בלאט 1 פון 1

ערב ראש השנה אשכול (תשס"ט)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2008 10:55 pm
דורך טהור-עיניים
ערב ראש השנה ת'הא ש'נת ס'אך ט'ובה

טייערע ברודער, מיט א צובראכן און געפאלן הארץ שטעל איך זיך דא אוועק פאר אייער משפט, איין טאג איידער איך שטעל זיך צום משפט פאר'ן גרויסן דיין.

איך בעט אייך אלע זייער, קוקט נישט אויף אלע נישט גוטע זאכן וואס כ'האב געטאן, און קוקט אפילו נישט אויף אלע גוטע זאכן וואס כ'האב געטאן, גיט נאר א קוק אויף דעם ביטערן שווערן יאר וואס איך האב אדורך געמאכט, באטראכט גיט יעדע זאך עקסטער, יעדע פראבלעם, יעדע ווייטאג, יעדע צרה, ווי גרויס אדער קליין ער זאל נאר נישט זיין. זעט וויפיל צער און יסורים עס איז אויף מיר אדורך, און דאך האב איך זיך אנגעשטרענגט און ווען כ'האב געקענט האב איך דא אריינגעסטאפט און געשריבן און געקלאפט און געפירקלט.

אסאך מאל איז עס אפשר געקומען אין צייט וואס כ'וואלט ווען ענדערט געדארפט לערנען אדער טוען אנדערע מער נוצליכע זאכן מיט די טייערע צייט וואס דער רבוש"ע האט מיר געגעבן, אבער, וואס זאל איך זאגן, דאס קאפ איז נישט אויפן פלאץ, דאס מח'ל ארבעט נישט, ער דינט נישט, ער איז אנגעשטרענגט, אונטער אסאך פרעשור, און עס גייט זיך נישט אזוי ווי מ'וויל, כאפט מען זעך אריין אין קרעטשמע. אמאל צו פארטרייבן דאס לאנגווייליגקייט, אמאל נישט צו זיין אליין, און אמאל פשוט ווייל מ'דארף עפעס צו טוען.

אבער הצד השוה, אז פאר סיי וועלכע סיבה מען קומט דא אריין, סוף כל סוף האבן אנדערע אידן הנאה, און מ'ליינט און מ'שרייבט צוריק, אמאל קוועלט מען, אמאל גיט מען א שמייכל, און אמאל האט מען סתם אזוי הנאה. צומאל אפילו דער עצם מציאות אז כ'האב געשריבן עפעס און איינער איז זיך מתייחס צו דעם איז אויך א הנאה.

על כן בעט איך אייך אלע טייערע לייענער און שרייבער. איידער איך טרעט צו צום יום הדין. זייט אלע מיר מוחל בלב שלום (איי וועט איר פרעגן אויף וואס, קודם כל ישראל ערבים, און אויב האב איך געזינדיגט האט דאס אייך אלע געשאדט, און איך לאז פאר אייך צו טרעפן אנדערע תירוצים), אבער איך מיין נישט סתם אזוי גיבן אזאג אדער א טראכט, יא, איך בין מוחל ר' טהור'ל, ניין, איך מיין טאקע אז איר אלע זאלט אריין טראכטן אז אפשר גאר איז דער ר' טהור'ל א גרויסער בעל עבירה, און איז גארנישט אזוי טהור ווי ער שטעלט זיך דא אוועק, און אפשר ווייס איך גארנישט דערפון, אבער ער האט מיר מיאוס אפגעטאן גאנץ לעצטנס, און מיט דעם אלעם בעט איך זיך צו אייך ברחמים, זייט מיר דן לכף זכות.

און נישט נאר דאס, נאר ביום הדין הבא עלינו לטובה, האט מיך אינזינען ביים בורא כל עולמים, לב יודע מרת נפשו, און איך קען נישט דא אלעס ארויסשרייבן אבער איך קען יוזן יעדע ברעקעלע תפילה, און איך בעט אייך האט מיך אינזינען, און זאגט פארן רבונו של עולם: ליבער באשעפער, איך בין מוחל פאר טהור'ל פאר אלעס וואס ער האט געטאן, אפילו אויב עס האט מיר דירעקט געשאדט, און נישט נאר בין איך עם מוחל, נאר איך בעט דיר אפילו זאלסט עם געבן פון אלעם גוטן. נו אויב אזוי'זשע ליבער טאטע זיי אים דו אויך מוחל. פארוויש אלע זיינע חטאים און פארשרייב אים א זיס לעכטיג יאר, א שנה טובה ומתוקה, אבער דוקא מתוקה אויך, ווייל גוט איז דאך אלעמאל, אבער מיר ווילן ס'זאל אים זיין זיס אויך, א יאר פון מנוחה, א יאר פון פרנסה בריוח און הרחבת הדעת און שלות הנפש.

און איך זאג אייך אלע ליבע ברודער בפה מלא, איך וועל דאס זעלבע בעטן פאר אייך אלע, און ווען דער רבוש"ע וועט זען דאס אחדות און דאס ליבשאפט וואס געפונט זאך דא ביינונז, אז אפילו מיר קאנען זיך נישט פערזענליך איינער מיטן צווייטן, דאך האבן מיר זאך אינזינען איינער דעם אנדערן, און מיר זארגן זיך יעדערער אז אלע אנדערע זאלן האבן פון אלעם גוטן, בין איך זיכער אז דער בורא כל עולמים וועט דאס צוזען און אונז אלע אנשרייבן א יאר מלא ברכת ה' מיט אלע ברכות וואס מיר קאנען אפילו אין דמיון זיך נישט אויס'משל'ן, און ס'וועט אונז אלע זיין זיס און לעכטיג, און ס'וועט זיך גיסן ביי אונז דאס שפע ברוחניות ובגשמיות.

און בזכות פון אחדות, און אחדות מיין איך נישט נאר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, נאר טאקע זארגן זיך איינער פאר'ן צווייטן, און באמת ווייטאגן מיט יענעם'ס ווייטאג און זיך פרייען מיט יענעמ'ס פרייד, בין איך זיכער אז מיר וועלכן בקרוב במהרה זוכה זיין צו דעם יום ה' הגדול והנורא בהתגלות כבוד מלכותו לעיני כל בשר, און ס'וועט מקוים ווערן והי' ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד, ס'וועט ה' שלם וכסאו שלם, און מיר וועלן זוכה זיין צום ביאת הגואל, און צום בנין בית הבחירה בב"א.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2008 11:04 pm
דורך איך_הער
נו ווי איז די שופר? די דרשה האמער שוין געהערט.

מוחל מוחל, און זאל דער פון אויבן אונז אלע באגיסן מיט מחילה סליחה וכפרה, און א לעכטיג זיס יאר, א שנת גאולה וישועה, אמן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2008 8:04 am
דורך יאנאש
הכל מחולים לך הכל מותרים לך, זאלסט האבן א גוט געבענטשט יאר מיט אלדאס גוטס.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2008 10:14 am
דורך קרעמער
מותר לך מותר לך מותר לך, וכשם שמתירים בבית דין של קרעטשמע כך יהיו מותרים וכו'.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2008 12:08 pm
דורך אלעקסיי
...כך יהיו מותרים בבית דין של העולם היהודי (אידישע וועלט בלעז)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:28 pm
דורך מאשקע
כ'בין דיר מוחל על תנאי: שרייב אפטער.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2008 1:07 am
דורך טהור-עיניים
איך_הער האט געשריבן:נו ווי איז די שופר? די דרשה האמער שוין געהערט.

מוחל מוחל, און זאל דער פון אויבן אונז אלע באגיסן מיט מחילה סליחה וכפרה, און א לעכטיג זיס יאר, א שנת גאולה וישועה, אמן.[/quote

כ'ווייס נישט וואו די שופר איז, אבער ס'ליגט ערגעץ בין תנור לקרייען, קענסט עס אפיר זוכן.


יאנאש האט געשריבן:הכל מחולים לך הכל מותרים לך, זאלסט האבן א גוט געבענטשט יאר מיט אלדאס גוטס.


אמן! אבער פון וואנעט ווייסטו אז הכל מוחלים לי?

קרעמער האט געשריבן:מותר לך מותר לך מותר לך, וכשם שמתירים בבית דין של קרעטשמע כך יהיו מותרים וכו'.


וואס כיליסטע? ענדיג! אה, ער ענדיגט שוין, געב א קוק:

אלעקסיי האט געשריבן:...כך יהיו מותרים בבית דין של העולם היהודי (אידישע וועלט בלעז)


מאשקע האט געשריבן:כ'בין דיר מוחל על תנאי: שרייב אפטער.

אבער מוזט מאכן א תנאי בני דאג ובני גריוון

געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2008 10:16 pm
דורך ביקסאד
טהור-עיניים האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:כ'בין דיר מוחל על תנאי: שרייב אפטער.
אבער מוזט מאכן א תנאי בני דאג ובני גריוון
תנאי כפול ומכופל בתשלומי כפל ארבעה וחמשה.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 12:58 am
דורך זאנוויל
טהור יא אר רייט יאנאש איז נישט גערעכט יאך האב קיינמאל געזאגט אז איך בין מוחל.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 08, 2008 10:04 am
דורך סאכדעס
א גוט געבענטשט יאר טהור'ל, איך בין דיר מוחל אויף אלעם, און זיי מיר ביטע אויך מוחל.

אין די געלגענהייט, וויל איך בעטן מחילה פון אלע קרעטשמערס, ווער ווייסט צו אינמיטן יאר האב איך נישט פוגם געווען אין עמיצין. זייזשע מיר ביטע מוחל, יישר כוח.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2008 10:04 pm
דורך שמערי בערי
אויגעלע, מוחלני מראשי מוחלני מזרוע ביצה מרור כרפס. כ'בין דער מוחל במליחה גמרא, אבער זע אז זאלסט זיך צוריק קערן צו די אלטע צייטן, שון שרייבן דא ארט-פיקלען אז ס'זאל גיין א רוח.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:09 pm
דורך טראכט א מינוט
א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל

ערב ראש השנה אשכול (תשפ“ג)

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 12:42 pm
דורך יעדער
איך_הער האט געשריבן:
נו ווי איז די שופר? די דרשה האמער שוין געהערט.

מוחל מוחל, און זאל דער פון אויבן אונז אלע באגיסן מיט מחילה סליחה וכפרה, און א לעכטיג זיס יאר, א שנת גאולה וישועה, אמן.
ערב ראש השנה בלאזט מען נישט שופר