלעטער זיך אויסצווועלן כאטש עפעס, נאכן אלעס סקיפ'ן האבן זיי דיר געגבן נאך געציילטע לינק'ס ווי א פיינעל פרויוו די זאלסט אננעמען עפעס א אפפער, אזוי אז זיי זאלן דיר קענען גיבן די מתנה.

דאס איז וואס כ'ווייס פון מיין עקספיריענס אין די זאכן, פרובירט האביך אמאל אויף אזא מין זאך, כ'האב גענומען א טרייעל פון איינע פון די ליסטע אין די אפפער'ס, אבער כ'האב גארנישט באקומען, א צווייט מאל האביך יא אנגענומען עפעס א אפפער און טאקע באקוומען וואס זיי האבן מיר צוגעזאגט.

די כלל איז אבער צו האנדלען מיט די סארט זאכן זייער פארזיכטיג און זיכער נישט גיבן קיין פריוואטע אינפארמאציע כמובן.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך מארטש 17, 2010 9:08 pm

אוי ווי!!!
כמיין אז כאב זיי געגעבן מיין סעל, כדענק נישט. וואס טוט מען???!!!!
חיות רעות, כאב זיי געוואלט געבען א טשענס אפשר ליגט עפעס יא דארט איך האב געדריקט סקיפ סקיפ סקיפ, ביז פייער פאקס האט אויסגעשפיקן א מעסעדזש אז מען קען נישט גיין ווייטער


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט