בלאט 1 פון 3

ארבייט געלעגענהייט

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 14, 2010 10:52 am
דורך תו השמיני
א חבר מיינע האט מיר געזאגט היינט צופרי אז ער זוכט אן ארבייטער:
די ארבייט איז אין א שטילע אפיס איןן וומ"ס
רוב ארביייט איז אין די ווארקשאפ און א ביסעל איז אויפ'ן קאמפיוטער
ער איז גרייט צו טרעינען
ער צאלט 15 טאלער א שעה
די שעות זענען, מאנטאג-דאנערשטאג 12-5
פרייטאג ווענד זיך אונעם זמן שב"ק
זינטאג איז פארמאכט
די דזשאב איז אינקלאדינג די זומער חדשים
פאראינטרעסירטע קענען זיך ווענדען צו מיר

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 14, 2010 10:59 am
דורך דארפסמאן
עס איז ווייניגער ווי 425 א וואך, לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז עס נישט נישט צו לעבען און נישט צו שטארבען, חוץ אויב עס איז דא גיטע פעטענטשלס

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 14, 2010 1:07 pm
דורך געלעגער
טויש דעם קעפל צו: פארט טיים דזשאב עוועילעבעל,

אגב, איז דאס להלכה ולמעשה אדער נאר להלכה?

געשריבן: זונטאג ינואר 17, 2010 2:50 pm
דורך גיי_ווייס
כ'מיין אז פין 12-5 איז נישט א פארט טיים דזשאב
ס'איז א פאל טיים דזשאב מיט וויינג שעות

געשריבן: זונטאג ינואר 17, 2010 3:48 pm
דורך thefact
מ'האט מיר געבעטן צו זוכן א מענטש פאר א אפיס ארבייט וואס וואלט באמת געזוכט א מיידל פאר א פול טיים אפיס דזשאב אבער אזוי ווי למעשה איז עס א נאר-מענער אפיס זוכט מען א אינגערמאן זאל טוהן די ארבייט ער וויל צאלן 500.00 א וואך (א מיידל קאסט אים נאר פיר מאות) יענער מוז האבן געדולד ס'איז אביסל בארינג ארבייט און מוז קענען עקסעל און האבן אן אנונג אדער שנעל קענען אויפכאפן ווי אזוי צו ענטערן דעטע אין קוויק בוקס (נישט די אקאונטינג חלק)

ס'איז געאייגנט פאר א יונגן כולל יונגערמאן וואס האט נאכנישט אזא גרויסן באדזשעט און ס'איז דא פאטענשעל ארויפצוגיין אויב יענער טויג

געשריבן: זונטאג ינואר 17, 2010 11:05 pm
דורך פאטאקי08
די פאקט ווי איז די לאקעישאן?

איך זוך א דזשאב פאר א יונגערמאן אין קרית יואל
בדיעבד איז מאנסי אויך גוט אבער נישט ווייטער

געשריבן: מאנטאג ינואר 18, 2010 6:33 am
דורך thefact
וויליאמסבורג, ברוקלין

ארבייט געלעגענהייט

געשריבן: מאנטאג פאברואר 08, 2010 9:05 pm
דורך תו השמיני
ארבייט געלעגענהייט:

עס ווערט געזוכט א געשיקטע יונג מיידל/ווייבל פאר א פול טיים אפיס דזאב.

מוז האבן בעיסיק אפיס סקילס, מוז האסן שוין געארבעט אין א אפיס.

גוט באצאלט פארן ריכטיגען פערזאהן

די אפיס איז לאקעטעד אין די NORTH געגענד אין וומ"ס

פאראינטרעסירטע ביטע זוך מעלדען אין אישי.

הצלחה מרובה

געשריבן: דינסטאג פאברואר 09, 2010 5:14 am
דורך שמן זית
עס ווערט א סעילסמאן/פאנד רעיזער פאר עדס און ספאנסערס , שיקט א רעזעמעי צו YINGERMAN2077@YAHOO.COM

געשריבן: דינסטאג פאברואר 09, 2010 11:30 am
דורך תו השמיני
איך שטעל עס נאכאמאל ארויף לתועלת הציבור

ארבייט געלעגענהייט:

עס ווערט געזוכט א געשיקטע יונג מיידל/ווייבל פאר א פול טיים אפיס דזאב.

מוז האבן בעיסיק אפיס סקילס, מוז האסן שוין געארבעט אין א אפיס.

גוט באצאלט פארן ריכטיגען פערזאהן

די אפיס איז לאקעטעד אין די NORTH געגענד אין וומ"ס

פאראינטרעסירטע ביטע זוך מעלדען אין אישי.

הצלחה מרובה

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2010 4:05 pm
דורך thefact
באקומען אין אימעיל האט געשריבן:ארבייטער געזוכט

עס ווערט געזוכט אַן אָפיס מענדזשער פֿאַר אַ גוט גייענדע ביזנעס אָפיס אין מאָנסי מוז האבן מענעדזשינג סקילס און זיין גוט אין פּי. אר.

א גוטע סעלערי ווערט געצאָלט פּלאס קאמישען

ביטע רופן: 845.304.9172

אָדער שיק אן אימעיל צו jobs6566@gmail.com

נאר ערערנסע קאנדידאטן זאלן זיך מעלדן

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2010 4:07 pm
דורך פאטאקי08
thefact האט געשריבן:
באקומען אין אימעיל האט געשריבן:א גוטע סעלערי ווערט געצאָלט פּלאס קאמישען


עפעס שטימט נישט א סתירה איז דא דא

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2010 4:40 pm
דורך דארפסמאן
2 אינגעלייט האבען מיך דערציילט די לעצטע צווי טעג אז זיי האבען נישט קיין דזאב, ווער עס ווייסט פון א דזאב זאל ביטע מעלדן

געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2010 8:23 pm
דורך שמן זית
עס ווערט געזוכט א סעילסמאן/פאנד רעיזער פאר עדס און ספאנסערס , שיקט א רעזעמעי צו YINGERMAN2077@YAHOO.COM

גוטע געלעגנהייט פארן פאסיגן פארזאן...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 27, 2010 9:15 am
דורך לאז געמאכט
א גוט יאר אייך
עס איז אקורשט פריי געווארן גאר א גוטע פאסט'ן אין א וויליאמסבורגער אפיס.

ס'איז א סאפטוועיר פראוויידער פירמע, דאס הייסט ז'שטעלן צו א קאסטעם-מעיד פראגראם פאר עטליכע קליענט'ן.
די פאזיצע וואס איז לעהר געווארן איז אנצופירן די קאסטומער סערוועס דיפארטמענט.
בעסעקלי וואס מען ברויך צו טאן איז:
- אויף הייבן טעלעפאנן.
- אויסהערן דעם פראבלעם, (און עס פארשטיין).
- קלייניקייט'ן וואס מאכן זיך יעדן טאג, וואס איז א קלייניקייט צו פיקס'ן זאל ער פיקס'ן.
- גרויסע פראבלעמ'ן איבערגעבן פאר די טעקנישענ'ס צו פיקס'ן.
- פארשרייבן ווער ס'האט געקאלט און וואס ער האט געוואלט.
- אריבערשיקן אפדעיט'ס פאר די קליענט'ן.

אפאר פרטים וואס איז כדאי צו וויסן:
- ווי איר פארשטייט פון די פריער'דיגע ליסטע, ברויך מען האבן מינימאליע ידיעות אין קאמפיוטער'ס.
- רוב קליענט'ן רעדן און פארשטיין דעם אידישן שפראך, באט אמאל ברויך מען רעדן גוי'ש אויך.
- וויכטיג איז צו נוצן דעם שכל אליינס וואס ס'איז טאקע א עמערדשענסי און וואס ס'האט צייט צו ווארט'ן (ס'איז נישט געוואנדן ווי הויך די קליענט שרייט..)
- זיין מסודר איז אויך וויכטיג, עס זאל נישט פארלוירן ווערן קיין וויכטיגע קאל'ס.
- ס'איז א גוטע געלעגנהייט זיך איינצוקויפן גוטע קאמפיוטער סקיל'ס, און נאך אסאך ידועות.
- אלע איינגעשטעלטע זענען היימישע חסידישע יונגעלייט.
- שטייצעך אז ס'איז גוט באצאלט...

וואס האביך פארגעסן?

קאמענטארן זענען וועלקאם...

פאר מער פרטים אדער צו עפלייען פאר די פאזיציע שיקט אן אימעיל צו דעם אדרעס:
CSDJobOffer@gmail.com

געשריבן: פרייטאג מאי 28, 2010 8:38 am
דורך לאז געמאכט
עטליכע האבן זיך שוין געמאלדן... באט דערווייל איז עס נאך אפען. ווער ס'ווייסט עמיציר וואס קען זיין אונטערסירט איז ער מכובד צו שיקן א לינק פאר יענעם...

געשריבן: פרייטאג מאי 28, 2010 9:15 am
דורך פאטאקי08
וויפיל האלט ער ביים צאלען?

געשריבן: פרייטאג מאי 28, 2010 9:35 am
דורך לאז געמאכט
כ'מיין אז ער זאגט פאר יעדן אז מ'הייבט אן צווישן 4-6 מאות א וואך געוואנדן אין די קפאליפיקעשענס אין עקספערטיז, און אויב מען ארבעט זיך גוט אריין וועט עס פיל ארויף גיין.

געשריבן: מיטוואך יוני 23, 2010 9:40 am
דורך אינגערמאן
ווערט געזוכט

עס ווערט געזוכט א אינגערמאן קומענדיגע סוף וואך - פר' פנחס, צו דיסטרוביטען א געוויסע אייטעם אין די מאונטעינס פאר 2-3 טעג.

מוז זיך גוט אויסקענען אין די מאונטעינס.

באצאלט: $600 - $700 אלעס צוזאמען.

אינטערסירטע קענען זיך ווענדען צו מיר אין אישי, אדער אויף אימעיל - Yingermaan@Gmail.com

יש"כ.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 13, 2011 4:54 pm
דורך זייער נייגעריג
עס ווערט געזוכט א אינגערמאן פאר סטעדי טייפונג ארבעט אין א אפיס אין קרית יואל, און מעגליך אויך נאך פארשידענע ארבעט, פאראינטערסירטע קענען זיך פארבינדן אין אישית,

אדער אימעיל neigarig@ gmail.com

געשריבן: מיטוואך ינואר 19, 2011 2:52 pm
דורך לבונה זכה
א אפיס אין קרית יואל זוכט א ארבעטער, פול טיים/פארט טיים, פאר גוט באצאלט.

ערענסט פאראינטערסירטע קענען זיך דא מעלדן ucp.php?i=pm&mode=compose&action=quotepost&p=394332

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 8:38 pm
דורך ארבעטס געבער
שלום עליכם טייערע ידידים, וואס געפונען זיך דא בין תנור וכירים אויפן אינטערנעץ, פארברענגן און שמועסן אינאיינעם; צו פארטרייבן די אומטעיגקייט פון געוועלטיגן אויפן נפש, העלפן זיך איינער דעם צווייטן מיט וואס נאר מעגליך.

אלזא צום פוינט, איך בין א יונגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, ס'איז יעצט אפירגעריקט די צייט פון מקיים זיין בפועל דעם בזעת אפיך תאכל לחם, צו ברענגן פרנסה אין שטוב, און זיך צו שטעלן אויף די אייגענע פיס, אבער דא עקא אז עס רוקט זיך נישט אונטער קיין פאסיגע פאסטן, ב"ה איך קען גאר גוט בעסיק קאמפיוטער, ווארד און עקסעל, וכו' אויך אביסל גרעפיק אויפן שפיץ גאפל.

איך שפיר מיך אביסל פארלוירן, ווי זאל איך זיך ווענדן, איך האב מיך שוין איינגעגעבן צו ארבייטס פארמיטלונג, אבער ביז דערווייל איז דאס אן קיין ערפאלג, אלע סארט געדאנקען שווימען ארויף אויפן מחשבה אפשר זאל איך נעמען קורסעס אויף היי טעק וכדומה, אבער מאידך גיסא נעמט זיך נישט אזוי שנעל, עס קאסט א שיינע מטבע, און ווי לאנג מען דערלערנט זיך דאס קען אויך אריבער גיין א לענגערע וויילע.

ע"כ טייערע ידידים וועגן דעם ווענדט איך זיך צו אייך, חשובע תושבי הקרעטשמע אויב האט איר עפעס אן עצה פאר מיר, אדער גאר א ארבייט געלעגנהייט, ביטע רופט אייך אן ווארעם, מעלדט אייך אין אישית, ושכרכם כפול מן השמים.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 10:33 am
דורך mitzva man
א ישיבה בחור איז גרייט צו טוהן פארשידנע תורה ארבייט אויפן קאמפיוטער, ווי מסדר זיין חדושי-תורה לדפוס, מגיה זיין, בקורת והרחבת הענינים.
ווי אויך חומר בשביל דרשות וכדומה.
פאר מער דעטאלן, ביטע זיך פארבונדן אין אישית.
יישר כח.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 10:38 am
דורך באגי מען
אויף וועלכע פראגראם איז ער עס מסדר? (איך האף נישט אין ווארד)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 12:37 pm
דורך יהיה כן
געזוכט דריגנד איינער ווער סזאל מיר העלפן אריינלייגן קאודס אין א ווארד פייל כדי עס צי אימפארטן דערנאך אין תג
מוז זיין געמאכט אין די קומענדע צוויי טעג
ביטע זיך מעלדן