בלאט 62 פון 260

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:24 pm
דורך דממה דקה
קיקיון האט געשריבן:דער פראדוקט איז מוראדיג זיי ווערען אין א פאר מינוט און מען זעהט זיי נישט מער
זוגתי שתחי'האט דאס באקומען פון ידידה אין מאנטריא'
Untitled.jpg

דאהי קען מען עש נור באקומען און SPRAY נעך נישט פראבירט


איך האב דאס געקויפט אין גראסערי און ארבעט וואונדערבאר

https://www.amazon.com/dp/B000BQT5IG

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 8:08 pm
דורך גרשון
קו הישר האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:אויף די קעפעל שטייט אהדנגז"א, איך וויל אבער שרייבן, איך בין היינט געווער געווארן פארוואס אדער וואס.. ממילא העל איך שרייבן, צום האלבן קעפעל

די פשט פון די עפל פירמע'ס נאמען, און די דיזיין מיטן ביס אריין.

האבעך אמאל געהערט א פשט אזוי. שטייט דאך ״נמשלו כלל ישראל לתפוח״ און די קאמפעני ׳עפל׳ מיט אירע כלים האט געגעבן אן ערנסטע ביס אריין אין כלל ישראל.


נאך א פשט האט געזאגט די בעל דרשן ביים אינטערנעט סאמעטוכע: לויט געוויסע איז די עץ הדעת געווען אן עפל בוים. דאס קומט די סימבעל ווייזן אז די כלים האבן א דירעקט שייכות מיטן ארייינגעביסענעם עפל - מיטן חטא עץ הדעת. והמבין יבין

נע, דאס איז א קריסטליכע שיטה וועלכע שטאמט פון א טעות אינעם לאטיינישן בייבל. אין גמרא געפינען מיר דריי שיטות וואס דער עץ הדעת איז געווען: א וויינשטאק, א פייגן בוים, אדער ווייץ.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:29 pm
דורך קו הישר
גרשון האט געשריבן:נע, דאס איז א קריסטליכע שיטה וועלכע שטאמט פון א טעות אינעם לאטיינישן בייבל. אין גמרא געפינען מיר דריי שיטות וואס דער עץ הדעת איז געווען: א וויינשטאק, א פייגן בוים, אדער ווייץ.

גערעכט. פאראכטן.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 12:07 am
דורך Think and Thank
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אבהגג״א..

אז עברי איז א פעלד. און אז ס׳איז אפילו פארהאן אזא זאך ווי מומחים.

א צעטעלע געפינען אין קאווע שטובל (נדוו״ס).
כ׳האב פונקט פאריגע וואך געזעהן אן עד אז א ת״ת זיכט דרינגענד א כיתה א׳ מלמד, זאל איך אנרופן אנטראגן דעם שידוך?


ליידער איז עברי א שווערע פעלד. איך האב געלערנט מיט א זיבעצן יעריגער בחור וואס קען נישט געהעריג קיין עברי!

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 5:20 am
דורך nmi
צ/ק אז יאסעלע שוכמאכער איז נישט קיין שומר תורה ומצוות ר"ל. כ'האב אלץ געמיינט אז יא.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 8:57 am
דורך farshlufen
באזירט אויף?

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 9:58 am
דורך דממה דקה
farshlufen האט געשריבן:באזירט אויף?

דאס לכאורה

viewtopic.php?p=1957127#p1957127

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 10:01 am
דורך farshlufen
נע, כ'פרעג אויף זיי הוא אמינא.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:17 am
דורך שפיגליצקי
צ/ק

אין רוב וועלט זאגט מען יום כיפור קטן בענעזאם מיט מנחה, נאר אין סאטמאר זאגט מען דאס עקסטער, לא מיבעי אז נאר אין סאטמאר איז דא וואס זאגן דאס פאר חצות, נאר אפילו די וואס זאגן דאס גאר שפעט זאגן דאס אויך באזונדער.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:53 am
דורך farshlufen
ס'קומט פאר מנחה נאך חצות, פארן אויספאסטן אויב מעגליך.

אבער אז מ'איז אין ארבייט טוט זיך השלמות וכו' וכדו'

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:58 am
דורך שפיגליצקי
איך האב אויך געוואוסט גענוי ווי איר זאגט, כ'האב אבער געזען אז די ליטווישע זאגן דאס צוזאמען מיט מנחה, זיי הייבן אן תפלה לעני, דערנאך וידבר, דערנאך די פיוטים, דערנאך אשרי, האב מיר איינער געזאגט אז אין רוב פלעצער זאגט מען דאס בענעזאם מיט מנחה, נאר אין סאטמאר איז דאס עקסטער.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 10:06 am
דורך farshlufen
סאטמארע? לאו דוקא.

הער דא

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 3:31 pm
דורך שפיגליצקי
נאך אלע מעשיות וואס איך בין היינט געוואויר געווארן, איז מיר היינט אויסגעקומען צו זאגן יום כיפור קטן ערגעצוואו, מ'האט געווארט אויף א בעל תפילה, בין איך צוגעגאנגען צום עמוד, כ'האב געדאווענט מיטן נוסח המקובל לי פון הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראסמאן ע"ה, כ'האב אבער נישט געוואוסט וואו מ'הייבט אן מנחה, אויך האב איך געמיינט אז מ'הייבט אן וידבר, אלזא, כ'האב געהאט געזונטע בזיונות...

וויל איך דא זאגן פאר ווער ס'וויל נאר וויסן, מ'דארף זאגן וידבר פאר יוכ"ק, נאך קרבנות הייבט מען אן תפלה לעני, נאך דעם למנצח וואס ענדיגט זיך ה' אדונינו מה אדיר שמך בכל הארץ, בעפאר לכו ונשובה אל ה', הייבט מען אן אשרי און מ'דאווענט געהעריג מנחה, נאך הויכע שמו"ע, פאר תתקבל, זאגט מען ווייטער דעם גאנצן סדר יוכ"ק.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 11:10 pm
דורך שאינו יודע
farshlufen האט געשריבן:ס'קומט פאר מנחה נאך חצות, פארן אויספאסטן אויב מעגליך.

אבער אז מ'איז אין ארבייט טוט זיך השלמות וכו' וכדו'



אן אינטערעסאנטע מעשה האב איך לעצטנס געזען אז איין יאר איז דער רבי געווען אויפן שיף יום כיפור קטן און ער האט נישט געפאסט, האט ער יענע יאר נישט געזאגט קיין יום כיפור קטן. ער האט עס געמאכט באופן פון נישט זיין גרייט פארשפעטיגט וכדומה

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 11:17 pm
דורך ישוב הדעת
דממה דקה האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:דער פראדוקט איז מוראדיג זיי ווערען אין א פאר מינוט און מען זעהט זיי נישט מער
זוגתי שתחי'האט דאס באקומען פון ידידה אין מאנטריא'
Untitled.jpg

דאהי קען מען עש נור באקומען און SPRAY נעך נישט פראבירט


איך האב דאס געקויפט אין גראסערי און ארבעט וואונדערבאר

https://www.amazon.com/dp/B000BQT5IG



גא״מ

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 11:36 pm
דורך שפיגליצקי
שאינו יודע האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע מעשה האב איך לעצטנס געזען אז איין יאר איז דער רבי געווען אויפן שיף יום כיפור קטן און ער האט נישט געפאסט, האט ער יענע יאר נישט געזאגט קיין יום כיפור קטן. ער האט עס געמאכט באופן פון נישט זיין גרייט פארשפעטיגט וכדומה

מ'זאגט דאך חלבי ודמי הנמעט בצומי.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 2:45 am
דורך שאינו יודע
רוב כלל ישראל זאגט עס שוין לאנג נאכן אויספאסטן, און אפילו די וואס פאסטן בכלל נישט זאגן עס אויך. משום איזה סיבה.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:51 pm
דורך ויתן לך
אז דע מנהג צו לייגן א שנה טובה וואונטש אינטער די טאטעס חלות ראש השנה ביינאכט, שטייא שוין אין 'מנהגי אמסטרדם'

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:56 pm
דורך nmi
צ/ק אז די גלאז פון ברילן קאסט שוין היינט $100

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:57 pm
דורך אדער יא
פשששששי
אפשר שטעלסטו ארויף דעם לשון?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:12 pm
דורך ויתן לך
ליל ראש השנה כותבים ילדים קטנים שיודעים לכתוב מכתב מלוח בית הספר עם איחולים, ושמים אותו מגולגל תחת מפת החלות היכן שהאב מוצא אותו אחרי קידוש.
יעצט זעה איך דארט די מקור, איז בכלל נישט מוכרח אז עס אזא אלטע מנהג, עיי"ש

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:22 pm
דורך לדעתי
ספר החינוך - מצוה תפח

מצוה לשמוח ברגלים:
לשמוח ברגלים, שנאמר [דברים ט"ז, י"ד], ושמחת בחגך.

משרשי המצוה, לפי שהאדם נכון על ענין שצריך טבעו לשמוח לפרקים כמו שהוא צריך אל המזון על כל פנים ואל המנוחה ואל השינה, ורצה האל לזכותנו אנחנו עמו וצאן מרעיתו וציונו לעשות השמחה לשמו למען נזכה לפניו בכל מעשינו. והנה קבע לנו זמנים בשנה למועדים לזכור בהם הנסים והטובות אשר גמלנו, ואז בעתים ההם ציונו לכלכל החומר בדבר השמחה הצריכה אליו. וימצא לנו תרופה גדולה בהיות שובע השמחות לשמו ולזכרו, כי המחשבה הזאת תהיה לנו גדר לבל נצא מדרך היושר יותר מדאי.
ואשר עמו התבוננות מבלי החפץ בקטרוג ימצא טעם בדברי:

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:28 pm
דורך אהרן הלוי
ויתן לך האט געשריבן:ליל ראש השנה כותבים ילדים קטנים שיודעים לכתוב מכתב מלוח בית הספר עם איחולים, ושמים אותו מגולגל תחת מפת החלות היכן שהאב מוצא אותו אחרי קידוש.

:grin: :grin:

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 4:18 pm
דורך ימות המשיח
אהרן הלוי האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:ליל ראש השנה כותבים ילדים קטנים שיודעים לכתוב מכתב מלוח בית הספר עם איחולים, ושמים אותו מגולגל תחת מפת החלות היכן שהאב מוצא אותו אחרי קידוש.

:grin: :grin:

:grin: :grin: :grin:

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 4:31 pm
דורך nmi
nmi האט געשריבן:צ/ק אז די גלאז פון ברילן קאסט שוין היינט $100

אהההההה... יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ס'קאסט אזוי טייער. ווייל ס'קומט מיט א גאנצע פעקידזש, האנטעכער מיט זייף מיט א ביוטיפאל האלטער מיט א פענסי בעג וכו'