היסטאריע: מעסטערמיינד אויפן קאווער פון טיים מאגאזין

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

היסטאריע: מעסטערמיינד אויפן קאווער פון טיים מאגאזין

תגובהדורך מעסטערמיינד » מוצ"ש דעצמבער 30, 2006 8:37 pm

פרייטיג נאכמיטאג איז מיר אויס געקומען צו זיין אין א גויאישע געשעפט, אזוי דורכגייענדיג דער מאגאזין אייעל, האט מיין אויג אויפגעכאפט עפעס וואס האט מיך אפגעשטעלט אין מיינע טריט, צוגייענדיג נענטער זעה איך אז עס איז דער באוואוסטער טיים מאגאזין און אויפן ערשטע זייט שטייט נישט מער און נישט ווייניגער "דער פערזאן פון יאר" און א בילד פון מעסטערמיינד, כ'האב געמיינט אז איך שרעק זיך אויס באותו מקום ובאותו זמן, אזוי מיט די שיינע געדרייטע פאות און מיט די פולע בארדעניו, כ'האב געטראכט אפשר זעה איך נישט גוט, הייב איך אויף א צווייטע זעה איך די זעלבע זאך, און אזוי מיט'ן דריטען און פערטען אא"וו, רבונו של עולם וואס גייט דא פאר ווען האבן זיי געכאפט דאס בילד, ווער האט עס געכאפט, זיי האבן זיך ניאמאל פארבינדען מיט מיר,

ליינענדיג ווייטער שרייבען זיי בערך אזוי דער פערזאן פונעם יארע טו טאזענט ענד סיקס איז ניט קיין צווייטער ווי דו, יא טאקע דו, באשעפער אין הימל וואס ווילן זיי פון מיר,

נאך מער באמערק איך, ס'איז א מאווינג פיקטשער, אז איך דריי מיך דריי זיך עס מיט, כ'האב נאך אזא טעכנעלאגיע נישט געזעהן.

וויל איך דערמיט מעלדען אז איך נעם אן קנגרטיולעשענס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש דעצמבער 30, 2006 8:50 pm

בילד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 30, 2006 10:06 pm

ניבא ולא ידע מאי ניבא, די טיים מאגאזין חברה האבן אפשר נישט געוואוסט אז אונזער היימישער מעסטערמיינד וועט זיך שטעלן אקעגן דעם באשפיגלטן מאגאזין, אבער זייער ציהל איז טאקע אט דאס געווען, צו קרוינען אים און זיינסגלייכן - די פיאנירן פונעם אינטערנעט - אלץ דעם פערזאן פונעם יאר. ודי למבין.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג דעצמבער 31, 2006 12:44 pm

אזא נערישע דזשאק האט די וועלט שוין נישט געהערט יארן

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג דעצמבער 31, 2006 3:08 pm

בלאטני רעביט האט געשריבן:אזא נערישע דזשאק האט די וועלט שוין נישט געהערט יארן

פון וואס רעדסטו?

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג דעצמבער 31, 2006 3:17 pm

איך רעד פון סיריאל מילעך

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 01, 2007 11:01 am

נאך איינער פון אונזערע חשוב'ע מעמבערס, באשריבן אין איינע פון די גרעסטע צייטונגען אין אמעריקע, קאנאדא און מעקסיקא.
צוגעלייגטע
pic00.jpg
pic00.jpg (39.14 KiB) געזעהן 2746 מאל
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג ינואר 01, 2007 11:04 am

חחחחחחחחחחחח מאשקע דאס איז מעכככככככככככככככככככככטיג.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 01, 2007 11:05 am

ליסען, אזוי קוקט מען אויס אז מ'האט וואס צו טון מיט די צייט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג ינואר 01, 2007 12:51 pm

באני כ'וואלט זיך אפילו נישט באצויגן צו דיין תגובה, אבער היות אין מקוה האמיר פונקט גערעדט בנושא וועליך אייך זאגן, יאך בין בדעה אז אין דעם שטיקל מאגאזין, ליגט גאר א טיפע געדאנק, מענטשן אמאל, אפילו די גוים, זענען געווען נארמאל, א קלוגער מענטש האט געזאגט א דעה, א משוגענער איז געווען שטיל, היינט וואס ווער ווען? יעדער בהמה (בהמה, כ'מיין נישט דיר) יעדער פון וועמען אין מקוה וואלסטו אפגעמאכט זיין דעה מיט א מאך פון די האנט, ער קומט אויפן אינטערנעט אן א נאמען, און דו אין מקוה ביסטו איהם נאך מסביר וואס ער האט געשריבן.

כ'מיין די וועלט איז שוין נישט אויף די נארמאלע רעלסן.

דאס איז בקיצור דער געדאנק, הגם ס'העט ווען נישט געפאסט פאר די טיימ'ס זאלן דאס ארויסברענגן, דאס וואלט ווען א גוי'איש קאפ נישט געטארט אויפמערקן, אבער מסתמא קומט עס פון א אידיש קאפ אזוי האף איך עכ"פ.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 01, 2007 7:57 pm

אין דעם לאנגן טיימס עדיטאריעל ווערט אראפגעשטעלט בערך אזוי .

און מען רעדט פון די אינטערנעטס וועלט טאקע.
נאר מיט א מער גויאישן אינהאלט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג ינואר 02, 2007 10:56 am

ברוך שכיוונתי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 11:36 pm

מיט א ניכטערן/ניתל'ישן בליק;

איז עפעס היי יאר צושטאנד געקומען דער YOU TUBE פענאמענאן? פארוואס האט טיים מאגאזין פונקט היי יאר באשלאסן צו קרוינען אונז בלאגער'לעך אלץ פערזאנען פונעם יאר? דאס איז דאך אזוי אלט ווי די אונטערנעט זעלבסט. וועלכע נייעס ארטיקל איז היי יאר עפעס ארויסקומען נאר אדאנק אזעלכע קנ"א אגענטורן?


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט