פאהרן א מהלך צום/פון ארבייט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

פאהרן א מהלך צום/פון ארבייט

תגובהדורך זכאי » זונטאג אוקטובער 22, 2017 8:09 pm

איינע פון די פאקטארן ווען מען לאזט זיך ארויס זיכען א נייער ישוב איז פרנסה. געוויסע זענען ארבייטער ביי אנדערע און קענען גרינגערהייט זיך טרעפן די זעלבע דזאב אויפן נייער מקום, אדער ארבייט מען סייווי אויף די געוועב איז נישט קיין חילוק וועלכע געגענט די פלאג פון דעם לעפטאפ איז איינגעשאלטערט. אבער למעשה איז דא א גרויסער עולם, ואני בתוכם, וואס קענען נישט פארלאזן זייער ארבייט מחמת איזהו סיבה שהוא ממילא זענען מיר צוגעבינדן צו אונזער מקום הפרנסה. אבער למעשה משוגא בין איך צו בלייבן צאלן די פרייזן פון שטאט, איז די איינציגסטע אפציע איז קומען אין גיין יעדען טאג פון און צום שטאט.

איך וויל אבער הערן פון איינער וואס טוט דאס וואס זיין עקספיריענס איז און אויב איר קענט אייך זעהן אריינפארן אזוי פאר די קומענדע צען פופצען יאר.

מיין שאלה גייט נאך מער, לאמיר זאגן איך האב אן אפשען פון סטעיטין איילענד אדער לעיקוואד, זאל איך פארקוקען די 45 מינוט וואס קומט צי פון סטעטין אייסלענד קיין לעיקוואד כדי צו באקומען סאך מער פאר מיין געלט (גרעסער דירה)?
תודה למפרע.

נודה לך
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג אוקטובער 22, 2017 9:40 pm

אפשר פרעגן ביי "דירות און ישובים" וועט קומען א שנעלערע ריספאנד
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

בענאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » זונטאג אוקטובער 22, 2017 10:57 pm

זכאי האט געשריבן:איך וויל אבער הערן פון איינער וואס טוט דאס וואס זיין עקספיריענס איז און אויב איר קענט אייך זעהן אריינפארן אזוי פאר די קומענדע צען פופצען יאר.

לאמיר אראפלייגן מיין עקספיריענס.
אויפן באס פון מאנרוי קיין ווילי דאוונט מען דאס מיינט, אז דו פארברענגסט דארט א שעה וואס דו וואלסט סייווי געדארפט אוועקגעבן פארן רבוש"ע. נאר יעצט פארסטו שוין אגב אויך. (שאל אביך ויגדך, די אידן וואס זענען געוואוינט אזוי צו פארן קומען לכתחילה ארויף אויף די טרעפ מיטן געפיל "אריין איך ס'מעדריש אריין, מ'גייט דאווענען....) ממילא די ביסל איבעריגע צייט מאכט שוין נישט צופיל אויס.
ובכן ס'נישט אזא געפערליכע זאך

ממה נפשך
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 9:40 am

אבער ביים אהיימקומען איז שווערער, מ'קומט אן אונדערהיים גע'הרג'ט. וואס מ'קען טון איז (ספעציעל אין אפסטעיט) זיך לייגן פרי, האבן א שיעור אינדערפרי, אזוי ביינאכט ווען מ'קומט אהיים דארף מען שוין נישט ארויסגיין פונדערהיים. (רוב יאר קען מען דאווענען מנחה מעריב אויך אויפן באס)

קאזאבלאנקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 12:44 pm

ממה נפשך האט געשריבן:אבער ביים אהיימקומען איז שווערער, מ'קומט אן אונדערהיים גע'הרג'ט.


לאו דוקא, אדרבה מען קומט אהיים אויסגערוט נאך א גוטן דרימל אויפ'ן באס

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 12:57 pm

פון און צו די שטאט ווייס איך נישט, באט קרית יואל צו מאנסי און צוריק איז ממש א גארנישט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט