'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

נשמה איך גיי משוגע פאר דיין אנאליז אויף ליבע יוד, אויסנאם טיף און היקוף'דיג, אזויפיל הבנת הנפש אין איין לאנגע תגובה. א מעכטיג שטיקל.
אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם27 »

נשמה האט געשריבן:
אברהם27 האט געשריבן:איינער ווייסט וואו מען קען באקומען די בוך נפש האדם פון מרים אדהאן

[url=http://www.miriamadahan.com/index.aspx?id=2456&itemID=1287]דא[
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

אויב איך קען נישט די נומערן, איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן וועלכע נומער איך בין?
אויב איינער ווייסט זיין נומער, קען ער זיך טוישן אויב ס'איז נישט גוט?
אדער. דארף מען זיך נישט טוישן, ווייל אלעס קען מען ניצן צום גוט'ן?

יישר כח פארן ליינען מיינע שאלות!
אויב איר האט א תירץ, ביטע ענטפערט!
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

לדעתי האט געשריבן:אויב איך קען נישט די נומערן, איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן וועלכע נומער איך בין?
אויב איינער ווייסט זיין נומער, קען ער זיך טוישן אויב ס'איז נישט גוט?
אדער. דארף מען זיך נישט טוישן, ווייל אלעס קען מען ניצן צום גוט'ן?

יישר כח פארן ליינען מיינע שאלות!
אויב איר האט א תירץ, ביטע ענטפערט!


דארפסט נישט דוקא קענען די נומערן כדי צו וויסן ווער די ביזט, נאר די נומערן געבן דיך שטאף מיט וואס צו טראכטן און אריין גיין טיפער אין דיין אייגענע נפש און זיך גריגער קענען ארויס האבן.

טוישן א נומער איז נישט שייך ווייל דאס מיינט טוישן דיין שורש הנפש וואס דער אויבערשטער האט אין דיר אריינגעלייגט.

און ס'איז נישטא אזא זאך אז די נומער איז נישט גוט, די שורש פון די נפש קען מען דרייען אויף גוט און אויף שלעכט,

און אויב מען ארבעט אויף זיך צו טוישן די אייגענע נומער ווערט מען נאך מער קראנק.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מח בקדקדו האט געשריבן: און אויב מען ארבעט אויף זיך צו טוישן די אייגענע נומער ווערט מען נאך מער קראנק.

איז וואס איז די עצה זיך צו טוישן ווען מען באמערקט אז די אייגענע טייפ פירט נאר אראפ און ס'שווער צו לעבן אזוי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך האב היינט די ערשטע מאל געליינט דא אויף די וועלט. פון 12 פארמיטאג ב'ז יעטץ 6:46 נאכמיטאג, טאטאלי 72 בלעטער....

א 7 טייפ מיט אללע מפרשים... געלויבט השיי"ת אז די דרייערס ארבעטען פיין לאזענדיג די מעגליכקייט צי טון וואס איך האב נארוואס געטון....

@מתבונן ביטע לייג ארויף דיין 7 אנאליז, איך לעכץ דערנאך...

@נשמה עס האט מיר געדויערט 71 בלעטער צו אנערקענען אז איר פארשטייט "גוט" דעם זיבענער. איך האב דאס אבער אביסל איינגעזען נאך אייער אפהאנדלונג אויף @ליבער איד. אלענפאלס בכלליות האב איך געוואלדיג הנאה געהאט פון אייער סחורה.

@ליבער איד, מיין אינסטונקט זאגט אז איר זענט א 7, אייער תגובות האט נאך מער פארשטארקט מיין מיינונג

==================================

ס'ארא שיינע וועלט האב איך היינט געזען....
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מח בקדקדו האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:אויב איך קען נישט די נומערן, איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן וועלכע נומער איך בין?
אויב איינער ווייסט זיין נומער, קען ער זיך טוישן אויב ס'איז נישט גוט?
אדער. דארף מען זיך נישט טוישן, ווייל אלעס קען מען ניצן צום גוט'ן?

יישר כח פארן ליינען מיינע שאלות!
אויב איר האט א תירץ, ביטע ענטפערט!


דארפסט נישט דוקא קענען די נומערן כדי צו וויסן ווער די ביזט, נאר די נומערן געבן דיך שטאף מיט וואס צו טראכטן און אריין גיין טיפער אין דיין אייגענע נפש און זיך גריגער קענען ארויס האבן.

טוישן א נומער איז נישט שייך ווייל דאס מיינט טוישן דיין שורש הנפש וואס דער אויבערשטער האט אין דיר אריינגעלייגט.

און ס'איז נישטא אזא זאך אז די נומער איז נישט גוט, די שורש פון די נפש קען מען דרייען אויף גוט און אויף שלעכט,

און אויב מען ארבעט אויף זיך צו טוישן די אייגענע נומער ווערט מען נאך מער קראנק.
fiena nieas האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן: און אויב מען ארבעט אויף זיך צו טוישן די אייגענע נומער ווערט מען נאך מער קראנק.

איז וואס איז די עצה זיך צו טוישן ווען מען באמערקט אז די אייגענע טייפ פירט נאר אראפ און ס'שווער צו לעבן אזוי


ס'איז נישט דיין טייפ וואס פירט דיך אראפ ס'איז די וועג וויאזוי דו רעאגירסט צו דיין טייפ דעס פירט דיך אראפ.

איך ווייס נישט וואס פאר א טייפ דו ביזט אבער לאמיר נעמען דעם נומער זעקס, און צום ביישפיל אז דיין טבע איז זיך שנעל אויפצורעגן ווען איינער זאגט עפעס פארקערט פון דיר, אדער ער טוט דיר וויי און דו רעגסט דיך אויף יענעם און דו שוימסט, איז דעי כעס נישט דיין טבע נאר א תוצאה פון שלעכט באהאנדלען דיין טבע,

די שורש דערפון איז אז דו ביזט געבוירן מיט א שוואכקייט אז דו ביזט זייער נבוך מיט דיר אליין ביזט נישט זיכער מיט וואס דו טוסט צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, דו ביזט אומזיכער מיט דיין אייגענע מציאות בין איך גוט אדער נישט, דאס איז נישט קיין חסרון נאר א שוואכקייט,
לעומת זה האט דיר דער אויבערשטער געגעבן כח האש א קאך און א ברען,
יעצט קוקסטו דיך אהן און דו זעסט דיין שוואכקייט און דו פילסטו זיך זייער שלעכט מיט דעם, און דו ווילסט נישט מודה צו דיר אליינס אז דו האסט עס, ממילא וועסטו האלטן אין פייטן די שוואכקייט און וועסט דיך האלטן אין איין אנרעדן אז, עה! איך בין יא זיכער זעסט איך וועל דיר מסביר זיין, און דו וועסט האלטן אין איין ארויסברענגען דיין זיכערקייט מיט זיך אליין,

יעצט קומט דיין חבר צו גיין נאכדעם וואס דו האסט אראפגלייגט א גאנצן הסבר אויף א געוויסן ענין און דו האסט דיך דא אויפגעבויט דיין גאנצא זיכערקייט אין דיין אייגענע מציאות, קומט ער צו גיין פרעגט דיר אפ מרישא ועד גמירא און, אוף!! פלוצלינג געסטו זיך א טרעף מיט דיך אליין, מיט דיין עכטע "איך", מיט אלע שוואכקייטן, דאס פון דו האסט מורה אז דו גייסט טרעפן דאס זעסטו יעצט פאר דיינע אויגן, און דו ביזט אינגאנצן פארלוירן, נא! וואס קומט יעצט דארף מען דאך צוריק בויען דעם זיכערקייט, הייבט מען אהן שרייען אויפן דער וואס האט עס גורם געווען, און אז יענער ווערט באזידלט ווערט ער דאך אטוימאטיש אומגערעכט, ניין?, ממילא בין איך דאך יא גערעכט,

קומט אויס אז דיין גאנצע כעס און געקומען פון א שוואכקייט וואס דו האסט פון זיין אומזיכער מיט זיך אליין וואס דאס איז יעצט נתגלה געווארן,

ווואס איז די עצה?.

זאלסט גוט אריין קריכן אין דיין נפש, און טרעפן די שורש און סיבה פון די שלכטע געוואוינהייט קומט, ווי צום ביישפיל ביי אונזער מציאות, זאלסטו פארשטיין אז דאס קומט פון א שוואכקייט פון אומזיכערקייט און באשליסן אז ס'איז גארנישט, ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם צו זיין אומזיכער, ס'איז א זאך זעט אויס ווי א שוואכקייט אבער בעצם איז עס פונקט אזוי א מעלה ווייל א דאנק דעם קענסטו ריכטיג דורך טון ענינים, וויבאלד דו ביסט א מענטש וואס באשליסט שווער און דו מיזט זיין הונדערט פארצענט זיכער אז דו האסט געמאכט די ריכטיגע דעסיזשען וועט דיר עס ברענגען צו זיין קלאר מיט די ענין,
און נאך אסאך מעלות,
דיין אומזיכערקייט קען דיך ברענגען צו זיין אשטארקע בעל בטחון דו קענסט זייער שטארק שפירן דעם אין עוד מלבדו, אז מען קען זיך אויף גארנישט און אויף קיינעם נישט פארלאזן ועוד ועוד...

און דיין ברען וואס דו האסט און דיר וועט בכלל נישט מוזן גענוצט ווערן צו שרייען אויף אנדערע כדי דיך צו פערטעקטן ווייל ס'וועט נישט זיין וועם צו פערטעקטן

קומט אויס אז אנשטאט אז דיין טבע פון אום זיכערקייט זאל דיך ברענגען אז דו זאלסט דיך רעגן ווייל דו ווילסט פייטן דיין טבע וועט דיין טבע דיר ברענגען נאר העכער און העכער.

דעס איז מיין אפשאצונג יעדער קען זיך קריגן
הנשמה שבמוחי
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב היינט די ערשטע מאך געליינט דא אויף די וועלט. פון 12 פארמיטאג ב'ז יעטץ 6:46 נאכמיטאג, טאטאלי 72 בלעטער....

א 7 טייפ מיט אללע מפרשים... געלויבט השיי"ת אז די דרייערס ארבעטען פיין לאזענדיג די מעגליכקייט צי טון וואס איך האב נארוואס געטון....

@מתבונן ביטע לייג ארויף דיין 7 אנאליז, איך לעכץ דערנאך...

@נשמה עס האט מיר געדויערט 71 בלעטער צו אנערקענען אז איר פארשטייט דעם זיבענער. איך האב דאס איינגעזען נאך אייער אפהאנדלונג אויף @ליבער איד

@ליבער איד, מיין אינסטונקט זאגט אז איר זענט א 7, אייער תגובות האט נאך מער פארשטארקט מיין מיינונג

==================================

ס'ארא שיינע וועלט האב איך היינט געזען....


אויב דו האסט געקענט איינזיצען בערך זיבען שעה און ליינען 72 בלעטער בין איך שטארק מסופק צו די ביזט א זיבענער
נשמה מאך קלאר
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6257
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

סארקאזי האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך האב היינט די ערשטע מאך געליינט דא אויף די וועלט. פון 12 פארמיטאג ב'ז יעטץ 6:46 נאכמיטאג, טאטאלי 72 בלעטער....

א 7 טייפ מיט אללע מפרשים... געלויבט השיי"ת אז די דרייערס ארבעטען פיין לאזענדיג די מעגליכקייט צי טון וואס איך האב נארוואס געטון....

@מתבונן ביטע לייג ארויף דיין 7 אנאליז, איך לעכץ דערנאך...

@נשמה עס האט מיר געדויערט 71 בלעטער צו אנערקענען אז איר פארשטייט דעם זיבענער. איך האב דאס איינגעזען נאך אייער אפהאנדלונג אויף @ליבער איד

@ליבער איד, מיין אינסטונקט זאגט אז איר זענט א 7, אייער תגובות האט נאך מער פארשטארקט מיין מיינונג

==================================

ס'ארא שיינע וועלט האב איך היינט געזען....


אויב דו האסט געקענט איינזיצען בערך זיבען שעה און ליינען 72 בלעטער בין איך שטארק מסופק צו די ביזט א זיבענער
נשמה מאך קלאר

דו ביזט גערעכט איך וויל שוין אזוי לאנג דורך ליינען די גאנצע זאך און איך קען נישט וועגן איך בין א זיבענער און איך קען קוים איינזיצען
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נא קוועסטשון אבאוט איט!

טראכסט אז סיז מער איטנטרעסאנט אויסציפילען צעטלעך , חשבונ'ן אויף excel, אדער מאכן invoices אזוי ווי מיינע טייערע "דרייערס" ארבעטערס?

אינטערעסאנט איז צי אנטלויפן צי א גוטער זייטל, און ליינען, ליינען, ליינען ביז 25 מינוט נאך די זייגער וואס מען האט ציגעזאגט אז מען גייט זיין אינדערהיים. פארשטייט זיך אז עטליכע תגובות האט מען אויסגעלאזט וויבאלד עס האט געשמעקט פון לאנגווייליקייט.

צו די וואס ווילן וויסן די בענעפיט פון גוט פארשטיין די נאטור פון מענטשהייט, לאז איך אייך וויסן אז איר קענט אפלייען ביי אונז פאר א פאזיציע, מיר נעמען אן נאר געשווואירענע דרייערס, די חברה ווערן נישט אזוי שנעלל נתפעל פין די פיליזאפיעס . אבער זיי טוען צי די זאך. טון פשוט צי די זאך איז א זאך וואס איך קען פשוט נישט טון.

אה, במילא פארשטייט איר שוין ווי אזוי א זיבענער קען האבן א ביזנעס... אין איר פארשטייט שוין געוויס די פארדינסט פון קענען אפליינען א מענטש.
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שוין דורך געטון די נושא דורך אין א דורך.

אגב במשך די זיבן שעה דאהי פה אייוועלט זענען עטליכע וויכטיגע פאון רופן נישט גע'ענטפערט געווארן, צי קלערסטי אז סיי וועלכער אנרערע טייפ מענטש וואלט דאס געטון?

אין אוודאי וועל איך בקרוב מוזן בעטען די פילטער זאל מיט געוואלד פארמאכן איי וועלט, אז נישט וועל איך זיין געצווינגען צי פארמאכן די גאנצע אפיס און גיין זוכן ח"ו א זשאב. די ערגסע זאך אין די וועלט פאר מיר, האבן א בעה"ב וואס גייט קוקן ווען איך קום און וואס איך האב היינט געטון....? היה לא תהיה.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

@יעקב פריינד @סארקוזי
לגבי אייער ספק מכח די מעגליכקייט פאר א זיבענער צי קענען ליינען זיבן שעה אין איין צי, אט האב איך געטראפן די זעלביגער ענין ביי ADHD זע viewtopic.php?f=71&t=30604&hilit=adhd][/url]

איין ליינער שרייבט אז מכח זיין adhd קען ער נישט ליינען די אריכות'דיגער ארטיקל בנושא ADHD, ווידעראום אנדערע זאגען גאר אז זיי האבען עס געליינט אין איין אטעם אין ממש "זיך" געזען אין די ארטיקל. אלזא די זאך איז קלאר אז די טיפ מענטשען אויב זיי אינטרעסירט ליינען זענען זיי דערונען מער ווי גווענליך. אין דאס ליינען זיבן שעה אין איין צי איז דווקא א אנדייטער פאר א" זיבענער מיט אלע מפרשים"

יא. לדעתי ADHD מיט זיבענער גייען זייער אפט אינאיינעם, ווי דעבאטירט אין פריערדיגע בלעטער דא אין די אניאגראם אשכול

תקוותי אז מתבונן אין נשמה וועלען אריין רעדען דא
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לויט ווי איך שטעל מיך פאר, ADHD קען קומען פון כאראקטער ניין, וואס דעמאלטס איז עס מער א dissociation וואס מ'וויל נישט דילן געהעריג מיט די וועלט וויאזוי ס'איז עכט. פנים אל פנים. און מ'געט זיך אן עצה דורך זיך דערמאנען עפעס אן אנדער ענין.

ס'קען קומען פון זיבן, און דאן האט עס א שטארקע hyperactivity טרייב קראפט.

און ס'קען קומען פון זעקס, ענגזייעטי, וואס דער געדאנק האט זיך נישט אויסגעלערנט צו דילן געהעריג מיט די לעבן, און לויפט אגאנצן צייט אוועק און קען נישט דילן מיט די מצב אויפן מינוט. וועגן ענגזייעטי. ווייסט נישט אהער און ווייסט נישט אהין און איז נישט זיכער מיט גארנישט. סאו, ער distract זיך.

פארברענגען צייט און נישט ארבעטן מוז נישט קומען פון זיבן. ס'קען קומען פון ניין אויך. וואס דאן איז עס מער procrastination. ס'קען קומען פון פיר, ווייל ארבעטן נעמט מיך ארויס פון מיין 'נפש' און ס'איז סתם טרוקן אן 'מיין' נפש. ס'קען קומען פון זעקס, ווייל מ'קען נישט דילן מיט ענגזייעטי און ספיקות און confusion וויאזוי די וועלט קוקט אויס פאר א זעקסער.

געזונטע זעקסער זענען פעסטע געטרייע איבערגעגעבענע ארבעטער.
דרייער זענען פעסטע ארבעטער וואס ארבעטן פאר זייער 'ארויפקוק'.

אויב א פירער טרעפט זיין ארבעט, ווי ער איז אלעמאל מקושר צו זיין נפש. וועט ער ארבעטן פלייסיג.
@נשמה עס האט מיר געדויערט 71 בלעטער צו אנערקענען אז איר פארשטייט "גוט" דעם זיבענער. איך האב דאס אבער אביסל איינגעזען נאך אייער אפהאנדלונג אויף @ליבער איד. אלענפאלס בכלליות האב איך געוואלדיג הנאה געהאט פון אייער סחורה
.
וועסט אלעמאל באמערקן ווי איך פרוביר צו זיין זייער קלאר, כדרך ה'זעקסער, וואס פרובירט קלאר צו מאכן פאר יענעם.
מתבונן פארשטייט ווארשיינליך טיפער דעם אניאגראם, זינט ער איז א פינעווער מיט אלע מפרשים ווי מ'זאגט.
דא האב איך פרובירט צו שילדערן דעם זיבענער.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יוני 25, 2017 1:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:וועסט אלעמאל באמערקן ווי איך פרוביר צו זיין זייער קלאר, כדרך ה'זעקסער, וואס פרובירט קלאר צו מאכן פאר יענעם.


אמת און דיין וועג פון צוטיילן יעדע זאך אזוי ווי אין עקסטערע פאלדערס, ס'זעט אויס ווי פאר דו הייבסט אהן צו שרייבן טראכסטו, אקעי, לאמיר זען, לאמיך ארויסנעמען דעם דרייער פאלדער און טרעפן עפעס א גוטע פוינט וואס וועט גוט מקיף זיין דעם דרייער, אא"וו,
און דו שרייבסט עס אראפ אזוי מסודר וואס מען זעט אז דיין גאנצע מהלך המחשבה לופט אזוי, דעס שמעקט פון פינף,

און דיין פליסיגקייט און דיינע געשמאקע לשונות און אויסדרוקן, ווי דו זיכסט אריינצוליין וואס מער חיות אין דיינע תגובות,
קוקט אויס ווי זיבן
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:וועסט אלעמאל באמערקן ווי איך פרוביר צו זיין זייער קלאר, כדרך ה'זעקסער, וואס פרובירט קלאר צו מאכן פאר יענעם.


אמת און דיין וועג פון צוטיילן יעדע זאך אזוי ווי אין עקסטערע פאלדערס, ס'זעט אויס ווי פאר דו הייבסט אהן צו שרייבן טראכסטו, אקעי, לאמיר זען, לאמיך ארויסנעמען דעם דרייער פאלדער און טרעפן עפעס א גוטע פוינט וואס וועט גוט מקיף זיין דעם דרייער, אא"וו,
און דו שרייבסט עס אראפ אזוי מסודר וואס מען זעט אז דיין גאנצע מהלך המחשבה לופט אזוי, דעס שמעקט פון פינף,

און דיין פליסיגקייט און דיינע געשמאקע לשונות און אויסדרוקן, ווי דו זיכסט אריינצוליין וואס מער חיות אין דיינע תגובות,
קוקט אויס ווי זיבן

מח טייערער.
קוק גוט וועסטו זעהן וואזוי מתבונן שרייבט א תגובה, וועסטו זעהן וואס דאס מיינט א פינעווער געשרייבאכץ.
און מיין שרייבן איז נישט זיבענעריש. א זיבענער געשרייבאכץ איז way more לעבעדיג און זאפטיג.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג יוני 23, 2017 5:15 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מוח, קענסט שרייבן דעם זעלבן אנאליז אויפן ניינער טענקס
קנדה
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2017 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנדה »

איז א יעדע שטארקע געפילישע מענטש א פירער?
צו נאר ווען ער הייבט אן צו הרבו פראבלעמען הייסט ער א פירער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קנדה האט געשריבן:איז א יעדע שטארקע געפילישע מענטש א פירער?
צו נאר ווען ער הייבט אן צו האבן פראבלעמען הייסט ער א פירער

קנדה.
א געפילישער מענטש קען זיין איז א זעקסער. קען זיין איז פירער. קען זיין איז א צווייער. קען זיין א ניינער אויך.
א פירער איז אפילו מ'האט גארנישט קיין שום פראבלעמען, און אלעס פארט א מחי'. אלעס איז מסודר. איז אבער דאך דער מענטש, ווען מ'קוקט אים אן, זעט מען אויף אים, אז ער איז מקושר צו זיין נפש. ער איז אויפמערקזאם אויף זיין אינערליכן פראסעס. ער לעבט און גייט אן מיט זיך, מיט זיינע געפילן צוזאמען. ער איז באקאנט אגאנצן צייט מיט זיין אינערליכער נפש, מיט זיינע געפילן וואס ער פילט אז דאס בין 'איך'.
זעקסער האבן שטארקע געפילן וואס שטורעמט זיי אויף. ווענט זיך וועכע זעקסער. ס'דא זעקסער מיט פינעווער פליגל, וואס זענען מער פארזיכטיג, דיסציפלינירט, און איינגעהאלטן, ביחס צום זעקסער מיטן זיבענער פליגל. און פארשטייט זיך אז ס'דא געזונטע זעקסער, און מער וואס דארפן זיך נאך אויסלערנען וויאזוי צו טרעפן דאס פלאץ אינעם וועלטל. דורכשניטליכע זעקסער זענען מער reactive און שטורמיש. א מצב ברויזט זיי אויף עד דכדוך של נפשם.
א צווייער איז געפיליש פאר יענעם. זיינע געפילן זענען פאר יענעם! איי, נעבעך, יו, שעפעלע, יו, אזא רחמנעס!
א ניינער איז פשוט מיטגעפיל. אזוי זענען ניינער. אלע טייפס קענען זיין געפיליש. זאלסט נישט מיינען אז א אכטער איז נישט געפיליש. א פינעווער איז אויך געפיליש, נאר האלט עס צוריק, אזוי ווי יעדע זאך וואס ווערט גענוצט נאר וויפיל ס'פעלט זיך אויס פארן מינימום.
דו דארפסט קוקן וואסערע מין 'געפיליש' ער איז. א פירער איז 'געפיליש' פאר זיך. אבער ער שטורעמט נישט און פארפירט נישט. א זעקסער שטורעמט. פארשטייט זיך יעדע זאך , ווענט זיך וועכע שטאפל, און מיט וועכע פליגל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

כדי צו קענען פסק'נען אויף א מענטש אז ער איז א איינזער, דארפסטו זעהן אויף אים אז ער פירט זיך אויף אויף אן אופן וואס די שורש דערפון איז 'פרינציפן'. אזוי ווי ער וואלט געזאגט "איך טו עס ווייל איך דארף אזוי טון, איך בין א פרינציפנירטער מענטש, איך בין נישט אזוי ווי די מענטשן וואס לעבן סתם אזוי, פירן זיך אויף סתם אזוי, און אוודאי נישט ספאנטאן. וואס איך טו קומט פון פרינציפן אויס" אבער מיט דעם שטריך אליין קענסטו נאך נישט פסק'נען אן איינזער, דו מוזט אויך זעהן אויף אים אז ער לעבט דעם מינוט צו מינוט מיט א צוועק, נישט אבי, ווי זיין גאנצען אויפגעפיראכץ איז איין זאך "צוועק"! זיינע תנועות זענען 'צוועקפול'. נישט סתם לעבעדיג. אבער דאס איז נאך נישט גענוג צו פסק'נען איינס, דער מענטש דארף זיין 'זעלבסט קאנטראלירט'. דו דארפסט זעהן ווי ער איז 'קאנטראלירט' אין זיין באקס ווי מ'זאגט, יעדע תנועה 'קאנטראלירט', יעצט אהער, יעצט אהין, יעצט בייג דיך, יעצט גראד דיך אויס, יעצט געב א שמייכל אבער א קליינע, שוין!! נאמאר. אבער מיט דעם ביסטו נאכנישט פארטיג, דו מוזט זעהן אויף אים א 'פערפעקשעניזם'. מן הסתם האסטו דיך אויסגעמאלנט אין דיין קאפ וויאזוי אזא מענטש דארף ערשיינען אלץ די גאנצע זאך מיט איינמאל.

זעקסער מיט א פינעווער פליגעל, קענען ערשיינען ווי איינזערס. אבער אויף א זעקסער זעהט מען מער א אנגעצויגענקייט. ווי די שטריק פון א פידל וואס איז אנגעצויגן צום אחריות'דיגן אויפגאבע, ווערזעס די ציצית וואס הענגט לויז. אויף זעקסער מיט א פינעווער פליגל זעהט מען מער די אחריות'דיגייט, די עול. פאר א איינזער אויב עפעס גייט נישט ווי געפלאנט, איז עס נישט אזוי אויסוועלט ווי פארן זעקסער. וואס דער זעקסער פארלירט דעם גאנצן קוים געשטעלן סטרוקטור. דער זעקסער וועט מער שרייען און פארפירן אויב עפעס גייט נישט ווי געפלאנט. און וועט פילן ווי אלעס איז נישט גוט, אלעס איז פארלוירן, מער ווי דער איינזער, וואס וועט ביטערן. יעדער טייפ קען האבן אלע שטריכן. מ'רעדט פון ביחס צו אנדערע מענטשן, ביחס צו אנדערע טייפס.

דו ווילסט טרעפן צווייער? דו דארפסט טרעפן א מענטש וואס איז געבעדיג, ער געבט פון זיך, אויף א תמידיות'דיגע אופן. אבער מיט דעם האסטו נאכנישט געטראפן א צווייער, דו דארפסט אויך טרעפן אינעם זעלבן מענטש, א מענטש וואס ווייזט זיינע גוטע ליבליכע געפילן פאר דיר, דו דארפסט טרעפן אז ער ווייזט עס בכוונה. אבער דו קענסט נאך אלץ נישט פסק'נען צוויי, דו מוזט טרעפן אין אים אויך איינער וואס וויל מאכן אז מענטשן זאלן גוט פילן, דאס מיינט דער מענטש דארף זיין איינער וואס טוט בכוונה צו מאכן מענטשן גוט פילן. אבער מיט דעם האסטו נאכנישט געטראפן א צווייער און ער קען זיין אן אנדערע נומער, ער דארף אויך זיין א מענטש וואס פילט זיך אז מענטשן זענען זיין חפץ. דער וועם ער העלפט איז זיינס. "ער איז מיין רחמנות. מיין מצוה" ווייל מיין אידענטיטי ווערט פעסט געהאלטן דורך אז יענער איז מיין רחמנות "נעבעך, אזא רחמנות, שוין עמער נישט רעדן. ווייסט וויפיל געלט איך האב שוין אריינגעשטופט אין יענעם הויז?".

זעקסער מיט א זיבענער פליגל קענען אויך ערשיינען ווי צווייער. אבער ס'האט צוויי אנדערע קוואליטיס די צוויי כאראקטערס. א צווייער ווערט נישט געטריבן פון ענגזייעטי, פון מאכן גראד די וועלט, פון שטורמישע געפילן, א זעקסער יא. א צווייער איז שמייכל'דיג, זאגט דשאוקס, אבער נישט אויף אזא פארנעם ווי דער זעקסער מיטן זיבענער פליגל, וואס מוז זיין אינטערעסאנט, כדי אוועקצוטרייבן ענגזייעטי.

דו ווילסט טרעפן א דרייער? דו דארפסט טרעפן א מענטש וואס פאסט זיך צו צום מצב מיט מענטשן, וואס עס פעלט זיך אויס צו זיין דעמאלטס, וואס ס'ווערט פארלאנגט פון אים, שטעלט ער זיך צו ווי כאילו ער איז דעס אלעמאל געווען, וואס די מענטשן ארום וואלטן ארויפגעקוקט, דאס שטעלט ער אהער אויפן פלאץ, אבער מיט דעם האסטו נאכנישט קיין דרייער, דו דארפסט טרעפן אינעם זעלבן מענטש, א מענטש וואס וויל מצליח זיין און אנקומען, א כח וואס טוט צו מצליח זיין און דערגרייכן, אבער דו האסט נאך נישט דעם דרייער, ער קען זיין א אנדערע נומער, דו דארפסט טרעפן אין אים אויך א 'טרייב קראפט וואס טרייבט אים אנצוגיין' אבער דו האסט נאך אלץ נישט דעם דרייער, דער מענטש דארף אויך זיין פארנומען וויאזוי מענטשן קוקן אים אן. "וויאזוי מאך איך מיין 'אימעדש' גוט אויסקוקן אין מענטשנ'ס אויגן".

דו ווילסט טרעפן א פירער? דו דארפסט טרעפן א מענטש וואס דרוקט זיך אויס זיין אינערליכער נפש, זיין גאנצער וועזנהייט דרוקט זיך אויס זיין אינערליכער נפש, דאס איז וואס דו זעהסט, זעהסט נישט מער. אבער מיט דעם האסטו נאכנישט געטראפן דעם פירער, קען זיין אז ער איז אן אנדער כאראקטער, ס'דארף ארויסשיינען פון אים א טיפע דראמא', און אויך דארף דער מענטש זיין איינגעזינקען אין זיך, און נישט אזוי ווי דער זיבענער וואס איז נישט איינגעזינקען אין זיך. אבער נאך אלץ נישט, דער מענטש דארף אויך זיין אמאל אזא געפיל און אמאל אזא געפיל, דהיינו די געפילן טראגן אים אויף כוואליעס, נישט אז ער רודערט.

דו ווילסט טרעפן א פינעווער? דו דארפסט טרעפן א מענטש וואס כל כולו אומר 'איך כאפ אויף וואס ס'טוט זיך ארום מיר' און דאס איז וואס איך טו, דו זעהסט נישט צופיל עפעס אנדערש. אויך דארפסטו טרעפן אינעם זעלבן מענטש א שאפן מאשין פון נייע איידיעס און נייע מהלכים וויאזוי מ'וואלט ווען געקענט ווען..., ווי אויך דארף ער זיין, אין אן אורה פון 'סוד' וואס נעמט אים ארום און אין אים, ששש..., און דו האסט נאך אלץ נישט דעם פינעווער ווילאנג דו זעהסט א מענטש וואס ער איז אפגעזונדערט. דאס הייסט, אז דו דארפסט זעהן אויף אים אז ער איז אפגעטיילט פון זיין א טייל אין די אנגייענדיגע אקטיוויטעטן פון די מענטשן ארום, ער איז אפגעזונדערט. א איינפאכער אפגעזונדערטער מענטש, איינגעהילט אין סוד, מיט צוויי אויגן וואס באאבאכטן, און א געדאנק וואס שאפט נייע מהלכים, מיט נייע איידיעס.

דו ווילסט טרעפן א זעקסער? דארפסטו טרעפן א מענטש וואס האט די יכולת, און ער טוט אויפוועקן און ארייננעמען ארומיגע מענטשנ'ס געפילן צו אים, ער האט חן און ער שלעפט אריין מענטשן דערמיט, מיט א שמייכל, א ווינק מיטן אויג. ווי אויך דארפסטו טרעפן א מענטש וואס איז אחריות'דיג, נישט א בליעל, נאר אחריות'דיג, ווי ער טראגט אויף זיינע פלייצעס אן אחריות. א ניינער איז א כאראקטער וואס ביחס צום זעקסער איז ער אומ'אחריות'דיג. איך רעד נישט פון די אחריות'ער וואס ליגן אויף זיין ליסט. איך רעד פון די אחריות וואס דו זעהסט אויף זיינע פלייצעס, אויף זיין כאראקטער. ווי אויך דארף דער מענטש זיין אנגעצויגן, דהיינו אן אנגעצויגנקייט הערשט אויף אים, און נישט א לייכטקייט ווי א שטייגער דער ניינער. מיט אנגעצויגנקייט מיין איך 'די כאראקטער איז אנגעצויגן זיך צו פארמעסטן מיט די וועלט' אנדערש ווי דער ניינער וואס מ'זעהט אויף זיין כאראקטער א לייכטקייט. און דו האסט נאך אלץ נישט דעם זעקסער ווילאנג דו זעהסט נישט פאר דיר אז דער זעלבער מענטש איז אויך חשדנות'דיג, ער איז חושד, ער טעסט צו מאכן זיכער, ס'הערשט אויף זיין אויסדרוק א חשדנות. נישט א טראסט צו יעדעם, ווי דער ניינער, וואס אויפן ניינער'ס כאראקטער זעהט מען ווי ער געטרויעט. צוטרוי. ער טעסט נישט. איי ווי איז נאך דא א בעסערער מאן/ווייב און טאטע/מאמע און קינד/טאכטער וכו' ווי דער זעקסער, געטריי, איבערגעגעבן, אחריות'דיג.
זעקסער'ס מיט א זיבענער פליגל, ערשיינען נישט אלעמאל אנגעצויגן. פונקט פארקערט, זיי ערשיינען מיט א הכנעה'דיג שמייכל, וואס נעמט דיך אריין אלץ א שטיצער. אבער דאס איז אוועקגעשטעלט אז זעקסער זענען די סארט מענטשן וואס דארפן זיכערקייט אינעם וועלטל. מיט דעם ווערן זיי אפגע'פסק'נט אלץ אינעם זעקס קאטאגאריע. אבער אין זעקס אליין איז דא א באנטש סארטן. והכל ברא השי"ת וואס אונז האמיר אזוי ליב, לכבודו. לשבת יצרה.

דו ווילסט טרעפן א זיבענער? דארפסטו טרעפן איינער וואס זיין גאנצער הלך ילך, אריין אין טראק און ארויס פון טראק איז ספאנטאן, די תנועות פון זיינע הענט איז ספאנטאן, ער איז דא, ער לעבט אריין. אויב דו זעהסט נישט אז ער איז ספאנטאן, איז ער נישט קיין זיבענער. ווייל דער ספאנטאנישקייט קומט מיטלעבן מיט די עקספיריענס, און לויפן צום קומענדיגן עקספיריענס. א זעקסער מיט א זיבענער פליגל, ערשיינט נישט אזוי ספאנטאן, ווי דער זיבענער. ווי אויך דארפסטו טרעפן איינער וואס ער קען זיך טוישן צו פארשידענע אויפגאבעס, "איך קען שפילן, איך קען זינגען, אויף א פידל, אויף א טרומפייטער, אויף א פויק, איך קען בויען, איך קען שרייבן, איך קען פינף שפראכן, איך קען אויך פעינטן", און אויך דארף דער מענטש זיין צופלויגן, קוקסט אויף אים 'צופלויגן'. יענץ, דעס, דא, דארט, אהער, אהין, ארויף, אראפ, אונטן, אויבן, איבעראל, און אין ערגעץ נישט.

אויב ווילסטו טרעפן אן אכטער? דארפסטו טרעפן איינער וואס שטייט פאר דיר מיט א זעלבסט זיכערקייט, גייט אן מיט א זעלבסט זיכערקייט, דו דארפסט טרעפן אין אים, א שטארקייט, און אויך דארפסטו טרעפן אינעם זעלבן מענטש א מענטש וואס קען אפמאכן וואס ער וויל און האט נישט קיין וואקלענישן, ער מאכט אפ און דאס איז, מקח איז געשלאסן מיט א תקיעת קף, אפגעמאכט! דו דארפסט אויך טרעפן איינער מיט א שטארקע ווילן, ווי ער וויל איינעמען די וועלט, און דער זעלבער דארף אויך זיין איינער וואס זאגט פון זיך "איך בין דא, אבער פרוביר דיך אנצוהייבן מיט מיר, יא יא, פרוביר, נו? טריי. איך וועל דיך באזיגן! זיין גאנצע הלך ילך זאגט דעס.

דו ווילסט טרעפן א ניינער? דו דארפסט טרעפן איינער וואס לאט זיך, קוועטש מיך אראפ, קענסט. איינער וואס איז 'מסכים'. כל כולו אומר "איך גיי מסכים זיין צו וואס דו זאגסט מיר" איך מיין נישט צו זאגן אז ניינער'ס זענען מסכים צו וואס מ'פארלאנגט פון זיי. איך מיין צו זאגן אז דער כאראקטער זאגט דעס. איינער וואס כל כולו שיינט דיך אריין אן אור פון "ס'איז אלעס זיכער און גוט, נישטא קיין פראבלעם", און יענער דארף אויך זיין צופרידן וויאזוי ס'איז, און אויך אינעם זעלבן מענטש דארפסטו אויך טרעפן איינער וואס האט אויפגעגעבן, און ער האלט אז עניוועי קען מען גארנישט טון, דאס איז לעבן, ס'עט זיין גוט וויאזוי ס'איז. כל כולו אומר אויפגעגעבן.

אוודאי, נישט יעדע ניינער געט אויף, ס'דא שטאפלן, אבער ביחס צום זעקסער, איז דער 'כאראקטער' וואס זאגט "איך האב אויפגעגעבן". יא, א געזונטע ניינער, וועט טון אלעס, אוודאי. אבער דאך פרוביר אים זאגן וועגן "וואס קען מען טון וועגן וכו'?" וועט ער מער נוטה זיין נאכצוגעבן און זאגן "שוין השם ירחם".
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יוני 25, 2017 1:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:וועסט אלעמאל באמערקן ווי איך פרוביר צו זיין זייער קלאר, כדרך ה'זעקסער, וואס פרובירט קלאר צו מאכן פאר יענעם.


אמת און דיין וועג פון צוטיילן יעדע זאך אזוי ווי אין עקסטערע פאלדערס, ס'זעט אויס ווי פאר דו הייבסט אהן צו שרייבן טראכסטו, אקעי, לאמיר זען, לאמיך ארויסנעמען דעם דרייער פאלדער און טרעפן עפעס א גוטע פוינט וואס וועט גוט מקיף זיין דעם דרייער, אא"וו,
און דו שרייבסט עס אראפ אזוי מסודר וואס מען זעט אז דיין גאנצע מהלך המחשבה לופט אזוי, דעס שמעקט פון פינף,

און דיין פליסיגקייט און דיינע געשמאקע לשונות און אויסדרוקן, ווי דו זיכסט אריינצוליין וואס מער חיות אין דיינע תגובות,
קוקט אויס ווי זיבן

מח טייערער.
קוק גוט וועסטו זעהן וואזוי מתבונן שרייבט א תגובה, וועסטו זעהן וואס דאס מיינט א פינעווער געשרייבאכץ.
און מיין שרייבן איז נישט זיבענעריש. א זיבענער געשרייבאכץ איז way more לעבעדיג און זאפטיג.


איך האב נישט געזאגט אז דו ביזט א זיבענר אדער א פינעווער, און מען קען נישט אפפסקענען א נומער לויט א תגובה, איך האב נאר ארויסגעגעבן מיינע געפילן וואס איך האב בשעת איך ליין דיינע תגובות,

און עס קען זיין אז מתבונן איז א פינעווער איך האב נאנישט געהעריג געליינט קיין תגובה פון אים, אבער עס איז נישט קיין ראיה פון דעם אז דיינע תגובות האבן נישט אין זיך פינף אדער זיבן,
אפי' ס'איז נישט אויסגעשפראכן לויט די נומער

און אויב דו ווייסט אז דו ביסט א אנדערע נומער דעמאלטס זענען מיינע ווערטער בטל ומבוטל
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

fiena nieas האט געשריבן:מוח, קענסט שרייבן דעם זעלבן אנאליז אויפן ניינער טענקס


וואס פאלט דיך ביי?

ביי א ניינער זעט זיך נישט אהן די סארט שטריכן וואס איך האב ארויס געברענגט,

קלארקייט און געשמאקייט זענען נישט פונעם ניינער'ס ספעצעלקייטן, און אוודאי וואלט זיך עס נישט אנגעזען אזוי שטארק אין א תגובה,
א ניינער איז א בחינה פון אחדות, "מאך נישט אזויפיל חילוקים אין יעדע זאך" "ס'איז נישט אזוי טיף" "ס'איז סאך פשוטער ווי דו מיינסט לאז דיך אפ",

משא"כ נשמה צוטיילט מורה'דיג שארף זיינע פוינטס מיט א טיפקייט,
נישט אזוי נשמה?

טענקס
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מוח דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געזאגט ,איך וועל דיר מסביר זיין פריער האט איר געזאגט אז אויב מען פראבירט זיך צו טוישן דעם טייפ ווערט מען נאך מער קראנק האב איך געפרעגט וואס איז די עצה זענט איר ארויסגעקימען מין אן אנעליז אויפן זעקסער יעצט בעט איך אייך די זעלבע אנעליז אויפן ניינער !
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

fiena nieas האט געשריבן:מוח דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געזאגט ,איך וועל דיר מסביר זיין פריער האט איר געזאגט אז אויב מען פראבירט זיך צו טוישן דעם טייפ ווערט מען נאך מער קראנק האב איך געפרעגט וואס איז די עצה זענט איר ארויסגעקימען מין אן אנעליז אויפן זעקסער יעצט בעט איך אייך די זעלבע אנעליז אויפן ניינער !


דעם ניינער'ס לעבן מוז פליסן מיט א רואיגקייט אהן קיין קאמפליקאציעס, ממילא וועט ער בדרך כלל ארויסקומען אלס א פאזיטיווער מענטש, ווייל נעגעטיווערי איז נישט רואיג, מ'האט פראבלעמען מיט דעם און מיט יענעם, און ס'איז נישט ווייל ער איז א פאזיטיווער בטבע,

דער ניינער איז נישט גוט מיט יעדן, "ער איז גוט מיט אלעס" און אז מ'איז גוט מיט אלעס פארט די לעבן על מי מנוחות, עכ"פ פנים אזוי טראכט ער,

וואס זאל מען אבער טון אז די וועלט איז נישט קיין מוציא מיט האניג, און צו ער וויל יא צו נישט איז אין א מענטש'ליכע לעבן אייביג דא פארהאנקערינגען וואס מען קען זיך נישט ארויס דרייען דערפון,
יעצט אויב איז ער קראנק דעמאלטס גייט ער נעמען יעדע מציאות וואס ער פילט אז דעס גייט עהם ארויס נעמען פון זיין אזוי גערופענע שלוה און ער גייט דאס דערשטיקן אין זיך, און ער גייט עס נישט פעיסן אזוי ווי עס איז,

לאמיר נעמען משל "עצלות" איז פון די שטארקע שטריכן וואס קומט ארויס ווען דער ניינער איז קראנק, דאס איז נישט זיין עצם מהות, נאר אזוי ווי ער מוז זיין רואיג במנוחה מיינט ער אז ער קען נישט קוקן אויף וואס ער איז מחויב צו טון ווייל דאס גייט אים לכאורה אוועק נעמען זיין שלוה,

וואס טוט ער? ער מאכט זיך צו די אויגן, און, שוין! לאמיך אפ ס'גוט אזוי, אלעס איז גוט אזוי ווי ס'איז,

ממילא קומט אויס אז זיין עצלות קומט סך הכל פון וועלן פארדעקן דעם פילינג פון זיין מחיוב צו טון זאכן וואס דאס גייט אים לפי דעתו מאכן שווער און קאמפליצירט דאס לעבן,

וואס איז די עצה?

נישט ער זאל ארבעטן צו ווערן אויס ניינער און זיך זאגן אז מען טאר נישט זיין במנוחה, מען איז דא געקומען אויפצוטון, נאר ער זאל טאקע נעמען זיין ניינערישקייט און ער זאל זיך אליין זאגן, רואיג! רואיג! זיי נישט אזוי אנגעצויגן, לויף נישט א גאנצן טאג אוועק פונעם מציאות, די מציאות איז נישט אזוי שרעקעדיג פונקט פארקערט, ווען דו וועסט אנקוקען די מציאות אזוי ווי ס'איז וועסטו זיין אסאך מער רואיג, און טון וואס מען דארף געט נאר צו צום געשמאקייט פונעם לעבן, און טאקע נאר אזוי קען מען טון וואס מען האט צו טון, מיט שלוה קומט אהן זייער ווייט,

אלעס מיט א רואיגקייט!!!!

ווער עס וויל קען מוסיף זיין
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

א זעקסער קען ארויס קומען אין די אויגן פון מענטשן אזוי ווי אלע נומערס ווי פאלגענד:

ער קען אויס קוקן אזוי ווי דעם איינזער מיט דעם אז ער וועט נעמען זיין זיכערקייט דורך טון דאס וואס מען דארף, ער וועט זיך מאכן א שטרענגן סדר היום, אלעס צו פארדעקן זיין פילינג פון זיין מסופק אויב ער איז אויף די ריכטיגע טרעקס,

אזוי אויך קען ער אויסקוקען ווי דעם צווייער מיט דעם אז ער וועט זיין פארנומען זיך אוועק צו געבן פאר אנדערע וואס דורך דעם באקומט ער זיכערקייט אז אויב די מענטש וואס באקומט די טובה פון אים געבט אים די הרגשה אז אהן דיר ווי וואלט איך זיך געקענט א עצה געבן, ווי אויך וועט דער זעקסער זיין פארנומען זיך צוזארגן פאר "זיין" זאך, צו פאר זיין משפחה, פאר זיין פארטיי, פאר זיינע חברים, ער וועט זיך ממש צורייסן פאר זיי, ווייל דאס געבט אים דעם געפיל אז ער איז א "עכטע" זאך, ווייל אז "זיין" זאך איז מצליח איז ער אטוימאטיש אויך א מוצלח וויבאלד ער איז דאך א חלק פון די זאך, אנדערש ווי דער צווייער וואס וועט טון פאר יעדן אפי' ער האט גארנישט מיט אים ווייל ער באקומט זיין גוטן געפיל מיט דעם אז איינער האט געדארפט צוקומען צו אים און "ער" האט אים געהאלפן,

ער קען אויס זען ווי א דרייער ווען ער וועט נעמען זיין זיכערקייט דורכן זיין סוקסעספול מיט חיצוניות'דיגע זאכן וואס מענטשן קוקן אהן אלס א סוקסעס, און ער וועט אויך וועלן געפעלן פאר מענטשן,

ער קען אויסקוקן ווי א פירער מיטן זיין פארנומען מיט זיינע געפילן, זיך פילן אליין עלנד, זיין שטארק איבערגענומען, עליות ירידות, פראבלעמען וואס שטערן אים אין זיין לעבן, דעפרעסיע,

און ער קען אויסקוקן ווי א פינעווער ווען ער בויעט זיין זיכערקייט דורכ'ן משפיע זיין פאר אנדערע זיינע מיינונגען אדער ידיעות און מענטשן זאלן עס מקבל זיין פון עהם, און כדי מענטשן זאלן עס מקבל זיין וואס דורך דעם ווייסט ער אז ער איז עפעס, ווייל זעהסט דאך איך האב מסביר געווען דעס און דעס און זיי האבן עס מקבל געווען מוז ער עס צוליב דעם אראפלייגן זייער קלאר אז עס זאל שטימען מיט אלע פרטים וועט ער זיך דארפן אראפ זעצן און עס אויסארבעטן אז עס זאל ארויס קומען קלאר מיטן גאנצן טיפקייט,

ער קען אויסקוקן ווי א זעקסער?????????????????

ער קען אויקוקן ווי א זיבענער ווען ער נעמט זיין זיכערקייט דורך זיין סאושעל און געשמאק מיט זיינע ארומיגע ער וועט אייביג זיכן צו האבן ווערטלעך כדי אז מענטשן זאלן הנאה האבן פון אים

ער קען אויסקוקן ווי א אכטער ווען וועט נעמען זיין זיכערקייט דורכן אוועק שטויסן יעדע זאך וואס מאכט אים פילן אז ער איז נישט אקעי ער וועט קענען פארשעמען אנדערע אדער בארעדן אנדערע אוועק מאכן אנדערע פאר גארנישט און פאר נישט ווייל ער מיינט אז אויב מאכט ער אוועק אנדערע בלייבט ער דאך איבער דער איינציגסטער גערעכטער מענטש נא! איז ער דאך גוט,
אדער ווען ער וועט אנפירן סיי וואס קען ער עס פירן ביד חזקה צו ווייזן אז ער איז דער פירער,

ער קען אויסקוקן וויא ניינער נאכן ארבעטן שווער צו באקומען דעם געפיל אז ער איז עפעס א יש און ס'איז אים נישט געלונגען (רוב מאל געלונגט עס נישט) וואס געשעהט? ער בלייבט אומזיכער, ממילא
ווערט ער פאלוירן און מיואש ער ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טון לאזט ער נאך פון אלעם, מחמת גרויס יאוש לייגט ער אריין זיין קאפ אין זאמד,

יא! ער קען טאקע אויסקוקן ווי אלע נומערס אבער די חילוק איז אין די פארוואס מען טוט עס!!
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:א זעקסער קען ארויס קומען אין די אויגן פון מענטשן אזוי ווי אלע נומערס ווי פאלגענד:

בעזרת השי"ת
ער קען אויס קוקן אזוי ווי דעם איינזער מיט דעם אז ער וועט נעמען זיין זיכערקייט דורך טון דאס וואס מען דארף, ער וועט זיך מאכן א שטרענגן סדר היום, אלעס צו פארדעקן זיין פילינג פון זיין מסופק אויב ער איז אויף די ריכטיגע טרעקס.

זעקסער מיט א פינעווער פליגעל קענען אויסקוקן אויבערפלעכליך ווי איינזער, אבער זענען נישט איינזערס. ער וועט נעמען זיין זיכערקייט דורך טון וואס ער האט ענדליך באשלאסן אז דאס איז וואס מ'דארף טון כדי זיין געפיל פון אומזיכערקייט זאל זיך איינשטילן. ווייל זעקסער קענען נישט אליין באשליסן וואס מ'דארף טון, און איך רעד ביחס צו אנדערע טייפס. און איך רעד נישט פון די גאר געזונטע זעקסער. די שטרענגע סדר היום שטעלט סטרוקטור, וואס א זעקסער דארף האבן, ס'איז א רפואה פאר אים. ער וויל מיט דעם פארדעקן זיין ספק וואס וויל זיך מתגבר זיין אויף אים צו ער איז אויף די ריכטיגע טרעקס, און ווען א מענטש גייט אויף א וועג וואס אנדערע האבן שוין אויסגעטרעטן איז ער למעשה מער פארזיכערט אז ער גייט גוט. אבער גאר אנדערש ווי דער איינזער, קען דער זעקסער נעמען פאר זיך א סדר היום כדי צו האבן זיכערקייט. וואס דאס שענקט למעשה א זעקסערישע ערשיינונג פארן טייפ. און מער ווי דער איינזער, הערשט אויף אים א אנגעצויגנקייט, און א חשד צו יעדן נייעם מהלך. (אן ערליכער יוד אפילו א ניינער און א זיבענער וועט אויך נישט נעמען נייע מהלכים אין יודישקייט משום חדש אסור מן התורה. איך רעד כלל נישט פון דעם.)

דאס דארף צו מאכן דער וואס וויל וויסן צו "איז ער אן איינזער צו א זעקסער", דארף דאס אויסשארפן די חושים. ווייל מ'דארף וויסן, אז איינזערס האבן אינגאצן אן אנדערע ערשיינונג ווי א זעקסער. אפילו אויב דער זעקסער נעמט זיך א שטרענגער סדר היום, איז עס אבער אן אנדערע קוואליטי ווי דער איינזער. א איינזער ציהט נישט צו זיך מענטשן, שטיצערס. און א איינזער קען זיך לעבן אליין משום זיין איגאו אויס. א זעקסער דארף יא שטיצע. אויב איז דער מענטש א זעקסער, זאלסטו נישט האנדלן מיט אים אזוי ווי מ'האנדעלט מיט אן איינזער. זאלסט אים ווייזן קלארע שטיצע. זיי אפן מיט אים. נישט ער זאל דיר דארפן טעסטן הונדערט מאל וואס דיין הארץ טראכט אויף אים. האסט טענות אויף אים, זאג עס. נישט פיר דיך פלוצים אנדערש ווי נעכטן. א זעקסער האט ליב 'קלארקייט'. זיי קלאר מיט אים. טענה דיך נישט מיט אים אז מ'דארף טון אנדערש. צעברעך נישט זיין סטרוקטור. מיט אן איינזער קענסטעך טענה'ן. וועסט אים סייווי נישט איבערצייגן. אבער א זעקסער וועט שרייען אויף דיר.

אזוי אויך קען ער אויסקוקען ווי דעם צווייער מיט דעם אז ער וועט זיין פארנומען זיך אוועק צו געבן פאר אנדערע וואס דורך דעם באקומט ער זיכערקייט אז אויב די מענטש וואס באקומט די טובה פון אים געבט אים די הרגשה אז אהן דיר ווי וואלט איך זיך געקענט א עצה געבן,

און במילא וועט ער בלייבן צוגעבינדן צום זעקסער. און דער זעקסער וועט ווייטער פילן סעיף. און האבן פון וואו צו נעמען זיין שטארקייט.

אויב דו וועסט אויסשארפן דיינע חושים וועסטו מערקן קלאר, אז א זעקסער ערשיינט נישט ווי דער צווייער. אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו זעהן אז ס'הערשט א אנגעצויגנקייט אויפן זעקסער. יא, ער טוט טובות, אבער ס'איז נישט דער צווייער. יא ער שמייכלט, אבער ס'איז מער די מיטארבעטן וואס ער בעהט פון דיר, "העלף מיך" (אדער איך פון אים) און ס'איז נישט די "דשאסט פיל און ווייס, אז איך בין געווען דער וואס האט דיך געמאכט גוט פילן, און שוין, נישט קיין חילוק ווער דו ביסט". ס'איז מער ווי דעם. ער איז 'אחריות'דיג'. אנדערש ווי דער צווייער וואס דו זעהסט נישט אויף זיינע אקסלן דעס גרויס 'אחריות' וואס דער זעקסער טראגט אויף זיך.

ווי אויך וועט דער זעקסער זיין פארנומען זיך צוזארגן פאר "זיין" זאך, צו פאר זיין משפחה, פאר זיין פארטיי, פאר זיינע חברים, ער וועט זיך ממש צורייסן פאר זיי, ווייל דאס געבט אים דעם געפיל אז ער איז א "עכטע" זאך,

ווייל ער וועט צוריק באקומען פון זיי דעם געפיל, דעם שטיצע, וואס מאכט א מענטש פילן זיין "זיך".

ווייל אז "זיין" זאך איז מצליח איז ער אטוימאטיש אויך א מוצלח וויבאלד ער איז דאך א חלק פון די זאך,

משל למה הדבר דומה, צו איינער וואס מאכט זיך א שטארקע בענקל. "מצליח זיין" מיינט דא "באפעסטיגן". אז זיין זאך איז שטארק, וועט ער האבן שטיצע פון דעם זאך.

אנדערש ווי דער צווייער וואס וועט טון פאר יעדן אפי' ער האט גארנישט מיט אים ווייל ער באקומט זיין גוטן געפיל מיט דעם אז איינער האט געדארפט צוקומען צו אים און "ער" האט אים געהאלפן,


ער קען אויס זען ווי א דרייער ווען ער וועט נעמען זיין זיכערקייט דורכן זיין סוקסעספול מיט חיצוניות'דיגע זאכן וואס מענטשן קוקן אהן אלס א סוקסעס,

א זעקסער ערשיינט נישט ווי א דרייער. אויב דו קוקסט מיט אויסגעשארפטע חושים בעזהשי"ת וועסטו מערקן אז ער איז א שטיק 'פנימיות' דער זעקסער, ביחס צום דרייער וואס דו וועסט נאר זעהן אזא שיינע געבוי ארום און ארום. איך רעד נישט צו מ'איז נישט תוכו כברו, איך רעד נישט פון דעם, איך זאג, אז דער כאראקטער ערשיינונג פון א זעקסער, א זעקסער איז נישטא צו אהערשטעלן פון זיך א דרויסנדיגע אימעדש. ס'איז נישט שייך פאר א זעקסער צו זיין א דרייער. ער גייט עס נישט באווייזן. אויב עפעס וועט ער באווייזן זיך 'אינגאנצן' צו באהאלטן. ווי כאילו ס'איז אלעס גוט מיט אים. ער גייט אבער נישט קענען אנטון אויף זיך א געוויסע אימעדש. וואס ער האלט אז יעצט ווילן דעס מענטשן זעהן. ער גייט נישט קענען פאפן. און ער איז נישט אינטערעסירט צו פאפן. ער גייט זיין געטריי פאר ווער ס'איז אים געטריי.
און ער וועט אויך וועלן געפעלן פאר מענטשן,

יא, איינע פון די זאכן פון א זעקסער איז, אז ער וויל ציען צו זיך שטיצע פון מענטשן. אוודאי וויל ער געפעלן. אבער נישט מיט סוקסעס און חיצוניות. א זעקסער דארף די 'פנימיות'. (אויב איינער האלט אנדערש, אדרבה זאגט וויאזוי איר פארשטייט עס.)

ער קען אויסקוקן ווי א פירער מיטן זיין פארנומען מיט זיינע געפילן, זיך פילן אליין עלנד, זיין שטארק איבערגענומען, עליות ירידות, פראבלעמען וואס שטערן אים אין זיין לעבן, דעפרעסיע,

יא, א זעקסער קען פילן עלנד, און אליין, פונקט אזוי ווי דער פירער. און נאך סך מער אליין ווי דער פירער. א פירער האט א געוויסע הנאה פון פילן עלנד און אליין, פון איין זייט עסט ער עס פיין אויף. א זעקסער נישט. א זעקסער פילט די צער, די ווייטאג פון זיין עלנד, און אליין. ס'איז מער א ענגזייעטי-אליין ווייטאג. אזוי ווי א קינד וואס איז אליין און האט מורא, ח"ו. ווייל ער פילט נישט אז איינער איז זיין עכטע חבר. ווייל ס'ספק'ט זיך אים תמידיות'דיג.

א זעקסער ווערט גאר טיף איבערגענומען פון א מצב. ווייל א זעקסער ריאקט. ער פילט און ער ריאקט צו די אייגענע געפילן. ביידע אויפאיינמאל. ס'שטורעמט.

א זעקסער האט זייער אסאך אנטוישונגען אין טאג טעגליכן לעבן. (ווענט זיך וועכע שטאפל, און אין נאך אסאך פאקטארן) א זעקסער איז מסופק צו מ'איז אים געטריי צו נישט. און וואס האט ער געמיינט מיט די תנועה? איז עס געווען ווייל ער וויל מיך אפלאזן? גייט ער ווייטער זיין גוט מיט מיר? גייט ער מיך ווייטער זיין געטריי? זעהסט! כ'האדעך געזאגט אז ער דארף מיך נישט. פארוואס זאגט ער עס מיר נישט אפן? זאג קלאר. "איך דארף דיך נישט, וואלט ער מיך פארשפארט אזויפיל ספיקות" ניין, אבער ער דארף מיך יא, ווייל ער רעדט צו מיר אזוי שיין. אבער וואס האט געמיינט די נעכטיגע תנועה דעמאלטס ביי מנחה? איך מוז אויסגעפינען. וויאזוי קען איך וויסן קלאר, איך האב שוין נישט קיין כח צו דע ספיקות.

א זעקסער גייט אדורך אסאך איבערלעבענישן אין פשוט'ן טאג טעגליכן לעבן. (און עס ווענט זיך פארשטייט זיך וועכע שטאפלן) די ענגזייעטי, מיט די ספיקות אויף זיך און אויף די מענטשהייט, קוקן נישט אויס ווי ס'קען זיך אמאל אויסלעשן. ס'קען דורכגיין אין איין צאמקום מיט מענטשן אזויפיל מחשבות, מיט דמיונות. ווען ער ווייסט נישט, צו מ'וויל אים יא, צו אפשר נישט. א זעקסער פילט זיך ווייניגער ווי ארומיגע. און נאכדעם מער ווי די ארומיגע, אהער און אהין. און די אלע זאכן קענען א מענטש מאכן דעפרעסט.

אבער אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו קלאר זעהן, ווי דער זעקסער איז וואקלדיג. מיט ספיקות. אנדערש ווי דער פירער וואס ערשיינט נישט מיט ספיקות וועגן די מענטשן ארום, נאר מיט ספיקות וועגן ווער ער איז, אבער נישט מער ווי דעם, דער פירער לעבט איינגעזינקען אין זיך. דער פירער האט אויך עליות און ירידות אין זיין גיסטע, אבער נישט אין זיין וועליו סיסטעם. א זעקסער, איינמאל פילט ער אזוי, אז ער האט יענעם ליב, און אז יענער איז א צדיק, און אן ערליכער יוד, א וואוילער, און אז יענער איז יא א געטרייער חבר זיינעם, און יענער איז אזוי גוט, און מארגן פילט ער פונקט פארקערט. ער פילט אז יענער איז אים א שונא, א אומבאליבטער מענטש יענער, א שלעכטער. א צודרייטער. דאס קומט ווייל דער זעקסער ווערט באאיינפלוסט פון געפילן. און נישט פון קאפ. ער פראדשעקט זיינע אייגענע דמיונות אויף יענעם. א טאג וואס ס'גייט גוט פארן זעקסער, איז יעדער זיין חבר, אבער א טאג וואס ער פילט אז ס'ווערט ענג, ס'ווערט אומקלאר, ס'באדרויעט, ווערט יעדער וואס קומט אין זיין געגנווארט, א אומבא'חנ'טער מענטש פון וועם מ'דארף זיך אפטראגן.

און א זעקסער לעבט דאס מיט, יעדן טאג. און ס'איז זייער אינטערעסאנט אין וואספארא דמיונות דער זעקסער לעבט. ווען ער ווייסט נישט קלאר וואו יעדער איז, און ער וואלט זיך געוואונטשן צו קענען ליינען יעדעמ'ס געדאנקען.
און ער קען אויסקוקן ווי א פינעווער ווען ער בויעט זיין זיכערקייט דורכ'ן משפיע זיין פאר אנדערע זיינע מיינונגען אדער ידיעות און מענטשן זאלן עס מקבל זיין פון עהם, און כדי מענטשן זאלן עס מקבל זיין וואס דורך דעם ווייסט ער אז ער איז עפעס, ווייל זעהסט דאך איך האב מסביר געווען דעס און דעס און זיי האבן עס מקבל געווען מוז ער עס צוליב דעם אראפלייגן זייער קלאר אז עס זאל שטימען מיט אלע פרטים וועט ער זיך דארפן אראפ זעצן און עס אויסארבעטן אז עס זאל ארויס קומען קלאר מיטן גאנצן טיפקייט,


א זעקסער וועט קיינמאל נישט ערשיינען ווי א פינעווער, נעווער! זיי קענען ערשיינען ווי א פינעווער פארן אומאויסגעשארפטן אויג. אבער ס'איז דאך אזוי אנדערש. א פינעווער ערשיינט מיט א איינפאכקייט. יא, זיין קאפ ארבעט פעסט, אבער ער זוכט נישט קיין קאנעקשאן, נאר פונקט פארקערט. ער גייט שמייכלן די ווייניגסטע שייך. איך זאג נישט אז ער שמייכלט נישט, איך מיין צו זאגן, אז דער זעקסער געט אזא שמייכל, וואס וועקט אויף די אינערליכע סטרינעס פונעם נפש המקבל. דער פינעווער טוט דעס נישט. דער פינעווער געט אזא טרוקענעם שמייכל. יעדע שטריך, איז דא פון זיי וואס האבן צו טון מיטן maintenance of the ego self און ס'דא וואס האט נישט קיין שייכות צום איגאו. יעדע מענטש קען וועלן משפיע זיין. זעהן ווי איינער איז משפיע זיינע מיינונגען מאכט נאכנישט אויסקוקן ווי קיין זעקסער.

ער קען אויסקוקן ווי א זעקסער?????????????????

ווער זאגט איך בין א זעקסער? און בכלל ווער זאגט אז איך דארף פרעגן צו איך בין א זעקסער? און ווער זאגט אז איך דארף בכלל יעצט שרייבן אז "ווער זאגט". און ווער זאגט טאקע? ווער זאגט? און וואס וועט זיין?

ער קען אויסקוקן ווי א זיבענער ווען ער נעמט זיין זיכערקייט דורך זיין סאושעל און געשמאק מיט זיינע ארומיגע ער וועט אייביג זיכן צו האבן ווערטלעך כדי אז מענטשן זאלן הנאה האבן פון אים

א זעקסער וועט נעווער אויסקוקן ווי א זיבענער, נעווער, ער קען אויסקוקן ווי א איינזער אויב איז ער מיט א פינעווער פליגל, ווי א צווייער אויב איז ער מיט א זיבענער פליגל, אבער נישט זיבן. ווייל א זיבענער איז לייכט, פאזיטיוו, און א זעקסער איז אנגעצויגן. א זיבענער נישט. א זיבענער ווייזט אויף אז די מצב איז פאזיטיוו. א זיבענער איז לייכט.

ער קען אויסקוקן ווי א אכטער ווען וועט נעמען זיין זיכערקייט דורכן אוועק שטויסן יעדע זאך וואס מאכט אים פילן אז ער איז נישט אקעי

בכלל נעמט א זעקסער זיין זיכערקייט פון אפלאזן די עצם זאך וואס געט אים זיכערקייט. א זעקסער זאגט נישט "איך גיי מיך באהעפטן אין די זאך וואס געט מיר זיכערקייט, און איך גיי אלעמאל זיין באהאפטן און שוין", אזוי ווי דער ניינער. ניין. א זעקסער זאגט "געב מיך זיכערקייט אבער איך וויל נאכדעם אליין" אבער פארשטייט זיך אז דער זעקסער פילט נישט אז ער קען אליין. ווייל ער האט געוואלט נעמען זיין זיכערקייט פון יענעם. אבער די רגע ער לאט יענעם אפ, פארלירט ער די זיכערקייט. אזוי גייט עס אהער און אהין.

ער וועט קענען פארשעמען אנדערע אדער בארעדן אנדערע אוועק מאכן אנדערע פאר גארנישט און פאר נישט ווייל ער מיינט אז אויב מאכט ער אוועק אנדערע בלייבט ער דאך איבער דער איינציגסטער גערעכטער מענטש נא! איז ער דאך גוט,

א זעקסער מאכט אוועק אנדערע, ווייל ער פארטראגט נישט מער די אנגעהאנגענקייט. ער וויל אליין. האסט שוין אמאל געזעהן א קינד וואס וויל אליין? איז דער וועם ער בארעדט און מאכט אוועק, זיצט אויפן קאפ פונעם זעקסער אלץ א סעקיוריטי געבער. און דער זעקסער וויל אליין, מוז ער בארעדן, ווערט יענער אפגעקערט פון זיין מיינד. און דא פארוואס מ'רעדט אויף ערליכע יודן, ווייל דער ערליכער איז דאך מחייב דעם פסיכיק, אז איך רעד אויף יענעם, שוין, אראפ.
אדער ווען ער וועט אנפירן סיי וואס קען ער עס פירן ביד חזקה צו ווייזן אז ער איז דער פירער,

דאס קומט פון וועלן זיין אליין. "איך דארף נישט אנקומען צו קיינעם, איך קען אליין, איך פרעג נישט קיינעם, קיינער זאל מיך נישט איינטיילן" ווייל דער זעקסער פילט ווי איינער טיילט אים איין.

ער קען אויסקוקן וויא ניינער נאכן ארבעטן שווער צו באקומען דעם געפיל אז ער איז עפעס א יש און ס'איז אים נישט געלונגען (רוב מאל געלונגט עס נישט) וואס געשעהט? ער בלייבט אומזיכער, ממילא ווערט ער פאלוירן און מיואש ער ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טון לאזט ער נאך פון אלעם, מחמת גרויס יאוש לייגט ער אריין זיין קאפ אין זאמד,

יא! ער קען טאקע אויסקוקן ווי אלע נומערס אבער די חילוק איז אין די פארוואס מען טוט עס!!

א זעקסער קען אויסקוקן ווי ניין, אבער ער איז נישט ניין. ווייל אויב איין זאך גייט נישט ווי געפלאנט, וואס געשעהט?

והוא רחום יכפר וכו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”