א גוט יאר אייך
עס איז אקורשט פריי געווארן גאר א גוטע פאסט'ן אין א וויליאמסבורגער אפיס.
ס'איז א סאפטוועיר פראוויידער פירמע, דאס הייסט ז'שטעלן צו א קאסטעם-מעיד פראגראם פאר עטליכע קליענט'ן.
די פאזיצע וואס איז לעהר געווארן איז אנצופירן די קאסטומער סערוועס דיפארטמענט.
בעסעקלי וואס מען ברויך צו טאן איז:
- אויף הייבן טעלעפאנן.
- אויסהערן דעם פראבלעם, (און עס פארשטיין).
- קלייניקייט'ן וואס מאכן זיך יעדן טאג, וואס איז א קלייניקייט צו פיקס'ן זאל ער פיקס'ן.
- גרויסע פראבלעמ'ן איבערגעבן פאר די טעקנישענ'ס צו פיקס'ן.
- פארשרייבן ווער ס'האט געקאלט און וואס ער האט געוואלט.
- אריבערשיקן אפדעיט'ס פאר די קליענט'ן.
אפאר פרטים וואס איז כדאי צו וויסן:
- ווי איר פארשטייט פון די פריער'דיגע ליסטע, ברויך מען האבן מינימאליע ידיעות אין קאמפיוטער'ס.
- רוב קליענט'ן רעדן און פארשטיין דעם אידישן שפראך, באט אמאל ברויך מען רעדן גוי'ש אויך.
- וויכטיג איז צו נוצן דעם שכל אליינס וואס ס'איז טאקע א עמערדשענסי און וואס ס'האט צייט צו ווארט'ן (ס'איז נישט געוואנדן ווי הויך די קליענט שרייט..)
- זיין מסודר איז אויך וויכטיג, עס זאל נישט פארלוירן ווערן קיין וויכטיגע קאל'ס.
- ס'איז א גוטע געלעגנהייט זיך איינצוקויפן גוטע קאמפיוטער סקיל'ס, און נאך אסאך ידועות.
- אלע איינגעשטעלטע זענען היימישע חסידישע יונגעלייט.
- שטייצעך אז ס'איז גוט באצאלט...
וואס האביך פארגעסן?
קאמענטארן זענען וועלקאם...
פאר מער פרטים אדער צו עפלייען פאר די פאזיציע שיקט אן אימעיל צו דעם אדרעס:
CSDJobOffer@gmail.com