איר קענט איינעם פון קרעטשמע?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איר זענט באקאנט מיט קאלעגע קרעטשמע מיטגלידער?

77
38%
39
19%
52
26%
33
16%
 
סך הכל שטימען: 201

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

וויל איך אויך זיין א מחותן.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
משה עסקן
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה עסקן »

אויפן מינוט קען איך קיינעם נישט, בין דאך נאך א גר דא,
אבער איך קען מיך מיט אסאך שרייבער'ס, וועט לכאורה נישט נעמען צו לאנג איך זאל אנהייבן צו דערגיין א שיינע צאל ניקס.

אבער אני הקטן ווייסט לכאורה קיינער נישט ווער איך בין,
און ס'וועט אויך זיין שווער געוואר צו ווערן צוליב דעם וואס איך האב נישט קיין שרייב-סטייל,
יעדע מאל איז עס אנדערש..
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

משה עסקן האט געשריבן:אויפן מינוט קען איך קיינעם נישט, בין דאך נאך א גר דא,
אבער איך קען מיך מיט אסאך שרייבער'ס, וועט לכאורה נישט נעמען צו לאנג איך זאל אנהייבן צו דערגיין א שיינע צאל ניקס.

אבער אני הקטן ווייסט לכאורה קיינער נישט ווער איך בין,
און ס'וועט אויך זיין שווער געוואר צו ווערן צוליב דעם וואס איך האב נישט קיין שרייב-סטייל,
יעדע מאל איז עס אנדערש..

כ'האף דאס איז נישט דיין אגענדע דא.....
משה עסקן
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה עסקן »

סחס וחלילה, איך זאג פשוט א פאקט אז טאמער וועל איך זיך דרייען דא מער אפט,
נאך אביסל וועל איך אויך קענען שיקן לאנגע ליסטעס וועם איך קען
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

יעך קאן אפאר. מיר קען נאר איינער.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

DotCom האט געשריבן:נאכ'ן שטודירן און אנאליזירן דעם פראבלעם פון גילוי בין איך געקומען צום אויספיר אז דער פראבלעם איז אסאך ווייטער און טיפער ווי געמיינט ביז יעצט, די גאנצע אינפראסטרוקטור פון גילוי איז געבויעט אויף שוואכע יסודות און צומישטע כללים.

דהיינו? נאכן אדורכליינען די אומצאליגע אשכולות וואס באציען זיך צום גילוי פראבלעם, און נאכ'ן אדורכפירן אינטערוויו'ס מיט די גרעסטע מומחים אין דעם פעלד און אויך מיט עטליכע קרבנות וואס מפני כבודם וועל איך זיי נישט דא אויסרעכענען, האב איך איינגעזעהן אז באמת וויל יעדער ניק אז זיין נאמען זאל נתגלה ווערן, נישט נאר דאס ער וועט טהון אלע מינע פעולות כדי צוציען יענעם'ס אטענשאן, געוויסע ניק'ס וועלן אויך באשולדיגן יענעם אין גילוי, אזוי ארום צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו זייער אייגענע ניק, די פראבלעם ווערט נאר, ווען פונקט די מענטשן וואס ער וואלט געהאט חשק צו באקענען מיט זיי, זיי ווערן צום סוף נישט געוואר, און די וואס ער האט נישט געוואלט זיך באקענען דייקא די מענטשן ווערן יא געוואר.

סא, דא פאנגט זיך אן די פראבלעם און ווערט נאר ערגער ווי ווייטער מען טראכט אריין, ניק א' וויל זיך באקענען מיט ניק ב', ער פייניגט ניק ב' אויף פארשידענע וועגן, ניק ב' וויל דייקא נישט קענען ניק א' און כאפט נישט וואס ניק א' וויל פון אים, זעהנדיג אז דאס ארבעט נישט, באשלוסט ניק א' ארויסצולאזן אייגענע אינפארמאציע אויף זיך צוביסלעך, אזוי אז ניק ב' זאל כאפן ווער ער איז, להכעיס וועט אבער ניק ב' נישט כאפן, נאר ניק ג' וואס ניק א' קען אים נישט דערליידן און ווען ער זעהט ניק ג' שרייבן אין א אשכול ווערט די אשכול ביי אים מוקצה מחמת מיאוס, פונקט דער ניק וועט אים דערקענען, און ניק ג' איז זיך פארשטייט זיך מתגלה פאר ניק א', סדאך נישט מער ווי מענטשליך, און צו אלע צרות איז דער ניק ג' א גיטער אויך און ער שדכנ'ט אים אן צו זיין שוואגער ניק ד', דאן ווערט ניק א' געוואר אז דער שכן פון קעגנאיבער, וועמענ'ס קינדער צומזיק'ן אייביג זיין קאר און לייגן די שמוציגע פעמפער'ס פאר די קעץ, און ער דער טאטע דער טיפש כאפט פשוט נישט וואטס ראנג, ווערט ער יעצט געוואר אז דער שכן איז טאקע ניק ד', און דא איז ער שוין זיין בעסט פריענד אין מקוה אויך, ווי ער קומט נאך צוגעבן אביסל היימישע פאנגוס, און ניק ה' ווייקט זיך אינעם דערנעבנדיג בור און הערט אלעס, און דערציילט פאר ניק ב' אז ער ווייסט ווער ניק א' איז אבער ער זאגט אים נישט אויס צוליב תקנות, אבער אויף אזויפיל קען ער אים זאגן אז ער איז אויך גיט מיט ניק ד', .... ניק ב' באשלוסט אז ניק א' איז מסתמא די זעלבע שוטה, און דערווייטערט זיך נאך מער, און אזוי דרייט זיך די גילוי רעדל ווייטער אן קיין שום סענס, אן קיין שום השגחה און ווער ווייסט צו וואס עס קען נאך צוברענגען.

בקיצור, איך האלט אז מ'מוז צוריק אנפאנגען די גאנצע גילוי פון סקרעטש, די יעצטיגע סיסטעם איז אביסל אוטדעיטעד, עלטערע טרעפן זיך מיט אינגע, פיינט מיט פריינט, הויעכע מיט קליינע, דארע מיט גראבע, מאכן גילוי איז נישט קיין גרינגער אונטערנעמונג, עס ליגט א געוואלדיגער חכמה אונטער יעדע ריר, די מנהלים ארבעטן יעצט אויף א נייע פראגראם וואס וועט גרינגער מאכן פאר אלע ניקים, אבער ביזדערווייל זאל מען שטייט ווייט פון יעדע מין התקרבות וואס קען פירן צו גילוי רח"ל.

נכתב ונחתם יום א' דר"ח אדר פה קרעטשמע יע"א.
דאט.קאם

יוא ביסטו גוט
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

גאר גוט, און אמת אויך
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

וואס פשט אויף וואס שטימט מען?
#האלבע ארבעט - נער
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

ווינקל שוין צייט זאלסט אפדעיטן דיין ליסט..
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

נאר איינער קען מיך..
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

גוגל האט געשריבן:ווינקל שוין צייט זאלסט אפדעיטן דיין ליסט..

אקעי.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך מיין אז נאר דריי ניק׳ם קענען מיר.
אבער וויפיל איך קען, ווייס איך נישט ווי אזוי צו זאגן נאכדעם וואס די אנקעטע איז שוין פארשפארט.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך קען קיינעם נישט און איך האף קיינעם נישט צו קענען.

איך מיין אז איינמאל מען ווייסט די אידענטיטי פון א שרייבער ליינט זיך עס אנדערש.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך האב מיר אמאל אפגעשריבען א ליסט פון ארום 10 אירע, צו זיי קענען מיר איך ווייס נישט,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בן נון האט געשריבן:איך קען קיינעם נישט און איך האף קיינעם נישט צו קענען.

אז איינער קען דיר איז א סגולה זיך צו היטען וואס מען שרייבט (א גוטע זאך; עפעס אזוי ווי וועב-חבר).

כ'האב נישט קיין שום אילוזיעס און ווייס אז איין טאג קען זיין וועט יעדער וויסען ווער יעדער איז. אפשר א צווייטע סנאודען, אדער א מעידזאר ליעק אדער העקינג. איז א עצה טובה צו שרייבען נאר וואס מען וועט זיך נישט דארפען שעמען. החכם עיניו בראשו און איז רואה את הנולד וואס קען געשעהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בן נון האט געשריבן:איך מיין אז איינמאל מען ווייסט די אידענטיטי פון א שרייבער ליינט זיך עס אנדערש.

אין א נעגאטיווען סענס אדער אין א פאזיטיווען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

גאר אסאך מאל שרייבט איינער גוט ווייל ער האט א פיינע פענע. אבער אין פערזענדליכען לעבן איז אזא... ווייסעכמיין... ער איז בכלל נישט שולדיג, אבער אזוי איז עס.
יעצט לאמיר זאגן אז איך בין פאר׳כשופ׳ט פאר שפיזמאנ׳ס תגובות (איך בין טאקע) איך ווייס שוין אז ער איז לכאורה גאר א קליגער אינגערמאן, מיט אלע מעלות, און אן א גרעניץ פון טאלאנטן וואס זענען פארשטעקט אין די ניק.
איך בין פרייליך אז איך האב באמערקט א אונטערסאנטע זאך, ער האלט אייביג פינקט ווי מיר,
מסתם׳ע בין איך אויך זייער קלוג, און אויב איין מאל האלט איך נישט ווי אים, מאך איך זיכער צו טוישן ווי שנעלער מיינונג אז עס זאל שטימען מיט שפיזמאן דער סוחר, פיינע נייעס.

ווען ער האט באשרייבט זיינע חיות (אויב איך געדענק גוט) האב איך גלייך געכאפט אז ער פארשטייט צו נאטור, פינקט ווי מיר, אוי איז ער גוט.

ווען איך האב געזען אז ער האט נישט געליינט לכאורה׳ס טאגבוך פון זיין פאלן, וואס איז שוין א אלטע אשכול. האב איך מיר געשוואוירען אז דער שפיזמאן איז עפעס א גרויסער ביזנעסמאן וואס קומט פשוט נישט אן צו אלעס ליינען. בין איך שוין זיכער פרייליך צו זיין אויף זיין זייט, ער איז דאך א עושר.

און ווען איך האב איין מאל באקומען א קאמפלימענט פון אים אין אישי, האב איך די נעקסטע טאג געגעבן תיקון אין מיין מנין אן זאגן פארוואס, אוי איז דאס געווען א שמחה.

אין איין שיינען טאג זענען אלע חלומות צובלאזן געווארן, ווען איינער פון מיינט פריינט טרעפט מיר מיט א שמייכל פון איין אויער צום צווייטן, נישט מער און נישט ווייניגער, נאכן מאכן גרויס ריסערטש, איז ער געוואר געווארן דיניק פונעם נייעס ברענגער אין די מקוה ווי איך גיי, יא אים מיין איך, דער וואס זיצט דארט שעה׳ן, און ביי יעדע מענטש וואס קומט אריין אין מקוה הייבט ער נאכאמאל אן צו פארציילן די מעשה וואס ער האלט אין מיטן פארציילן וואס איך קען שוין אויסעווייניג, קראצנדיג דערביי זיין פיס וואס נאך שעה׳ן קראצן וויינט ער שוין אז מען זאל אים אפלאזן.
נא.... יענקל זאג שוין נא..... גיב א זאג און פארטיג.... מאכסטעך נעריש....קעי ווילסט נישט איז נישט... אפשר דאך.... למעשה האט זיך יענקל מרחם געווען און און זאגט מיר נישט קיין אנדערער ווי..............״שפיזמאן״...... איז אונזער מקוה פיס קראצער׳ס ניק.....

און איך פיל ווי.....

יענקל עפענט אויף אפאר אויגן און שרייט אויס.... אויסי וואס גייט מיט דיר פאר... ביזט אזוי בלאס געווארן...... און איך שפיר ווי איך האלט עס ממש נישט אויס....

פעסט פארווארד אפאר טעג, איך האב מיר שוין צוריק צאמגענומען די כוחות צו ארויפגיין אויפן וועלטל. און ווי נאר איך טרעט אריין זע איך א תגובה פון שפיזמאן... ווער?? דער ראציגער פיס קראצער האט זיך שוין ווייטער אנגעריפן... ווער האט אים געפרעגט... זאל ער זיך צוריקגיין פון ווי ער קומט....איך מאך שוין נישט זיכער צו האלטן ווי אים.... ווען איך האב באקומען א אישי פון אים האב איך עס פארמעקט נאך פארן ליינען...

איי אמאל האט ער געזאגט אזוי גוט... וואס האט דא פאסירט... ער קען שוין נישט שרייבן???
נאר די אמת איז אז ער שרייבט נאך זייער פיין, נאר היינט קען איך שוין נישט די ניק מיט זיין זאפטיגע שריפט, און זיינע מעלות. נאר היינט קען איך דעם שרייבער מיט זיינע חסרונות....

יעצט דאס וואס בן נון האט געשריבן אז עס ליינט זיך אנדערש נאכן וויסן ווער עס שטייט אונטער א ניק איז 100% אמת
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

און ערענסט גערעדט, ווער זאגט אז דו זעהסט דעם אמת פון א מענטש ביי זיינע חסרונות?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דאס איז וואס איך זאג. דער מענטש קען זיין די בעסטע שרייבער מיט די בעסטע טאלאנטן אבער אויב איז ער פאר סאם ריזען נישט אזוי ארויפגעקוקט און בהמ״ד צוליב א נערישע סיבה. ווערן שוין זיינע תגובות אזוי אראפגעקוקט, ווייל.... אה ער... א נעבעך... עס איז נישט גערעכט צו טון אזוי. נישט יעדער וואס גלאנצט אינדערויסען גלאנצט אינעווייניג און די זעלבע איז פארקערט. אבער דאס איז די וועג ווי אזוי מענטשן טראכט און פירן זיך.


איך וויל דא איבערבעטן שפיזמאן... איך האה אים נישט געמיינט. קען זיין אז ער איז אויך אזא מין מענטש אבער נישט וואס איך ווייס....
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

יאפס אויסגערעכנט. נישט געקענט ארויסברענגען בעסער.


עס מוז אבער נישט זיין אזוי נעגעטיוו. עס קען זיין אזא שאק ווען מען מיינט אז איינער איז א הויכער, ברייטער מיט א גרויסע שווארצע צושטרויבעלטע בארד און א דיקע שטימע. נאכדעם ווערט מען געוואויר אז ער איז א כולל אינגערמאן, 4 חדשים פון די חתונה וואס קראצט נאך זיין טינעידש פימפלס...


אויסערדעם איז א thrill צו שרייבן מיט מענטשן אנאנאמעס. סתם באקאנטע האב איך גענוג.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

SPUSMN האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:איך קען קיינעם נישט און איך האף קיינעם נישט צו קענען.

אז איינער קען דיר איז א סגולה זיך צו היטען וואס מען שרייבט (א גוטע זאך; עפעס אזוי ווי וועב-חבר).

כ'האב נישט קיין שום אילוזיעס און ווייס אז איין טאג קען זיין וועט יעדער וויסען ווער יעדער איז. אפשר א צווייטע סנאודען, אדער א מעידזאר ליעק אדער העקינג. איז א עצה טובה צו שרייבען נאר וואס מען וועט זיך נישט דארפען שעמען. החכם עיניו בראשו און איז רואה את הנולד וואס קען געשעהן.

וכן אני נוהג, אזוי האף איך עכ"פ...
פאר קריטיק דריקט דא
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

פארבינדן האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:איך קען קיינעם נישט און איך האף קיינעם נישט צו קענען.

אז איינער קען דיר איז א סגולה זיך צו היטען וואס מען שרייבט (א גוטע זאך; עפעס אזוי ווי וועב-חבר).

כ'האב נישט קיין שום אילוזיעס און ווייס אז איין טאג קען זיין וועט יעדער וויסען ווער יעדער איז. אפשר א צווייטע סנאודען, אדער א מעידזאר ליעק אדער העקינג. איז א עצה טובה צו שרייבען נאר וואס מען וועט זיך נישט דארפען שעמען. החכם עיניו בראשו און איז רואה את הנולד וואס קען געשעהן.

וכן אני נוהג, אזוי האף איך עכ"פ...

איך ניץ א נאמען וואס כמה וכמה רופען מיר ממילא אזוי און דאס איז שוין באלד מיין צווייטער נאמען. (יעצט הייבט אן טראכטן...)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: איר קענט איינעם פון קרעטשמע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ארויף לאור המצב. (אנשטאט צו עפענען א נייע)

--(אפשר נישט ארויפברענגען ווייל דאס איז נאך פון די צייטן ווען מען איז געווען אויפ'ן היימישע קרעטשמע דאמעין און יעצט איז עס מער נישט אקטועל?)
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: איר קענט איינעם פון קרעטשמע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

וועלעכע מצב?
לינק?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: איר קענט איינעם פון קרעטשמע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קאפעלע האט געשריבן:וועלעכע מצב?

א שאלה צו א 'גרויסען' עין הא?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”