אויל קאמפאני קרעדיט קארטל

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

אויל קאמפאני קרעדיט קארטל

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 9:12 am

Exxon Mobil Credit Card

האט עמיצער דא אן Exxon Mobil קארטל?

ווי ווייט איך זעה דא אויף זייער סייט לערן איך ארויס אז בלויז מיטן נוצן דעם קארטל אויף צו קויפן Exxon גאזאלין קריג איך קרעדיט - אין פארם פון א ריבעיט - אזוי פיל ווי 0.15 פער גאלאן!!! (אייניג אדער נאך ביליגער ווי ניו דזשערסי) לכאורה קלינגט דאס ווי זעהר א גוטער געשעפט, נישטא קיין Annual Fee, מינימום חודש'ליכע באלאנס, און צוגאב איז נאך דא א 2% ראטע פון Rewards אויף טאג טעגליכע איינקויפערייען. אלזא חוץ אויב ס'איז עפעס פארהאן אין די Fine Print וואס איך בין נישט אין די גוסטע דורך צו לייענען איצט, ווייסט עמיצער פארוואס כ'זאל נישט אפלייען דערפאר?

איין זאך יא, אויב כ'הער אויף נוצן מיין ביזנעס קרעדיט קארטל וואס איך נוץ ביז יעצט, ווייס איך נישט צו ס'וועט קוואליפיצירן אלס א ביזנעס אויסגאבע ביים ענדע יאר, ווייל די קארטל איז קלאסיציפירט ווי א פערזענליכע- נישט ביזנעס - קארטל.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 9:57 am

איך זעה אז Shell אפערט גאנץ אן ענליך געשעפט, גערופן Platinum Card וועלכע אפפערט 5% ריבעיט וועלכע קומט אויס כמעט די זעלבע אויפן דאלער, דהיינו פינף און צוואנציג (גאלאן) מאל 0.15 קומט 3.75 ביי עקסאן. און פינף און צוואנציג מאל 2.45 וואס איז בערך דער פרייז יעצט איז 61.25 איז 5% 3.06

און בעפאר איך פארגעס, shell האט אויך נישט קיין Annual Fee אויב מ'לייגט ארויף לכה"פ 9 גאזאלין טראנזאקציעס פער יאר.

און ביידע סיי Shell און סיי Exxon קארטלעך גייען דורך Citi Bank.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 12:44 pm

שכוח פארן איינמעלדן דערוועגן.

shell האט נישט אזוי סאך לאקעשאנס ווי Exxon Mobil.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:10 pm

פלוס מ'ברויך שטיצן אן היימישן, עקסאן איז דוכט זיך די איינציגע אמעריקאנע דריל פירמע (בי"ג אוי"ל...) וועמענ'ס פראפיטן (אדער עכ"פ רוב דערפון) גייען נישט צו די שעיכ'ס און אימאמ'ס.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 9:05 am

איצט אראפגעלייגט מיט די עקסאן חברה, און דעי האבן מיר קלאר געמאכט אז כ'וועל אבסעלוט נישט קענען אראפ רעכענען מיינע געשעפטליכע רייזעס אלס א ביזנעס אויסגאבע צוליב וואס דאס איז א "פערסאנע"ל קאר"ד.

פארגעט איט, נישט ווערט.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 10:50 am

קאמאנטאראר איך פארשטיי נישט וואס דיין פארבלעם מיטן ניצען זייער קארטעל איז, אויב ביזטו בארעכטיגט איינצוגעבן דיינע ביזנעס רייזעס אלס אן ביזנעס עקספענס דאן וואס א נפק"מ פון ווי די האסט געצאלט דערפאר?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 11:08 am

קען זיין כ'האב א טעות, אבער ווי ווייט כ'פארשטיי קען מען נישט איינקויפן מיט א פערסאנעל קארטל, פערסאנעל טשעק אדער קעש פאר ביזנעס אויסגאבן און ענדע יאר עס אראפרעכענען אלס אויסגאבן, אפילו מיט א רעסיט. עס מוז דייקא געקויפט ווערן פון א ביזנעס אקאונט.

נישט אמת?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 11:30 am

נאופס, Tax רעכענט מען לויט די אינקאם אין עקספענס אפגעזעהן פון ווי די עקספענס איז געצאלט גיווארען,
עס זיכער בעסער לגבי בוקקיפינג אז אלע טרענזעקשינס זאלען זיין פין די ביזנעס אקאונט אבער לגבי אקאונטינג מאכט עס נישט אויס
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 1:22 pm

ייש"כ, העלמיר נאכקוקן ס'ענין.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מוצ"ש דעצמבער 26, 2009 11:12 pm

כ'ווייס נישט וואס ס'איז שייך נאכצוקוקען, דאס וואס וואדקע זאגט, איז א דבר מובן ופשוט מאוד.

יוד איינער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:07 pm

תגובהדורך יוד איינער » מוצ"ש דעצמבער 26, 2009 11:27 pm

כאב דעם קארטל, זייער גוט מחמת די סאך לאוקעישאנס וואס זע פארמאגן אלל אויבער די פלעיס,
אני ממליץ לכל אחד לזכור כי הלבוש היפה ביותר הוא "החיוך".

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:24 pm

איך האב ביז היינט פארשטאנען אנדערש, אלזא כ'האב א טעות געהאט.

אלזא דאס וואס די קארד פירמע באצייכענט א קארטל אלס "פערסאנעל" אדער "ביזנעס" מיינט וואס?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:29 pm

אויב ס'יז אויך דיין ביזנעס נאמען אדער דיין פערזענליכע נאמען.

די חילוק איז אז א ביזנעס באקומעט נישט אזעלכע גוטע אדווענטעזשעס ווי א פערסאנעל מטעמים מובנים.

ומצטרף אני לוואדקע וסאכדעס וזה דבר מאוד פשוט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג דעצמבער 27, 2009 3:22 pm

אז מען רעדט שוין פון נוצן פערסאנעל קארדס פאר ביזנעס, וויל איך צולייגן אז איך ווייס איינער וואס האט פארלוירן 400,000 פוינטס פון זיין פערסאנעל עמעקס קארד ווייל ער האט עס גענוצט פאר ביזנעס.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » זונטאג דעצמבער 27, 2009 5:00 pm

פששש דאס איז אינטרעסאנטע נייעס, וויאזוי האבען זיי דאס געוויסט? לכאורה געסווייפט ריזיגע טראנזעקציעס צו אפט, הא?
קאמענטאטער איך וואלט דיר געראטען אויב די ווילסט ניצען די קארד פאר ביזנעס זאלטו עס באשטעלען אינטער א נייע ניק ווייל דיין ניק קוקען זיי שוין נאך
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » זונטאג דעצמבער 27, 2009 7:32 pm

וואדקע האט געשריבן:קאמענטאטאר איך וואלט דיר געראטען אויב דו ווילסט נוצען די קארד פאר ביזנעס זאלסטו עס באשטעלען אונטער א נייעם ניק ווייל דיין ניק קוקען זיי שוין נאך


יאפס... כ'האב עס געהאט אין מיינד. כ'האב אפלייעט אונטער דעם ניק וואס כ'נוץ ס'איבריגע חלק פון טאג...
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך ינואר 06, 2010 1:27 pm

מענין לענין, אפשר רעדט מען שוין דא ערגעץ ווי אבער איך האב ניט קיין צייט צו זיכן
האט איינער געהערט פון http://www.energypluscompany.com
זיי געבען מיילס פאר יעדען דאללאר ביי עירליינס


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: veltsman, חסידישע_אינגערמאן, יונה ישראל, שטילער און 36 געסט