איך זוך פעינטונג פון צדיקים

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

איך זוך פעינטונג פון צדיקים

תגובהדורך פארצייטישע » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 4:21 pm

איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ צו פרעגן.

פאר בערך צען יאר צוריק איז געווען אדווערטייזט הערליכע פעינטינגס ווי דער מאלער האט צאם גענומען אסאך צדיקים וגדולים און געמאכט אזוי ווי זיי שפאצירן צוזאמען, אדער זיצן צוזאמען ביי א טיש, וכדו'.

ווייסט איינער וואו איך קען זעהן די בילדער, אדער איך קען קאנטאקטען דער מאלער.

עני מאר אינפארמעשין?
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 5:26 pm

איך האב אמאל געזען ביי "מרכז ספרים סטאר" אין מאנסי אויסגעשטעלט אזאלכע פעינטינגס צום פארקויפן, אפשר קענסטו דארט פרעגן איינעם.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 7:18 pm

יישר כח

איינער האט מיך געזאגט אז ער פלעגט האבן א וועב זייטל
Allartdirect
אבער יעצט האט ער עס מער נישט

עני מאר אינפא?
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 7:35 pm

דאס?

אדער דאס?

דער מעלער האט היבש אסאך פעינטינגס פון צדיקים און קען מאכען לויטן פארלאנג

אוועטאר
סימקאוויטש
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 09, 2010 7:02 pm
לאקאציע: ביי דער ארבעט
פארבינד זיך:

תגובהדורך סימקאוויטש » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 7:49 pm

wow די 'ברך משה' איז א ריכטיג פראפעשינעל בילד, עס איז א מורא'דיג ערענסטע שטימונג

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג פאברואר 12, 2010 1:01 am

דאצעך מיר אז דער אייגענטומער הייסט לעוו פון וויען עסטרייך, א לאנדאנע אפשטאמיגע. ער האט געהאט עפעס א רוסישע וואס פלעגט איהם אפמאלן די בילדער.
אין ב"פ אויף 13 צווישן 53-52 איז דא/געווען א געשעפט וואס פארקויפט די בילדער.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג פאברואר 12, 2010 7:45 am

דאס בילד פונעם ברך משה דארף אפצומאלן דעם רבי'ן ז"ל ביים כל נדרי דרשה.

אבער דאס איז ווייט פונעם ווירקליכקייט
דער גרעסטער מעלער קען מיר נישט אראפמאלן דאס ערענסקייט און אימת יום הדין וואס איז געווען אויסגעגאסן אויפן רבי'נס צורה בשעת כל נדרי.
חוץ פון דעם איז דער טלית געווען איבערגעצויגן אויפן פנים בשעת די דרשה.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Lion, אור, שרייזשע און 19 געסט