בלאט 1 פון 260

איך בין היינט געוואויר געווארן אז

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 1:44 pm
דורך 3x0
פארזעצונג פון דא

TYPEWRITER איז לענגסטע (ענגלישע) ווארט וואס מען קען טייפן פון די אותיות פון נאר איין שורה.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 4:56 pm
דורך מעסטערמיינד
איך פארקויף אתרוגים, עיין באשכול נישט גרינג געווען,מסאכדעס.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 5:01 pm
דורך סאכדעס
און וואס איז פשט פון די סוף פון די תגובה?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 5:05 pm
דורך מעסטערמיינד
ס'מיינט אז איך האב געהאלפען איינעם וואס פארקויפט אתרוגים.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 6:05 pm
דורך קרעמער
אז מען קען זיין ביטער פארקילט טראצדעם וואס דער טעמפעראטור ביי "תלפיות" ספרים געשעפט האט געצייגט אויף 82!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 8:58 pm
דורך cano
אבהגג"א סאכדעס איז א שוחט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 9:00 pm
דורך שוועמל
אבהגג"א סאכדעם איז געוען אין קראקא

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2006 1:20 pm
דורך סאכדעס
מעסטערמיינד האט געשריבן:ס'מיינט אז איך האב געהאלפען איינעם וואס פארקויפט אתרוגים.

אבהג"ג אז דו האסט נאר געהאלפן דעם סוחר מיט זיינע קליענטן, אבער סארי, כ'בין אנגעקומען אזוי פארסאפעט האט מיר עס אין די ערשטע רגע אויסגעקוקט אז דו ביסט גאר דער סוחר, אבער אויב שוין יא אזוי זאגזשע מיר ביטע ווער איז דער קליינטשיגער וואס שטייט דארט ביין טישל? איז דאס שטילערהייט?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2006 4:07 pm
דורך איך_הער
מ'מעג דא אויך שרייבן וואס איך בין נעכטן געוואר געווארן?

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 12:32 am
דורך איך_הער
איך בין ממש יעצט געוואר געווארן, אז איך האלט שוין ביי דריי טויזענט זעקס הונדערט תגובות.

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 2:17 am
דורך מאשקע
און איך בין היינט געוואויר געווארן, אז איכער האט ליב פון צייט צו צייט אראפצוגיין אין וויין-קעלער און ארויפברענגען אפאר פלעשלעך אלטע אבער גוטע וויין.

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 9:05 am
דורך abimlaibt
דו ביסט עס נעכטען געוואור געווארען איך בינעס היינט געוואור געווארען ודפח"ח

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 10:15 am
דורך מאשקע
ושפתים יושק.

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 12:29 pm
דורך סאכדעס
און אויך בין היינט געוואויר געווארן אז יאכער האלט איבער 3600 תגובות.

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 1:27 pm
דורך abimlaibt
וואס מיינט ? אין אויך היינט געוואור געווארען?

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 1:41 pm
דורך סאכדעס
טעות לעולם חוזק. (מאשקע)

כאב גגעוואלט שרייבן איך, און נישט אויך.

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 1:43 pm
דורך מאשקע
איך בין א חוזק?...

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2007 1:54 pm
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן:איך בין א חוזק?...


וואס מיינט דיין קשיא, אז לכאורה באלאנגט עס נישט אין דעם אשכול, ווייל דו ביסט עס נישט היינט געוואר געווארן?

געשריבן: מוצ"ש מארטש 10, 2007 11:54 pm
דורך קרעמער
כ'ער;

פיין געזאגט.

געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2007 9:10 pm
דורך abimlaibt
קרעמער צום פונקט, קורץ אין קורץ,

געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2007 10:10 pm
דורך מאשקע
אבי מ'לעבט איז היינט געוואויר געווארן אז קרעמער אז דא געווען אויף שבת. ס'ארא דורכפאל.

געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2007 10:11 pm
דורך abimlaibt
אין מ'קען עס אריין שטעלן אין יענעם אשכול געאאייגנט פאר דורך פעלער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 12:19 pm
דורך איך_הער
אז סאכדעס קען אריין קומען, און גארנישט מגיב זיין.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 12:23 pm
דורך צייטליך
ביסטו זיכער אז ער איז דא ?
אזא זאך קאן נישט פאסירן, כ'מיין אז דיין דמיון לויפט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 12:47 pm
דורך איך_הער
צייטליך האט געשריבן:ביסטו זיכער אז ער איז דא ?
אזא זאך קאן נישט פאסירן, כ'מיין אז דיין דמיון לויפט.


איך בין זיכער אז ער איז דא געווען, ווען איך ווייס ווען אז איינער וועט פראבירן מיך צו לייקענען, וואלט איך עס ווען פאראייביגט מיט א פיקטשער, אבער ס'איז מיר דאן אויפן מח נישט ארויף געקומען אז דאס גייט ווירקליך פאסירן, אז ער זאל דא זיין און גארנישט צו שרייבן.