איך האב נישט קיין נערווען צו גארנישט.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעזי

איך האב נישט קיין נערווען צו גארנישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

אט איז די סיטואציע: איך האב נישט קיין נערווען יעצט צו קיין זאך אויף דער וועלט. איך זוץ אויפן אינטערנעט און איך בין טויט איינזאם און ליידיג. איך האב נישט קיין נערווען צום אינטערנעט. איך האב נישט יעצט קיין אפעטיט צו גארנישט. איך שפיר נישט קיין שום חשק צו סיי וואס. איך פיל א געדיכטע פוסטע וואלקען פילט אן מיין גאנצער וועזן. איך ווייס נישט וואס איז דא געשען מיט מיר. אפשר קען איינער מיר ארויסהעלפן? איך מיין אז עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך האב נישט קיין נערווען צו גארנישט, אבער אויף אזא מדרגה ווי איצט בין איך קיינמאל נישט צוגעקומען. איך שפיר נישט כחרס הנשבר, נישט ווי א פליענדער נבל, און אויך נישט ווי אן פארבייגייענדע טרוים. גארנישט. פראסט און איינפאך: גארנישט. דערגרייכען צו אזא פולקאמער ערגענצליכען גארניקס איז עפעס נישט אזוי איינפאך ווי איהר מיינט... איך שפיר ווי מיינע תאוות זענען געגאנגען א טבילה כאפן אינעם פייערדיגען דינור טייכל. מיינע רצונות זענען געגאנגען שלאפן זייער לאנגער ווינטער שלאף, און איך בין געבליבען דא אליין אויפן ליידיגען וואוסטען אינזעל וועלכע איז לעהר פון סיי וואספארא עמאציאנאלער פארב.

ווי גיבט מען זיך אן עצה?
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

אינטרעסאנט, (איך האב נאכנישט געליינט די גאנצע, אבער ביים ערשטע שורה איז מיר געווען א וואונדער.

ווי אזוי קען מען זיצן אויפן אינטערנעט?
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

דהיינו?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

סאיז גארנישט גיי שלאפען מארגען וועסטו זיין א אנדערע מענטש
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אז די ווילסט קענסטו מיר געבן א קאל, איך וועל טרייען דיר צו העלפן.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

3x0
לייג דיין נאמבער = קען זיין אז דיין נאמבער שטייט אין די צייטונגען יעדע וואך אינטער קעפל דאגה בלב איש ישחנה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

נישט אויפן טעלעפאון, אויף גוגעל.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

ששששששששששש......... רבותי, איך שלאף שוין. ביטע נישט מאכן קיין גערודער.

א דאנק.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מ'האט דא געשמועסט - דאכט זיך - אז גזל שינה גייט נישט אן אויב מ'שלאפט נאכנישט, שטימט?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מרעד שטיל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

האלו געב מיר נאר דיין סאשעל און אקאונט נומער אין אישית.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

קרעזי,

איך טראכט אז אפשר ביסטו גאר אין עולם התוהו, ה"י.

טשעקיראוט.
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

אז מען האט נישט וואס צו טון, עפענט מען א פרישע ניק, און מען שרייבט פון דאס ניי, טריי איט
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דו האסט נישט קיין "נערווען" צו גארנישט?
קענסט מיר אפשר ערקלערן וואס דאס מיינט "נערווען"? אז דו האסט דעם מאטריאל צו גארנישט.
אה... כ'טראכט עפשער מיינסטע, דו האסט נישט קיין "געדולד" צו גארנישט...
נו, וואס איז דאס "געדולד", אז דו האסט נישט דעם מאטריאל אויך נישט אויף צו גארנישט?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

און גארנישט, ווייסטו יא וואס דאס מיינט?
איך וועל אים אביסל ארויס העלפן, ווייל אזא זאך קען פאסירן ביי אסאך מענטשן, נאר נישט יעדער האט עס פארוועם צו דערציילן, און געווענליך אין אזא צייט איז עס ערגער, ווייל אין די מינוט נאכן ארויס געבן דעם פראבלעם פילט מען זיך אסאך בעסער געווענליך, יעצט צום ענין, נערווען איז א זאך וואס מ'דארף האבן צו יעדע זאך וואס דארף ווערן געטוהן, אז די דאזיגע תגובה זאל געשריבן ווערן דארף איך הער האבן נערווען, אז די אויבערשטע תגובה זאל געשריבן ווערן, דארף זארעכפעפער האבן נערווען, און ווען איינער פילט אז ער האט נישט קיין נערווען צו גארנישט, מיינט דאס אז ער איז אריין געפאלן אין א שטיקל מרה שחורה, און ער האט נישט יעצט קיין חשק, צו גארנישט, נישט צו קיין מצוות און אויך נישט צו קיין עבירות, פארשטייט זיך אזעלעכע וואס מ'דארף טוהן א פעולה דערצו, ווייטער געדולד, מיינט אז ער וויל עפעס זאל געטוהן ווערן אבער ער האט נישט יעצט קיין געדולד דערצו, למשל איך הער וויל שוין עטליכע טעג צו לייגן א שטיקל פארזעצונג צו די מעשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, אבער ער האט נאך דערווייל נישט געהאט קיין געדולד דערצו, דו קענסט נישט זאגן אז ער האט נישט קיין נערווען צו שרייבן, ווייל געב נאר א קוק וויפיל תגובות ער האט געשריבן אין די לעצטע פאר טעג, אבער נאך אלץ צו שרייבן די פארזעצונג האט ער נישט קיין געדולד, איך האף אז אצינד וועסטו עס שוין בעסער פארשטיין און אנשטאט צו חוזק מאכן פון א צובראכענעם קרעזי מענטש, זאלסטו אים ענדערש ארויס העלפן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

הייסט אזוי איז דיין פשעטל. אויב א מענטש איז אין מצב פון "שב ואל תעשה", דהיינו, ער האלט ביי גארניקס, דאן איז דער 'שם המושאל' געדולד = ער האט קיינע געדולד.

ווידעראום, אויב א מענטש איז אין א מצב פון "קום ועשה", דהיינו, איז ער איז נישט דערביי ביים טוהן די און די פעולה, דאן איז דער 'שם המושאל' נערווען = ער האט קיינע נערווען.

פארשטיי איך גוט? גאנץ א שיין פשעטלע!
אבער ביטע, דער מקור צו דיין חידוש?
ועוד, וואס עפעס האט מען געבארגט פונקט די צוויי שמות נרדפים, צו די דאזיגע צוויי סיטואציעס?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער הייליגער זיידע דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק שרייבט אין זיין צעטיל,

אז אפילו א מענטש איז א יושב ובטל בחדרו קען ער מקיים זיין די גרויסע מצוה פון

ונקדשתי בתוך בני ישראל.

מען קען טראכטן כאלו עומד לפניו אש גדול ונורא שבוער עד לב השמים

און מען טאנצט דערין אריין פאר גרויס אהבה און קדושה פאר השם יתברך

לקדש את שמו המיוחד, גלייכצייטיג ביסטו מעורר דיין לב פון די גדלות

און רוממות אלקותו יתברך, און ווי נישטיג ביסטו אנטקעגן אים.

דערמיט האסטו מקיים געווען במחשבה די מצות עשה של ונקדשתי

ומחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה.


קרעזע קרעזי גלו !

זיי נישט געפאלן ביי דיר, אט די מצבים מאכן זיך ביי די שענסטע משפחות.

עס איז קורצער איבערגאנג וואס דער מענטש מאכט פאר זיך א באהאלטענע

(סובקאנשעסלי) חשבון הנפש און דאס רייסט שטיקער.

יעדער מענטש מיט קוואליפיקאציעס, פאדערט זיין מוח 'עפעס מער'

צו קענען ערפילן איר ליידיגקייט און ערזעצן מיט שטאף וואס פיטערט איר,

אויב קריגט זי נישט אירע פארלאנגען למחצה לשליש ולרביע

דאן שיקט זי א מעסעזש פאר אנדערע ארגאנען זיי זאלן נישט פונקציאנערן \

געהעריג, כדי דער מענטש זאל נוצן דעם מוח כאטש אויף דעם זיי צוריקצושטעלן

אויפן פלאץ.


דער נביא זאגט: הוי כל 'צמא' לכו למים! ואין מים אלא תורה.

מלך דויד זאגט: תורת השם תמימה 'משיבת נפש'.

כי ישרים דרכי השם צדיקים ילכו בם !!

אנפילן דעם מוח מיט תורה איז דער בעסטער מיטל פאר דעם מצב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

א גרויסען דאנק פאר אלע פאטראנען וועלכע האבן זיך אזוי העפליך צוגעשטעלט און פארגעשלאגן הילף. זאל דער אויבערשטער אייך באגליקען מיט אלסדינג, און עס זאל אייך קיינמאל קיין זאך ניט פעלן.

ביי די וועי, איך האב עס צוריק באקומען. די נערווען, ווי פארשטענדליך....
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זארעכפעפער האט געשריבן:הייסט אזוי איז דיין פשעטל. אויב א מענטש איז אין מצב פון "שב ואל תעשה", דהיינו, ער האלט ביי גארניקס, דאן איז דער 'שם המושאל' געדולד = ער האט קיינע געדולד.

ווידעראום, אויב א מענטש איז אין א מצב פון "קום ועשה", דהיינו, איז ער איז נישט דערביי ביים טוהן די און די פעולה, דאן איז דער 'שם המושאל' נערווען = ער האט קיינע נערווען.

פארשטיי איך גוט? גאנץ א שיין פשעטלע!
אבער ביטע, דער מקור צו דיין חידוש?
ועוד, וואס עפעס האט מען געבארגט פונקט די צוויי שמות נרדפים, צו די דאזיגע צוויי סיטואציעס?

גראדע האב איך געשריבן פארקערט, און צווייטענס, דער חידוש דארף נישט קיין מקור טראכט גוט אריין אין די ווערטער וואס איך האב געשריבן וועסטו זען אז אויף דעם וועג ווערן גענוצט די אויסדרוקן, און צום ענדע פריי איך מיך צו זען אז דאס וואס איך האב פאראויס געזאגט איז טאקע געשען אז ווי נאר ער האט ארויס געגעבן וואס ס'קוועטשט אים, האט נישט גענומען לאנג און ס'איז אים בעסער געווארן.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

זארעכ דיין ערשטע תגובה האט מיך דערמאנט פון א סעיאינג וואס איך האב אמאל געזעהן,

וואט איז מיינד?
איט דאסענט מעטער.
וואט איז מעטער?
נעווער מיינד.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

פיין, גוט, געוואלדיג!

חחח...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אלץ קינד פלעגן מיר זינגן:
וואס מיינט וואס?
וואס מיינט מיינט?
וואס מיינט וואס מיינט?

און די תירוצים פלעגן זיין ווי פאלגענד:
וואס מיינט וואס!
מיינט מיינט מיינט!
וואס מיינט מיינט וואס מיינט!

פארשטאנען?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויף וועלכע ניגון האסטו עס געזינגען?

לאנדאן בריזש
ליהודים
קידוש לבנה ??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
service
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך service »

יעצט קום איך פון ספרים געשעפט, און איך האב געזעהן א ספר וואס גייט ווי מצה וואסער, מאורעות הזמן, כ'מיין קרעזי אז דו וועסט הנאה האבן דערפון.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

פון וואס איז די רעדע? גיב אונז א שטיקל באגריף פון וואס רעדט זיך דאס.

א דאנק.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”