דער סכסוך

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

ראובן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 9:51 am

דער סכסוך

תגובהדורך ראובן » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 2:23 pm

בעזהשי"ת, בעזר הבורא ברוך הוא, ב' תולדות בשעה 2:24 PM

איך תובע וועל פארלייגן מיין צד

שוין אלאנגע צייט וואס איך פארבארג מיין קאר פאר שמעון בלי שום תשלום גמול. ער האט אן הלכה אין מיינע אויגן ווי א רעכטער שואל, המתחייב באונסין

איך ווייס אז היבשע פאר מאל ווען ער ניצט דעם קאר לאנג-דיסטענס פילט ער עס אן מיט געז בשעת ער געט עס מיר צוריק, אבער דאס טוט ער מנדבת לבו אז איך זאל האבן חשק אים דאס ווייטער צו בארגן

דעם לעצטן חודש, פרשת נח, האט ער געהאט מיין קאר אבער שוין צום לעצטן מאל, ער האט געהאט א עקסידענט! א ווילדע דרייווער האט אריינגעזעצט אין מיין קאר

פאקט: ער שמעון איז אינגאנצן נישט שולדיג אינעם עקסידענט, סיי אויפן פאליס ריפארט און סיי אויף דער אויסזעהן פונעם קאר אנערקען איך אז שמעון איז און דעם נישט שולדיג

שמעון האט מיך תיכף גערופן פארציילן דעם אומאיינגענעמען נייעס, און ער האט באקומען פון מיר רשות צו מאכן דעם פאליס ריפארט

כדרך העולם האט מען דעם קאר געטאויט, מיר האבן ביידע אפגעשמועסט אז שמעון וועט זיין דער וואס וועט זיין פארבינדן מיטן קאר מעקעניק, קער נעמען פונעם באדי-שאפ עס צויאגן זאל זיין גענדיגט ווי שנעלער, און קער נעמען פון די אינשארענס, זען ארויסצובאקומען ווי מער, כדרכו של יהודים, וד"ל.

ווי פארוואונדערט זענען מיר ביידע געבליבן ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט ווי פאלגענד

ס'ווערט דא איינגעטיילט אויף דריי חלקים.

די שאדן וויאזוי די אינשורענס (פונעם ווילדן דרייווער) האט עס געשאצט. שאדן א'

די שאדן וואס ס'איז באמת געווען (א העכערן סכום) שאדן ב'

אן אלטע זעץ וואס וואלט אין מיינע אויגן און און די אויגן פון מיינע נאנטע געקענט געמאלדן ווערן צוזאמען, און מיר וואלטן דאס געקענט באקומען יעצט באצאלט. שאדן ג'

שאדן א', איז $2,525.00
שאדן ב', $1,447.00
שאדן ג', $950.00

סך הכל וויפיל די שפיל קאסט אפ איז $4922.00
באקומען באצאלט $2525.00
געלט וואס איך מוז אליינס אויסלייגן $2397.00

דאס געלט פארלאנג איך פון שמעון.

דאס זענען מיינע טענות

שמעון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 12:56 pm

תגובהדורך שמעון » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 5:07 pm

ב"ה
ב' תולדות אחצ"ה 5 אזייגער

ראשית כל, שאדן ג' האלט איך נישט אפילו ס'קומט אין באטראכט.

און איך גיי מיך אפשטעלן קודם אויף דעם, בי"ד זאל קלאר אזוי באשטעטיגן

ס'איז א שאדן וואס איך בין נישט שולדיג, איך האב נישט געוואוסט וואס ראובן שוועבט אין קאפ אז מען זאל דאס פאררעכטן, ניטאמאל האב איך עס באמערקט עד היום

ער האט מיר קיינמאל נישט געזאגט וועגן דעם זעטץ, יעצט וויל ער אלעס ארויפשיסן אויף מיר, איך האלט ס'איז נישט יושר. פינטל.

איך שפיר אז אונזער סכסוך איז אויף די שאדן ב' ווי ער רופט דאס אן. און פון דעם וועל איך יעצט שרייבן

א) דעם סכום פון 1447.00 –שאדן ב'- איז דער פרייז וויפיל דער באדי שאפ האט געטשארשט. מען קען עס ווען אויך האבן פאר ביליגער, און אויב איך ברויך צו באצאלן וויפיל עס קען ווען נאר קאסטן, וועל איך בעז"ה אריינשיקן צום בי"ד די עסטימעט פון וויפיל עס וואלט אים געקענט קאסטן. ער ראובן וויל ניצן דווקא דעם מעקעניק, אקעי, אבער איך מוז נישט באצלן דעם גאנצן סכום. מען רעדט דא בערך פון דריי פיר הונדערט דולער וואס קען אזוי אראפגיין

ב) איך האב געצאלט במשך די צייט וואס איך פלעג פון אים נעמען די קאר, האב איך אים זייער אסאך מאל געגעבן געלט

איך וועל מיך פרובירן צו דערמאנען, למשל איזי פעס, איך פלעג אים אריינלייגן אין קאר כסדר טשענדז

זומער האט ער מיר געבארגט די קאר כמעט אויף צוויי וואכן, איך האב אים געגעבן 350$, + געז באצאל איך אים אייביג מער וויפיל איך נוץ.

אויב רעד מען דא פון א שאדן פון אזא הויכן סכום, וויל איך האבן רשות אראפצורעכענען די געלטער. עכ"פ אויף וויפיל איך האב רעסיט'ס.

ראובן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 9:51 am

תגובהדורך ראובן » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 5:59 pm

מיין קאנטער טענה. ב' תולדות 6:00PM

שאדן ג
איך האב שאדן געהאט די 950$, געלט וואס איך וואלט געקענט ווען באקומען, נאר אדאנק דעם שואל שמעון.

ווען איך האב אים געזאגט ער זאל קער נעמען פון דעם שאדן "כדרך היהודים", באקומען ווי מער געלט, א געניט אויג פארשטייט וואס מ'קען דא טוהן.

שאדן ב
א. דעם איד וועם איך נוץ פאר אלע מיינע קאר געברויכן, הייסט נישט קיין טייערער, בכלל נישט

און אפילו ער רעכנט מיר אפשר יעצט מער, טוט ער מיר זייער אסאך מאל קלייניגקייטן פאר אומזינסט, מיר זענען באפריינדעט, ס'איז מיר נישט מעגליך יעצט אוועקצוגיין פון אים. פונקט יעצט ווען ער ווייסט שוין פון מיין קאר עקסידענט.

למעשה, די קאר ליגט יעצט ביי אים, איך מוז אים באצאלן דאס געלט וואס ער בעט, איך קען פרובירן אראפצוהאנדלן, אבער אויב ס'גייט נישט און איך מוז מאכן א טשעק פון דעם סכום 1447 מוז דאס מיר שמעון באצאלן אזוי פארשטיי איך.

ב. ער איז גערעכט מיטן זומער, ווען ער דינגט ווען א קאר ווייס איך נישט צו ס'וואלט אים געקאסט ביליגער.

יענע געלט איז געווען בתורת נדבת לבו, עס קען נישט אראפרעכענען אויב איך האב א שאדן.

שמעון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 12:56 pm

תגובהדורך שמעון » דינסטאג נובעמבער 21, 2006 8:45 am

ב"ה ג' תולדות א' דראש חודש כסלו 8:30 am

ראשית שאדען ג'

א. מען קען דאס לויט מיר פארשטייט זיך, נישט ריפען קיין שאדען, ווייל סוף כל סוף האסטי דאך עס נישט שאדען געהאט, עס איז קיינמאל דיין געלט נישט געווען, והא ראי די האסט מיר קיינמאל נישט געזאגט, מאך א קאר עקסידענט מיטען קאר, ווייל איך וויל באקימען אינשורענס, פאר די אלטע קראך, נאר וואס דען די האסט עס נישט מרויח געווען, מילא האסטי נישט קיין טענה אויף די געלט

ב. אמת טאקע אז ווען איך וואלט ווען געוויסט פין די זעץ, וואלט איך עס ווען אריינגעליייגט אינעם פאליס ריפארט, אבער וואס זאל איך טיען אז איך האב דאך פון דעים קיינמאל נישט געוויסט

ג. און ועל כלם, לי יציאה אז איך וואלט ווען געדארפט וויסען דערפין, איז וואס, א שואל איז דאך נאר מחיוב אויף וואס ער טיט, און נישט אויף וואס ער האט נישט געקענט מרויח זיין

שאדען ב'

איך ווייס אויך פון דיין נאנטשאפט צום מעקעניק, אבער איך האלט אז ער וועט קיינמאל נישט חושד זיין, אז די שיקסט מיך, אויב איך וועל גיין צי אים אין רעדען שטרענג, ער וועט אויף דיר נישט האבען קיין שווער הארץ

ראובן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 9:51 am

תגובהדורך ראובן » מיטוואך נובעמבער 22, 2006 10:31 am

מיר בעטן אז בית דין זאל אנהייבן מיט פראגן, מיר ווילן דאס פארטיג

שמעון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 12:56 pm

תגובהדורך שמעון » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2006 10:57 am

יום ה' תולדות

אונז ווארטן שוין אז בי"ד זאל אנהייבן עפעס צו טון, עני פרובלעם ביטע מעלדן אין אישית, יישר

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2006 4:36 pm

מיר טוען אדורך די נושא, מ'לערנט אדורך די הלכות מיט די נושאי כלים, אונז האף מיר ביז אפאר טאג ארויס צוגעבן דעם פסק.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » מיטוואך נובעמבער 29, 2006 7:22 pm

מיר ווילען וויסען נאך אביסעל אינפארמאציע איבער די עקסידענט.

וואו איז שמעון געווען בשעת מעשה, ער האט געהאלטן אינמיטן דרייווען? ער איז געשטאנען אין די זייט?

און בכלל נאך אביסעל דיטעילס איבער די אופן ה'עקסידענט.

שמעון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 12:56 pm

תגובהדורך שמעון » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2006 10:09 am

א גוט מארגן

מיר ביידע ווארטן שוין אויף דעם, אז כבוד הדיין זאל אביסל אויספרעגן.

האפענטליך היינט 1:00 נאכמיטאג וועלן מיר ביידע האבן צוטריט צום קאמפיוטטטער וועט עס זיין א שעת הכושר אונז ביידן אויסצופרעגן, מיר האפן אז כבוד הדיין שליט"א וועט זיך אויך קענען צושטעלן.

בנוגע די לעצטע פראגע

התאחדות האט געשריבן:וואו איז שמעון געווען בשעת מעשה?

און בכלל נאך אביסעל דיטעילס איבער די אופן ה'עקסידענט.


תשובה: אינמיטן דרייווען.

תשובה: דער ווילדער דרייווער האט אריינגעזעצט אינעם קאר קומענדיגן פונעם לינקן לען

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2006 11:47 am

שאלות צו ראובן:

וויאזוי האט אויסגעקוקט דער זעץ אז שמעון זאל כאפן אז ווען דו זאגסט איהם כדרך היהודים אז ער האט געזאלט פארשטיין פון דעם אז ער זאל אויף דעם אויך רעכענען?

און איז שמעון גערעכט אז דו האסט איהם גארנישט מרמז געווען בשעת מעשה אז ער זאל דאס אינזין האבן?

דארפסטו איצט פארעכטן די קליינע זעץ? אדער די קאר קען רואיג ווערן פאראכטן אנדעם?? ?

ווילאנג האלט שוין אן די סדר פון בארגן שלא על מנת לקבל פרס?

וואס הייסט אז דו האסט געגעבן רשות פאר שמעון צו ריפארטן די פאליס ריפארט? איז דאס צוליב די געזעץ? אדער צוליב עפעס אנדערש?

דו האסט געוואוסט וואו שמעון וויל פארן מיט דעם?
אויב יא, איז ער טאקע געווען ערגעצוואו אויפן וועג?

איז דא צווישן אייך עפעס א ביזנעס?
אויב יא, איז די נידון דידן געווען צוליב עפעס א ביזנעס?

===
שאלות צו שמעון:

וואס איז די איזי פעס פון וואס דו רעדסט?

האסטו געגעבן פאר ראובן מער געלט ווי די $350.00 דאלער?

ווען דו האסט געגעבן די געלט פאר ראובן איז דאס געווען א טאטעלי סורפרייז? אדער איז דאס געווען פון פאראויס בידיעת ראובן?

אויף וואס האסטו רעסיטס? און אויף וויפיל געלט?

וויפיל איז די עסטימעיט פון דעם אנדערן מעקעניק? איז דאס נאר פאר די זעץ וואס דו האסט געמאכט, אדער איז אויך נכלל די זעץ וואס די קאר האט געהאט בעפאר, וואס ראובן טענה'ט אז ער האט שאדן געהאט דורך דיר?

ביי די שאילה פון וואס מיר רעדן, האסטו שוין געהאט אריינגעלייגט עפעס געז מער פון וויפיל דיין באנוץ וואלט געברויכט?

ביי די איצטיגע שאילה, האט אפשר ראובן פאר דו האסט גענומען פון איהם די אויטא זיך געוויצלט אדער זיך אנגערופן עפעס וואס זאל משמע זיין אז דו זאלסט איהם אדער אז דו גייסט איהם אנפילן די קאר מיט געז?

ראובן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 9:51 am

תגובהדורך ראובן » זונטאג דעצמבער 03, 2006 11:27 am

שאלה: וויאזוי האט אויסגעקוקט דער זעץ אז שמעון זאל כאפן אז ווען דו זאגסט איהם כדרך היהודים אז ער האט געזאלט פארשטיין פון דעם אז ער זאל אויף דעם אויך רעכענען?
תשובה: איך האב אים געזאגט אפאר מאל אז הלואי גייט מען קענען דא מאכן טאשן געלט, שמעון האט אויך געזאגט און געוואלט דאס זעלבע.
ביי אזא פאל זוכט מען אויס פון אינטער די ערד יעדן וועג וואס נאך מען קען ווייזן פאר די אינשארונס, ולדאבונינו לא די וואס ער האט נישט אלעס געצייגט האב איך נאך באקומען אסאך ווייניגער ווי נארמאל, איך האלט אס דאס איז א ריכטיגע פשיעה.



און איז שמעון גערעכט אז דו האסט איהם גארנישט מרמז געווען בשעת מעשה אז ער זאל דאס אינזין האבן?
תשובה: כהנ"ל, מען האט גערעדט "מען זאל מאכן ווי מער געלט".

דארפסטו איצט פארעכטן די קליינע זעץ? אדער די קאר קען רואיג ווערן פאראכטן אנדעם?? ?
תשובה: עס קען פארראכטן ווען אן די אנדערע גרויסע זעץ, אבער ס'וועט סיי קאסטן מער און סיי וועל איך דארפן זיין אן א קאר אדער געבארגטע קאר במשך די צייט פון פאררעכטן.

ווילאנג האלט שוין אן די סדר פון בארגן שלא על מנת לקבל פרס?
תשובה: בערך אנדעטהאלבן יאר, אבער נישט אפט, נאר פון צייט צו צייט

וואס הייסט אז דו האסט געגעבן רשות פאר שמעון צו ריפארטן די פאליס ריפארט? איז דאס צוליב די געזעץ? אדער צוליב עפעס אנדערש?
תשובה: איך בין זיכער אז דער דיין שליט"א דרייוועט נישט, אבער לאמיך עס זאגן אין איין ווארט, דאס בעסטע פאר א מענטש איז אז אויב ער האט אן עקסידענטזאל דער מזיק באצאלן דאס געלט אויפן פלאץ, דאס באריכטן פאר די פאליציי איז א אפקומעניש, און ס'ווערט דערנאך איבערגעגעבן פאר די אינשורענס קאמפאני, וואס אין רוב פעלער גייט דערנאך ארויף די אינשורננס, דערפאר האט ער געמוזט באקומען רשות ווי אזויצו האנדלן

דו האסט געוואוסט וואו שמעון וויל פארן מיט דעם? יא

אויב יא, איז ער טאקע געווען ערגעצוואו אויפן וועג? יא, אויפן הייוועי

איז דא צווישן אייך עפעס א ביזנעס? נישט כדי חייו, אמאל אמאל

אויב יא, איז די נידון דידן געווען צוליב עפעס א ביזנעס? ניין

שמעון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 12:56 pm

תגובהדורך שמעון » דינסטאג דעצמבער 05, 2006 11:38 am

התאחדות האט געשריבן:1וואס איז די איזי פעס פון וואס דו רעדסט?

2האסטו געגעבן פאר ראובן מער געלט ווי די $350.00 דאלער?

3ווען דו האסט געגעבן די געלט פאר ראובן איז דאס געווען א טאטעלי סורפרייז? אדער איז דאס געווען פון פאראויס בידיעת ראובן?

4אויף וואס האסטו רעסיטס? און אויף וויפיל געלט?

5וויפיל איז די עסטימעיט פון דעם אנדערן מעקעניק? איז דאס נאר פאר די זעץ וואס דו האסט געמאכט, אדער איז אויך נכלל די זעץ וואס די קאר האט געהאט בעפאר, וואס ראובן טענה'ט אז ער האט שאדן געהאט דורך דיר?

6ביי די שאילה פון וואס מיר רעדן, האסטו שוין געהאט אריינגעלייגט עפעס געז מער פון וויפיל דיין באנוץ וואלט געברויכט?

7ביי די איצטיגע שאילה, האט אפשר ראובן פאר דו האסט גענומען פון איהם די אויטא זיך געוויצלט אדער זיך אנגערופן עפעס וואס זאל משמע זיין אז דו זאלסט איהם אדער אז דו גייסט איהם אנפילן די קאר מיט געז?


1. ראובן האט אין זיין קאר אן איזי-פעס, ווען איך פלעג דרייווען זיין קאר פלעג איך איבערלאזן אינעם אש-טרעי די פרייז פון די TOLL, וואס מען צאלט ווען מען באצאלט מיט קעש, אפילו איך האב געוויסט אז ראובן צאלט ווייניגער ווי באלד ער האט איזי פעס

2. דאמאלטס אין די זומער נישט, אבער אזוי ווי אויבן דערמאנט האב איך אבער טייל מאל ביים צאלן טאלל יא באצאלט מער וויפיל ראובן האט מיר אויסגעלייגט מיטן איזי פעס, וואו אויך געז פלעג איך געווענדיך אנפילן ביז אויבן אפי' עס איז נישט געווען אינגאנצן פיל בשעת איך האב עס אויפגעפיקט

3 ער האט קיינמאל נישט געבעטן קיין געלט טובות האט ער יא אפאר מאל געבעטן, למשל איך זאל שוין אינאיינוועגס אויפפיקן זאכן, ער פלעגט זיך באקלאגן ווען די געז איז געווען הויעך אבער לשבחו דארף איך זאגן ער האט עס אלעמאל געגעבן מיט א שמייכל למשל ער האט מיר געקענט אפאר מאל זאגן איך האב געקויפט א נייע סידי אין קאר, דו וועסט הנאה האבן א.א.ווו.

4 איך וועל נישט מטריח זיין בי"ד מיט דעם פרט, ווייל עס מאכט די די"ת שווערער, עס איז קליינע סכומים, איך בין מוותר דערויף.

5נאר פאר די זעץ וואס איך האב געמאכט. משטיינס געזאגט פאר די אלטע זעץ האלט איך אפי' נישט אז עס קומט זיך, נאר אויב מען וועט אזוי באשליסן אז איך דארף צאלן די אלטע קראך אויך נאר דעמאלטס וועל איך אפי' פרעגן וויפיל עס וועט אויסקומען

6 ניין איך האב נאכנישט געהאט אריינגעלייגט גארנישט קיין געז

7נישט וואס איך געדענק

אנטשולדיגט פארן ענטפערן שפעט, ראובן איז מיר פאר די זאך מוחל

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 3:17 pm

שאלות צו ראובן און צו שמעון (ביידע זאלן עקסטער ענפערן אויף ביידע שאלות) - סעריע 2:

א) שמעון האט בכלל געוואוסט פון דעם זעץ אויף וואס ראובן טענה'ט אז ער האט געהאט שאדן באלד טויזנט דאלער?

ב) האט עמיציר פון אייך הערות אויף די ריכטיגקייט פון דעם אנדערנס תשובות, דאס מיינט צו פרעגן, האלט איינער פון אייך אז איינער פאפט דא מיט די אויבנדערמאנטע ענפערס אויף די שאלות וואס יאך האב געפרעגט?
לעצט פאראכטן דורך התאחדות אום דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 3:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 3:17 pm

שאלות צו ראובן - סעריע 2:

א) סעריע 1 תשובה א': שרייבסטו: איך האב אים געזאגט אפאר מאל אז הלואי גייט מען קענען דא מאכן טאשן געלט ע"כ. ווען איז דאס געווען? די פאליס ריפארט איז דאך געווען בשעת מעשה, און ווען האט מען אזויפיל געשמועסט איבער די נושא אז דו האסט איהם געזאגט און ער האט דיר געזאגט?

ב) סעריע 1 תשובה ב': ביטע ענפערן א תשובה פון יא אדער ניין.

ג) סעריע 1 תשובה ג': יאך האב געפרעגט צו די קאר קען פאראכטן ווערן אן דעם וואס מ'זאל פארעכטן די זעץ פון שאדן ג', וואס האט איר גענפערט אויף דעם? יא אדער ניין?

ד) סעריע 1 תשובה ג': שרייבט איר בזה"ל: אבער ס'וועט סיי קאסטן מער און סיי וועל איך דארפן זיין אן א קאר אדער געבארגטע קאר במשך די צייט פון פאררעכטן.ע"כ. וואס איז פשט פון די ווערטער? האט דאס עפעס צו טוהן צו מיין שאלה? אדער איז דאס א פרישע טענה?

ה) סעריע 1 תשובה ג': אויב איז דאס א פרישע טענה, וואס באדייטן די ווערטער: ס'וועט סיי קאסטן מער ווען וועט דאס קאסטן מער? אויב פארעכט מען נישט דעם קליינעם זעץ? אדער עפעס אנדערש? די גאנצע תשובה ג' אין סעריע 1 איז א מיסטעריע פאר'ן בית דין.

ו) סעריע 1 תשובה ז': כ'וויל אביסל קלארער שטעלן די ווערטער פון די שאלה, (קען זיין אז דו האסט עס פארשטאנען, אבער לויט די תשובה שטעלט זיך פאר בית דין א ספק בדבר) איז די הייוועי וואו די עקסידענט איז געשעהן איז דאס געווען אויף די וועג וואו דו ראובן האט געוואוסט אז שמעון גייט/קעו דארט דורכפארן? יא אדער ניין.
לעצט פאראכטן דורך התאחדות אום דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 3:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 3:18 pm

שאלות צו שמעון - סעריע 2:
א) סעריע 1 תשובה ג': ביי די שאילה פון וואס מיר רעדן איצט האט ער דיר אויך געבעטן עפעס א טובה?

ב) סעריע 1 תשובה 5: איר האט נישט גענפערט וויפיל איז דער עסטימעיט געווען? פאר וויפיל געלט איז עס געשאצט געווארן?

ג) די מעשה פון די עקסידענט איז זעהר פארנעפלט פאר'ן בית דין, אפשר ווילט איר באשרייבן די מעשה פון אנפאנג ביזן סוף, מיט מער דיטאלן, וועלכע חלק פון די קאר איז געשעדיגט געווארן? וכו' וכו'.

ראובן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 9:51 am

תגובהדורך ראובן » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 6:42 pm

שאלות צו ראובן און צו שמעון (ביידע זאלן עקסטער ענפערן אויף ביידע שאלות) - סעריע 2:

א) שמעון האט בכלל געוואוסט פון דעם זעץ אויף וואס ראובן טענה'ט אז ער האט געהאט שאדן באלד טויזנט דאלער?
איך האלט אז ער האט עס געזען אבער נישט דערזען, ד.מ. ס'קען אריינגיין אינעם כלל פון מילתא דלא רמיא עליה דאינש לאו אדעתיה, ער האט מסתמא קיינמאל נישט משים געווען על הלב אז ס'איז דא א זעץ.
מיין טענה דא איז אז ווען ס'איז געקומען די צייט צו מאכן ווי מער געלט, נעמט מען דאס אויך אריין אינעם חשבון, מ'זוכט ארום אלע קריטצן.
דער רואיגער צוגאנג פון שמעון אז ער וועט בעז"ה אלעס קער נעמען האט געמאכט אז איך האב זיך נישט אריינגעלייגט דערין. צו רעדן מיט די אינשארענס חברה.
איך האב אגאנצן צייט געשפירט אז שמעון שפירט זיך זייער שולדיג אויף דעם עקסידענט מיט א געבארגטע קאר.
און דא אזא בראך.


ב) האט עמיציר פון אייך הערות אויף די ריכטיגקייט פון דעם אנדערנס תשובות, דאס מיינט צו פרעגן, האלט איינער פון אייך אז איינער פאפט דא מיט די אויבנדערמאנטע ענפערס אויף די שאלות וואס יאך האב געפרעגט?
אין פינטל, איך מיין אז דאס גאנצער איינפאל אונזערע אז מיר זאלן אריבערקומען אהער צום דיין שליט"א איז נאר געווען ווייל מיר האבן אנערקענט אז מיר קריגן זיך נישט אין פאקטן, נאר אין סברה.
**

שאלות צו ראובן - סעריע 2:

הקדמה; כדאי בי"ד זאל בעסער פארשטיין די קומענדיגע תשובות:
ווען ס'מאכט זיך א שאדן אויף א קאר, נישט קיין חילוק וואס, למשל א בוים איז אראפגעפאלן אויף א קאר, רופט מען אפ דעם אינשורענס, העלוי: מיין קאר איז צוזעצט געווארן פארברענט געווארן וכו', שיקן זיי אראפ א מענטש וואס ער שאצט אפ וויפיל דער שאדן איז, און זיי שיקן א טשעק פון דעם חשבון, צום פלאץ ווי דער ניזק געט איין אז דארט פאררעכט איך דעם שאדן.


א) סעריע 1 תשובה א': שרייבסטו: איך האב אים געזאגט אפאר מאל אז הלואי גייט מען קענען דא מאכן טאשן געלט ע"כ. ווען איז דאס געווען? די פאליס ריפארט איז דאך געווען בשעת מעשה, און ווען האט מען אזויפיל געשמועסט איבער די נושא אז דו האסט איהם געזאגט און ער האט דיר געזאגט?
אויף די פאליס ריפארט האט ער באקומען תיכף רשות (אין אנדערע ווערטער: ער וואלט עס במציאות סיי ווי געמוזט מאכן, ווייל דער מזיק וואלט עס נישט באצאלט אויפן פלאץ).
די שמועס ארום דעם נושא איז געווען אפאר מאל אין די טעג צווישן דעם עקסידענט ביז דער adjuster איז געקומען, וואס ער מעלט איין וויפיל די שאדן איז.
מעשים בכל יום ווען דער שאצער איז דארט צייגט מען אים צו "וואס מ'וויל" און געווענדליך מאכט מען עס.


ב) סעריע 1 תשובה ב': ביטע ענפערן א תשובה פון יא אדער ניין.
ניין און יא, אנטשולדיגט.
ניין, איך געדענק טאקע נישט אז איך זאל אים זאגן קוק אויף די אלטע זעטץ ברחל בתך הקטנה.
אבער אויך יא, אז זעה מ'זאל מאכן דא ווי מער געלט
.

ג) סעריע 1 תשובה ג': יאך האב געפרעגט צו די קאר קען פאראכטן ווערן אן דעם וואס מ'זאל פארעכטן די זעץ פון שאדן ג', וואס האט איר גענפערט אויף דעם? יא אדער ניין?
יא! עס קען פארראכטן ווערן שאדן ב' אנדעם וואס מ'זאל רירן שאדן ג'.

ד) סעריע 1 תשובה ג': שרייבט איר בזה"ל: אבער ס'וועט סיי קאסטן מער און סיי וועל איך דארפן זיין אן א קאר אדער געבארגטע קאר במשך די צייט פון פאררעכטן.ע"כ. וואס איז פשט פון די ווערטער? האט דאס עפעס צו טוהן צו מיין שאלה? אדער איז דאס א פרישע טענה?
בי"ד קען דאס אויסלאזן.
איך האב געמיינט צו זאגן אז ווען מ'פאררעכט א גרעסערער שאדן אויפאמאל קאסט עס ביליגער ווי מ'זאל צוויי עקסטערע מאל דאס פאררעכטן. אין אנדערע ווערטער: "ווען" מ'זאל "ווען" פארראכטן יעצט אויך שאדן ג' קען עס קאסטן $850 שאדן ג פאר זיך כמעט בערך
.

ה) סעריע 1 תשובה ג': אויב איז דאס א פרישע טענה, וואס באדייטן די ווערטער: ס'וועט סיי קאסטן מער ווען וועט דאס קאסטן מער? אויב פארעכט מען נישט דעם קליינעם זעץ? אדער עפעס אנדערש? די גאנצע תשובה ג' אין סעריע 1 איז א מיסטעריע פאר'ן בית דין.
כנ"ל, ס'איז נישט קיין פרישע טענה.

ו) סעריע 1 תשובה ז': כ'וויל אביסל קלארער שטעלן די ווערטער פון די שאלה, (קען זיין אז דו האסט עס פארשטאנען, אבער לויט די תשובה שטעלט זיך פאר בית דין א ספק בדבר) איז די הייוועי וואו די עקסידענט איז געשעהן איז דאס געווען אויף די וועג וואו דו ראובן האט געוואוסט אז שמעון גייט/קעו דארט דורכפארן? יא אדער ניין.
יא

שמעון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 12:56 pm

תגובהדורך שמעון » מיטוואך דעצמבער 13, 2006 10:29 am

שאלות צו ראובן און צו שמעון (ביידע זאלן עקסטער ענפערן אויף ביידע שאלות) - סעריע 2:

1. ניין

2. ניין, איך מיט ראובן קריג מיר זיך און שרייבן ביידע דאס זעלבע, איך קען נישט טרעפן ראובן ביי קיין ליגענט.
אזוי ווי ראובן זאגט. נאר איך האלט ס'איז זייער זייער לעכערליך זיין טענה אויף שאדן ג'. אבסודר
**


שאלות צו שמעון
1. יא

2. $1,100

סאיז דא בילדער פון די קאר פארן פארעכטן, איך שרייב קלאר פארן פארעכטן, און סאיז דא אסאך מעקעניגס, איך וועל מעגליך קענען האבן פאר נאך ביליגער


3. אויפן הייעווע בין איך געווען אויפן מיטלסטן לעין, דער גוי איז געקומען פון אינטער מיר פון די לינקע זייט אין אזוי אריינגעשמיסן אין קאר

וואס איז געשען? דער לינקער שפיץ אין בעיק איז אינגאצן צישאסן, מדארף עס איבערמאכן מיט די לייטסמיט ביידע זייטן שתים שהן ארבע אזוי, און אזוי וי עס האט זיך דער קאר געדרייט האט עס צוזעצט א גרויסע חלק פון די לינקע זייט די בעק סיט אינטערן דרייוער עפענט זיך זייער שווער

דאס איז א תשובה אויף די ווערטער וועלכע חלק פון די קאר איז צושאסן געווערן

די מעשה פון אנהייב ביזן סוף ווייס איך נישט פון ווען בי"ד מיינט

ראובן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 9:51 am

תגובהדורך ראובן » מיטוואך דעצמבער 13, 2006 11:54 am

אויף דעם תשובה:

שאלות צו שמעון - סעריע 2:
א) סעריע 1 תשובה ג': ביי די שאילה פון וואס מיר רעדן איצט האט ער דיר אויך געבעטן עפעס א טובה?
און שמעון האט גענטפערט יא


מוז איך צוגעבן, איך האב גערעדט צו שמעון, און די "טובה" וואס ער האט מיר געטון גייט אזוי.

איך האב אים געבעטן פארדעם, איין שאילה פארדעם אז ווען ער איז אין שטאט זאל ער מיר אויפפיקן א חפץ.
ער האט עס פארגעסן ביים ערשטן מאל גיין, און א האלבע וואך שפעטער ווען ער איז נאכאמאל געווען לעבן דעם פלאץ האט ער עס אויפגעפיקט, און דאס איז געווען ביי דעם עקסידענט.
איך האב אים דאס "נישט" געבעטן מיטן מויל, ביי דעם מאל וואס ער האט עס געהאט דעם עקסידענט.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2006 2:34 pm

שאלות צו שמעון - סעריע 3:

א) סעריע 2 תשובה ב: $1,100.00 איז דאס פאר די גאנצע שאדן פון די קראך וואס איז געשעהן? אדער נאר פון די עקסטערע שאדן וואס ראובן רופט אן שאדן ב', אין אנדערע ווערטער איז דאס נאר א חילוק פון די $1,447.00 וואס דעמאלט קומט אויס א חילוק פון $347.00 אדער אויף די גאנצע שאדן?

שמעון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 12:56 pm

תגובהדורך שמעון » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2006 3:02 pm

פון די 1447$

אויף דעם האב איך געפרעגט און אויף דעם איז די תשובה 1,100



ראובן איז גערעכט מיט די זאך וואס איך האב אויפגעפיקט, ער האט עס געבעטן אפשר צוויי מאל פריער, אבער ער האט עס באקומען ווען ער האט באזוכט דעם צושאסענעם קאר.

ראובן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 9:51 am

תגובהדורך ראובן » פרייטאג דעצמבער 22, 2006 11:03 am

עש"ק פ' מקץ, בדר"ח טבת, ז' דחנוכה תשס"ז לפ"ק

מיר ווארטן אויף א תשובה פון בי"ד.

הצלחה וכט"ס

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » מאנטאג ינואר 01, 2007 1:33 pm

א גוטן אייך, די חנוכה וואך און נאך עטליכע טירדות פון די זייט האט מיר נישט ערלויבט צו טוהן אין דעם ענין.

אזוי ווי יאך זעה אז כעל נישט אנקומען אזוי גיך אפצושרייבן א תשובה באריכות, וועל איך עס מאכן אין קורצן.

איך טוה ווידערהאולן אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן אויף מיין פסק, ס'איז זייער שארף פון איין זייט, סאו וויל איך נישט נעמן די אחריות אויף מיר.

שאדן ג', קומט בכלל נישט אין באטראכט, פון די דין ודברים צווישן אייך קומט אויס אז דאס איז א גרמא דגרמא, און שמעון האט נישט צו דעם קיין שום התחייבות.

שאדן א', באצאלט דאך די אינשורענס גלייך פאר די שאדן, מילא איז דאך נישט דא וואס צו רעדן, און שמעון קען עס נישט בעטן.

שאדן ב', שמעון דארף גארנישט באצאלן פאר ראובן, אין מיינע אויגן האט עס די דין פון מתה מחמת מלאכה, -דער מנחת יצחק זאגט דאס אויך קלאר אין א תשובה- ובפרט ווען דא איז ראובן מודה אז ס'איז נישט געווען קיין שום פשיעה מצד שמעון, אזוי אויך איז דא א שטארקע סברא צו זאגן אז עס איז געווען 'בעליו עמו' ווייל שמעון האט למעשה ביי די איצטיגע שאילה געבראכט פאר ראובן די חפץ.

וה' הטוב יצילני משגיאות.

נאכאמאל ביטע פרעגן סיי וועלכען אנדערן חו"מ דיין.

ראובן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2006 9:51 am

תגובהדורך ראובן » מאנטאג ינואר 01, 2007 5:19 pm

ב"ה

שווער שווער, אבער איך וועל שווערערהייט דאס מקבל זיין.

איך דארף נאר דעם מראה מקום אינעם מנח"י.

החותם
ראובן

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג יוני 25, 2007 10:53 pm

איך ברענג ארויף דעם נארטיקעל וויבאלד איך בין ממש נתפעל וויזוי יודען זענען גרייט זיך מתדיין זיין צווישן היימישע דיינים, עס איז מיר זייער אונטערסאנט צו וויסען די סוף פון די מעשה אויב עס איז דא?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יוני 26, 2007 1:06 am

איך זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן דעם סוף... ס'געווען ביזוי בזיונות...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט