קרעטשמע אדער קרעטכמע

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

קרעטשמע אדער קרעטכמע

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג דעצמבער 11, 2006 1:43 pm

פון ווען אן איך האב אויפגעהערט צו שיסן אראנדזש'ס אויף מיין ענגלישע טיטשער און זיך פרובירט צו לערנען אביסל די שפראך, האב איך געוואוסט אז א גוי האט א קליינער פראבלעם מיטן אות שי"ן, און א גרעסערערע כמעט קאטעסטראפע מיטן אות חי"ת.

אבער ווי אונז אידן ווייסן שוין, ווי זאגט דאס פאלק-ווערטל ווי תורה דארט חכמה האט מען גענומען דעם SH און געמאכט פארן שי"ן, און CH האט מען געקרוינט פארן אות חי"ת.

משום מעשה שהי', קוק איך נעכטן אינטן פונעם בלעטל און איך זעה אז אונזער זייטל רופט זיך אין די ענגלישע שפראכע היימישע קרעטכמע
www.heimishekretchme.com

מיינט דאס אז ווער ס'האט געמאכט אונזער וועב-זייטל האלט נאך אינמיטן פארפירן ביי ענגליש?

אדער קען עס מיינען טאקע פשוטו כמשמעו, וואס פארשטייט א גוי צו א קרעטשמע..



נ.ב. דאס איז דער תוכן וואס איך האב פארלוירן, אויף וואס איך האב געצארנט אויף א צווייטן פלאץ, קוקט אויס אז דער וואס האט אויפגעשטעלט האט עפעס זכות אבות, אז ער איז דא ארויס מיט גאנצע ביינער..

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג דעצמבער 11, 2006 1:46 pm

יגר;

יוי ביזטו גוט.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג דעצמבער 11, 2006 1:48 pm

די האסט אליין געענטפערט אז און ענגליש איז נישט דא קיין "ש"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 11, 2006 7:57 pm

יגר'ל;

מען מעג עכט נישט הנאה האבן פון א צווייטן'ס דורכפאל (בנפול ... אל תשמח), אבער נאכן אפליינען דיין תגובה, האב איך האלבוועגס למפרע הנאה אז דער אשכול האט זיך בעוה"ר פארמעקט.

דזשאסט קידינג


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט