די סמאקינג סעקשאן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
די סמאקינג סעקשאן
אזוי ווי עס איז אסאך מאל אנגעצויגן אין קרעטשמע, און מען זוכט א ווינקל ווי מען קען כאפען א פאפערוס, אבער די פארוואלטונג פון די קרעטשמע האט פארבאטן דאס רייכערן אין פאבליק, אויפן באפעל פון די קעניג בלומענבערג די זיבעטע, אשר על כן האב איך מייסד געווען דער צימערל, ווי מען וועט קענען אריין קומען זיך פאררייכערן אביסל א לילקע, א קובאנע ציגאר אדער ציגארעטל און אויסלופטערן דאס קאפ.
וזאת למודעי, די אלע אנטי סמאוקערס וואס פלאנען דא אריין צו קומען און טיילן דעות אויב עס איז יא געזונט אדער נישט וכדומה, טראגט אייך אלע אפ פון דא שוין יעצט!!!!!!!!!!!! מיר וועלן דא נישט טאלערירן דאס אוועק נעמען דאס פרייהייט פון רייכערן פון די קרעטשמע איינוואוינער.
קומט אלע און האט הנאה.
איך בין מנדב דאס ערשטע צוויי פישקעס פאר די עולם דא.

ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 718
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
- לאקאציע: אין ניו יארק
לעווי האט געשריבן:בין איך טאקע די איינציגסטע רייכערער דא אין קרעטשמע? אדער האט די עולם פשוט נישט ליב מארלבאראו לייטס?
גראדע ביסטו נישט די איינציגסטע, איך זוך שוין לאנג עפעס א ווינקל ווי איך וועל קענען כאפן א ציגערעטעל אן דעותץ
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15321
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
עס איז זיכער אז אזא ווינקל ברויך גראטולירט ווערן ווי עס פאסט זיך, אבער וואס זאלעך טאן אז דא אין קרעטשמע איז נישט קיין נאו סמאוקינג פאלעסי, איר קענט רייכערן וואו אימער איר זאלט זיך נאר געפונען.
קען זיין אז דער נעקסטער ראה"ק וועט ביים לויפן קאמפיינען מיט אזא געזעץ אבער פאאר די טיים ביאינג איז עס נישט אין קראפט.
קען זיין אז דער נעקסטער ראה"ק וועט ביים לויפן קאמפיינען מיט אזא געזעץ אבער פאאר די טיים ביאינג איז עס נישט אין קראפט.
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
יוא איך האלט נישט אויס די רויעך דא מקען עס ממש שניידען מיט א שערעל
אבער כפי תקנת הסעקשאן הזה טאר איך נישט קריטיקירן דא ממילא מיז איך ארויס לויפן
אי"ה בל"נ באלד ווען די פיינע עקזאסט סיסטעם וואס די בעל הקרעטשמע האט געלייגט אויפן דאך וועט אביסעל אויסקלארן די לופט דא וועל איך צירוקקימען מיט מיין פייפ אין אנשמעקט מיט מיין געשמאקע רויעך
כל טוב אווידערזעהן

טעמו וראו כי טוב השם
יאנאש האט געשריבן:עס איז זיכער אז אזא ווינקל ברויך גראטולירט ווערן ווי עס פאסט זיך, אבער וואס זאלעך טאן אז דא אין קרעטשמע איז נישט קיין נאו סמאוקינג פאלעסי, איר קענט רייכערן וואו אימער איר זאלט זיך נאר געפונען.
קען זיין אז דער נעקסטער ראה"ק וועט ביים לויפן קאמפיינען מיט אזא געזעץ אבער פאאר די טיים ביאינג איז עס נישט אין קראפט.
דערמאנסט מיר ווען איך האב אמאל געמאכט א סטאפאווער אין שווייץ און איך בין ארום געלאפן ווי א ציושטע משוגענע פאר א האלבע שעה צו טרעפן א פלאץ ווי מען מעג רייכערן. דערווייל שטעלט מיר איינער אפ און פרעגט מיר, "וואט אר יו לאקינג פאר?" זאג איך אים אז איך זוך א סמאקינג עריע. זאגט ער מיך אז מען מעג דא רייכערן איבעראל, אין אלע קאפעיס וכדומה.
יוש האב איך מיך געפילט ווי אזא נער.
עניוועי, ווער האט פייער דא????????
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
פרוביר מיין לילקע ציביך דאס איז באמת גיט
איך מיין אז איך וועל מיזן מאכן אן אייגענעם שטיבל פאר מיין פייפ די עולם איגנארירט עס גאנצען און מען פייפט מיך אן
עס איז נישט שטיקעדיג און א חתן (געווען, איז, וועטזיין,) האט מיט דעם אויך גארנישט עס איז נאר געשמאק בא'טעם'ט און רואיג
ממש געאייגענט פאר די קרעטשמער אידן וואס זיכן א געשמאק פלאץ מיט א גיטן שמעק און די זייט
[איל האב אין מיין טאש אביסעל טאבאק אויך)

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך: