בשבילי הלב - קורצע סורוועי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 10:33 pm

א גוטן טייערע חבר!

איך דארף א שטיקל טובה פון דיר
איך ארבעט אין די טעג אויף א נייע פראיעקט
אין די תחום פון די עולם הנפש והרגש

כדי צו זיין מער קלאר און צום פוינט
וויל איך הערן וואס דו האלסט אויף געוויסע נושאים

איך האב אנגעגרייט א קורצע סורוועי
אין איך וועל זייער עפרישיעיטן אויב דו קענסט מיר געבן צוויי מינוט עס צו אויספילן

נ.ב. עס פאדערט זיך נישט צו אריינלייגן קיין אימייל אדער קיין שום פערסאנל פרטים
עס איז אויסגעשטעללט אז איך קען נישט זעהן ווער עס האט אויסגעפילט


בשבילי הלב - סורוועי
3.PNG
3.PNG (210.48 KiB) געזעהן 900 מאל
לעצט פאראכטן דורך בִּשְׁבִילֵי הלב אום זונטאג נובעמבער 01, 2020 12:01 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 10:50 pm

מען קען עס נישט עפענען..
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 10:54 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:מען קען עס נישט עפענען..


יעצט ארבעט עס שוין
יישר כח פארן לאזן וויסן!

שמחם בבנין
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:47 am

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך שמחם בבנין » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 11:23 pm

זייער גוט, אין אויב מעגליך פליז אפדעיט די תוצאות פין די גאנצע מעשה, וואס די עולם האט באופן כללי געוואלט...

איך טראכט נאך צו ענטפערן, איך ווייס נאך נישט וואס, מען וועט זעהן..

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 11:29 pm

שמחם בבנין האט געשריבן:זייער גוט, אין אויב מעגליך פליז אפדעיט די תוצאות פין די גאנצע מעשה, וואס די עולם האט באופן כללי געוואלט...

איך טראכט נאך צו ענטפערן, איך ווייס נאך נישט וואס, מען וועט זעהן..

בעזר ה'.

די זאך איז אז ווען עס קומט צו די זאכן
די ערשטע ענטפער וואס קומט ארויף - פארן טראכטן - איז בדרך כלל די אמת...
אויב מ'הייבט אהן צו טראכטן צו סאך
איז דא גרויסע שאנסן אז מ'זאל אנהייבן
זיך צו פארקויפן מעשה'לעך בנוגע וואס די מצב איז באמת...

שמחם בבנין
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:47 am

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך שמחם בבנין » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 11:31 pm

א שיינע שיעור טענקס

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 11:33 pm

א קליינע הערה. איך מיין אז די ערשטע שאלה איז אביסל נישט און פלאץ, ווייל אסאך מענטשן איז זיי טאקע נישט וויכטיג די גאנצע נושא, אבער די וועלן נישט אוועקגעבן די פאר מינוט אויסצופילן אלע אנדערע תשובות. אם לא דנימא אז די ווילסט וויסן ווי און די העכסטע דריי שטאפלען דיינע משיבים שפירן עס פאר וויכטיג, דאס מאכט אביסל סענס.

און כלפי מיר, איך שפיר נישט ממש אזא צורך צו מאכן א בער דערפון, עכ"פ ביי מיר, (פאר אסאך איז עס באמת א צורך גדול), הגם איך האב מורא'דיג הנאה פון דיינע מאמרים און איך נעם גוטע ניצבארע טיפ'ס דערפון, ממילא האבעך נישט אויסגעפילט די סורוועי ,איך לאז עס פאר די אידן וואס שפירן עס וויכטיגער, מ'זאל זיך מיט זיי ענדערש רעכענען.

און א גרויסן יישר כח פאר דיינע מאמרים ותגובות, ס'איז מחי' נפשות!!

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 11:39 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:א קליינע הערה. איך מיין אז די ערשטע שאלה איז אביסל נישט און פלאץ, ווייל אסאך מענטשן איז זיי טאקע נישט וויכטיג די גאנצע נושא, אבער די וועלן נישט אוועקגעבן די פאר מינוט אויסצופילן אלע אנדערע תשובות. אם לא דנימא אז די ווילסט וויסן ווי און די העכסטע דריי שטאפלען דיינע משיבים שפירן עס פאר וויכטיג, דאס מאכט אביסל סענס.

און כלפי מיר, איך שפיר נישט ממש אזא צורך צו מאכן א בער דערפון, עכ"פ ביי מיר, (פאר אסאך איז עס באמת א צורך גדול), הגם איך האב מורא'דיג הנאה פון דיינע מאמרים און איך נעם גוטע ניצבארע טיפ'ס דערפון, ממילא האבעך נישט אויסגעפילט די סורוועי ,איך לאז עס פאר די אידן וואס שפירן עס וויכטיגער, מ'זאל זיך מיט זיי ענדערש רעכענען.

און א גרויסן יישר כח פאר דיינע מאמרים ותגובות, ס'איז מחי' נפשות!!

קודם. יישר כח פאר דיין פידבעק.
די סיבה פאר די ערשטע שאלה איז ווייל עס איז מיר גראדע יא אינטערסאנט צו הערן און זעהן א עווריטש פון אלע מינע מענטשן
ווער עס פילט אויס בין איך זייער מכיר טובה
און ווער נישט איז אויך אוקעי. :smile:

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 11:41 pm

דאס האב איך בעיקר געמיינט , די האסט נישט קיין עווריטש פון אלע מענטשן, האסט נאר א עווריטש פון מענטשן מיט א שטארקע אינטערסע, ווי שטארק עס איז ודו"ק

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 11:43 pm

קאנטרי מאוד האט געשריבן:דאס האב איך בעיקר געמיינט , די האסט נישט קיין עווריטש פון אלע מענטשן, האסט נאר א עווריטש פון מענטשן מיט א שטארקע אינטערסע, ווי שטארק עס איז ודו"ק

האבן א עווריטש פון מענטש מיט אינטערעסע איז זייער גוט
אבער עס וועט זיכער זיין עטליכע מיט א קליינע אינטערעסע וואס שטערט זיי נישט צו אויספילן.
דאס וועט עטוואס צוגעבן אפילו כ'וועל טאקע נישט האבן קיין 100 פרעצענטיגע עווריטש.
איך קוק עס נישט אהן ווי די פואל'ס פאר די עלעקשאנ'ס אין אמעריקע... :grin: ס''ה באקומען א שמעק..

בפשיטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בפשיטות » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 2:34 am

דער בשבילי איז א חידוש!!
זייער א גוטער געדאנק דאס, בינעך נייגעריג צו זעהן די אוועראולל תוצאות.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:07 am

...און פריש ווי א ניס!
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:31 am

אהרן הלוי האט געשריבן:...און פריש ווי א ניס!

יישר כח אהרן הלוי!

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:32 am

בפשיטות האט געשריבן:דער בשבילי איז א חידוש!!
זייער א גוטער געדאנק דאס, בינעך נייגעריג צו זעהן די אוועראולל תוצאות.

בעזר ה', די וואוטס האלטן נאך אינמיטן אריינקומען.... :smile:

די אמת איז א יעדער האט אינסייד א שטיק חידוש
מ'דארף נאר זיין גרייט עס נישט צו באהאלטן...
לעצט פאראכטן דורך בִּשְׁבִילֵי הלב אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:12 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

בשבילי הלב -תוצאות פון די סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 3:21 am

אוקעי חברים

יישר כח פאר איבער 70 וואס האבן ביזדערווייל אויסגעפילט די סורוועי.
ווער עס וויל קען נאך יעצט עס אויספילן.

היות די עולם האט געבעטן איך זאל מפרסם זיין די תוצאות
האב איך אנגעגרייט א ווידיאו מיט די יעצטיגע תוצאות
Capture.PNG
Capture.PNG (441.05 KiB) געזעהן 686 מאל

תוצאות פון די סורוועי

שפכי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך שפכי » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 9:59 am

ווען דו זאגסט א קבוצה פון 15 מענטשן
מיינט דאס צוזאגן נאר פון מאנטריאל?
אדער וועט עס זיין אונליין?
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:37 am

שכח ר בשבילי!
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 12:10 pm

שפכי האט געשריבן:ווען דו זאגסט א קבוצה פון 15 מענטשן
מיינט דאס צוזאגן נאר פון מאנטריאל?
אדער וועט עס זיין אונליין?


אונליין פאר יעדעם

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 12:18 pm

שטומפיג האט געשריבן:שכח ר בשבילי!

בשמחה!

להתחבר
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך להתחבר » מוצ"ש אוקטובער 31, 2020 10:18 pm

כ'בין אינטערסירט צו הערן מער איבער די קבוצה / קורס.
וואס גייט זיין די אינהאלט און די מטרה.

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מוצ"ש אוקטובער 31, 2020 10:31 pm

להתחבר האט געשריבן:כ'בין אינטערסירט צו הערן מער איבער די קבוצה / קורס.
וואס גייט זיין די אינהאלט און די מטרה.

כ'קאפי דיר דא א תשובה וואס כ'האב געשריבן פאר עטליכע וואס האבן געפרעגט
אויב ווילסטו מער פרטים און וויסן צו עס איז געמאכט פאר דיר קענסטו מיר קאנטעקטען אין אישי.

"א גרופ פון מענטשען וואס זענען אינטערסירט ארויסצוברענגען זייער פולע פאטענציאל צו די עפנטליכקייט.
פארשטיין אונזערע ניד'ס און וויסן וויאזוי עס צו אנפילן און אנפילן אנדערע.
צו היילן ווייטאג און לעבן מתוך אהבה
ארויסצוגיין פון באהעלטעניש און זיך ברענגען צו די וועלט אהן קיין מורא
ארויסנעמען פחד און אריינברענגען פרייהייט און בחירה
זיך אויסצולערנען צו עפענען די הארץ צו קענען האבן נאנטע באציאונגען מיט זיך מיט ארומיגע און מיט השי''ת

מ'גייט לערנען און בעיקר פרעקטעסן במשך 8 גאנצע וואכן אסאך טיפע און נייע יסודות בנפש האדם
דאס גייט טוישן אונזער בליק אויף אונז און אויפן לעבן
און אונז לאזן עמאשענעלי אויפוואקסן.

איך וועל ענק ווייזן די וועג וואס איך אליין בין אריבער
און באגלייטן פערסאנלי יעדער חבר הקבוצה
זיכער צו מאכן אז ער איז מצליח
און אז ער גייט ארויס פון דעם אנדערש ווי ער איז אריין.

להתחבר
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: בשבילי הלב - קורצע סורוועי

תגובהדורך להתחבר » מוצ"ש אוקטובער 31, 2020 11:07 pm

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:
להתחבר האט געשריבן:כ'בין אינטערסירט צו הערן מער איבער די קבוצה / קורס.
וואס גייט זיין די אינהאלט און די מטרה.

כ'קאפי דיר דא א תשובה וואס כ'האב געשריבן פאר עטליכע וואס האבן געפרעגט
אויב ווילסטו מער פרטים און וויסן צו עס איז געמאכט פאר דיר קענסטו מיר קאנטעקטען אין אישי.

"א גרופ פון מענטשען וואס זענען אינטערסירט ארויסצוברענגען זייער פולע פאטענציאל צו די עפנטליכקייט.
פארשטיין אונזערע ניד'ס און וויסן וויאזוי עס צו אנפילן און אנפילן אנדערע.
צו היילן ווייטאג און לעבן מתוך אהבה
ארויסצוגיין פון באהעלטעניש און זיך ברענגען צו די וועלט אהן קיין מורא
ארויסנעמען פחד און אריינברענגען פרייהייט און בחירה
זיך אויסצולערנען צו עפענען די הארץ צו קענען האבן נאנטע באציאונגען מיט זיך מיט ארומיגע און מיט השי''ת

מ'גייט לערנען און בעיקר פרעקטעסן במשך 8 גאנצע וואכן אסאך טיפע און נייע יסודות בנפש האדם
דאס גייט טוישן אונזער בליק אויף אונז און אויפן לעבן
און אונז לאזן עמאשענעלי אויפוואקסן.

איך וועל ענק ווייזן די וועג וואס איך אליין בין אריבער
און באגלייטן פערסאנלי יעדער חבר הקבוצה
זיכער צו מאכן אז ער איז מצליח
און אז ער גייט ארויס פון דעם אנדערש ווי ער איז אריין.

יישר כח
כ'האב דיר גע'אישי'ט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו און 6 געסט