בלאט 58 פון 65

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:48 pm
דורך לכאורה
צ/ק
ביי מיין טעגליכן שיעור אין ספר "אוצר הלכות" האב איך געלערנט א חידוש, אז ווען מען מאכט הבדלה און עס איז דא מזונות אויפן טיש (קען זיך מאכן מוצאי יום הקדוש, מוצאי ת"ב שחל ביום א', אדער אין די סוכה וואס מאנכע נוצן דאס פאר א לישב בסוכה ביי הבדלה), דארף מען צודעקן די מזונות בשעת די ברכה פון בורא פרי הגפן!

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:58 pm
דורך יאצמעך
וכן אנו נוהגין

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 6:54 pm
דורך דממה דקה
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
ביי מיין טעגליכן שיעור אין ספר "אוצר הלכות" האב איך געלערנט א חידוש, אז ווען מען מאכט הבדלה און עס איז דא מזונות אויפן טיש (קען זיך מאכן מוצאי יום הקדוש, מוצאי ת"ב שחל ביום א', אדער אין די סוכה וואס מאנכע נוצן דאס פאר א לישב בסוכה ביי הבדלה), דארף מען צודעקן די מזונות בשעת די ברכה פון בורא פרי הגפן!

וואס איז דער טעם?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 7:21 pm
דורך לכאורה
ווייל על פי הלכה דארף מען מקדים זיין א ברכת בורא מיני מזונות בעפאר א בורא פרי הגפן (ווייל חטה ושעורה שטייט אין פסוק בעפאר גפן)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2018 8:01 pm
דורך מיסטעריעז
ס'איז חנוכה.

געלעגער האט געשריבן...

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:48 pm
דורך קיקיון
אז דער חת"ס האט געהאט א חוש צו נגינה
און עס זענען דא ניגונים וואס ער האט געמאכט
nig.gif
nig.gif (637.44 KiB) געזעהן 1984 מאל

קעפל: מילי דתמיהי

קיקיון האט געשריבן:דעם שיר פון הייליגען קארלינער אכסוף וואס איז א שווערע סגנון און מען פארשטייט ניט איז אויפגעכאפט
און די זמירות פון דעם חת"ס וואס זענען אין א סאך גרינגערען לשון און סגנון ליגען בקרן זוית
ניט קיין פלא?


קיקיון האט געשריבן:
א פיקח אין אן אישי האט געשריבן:איך מיין אז דער תירוץ איז גאנץ פשוט
ביי די אשכנזישע קרייזען איז די עבודת הנגינה נישט אזוי געווען איינגעפלאנצט
דער חת"ס איז בעצם געווען אנ'אויסנאם אין מאכען זמירות ושירים
ביי חסידים איז זינגען געווען אנ'אינטעגראלע חלק פון די עבודה
צו איז דאס אין פארפאסען חרוזים אדער אין ניגונים
ובפרט אז ביי חסידים איז אלעס בלי יוצא מן הכלל וואס קומט פון דעם צדיק הייליג
אפילו זיין שטעקען צו העמד וק"ו צו זיין זמירות

לפי דרכו ערלויב איך מיר בדרך צחות
מרן החת"ס זי"ע אליין האט דאס ניט געזינגען
עס האט אים געפעלט דער חוש הנגינה
כידוע אז ער וואלט אוועק געגעבען א גרויס חלק פאר דעם


לכתחילה אריבער האט געשריבן:אויב כ'האב נישט קיין טעות, איז למעשה יא דא ניגונים פונעם הייליגען חת"ס זי"ע . עס זאל הייסן דאס ער האט געהאט בעלי מנגנים, און זיי צוגעוויזען וויאזוי צוקאמפעזירן. ווי מען פארציילט, האט דער הייליגער חת"ס זי"ע גאר גוט פארשטאנען צו א ניגון, נאר עס נישט געקענט "ארויסברענגען", אבער אז אנדערע האבן געזינגען האט ער געקענט מאנעווירן "מער ארויף" מער אראפ" וכו'.

אויב האבעך נישט קיין טעות, איז די ניגון וואס מען זינגט אין נייטרא אויף "יום זה לישראל" ווען ראש חודש געפאלט שבת, א ניגון פון הייליגען חת"ס זי"ע.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:53 pm
דורך farshlufen
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
ביי מיין טעגליכן שיעור אין ספר "אוצר הלכות" האב איך געלערנט א חידוש, אז ווען מען מאכט הבדלה און עס איז דא מזונות אויפן טיש (קען זיך מאכן מוצאי יום הקדוש, מוצאי ת"ב שחל ביום א', אדער אין די סוכה וואס מאנכע נוצן דאס פאר א לישב בסוכה ביי הבדלה), דארף מען צודעקן די מזונות בשעת די ברכה פון בורא פרי הגפן!

ס'איז דאך א פלעינע הלכה אין שולחן ערוך.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:55 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
נו, אוצר הלכות איז פלעינע הלכות פון שלחן ערוך.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:08 pm
דורך צוקער וואסער
farshlufen האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
ביי מיין טעגליכן שיעור אין ספר "אוצר הלכות" האב איך געלערנט א חידוש, אז ווען מען מאכט הבדלה און עס איז דא מזונות אויפן טיש (קען זיך מאכן מוצאי יום הקדוש, מוצאי ת"ב שחל ביום א', אדער אין די סוכה וואס מאנכע נוצן דאס פאר א לישב בסוכה ביי הבדלה), דארף מען צודעקן די מזונות בשעת די ברכה פון בורא פרי הגפן!

ס'איז דאך א פלעינע הלכה אין שולחן ערוך.


דעיס איז א מחלוקת.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:37 pm
דורך נישט פשוט
צק
ווער @ניס קראכער איז
viewtopic.php?p=1821630#p1821630

געשריבן: זונטאג דעצמבער 23, 2018 9:58 pm
דורך יוראפ
... ר' גוגל זז"ג קען ליינען אוועקגעפירטע (געמעקטע?) תגובות

געשריבן: זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:14 pm
דורך מיסטעריעז
קען ליינען, אדער געדענקט?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:31 pm
דורך יוראפ
כ'קען נישט ליינען מחשבות אבער ביים גוגלען קומט ארויף תגובות וואס סתם א עמך ניק קען נישט זען אויפן וועלטל, צו ער געדענקט צו ער ווייסט ווייס איך נישט, האסט זייער נאמבער?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:52 pm
דורך מיסטעריעז
מ'ברויך דאס צו קענען אנטשיידן לויטן קעפל און לינק.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:37 am
דורך עין טובה
אן אשכול וואס איז געווען ברבים פאר א שטיק צייט קען מען אלס זעהן אויף גוגל. נישט קיין חילוק וואו ער איז יעצט

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:03 pm
דורך ניס קראכער
צ/ק
אז קלאצקאפ זינגט אין המשוררים (ע"ה...)

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:53 pm
דורך קלאָצקאָפּ
לפי"ז קומט אויס אז ניס קראכער איז פון די בארימטע המעוררים פונעם "טראלי צעטל".

געשריבן: מיטוואך ינואר 02, 2019 11:30 pm
דורך אדער יא
עין טובה האט געשריבן:אן אשכול וואס איז געווען ברבים פאר א שטיק צייט קען מען אלס זעהן אויף גוגל. נישט קיין חילוק וואו ער איז יעצט

דאס איז דאך דער פראבלעם, אז עס צוהט די נייגער.

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 10:56 pm
דורך געלעגער
מיסטעריעז האט געשריבן:ס'איז חנוכה.

געלעגער האט געשריבן...

יעצט אנגעקומען דערצו. גיימיר נאך אריינכאפן א דאונאט?

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 11:07 pm
דורך מיסטעריעז
נעכטן איז געווען ניטל, אבער וואס איז היינט?...

העפי טו סי יו! כ'האף ביסט אביסל ווייניגער פאריאגט לעיטלי...

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 12:02 am
דורך געלעגער
העפפי טו בי היער. מיר האלטן ספיקא דיומא

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 12:04 am
דורך דערבארומדיג'ער
אפילו נאך חצות?

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 12:07 am
דורך דערבארומדיג'ער
געלעגער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ס'איז חנוכה.

געלעגער האט געשריבן...

יעצט אנגעקומען דערצו. גיימיר נאך אריינכאפן א דאונאט?

אה, איך האב געמיינט אז די האלסט ספיקא דיומא פון ניטל, דערויף האב איך געפרעגט איבער חצות.

יעצט כאפ איך אז דא האלסט נאך ספיקא דיומא פון חנוכה. נו, כאפ אריין נאך א דאונאט, וואס איז די ספק?

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 12:19 am
דורך טשאדעלע באדעלע
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ס'איז חנוכה.

געלעגער האט געשריבן...

יעצט אנגעקומען דערצו. גיימיר נאך אריינכאפן א דאונאט?

אה, איך האב געמיינט אז די האלסט ספיקא דיומא פון ניטל, דערויף האב איך געפרעגט איבער חצות.

יעצט כאפ איך אז דא האלסט נאך ספיקא דיומא פון חנוכה. נו, כאפ אריין נאך א דאונאט, וואס איז די ספק?


ווען ס׳קומט צו א דאָונאַט האלט איך נישט קיין ספיקא דיומא. כ׳נעם ענדערש א פרישע.

ניטל? כ׳קאן מענטשן וואס האלטן נישט קיין ספיקא דיומא, מיטדעמאלעם לערנען זיי היינט אויך נישט...

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 12:21 am
דורך שמועסער
אפשר זאגסטו מיר אויס די סוד ווי ס'דא צובאקומען פרישע?..