א באנדאזש אין שויער

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

א באנדאזש אין שויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בס"ד

ענדליך האט זיך שוין סאכדעס דערמאנט, וואס? זיך דערמאנט? נע, נישט זיך דערמאנט, נאר פלעין ס'האט פאסירט א פאסירונג. ווי באוואוסט ווען ביי סאכדעס משפחת הסאכדייסי פאסירט עפעס, ארפישלט זיך אן ארטיקל.

ווילט זיך וויסן וואס אזאנס האט פאסירט ביי סאכדעס'ן אזש אנארטיקל גיסט זיך ארויס פון ארבל?! ווייסעך דאך שוין אז די וואס גלייכן קאנספיראציעס (אויך מיר אן אויסדרוק) לאכן מיר אין די פויסטן, און זאגן, סייסט? פון א באנדאזש אין שויער... אמער?! סאכדעס האט געכאפט א שניט אין שויער, און מ'האט געברויכט לייגן א באנדאזש... כ'לאך ענק אסאך מער אין די פויסטן, עטס זעטס???? וויאזוי פרעגט הרב הערשל מייזליש אין זיינע שמועסן אויף קול מבשר? עטס האטס געהערט? ווער ווייסט פון וואס איך רעדט? עניוועי, נחזור לנארטיקליינו, איר האט נישט צוגעטראפן... נישט קיין שניט, נישט קיין בערן.... ווייל למעשה ווי איר וועט שפעטער זעהן איז אין מקוה עצמה אויך געווען א סיפור מיט א באנדאזש, אלזא, איז נישט דער שויער שולדיג אינ'ם ארטיקל, נאר בעצם דער גאנצער גורם צו דעם גאנצן לאזונג, איז גאר דער שולד. איי פארוואס רוף איך עס מיט'ן נאמען א באנדאזש אין שויער? אויף דעם אין אנאנדער געלגנהייט, איז ווי שטענדיג, סאכדעס קומט נישט צו צום ווארט, און די סיבה ווי עטליכע מאל ערווענט, מ'ווייס מיר נישט וואו דער ווארט איז, קעמען נישט צוקומען דערצו.

אבער פארט קענעך נישט לאזן מיינע פעלאוס אזוי מיט די אויער אינדרויסן, מיט די צונג בינעך שוין אינדרויסן, איז כאטשע זאלן ענקערע אויערן אריינגיין צוריק אין פלאץ, אויף א וועג אז עס זאל נישט פלאצן, ווייל די דאקטוירים זאגן אז עס איז א סכנה החמירא מאיסורא, אויב זאל עפעס פלאצן אין אויער. אלזא, פלעין אזוי, עס זאל צוריק גיין אין פלאץ, בערך ווי מיין צונג זאל צוריק גיין. כ'וויל נישט מאריך זיין במקום שאמרו לקצר, אבער כ'האף אז דער עולם כאפט (איצט וועל מיר זעהן ווער ס'קען שפילן טאבע) מער ווייניקער פון וואס איך רעדט, ווייל אויב נישט האבעך סייווי נישט קיין בעריירע, אזוי ווי כ'ביניש עוסק אין סוגיא דברירה, העלמיר מוזן לאזן די זאך לויפן (פארשטייט זיך, מיט שטיוול) אזוי ווי עס לויפט זיך.

דער עיקר פון די סטארי הויבט זיך שוין אייגנטליך אן פון עטליכע וואכן פריערט, דער שוואגער דער דזשינדזשי האצעך בארעכנט, אז מ'נעמט ארויס די שימפאכע אויף א שבת אין די מאונטענס. נישט מער און נישט מער, כ'קריג א הארץ קלאפענדיגער פאון קאל אין מאנטריאל: יענקל, קומסט אויף א שבת אין די קעטסקילס? חחחח לאכיך צו מיר שטיל, שוין ווייטער ווילער עפעס. כ'קווענקל פאר א מינוט צוויי, עכככ כעעםם כ'גארגל מיך אויס דאס האלז, ס'מערסטע לענגער איטס פאסיבל, אבער ער פארשטייט נישט קיין ווינק, און כ'הויב אן זאגן, ווייסטעך, כ'מוז דאך אויסרעכענען ווען כ'וועל זיין אין נוי יארק, כ'ווייס נישט אויף ווי לאנג, און ווען, אקיצער, כ'געב זיך נאך א קליין גארגל, כ'זאג איהם רעדט צו מיין רביצין (זיין שוועסטער), ענדליך כאפט ער שוין, און ער זאגט, אהה אוקיי. און דא האצעך דער טעלעפאן קאול גענדיגט, און די באנדאזש האצעך אנגעהויבן.

נידאך אזוי, יאך האב זעך ארויסגעפעקלט קיין מאנרוי אויף עטליכע וואכן פונ'ם זוממער, און מיין רביצין האט זיך גוט איינגעגלידערט, סאו איז זי דאך אזוי ווי אירע שוועסטערס פונקט, נישט ווי אן אויסלענדישע. סאו, איר ענפער איז געווען גאנץ א ברייטע יא, סאו אידאך נישט דא קיין פראגע, נאר עס איז פשוט אז מ'פארט... נו, און אויב מ'פארט דארף מען זיך גרייטן, און אויב גרייט מען זיך איז מען ביזי דערמיט יומם ולילה. איין זאך האבעך פארדינט, איך האב געקאנט פארברענגן על התורה ועל הגמילות חסדים טווענטי פאר פוינט (טייטש: נקודה. ווער עס האט שוין געהערט אמנון, ווייסט וואס דאס מיינט, דאבעליו דעבעליו דאבעליו, נקודה שאופאר נקודהה נעט, פון דעם נקודה רעדעך דא) סעוון. אזוי האצעך אנגעהויבן צו דעוועלאופן דער שבת, עטליכע ליסטעס זענען געווארן אפגעשריבן, אפראווד און געקענסעלט געווארן, אזוי האט מען נאך יעדן טריוועי פון צען מענטשן ריווייסד און איבערגעשריבן א נייע ליסט, כ'וועל דא פארשרייבן איין ליסט:
1. גיטי - אלע פיש געצייג (א קאטשקע וואס צייגט אויף אסאך מוח) [גאפלעך אינקלודעד]
2. יענטי - ברענגט די שאלשידעס [בילקעלעך אינקלודעד]
3. מיין ווייב - (זאגעך נישט די נאמען וועגן גילו) פערפל און לאקשן קוגל. קאטשקע קאטשקע [נאטינג אינקלודעד]
4. דוואשא - די אייער געצייג, דריי מאל קאטשקע, אויך לעבער, [לעפלעך אינקלודעד]
5. מלכי - אלע פעיפער גודס: לעפלעך, גאפלעך, אלע סייזעס טעלערס... (קיינער זאל נישט לאכן, ווייל אויב איזעס שוין אינקלודעד, צו וואס דארף מען דען עקסטער? באט דאס איז דער עם הדומה לאיש...)
6. יואליס ווייב - (גיי ווייס פארוואס איר נאמען איז לא יזכר, זי הייסט פלעין בלומי, באט וואטעווער) די זופ וועדזשטעבלס, און צוויי קעיסעס וואסער, [זופ טעלערס אינקלודעד]
7. שפרינצי - טשולנט בונדלעך מיט אלע ספייסעס [פלייש טעלערס אינקלודעד]
8. חמי - מלוה מלכה [ספרעד פיש נעפקינס אינקלודעד]
9. מינדי - פאנטש [קאפס און קאנטשאס אינקלודעד]
10. ברכי - טועמיה [טוילעט פעיפער אינקלודעד] (דא האבעך אסאך געלאכט)
11. שבי - (אויך מיר א נאמען) א באקס ברעיקאבעלס [שטרויס אינקלודעד]
12. ביילי - געקנעטענע קוגל פאטעיטע קוגל פאר פרייטיג צונאכטס
13. מאמי - אלע איבריגע צוגעהערן.....
יעדער זאל זיך ברענגן טויס און בייקס פאר די קינדער...
עד כאן פונ'ם צעטל, צי ס'איז אזוי געווען ווילט איר וויסן, גלויבט מיר אז איך ווייס אויך נישט. אבער בערך אזוי האבן זיך די טעג און די נעכט ביז דעם אזוי געגארטן דאנערשטאג זיך אפגעשפילט.

איצט נאך א פראבלעם, כ'קריג א פאון קאול, יענקי, ווען פארט מען? דאנערשטאג אדער פרייטאג? סאכילעק?! ווען דו וויסט פארן לאז מיר וויסן. עס גייט נישט דורך מער ווי נאך אפאר מינוט, דער פאון צודריזלט זיך ווידער: יענקי, דו ווילסט דינגן א פיפטין פעסענדזשער? שפרינציס מאן'ס קאר, איז נישט אזוי איי איי איי, ער האט מורא עס ארויסצודרייוון...האקעך איבער, וואס? שלומי האט מורא ארויסצודרייוון זיין אויטא? נע, שפרינצי האט מורא, אויך אבער עםם עםם וועט זיין מער פאן אזוי... אוקיי, יאך דינג נישט גארנישט, אז דו וויסט שאפן א פיפטין פעסענדזשער, מה טוב ומה נעים, לאז מיר ארויס פונ'ם פיקטשער... כאילו זי האט געהאלטן א קעמערע...

שוין לאמיך אייך נישט אזוי לאנג אויפהאלטן (שטעלט אייך פאר איך האלט אייך אלע) דער אזוי אויסגעווארטענער דאנערשטאג איז אנגעקומען, כ'קריג א קאול: יענקי, פעטער יצחק קען באשטיין צו מאכן אן עקסטשענדש מיט דיין קאר, און ער וועט דיר געבן זיין פיפטין פעסענדזשער, בלא בלא בלא,,,, (כ'שריי אריין, ווייל אנישט הערט מען בכלל נישט אז איך רעד.) פארוואס מאכט עס נישט שלוימי? אההה ווייל פעטער יצחק האט געזאגט אז ער וויל אז דו זאלסט דרייוון די ווען... (שוין כ'פארשטיי שוין אלעס, ר'לעדיגט,) נו איז וואס וויסטע? (פרעג איך) אוקיי, צ'וועל מיר היינט פארן, ארום אכטע צייט... דארפסט קאלן פעטער יצחק'ן ווען דו קענסט טוישן מיט איהם די קאר, אבער פארגעס נישט די קאר סיטס, אויך נישט מוישיס בייק וואס איז אין דיין קאר (ווען וועלט וואלט געווען געלט, וואלט עס געקראגן אן עקסטערן אפהאנדלונג) אבער נעם ארויס די לעצטע סיט, ווייל בלא בלא בלא, וויפיל כ'זאל שרייען אוקיי, הערצי נישט, עניוועי, אזא צייט לייג איך אראפ ס'פאון, זי ווייסט סייוויי נישט ווען עס האט פאסירט...

פון צווייע ווערט דרייע, און פון דרייע פירע, די זאך דריזלט ווידער. הערט א חוצפה: יענקי, קומסט מיר נישט העלפן פאקן? כ'פרעג איבער פארווינדערט, וואס? איך? פאר מיר אויס בלייבט מען דא. אן ענפער בלייבט נישט אין בויך: עםם יא אבער אבער די קינדער דרייען איבער, קום, פליז, קומער העלפן, א רשע דארפעך זיין נישט צו גיין, צו איך האב ארבעט צו נישט, מ'דארף גיין גייט מען. קומעך אן טרעף איך פרישע ליסטעס מיט אייטעם'ס וואס מ'דארף אלץ מיטנעמען. אההה יענקי, נאכאמאזעל ביסט געקומען, וואס דארפעכדיר איינפאקן? זאגעעכער, אלעס וואס כ'נעם אויף א שבת קיין נוי יארק פון מאנטריאל... סימפל, ניין? יא, אבער דארפסט נישט קיין שווים הויזן? ר'לעדגיט פאק מיט די שווים הויזן. און וואס טוט זיך מיט ליכט? (דאס פאקט מען געווענדליך נישט מיט) אוקיי, כעלעס אנגרייטן, אבער דו לייג אריין די לייכטערלעך. פיין, אוקיי, ווען בעטסטו פון פעטער יצחק זיין פיפטין פעסענדזשער? אוי מיי גאחד, כ'וועל איהם באלד קאלן. עםם יענקי, דארפסט מיר גיין אין גראסערי, איינקויפן די זאכן אויף שבת. רבוש"ש וויפיל איז דער שיעור? אוקיי, כ'גיי איצט, אוקיי נעם דא דעי ליסט, (ס'הויבט זיך אן א געזוכעכץ צווישן די ליסטעס, נאך א צען מינוט האט מען עס געפונען) א בליק אויף די ליסט ווערט מיר שווארץ פאר די אויערן (כ'מיין ס'עפעס די אויגן?) א געהעריגער ארדער, כאילו מ'פארט נישט אין ערגעץ, פלאס דעם איז אויך דא נאך זאכן פאר די קאנטרי. (ס'דערמאנט זיך מיר די מעשה מיט יענעם (אגב, ווער ס'טרעפט מיר דעם יענעם אויף וואס רוב מעשיות ווערן דערציילט, זאל מיר מודיע זיין.) וואס נאכ'ן קריגן א דייעט פונ'ם דאקטער, פרעגט ער אים ווען דאס צו עסן, פאר פרישטאג, אדער נאך פרישטאג...) יא געוואלט נישט געוואלט, מ'מוז גיין גייט מען. שטעלט אייך שוין פאר, ס'האט געקאסט באלד צוויי הונדערט טאלער, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל ענדזשוימענט....

כ'רוף אן פעטער יצחק, כ'פרעג איהם: נו, וואו קענעך דיך מיטטן? זאגט ער מיר מיט א פשטות, כ'בין אויפן טרו-וועי, כ'על זיין דארט אין אן האלבע שעה ארום בערך, קאל מיך דעמאלטס. נו א ברירה האט סאכדעס? נאך אן האלבע שעה וועלנדיג קאלן דעם פעטער יצחק, קריגט דער פאון קאל א רוף פון די רביצין, יענקי, האסט געקויפט שעמפאו? ניין, ענפעריך, סיניש געווען אויף די ליסט. אפשר גייסטו איצט קויפן? אוקיי, כ'גיי שוין, לאמיך קאלן פעטער יצחק.. האסט נאך נישט געקאלט??????? (אזעכע קוויטשערייען האבעך נישט געהערט פונער א לאנגע צייט, אגב איצט טייפנדיג שרייעט זיך אויך דארט אויפן קליינע מאיר'ל, ער זאל נישט גיין דארט, וואוהין? ווייסעך נישט. אבער דאס איז נאר באגב) ער האט מיר געזאגט אז כ'זאל אים איצט צוריק קאלן...

שוין לויפעך אין גראסעריי, כ'קויף איין די קאפ-און-פלייצעס שעמפאו, זיי האבן מיך ממש געכאפט מיט זייער נייעם שעיפ. אז כ'ווייס אפילו נישט צו כאגעקויפט די גוטע. דערויף רופעך אן דעם פעטער, זאגט ער מיר, אוקיי, ביז צען מינוט בינעך ביי מיין הויז, ווארט מיך דארט. קומעך אן אהין, כמעט ווארטעך נאך איצט. אגב, מוזעך אייך אראפשטעלן וואס פאר א סארט איד דער איז, א קליין בערדל, ווייס ווערט ער נישט, ווייל ער ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן. מיינט נישט אז ער וואלט נישט געקענט וויסן, נאר ער לעבט אזוי נישט פאר זיך, זיין גאנצע ער איז פאר א צווייטן איד, איז א צרה ממש א קלייניקייט, נאר דזשאוסט למרק עוונות, אבער צו זיין בערדל האט עס נישט קיין שייכות. עס איז נישט דא א איד וואס זאל קענען זאגן, ר' יצחק האט מיר נישט קיין טובה געטוהן, און ווען ער טוט עס, טוט ער דאך עס אזוי איזי, אזוי געשמאק, אזש עס קען זיך גאר דאכטן, אז ער בעט דיר א טובה. אין קורצן גערעדט, א קליינטשיק טאנצעדיגער זיס אידל. קומעך אן צונעמען, זאגט ער מיר, אוטשש... כאדער פארגעסן צו זאגן, די בענק זענען מיינסטענס ארויסגענומען, נעכטן האט עמעץ עס געבארגט אזוי אנע זיצן. ער אנטשולדיגט זיך מיר, און טראגט זיך מיר אן אריינצושטעלן מיט איהם די בענק. יאך האב זיך זעהר געשעמט, קודם זאגעכעם: פעטער יצחק, סייווי ווויל מיין ווייב ארויס מיט'ן לעצטן סיט. דערויף ס'איבריגע צוויי העליך שוין אריינשטעלן. קוקט ער מיך אן אזוי, און פרעגט: ביסט זיכער אז דו קענסט? זאגעכעם, יאך בין באקאנט אין די זאכן. (ששששש... כ'וויל נישט רעדן צופיל, אבער אין די פריערדיגע יארן האבעך געארבייט א שטיק צייט מיט אזא ווען. בינעך געווען כזקן ורגיל ווען סיז געקומען מוציא און מכניס צו זיין די ספסלי ס'מעדרעש. כ'וויל נישט צופיל מאריך זיין משום גילו) אוקיי, ער אידאך פארט א מענטש, אז כאבעם באפרייט איזער געגאנען. אבער דאס האט סאכדעס נישט געוואוסט, אז שעווי האט געטשענדזשט זייער מיינד, - אויב זיי האבן בכלל - קאן גאר זיין זיי זענען פון אבאמא'ס מענטשן, און במשך פון די יארן האבן זיי איינגעשטעלט, אז סיט נומער דריי גיי נישט אין נומער איינס, אבער פארקערט יא. האבעך דאך ערשט אריינגעשטעלט נומער איינס אין נומער דריי. בינעך אנגעקומען צו אריינשטעלן נומער איינס, האבעך זיך אנגעשטאלפערט אינ'ם פראבלעם. שטעלט אייך פאר, דער פאון הערט נישט אויף דריזלן, ס'ווייבל פרעגט צו זי זאל שיקן איר שוואגער דעם זיבעלע העלפן, וואס איך דארף ווי א לאך אין קאפ. פעטער יצחק עסט שוין סאפער, אקיסער, אכטע פארט מען שוינישט.

טו מעיק א שארט סטארי לאנג אדער פארקערט, ווי איר ווילט. אויסער דעם וואס דער ציבער וויל דאך וויסן וועגן דעם באנדאזש, איז ערשטענסט מוז איך פארציילן באגב א מעדזשאר דורכפאל. דעם ארטיקל ביז דא האבעך געטייפט דא על הרי הבשר, דא אין די מאונטענס. האבעך דען א שעפלעפטאפ? (ביינונז פלעגט מען אלץ רעדן אין גרויסע מאסן, אנשטאט א לעפל טאפ, זאגעך א שעפלעפל טאפ, געכאפט?) נאר ס'דזשינדזשי שוואגער, האטעך מורא אז ער וועט קריגן א מיליאן דאלערדיגע דיעל אין די צייט וואס ער וויילט אין די מאונטענס, האט ער עס מיטגענומען. נו, אז סאכדעס דרייעט זיך ערגעץ, אידאך דא פון וואס צו מאכן צימעס, ווילצעך שרייבן אנארטיקל. בארגט מען פונ'ם דעם שעפטאפ. און א יוסעבל אידאך דא, זעצט מען זיך אראפ אזוי זונטאג פאר'ן כאפן דעם אזוי ליבליכן שווים, שרייבן ס'ארטיקל. נאכן שווים, קומעך צוריק, משה באלעבוס זעצעך מיך צום שעפטאפ, און מ'שטעקט אריין דעם יוסעבל אינ'ם באשטימטן לעכל פון ששת ימי המייקראסאפט, און מ'דאבל קליקט אויפן באנדאזש ארטיקל, והוא באחד ומי ישיבני, ער וויל זיך נישט עפענען. ער האט סאדזשעסט (וואס אידאס?) אן עראר, און ער געט מיר עצות צו רעקאווערן. פים פא פאם מ'האלט שוין נאך מער ווי צוויי דריי בלעטער, קיין עצה האמער נישט. איר וואלט געקראגן א תגובהה אינ'ם דורכפעלער אשכול, און דעציט. קען זיין אז מאנכע וואלטן מער הנאה געהאט אזוי, אבער כ'שטעל זיך פאר אז איר אלע ליבע ליינער, אויב האלט איר שוין דא זענט איר סעטומע פון די וואס האבן יא גערן א סאכדעס ארטיקל.
נו,זאגט איר, וואס טוט א איד אין פאל פון נויט, כאגעקלערט צו רופן חבירים, אבער כאדעך געוואוסט אז זיי פארשטייען נישט צו קיין סאכדעס ארטיקל. ביז דער חונן הדעת האט מיר אריינגעבליצט א געדאנק, ווער זאגט אז ס'מוז זיין חבירים פון די ארגנעזאציע? ס'קען דאך זיין פון קרעטשמע זעלבסט, נו כ'דארף נאך זאגן פון וועמען כ'רעדט? מ'רעדט פון כ'וואלט ווען געמאכט איר זאלט דארפן אראפסקרולן, אבער דאך ווילעך אייך נישט מצער זיין. מ'רעדט מיר פון נישט קיין אנדערן ווי אונזער ''מאשקע''. איין רוף צו מאשקע, כ'מיין עריז געווען אין גראסעריי יעמאלט. כ'זאג איהם ס'פראבלעם, כ'ווילייך נישט ווידער באלמוטשען מיט אלעם וואס איר האט געליינט אויבן. וואס איך האבייך געשריבן, האבעך איהם געזאגט. ער געט מיר איין עצה, און דערויף ווידער אן עצה, און בלא, פרעגט ער מיך צו עס האט גוגל דעסקטאפ? זאג איך איהם יא, - גלויבט מיר רבותי, כאב כמעט געהאפט אז גוגל דעסקטאפ זאל מיר נישט העלפן, כ'בין שונא נומער איינס צו דעם גוגל דעסקטאפ. כ'ווייס נישט פונקט וואס עס שמעקט מיר נישט דערמיט, באט סאומהאו שטינקט מיר עס נישט. קען זיין ס'סימבל איז דער פראבלעם, כ'ווייס אליינס נישט. - וויאזוי זאגט דער פסוק, דער מענטש קראכט, און פון אויבן מ'לאכט, דער גוגל דעסקטאפ האט זיך אריינגעכאפט אינ'ם קאראפטן פייל, און ארויסגע'גנב'עט ס'גאנצע טעקסט. כ'אב נישט קיין מושג (שוין אמאל מאריך געווען איבער'ן מושג) וויאזוי ער האט עס געמאכט, קוקט אויס אז מיינע שונאים זענען שוין גארנישט קיין מפיל קינדער, און דער אומבאטעמ'טער שונא, האט צוריקגעבראכט ס'גאנצע ארטיקל. בחדא שאכטל האט מאשקע געלערנט דעם דאיען א פרק אין קאמפיוטערס, קיינמאל זאלסטו נישט טייפן אויף יוספ'לען...

נו שטעלט אייך שוין פאר, (כ'שרייב טאקע פאר, אבער מ'איז נישט אזוי שנעל געפארן), און אויב איז שווער זיך פארצושטעלן, קענט איר זיך פארזעצן, מ'איז נישט געפארן פאר מעריב, אזוי פאר מעריב האט מען געפאקט פעק, תיכף נאך מעריב האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן דרך המלך, דער אזוי באקאנטער שטראוז וואס ציהט אריבער דעם עולם פון לאוער נוי יארק, דארט וואו אונזערע זיידעס קוזינס זענען געקומען צו פארן נאך פאר די מלחמה, און דאן נאך די מלחמה האבן זיך דארט באזעצט די גרינע, כמבואר היטב בספרו של הרב לאנדא, דאס אינזל וואס קאלאמבוס האט אויסגעפונען אז עס עקזיסטירנד, מאנהעטן ובאראוס דיליה. איז דער סעווענטין, ווער דענקט נאך ווען צו בחורים קעמפ האט גענומען א זיבן שעה, שמירנישדירניש, ווען ר' שייע עליו השלום האט געדרייווט דעם גרינעם באס, איי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל. היינט ליידער האט מען שוין איבערגעמאכט דעם שטראוז, עס האט שוין געהעריג צוויי ליניעס, אזוי אז מ'קען פעסן דעם קלאציגן דרייווער, וואס נערווירט די נערוון.אבער נישט היינט, נע, נישט אז כ'קעניש, נאר ווען מ'האט צוויי דרייווערס אין א זיץ הינטער דיר, איז עס גאר א שווערע ארבעט. מיין רביצין גראדע האצעך שוין אויסגעלערנט, אז עס איז א סכנה, אבער די שפרינצי, זי איז א געפערליכע, זי האט נישט צוגעמאכט איר מויל. דאס מאל האבעך איר צוליב געטוהן, און יאך האב געפירט ס'רעדל, מ'קען זאגן נישט מער ווי פינף מייל מער וויפיל עס איז ערלויבט. מחמת עטליכע סיבות, ס'עיקר סיבה איז געווען, כאמיר נישט געזוכט קיין אומאיינגענעמע סיטואציעס, אויב וועט דער אנטיסעמיט מיך פרעגן פארוואס מיין אכט יעריג אינגל האט נישט קיין באסטער קאר סיט, וואס כ'ווייס נישט פונקט וועכער אנטיסעמיט האט אויסגעטראפן אט דעם רשעות'דיגן בענקל, וואס אויסער אויף אויפנעמעןספעיס אין קאר, ווייסעך נישט וואס עס איז געמאכט געווארן פאר.און נאך אזעכע ענליכע שאלות בינעך נישט בערייט געווען מיט א גוטן תירוץ, סאו כאנישט איינגעשטעלט. ווינדער איבער ווינדער, כאנגעהויבן מערקן אז קארס קענען פעסן, ביז היינט האבעך נאר געמערקט אז קארס קענען געפעסט ווערן.

קומער אזוי אן באישון לילה, די זיבעלעך שוואגערס האבן אונז שוין אפגעווארט דארט מיט איין שמחה, אהה דא איז דיין באנג, דא איז דיין, בקיצער זיי זענען געווען ווי אין קעמפ ווען די בחורים קומען אן. דער עלטערע צווישן זיי האט מיך שוין געווארנט, דא פאר נישט און דארט טרעט נישט, אמער, די פייפס קענען פלאצן.. ווי וואס ווען? ער האט עס אויסגעדמיונ'ט מסתמא מיט אן אנדער זיבעלע. מ'האט זיך אויסגעפאקט, מ'קען זיך נישט אפרעדן, עס איז געווען צוויי באנג בעטן, מיט צוויי געהעריגע. א לייטישער הכנות בענקל, און א שויער'ל צו די זייט. א רעגולער קלאזעט, און עטליכע בענקלך צו כאפן א זעץ. בקיצער, פאר דעם פרייז וואס איך האב געצאלט איז עס זעהר בע'טעמ'ט געווען.

דעם ערשטן אינדערפרי פארשטייט זיך זעמיר אויפגעשטאנען אביסקעלע שפעטליך, עטליכע פון די משפחות זענען אנגעקומען שפעטער אינדערנאכט, און ווער זאל זיי אפווארטן א_נישט סאכדעס. און אז מ'איז שוין יא אויף געווען, האט דער דאיען זיך געזעצט לערנען, און אויך גערופן דעם קעניג אויף איזרעיל. אזוי אז פאר דרייע האט די בעט נישט געהאט קיין זכי' צו זעהן דעם דאיען. נו זעמיר אויפגעשטאנען צום זמן קרי"ש, פון דארט ביז'ן דאווענען האט שוין גענומען, אבער ווער יאגט זיך דען? כ'מיין מ'ארבעט נישט היינט. שרעקט אייך נישט, די רשעים די גוים האבן עס נישט געמערקט, זיי האבן גערופן פונקט א_ווי א טאג פריערט, אבער אויף דעם האמיר שוין אן הבטחה, כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים. אלעס וועט מען זיך נאך אפרעכנען מיט זיי, אוי באשעפער, מאך עס שנעל.

דער קאנטרי מנין האט שוין געהאט אפגעדאוונט, האמיר געהאט אן אפשן צו פארן צו א נאנטן קאנטרי/קעמפ אדער גיין צו די אנדערע אין די געגנט וואס איז מער צענטראל. דער דאיען האט דוקא יא געוואלט גיין צו א צענטראלער ס'מעדרעש. און הך כוה, מ'זעמיר צוגעפארן צום צענטראלן ס'מעדרעש, דארט האט זיך געווירבלט א גרויסער ציבור,. זה בכה וזה בפוי יעדער מיט אויסגעשלאפענע באקן, אן די מינדעסטע דאגות, דער גייט מיט א דאשיק, און דער צווייטער מיט סענדלס, כ'זאג ענק, כ'האב פלעין געקוואלן פון די מראה. (נישט אז די קוואל וואסער האט געהאט אנאנדער מראה, נאר די מקוה וואסער איז געווען רעגולער חסידי'ש געהעריג שמוציג, אן א פילטער באכאשעם.) נאר פון דעם עצם קאנטרי-רואיגקייט, וואס נאכן צאלן קרוב צו צען טויזנט דאלער - וואס מ'האט נישט - פאר די צוויי חדשים, איז מען רואיגער ווי רואיג. כ'קלער איצט צו מיר, אז מסתמא האבן זיי דען א ברירה? שוין יא געצאלט, דאס געלט איז סייווי נישט דא, זאל מען כאטש הנאה האבן, איז מען בעל כרחך זארג-לאז. כ'קלער אז מיט דעם קעמען פארענפערן דעם בעל כרחך יענה אמן פונ'ם שלעכטן מלאך, פון פרייטאג צונאכטס. אבער דאס העליך שוין לאזן פאר'ן נעקסטן קרעפל פשעטל. יאכער, זאלסט מיך דערמאנען, איא?

איך ווי א יצמח, (נישט פורקניה) האבעך זיך מיטגעשלעפט א גרויסע באד האנטוך. למעשה האט עס נישט אויסגעפעלט, דער זיסער שמש דארט האט אלעס צוגעשטעלט. אז כ'רעדט שוין פונ'ם שמש, מוז איך מקדיש זיין (נישט מיט קיין רינגל) אפאר ווערטער בשבחו. מיר ווייסן דאך שוין פון שאצי פאצי די גרויסע עבודה פונ'ם שמש/מקוה איד, דער סיזער האט אריינגעארבעט אויפצוארבעטן דאס פלאץ אימערמידלעך, אזש ס'איז א געשמאק אריינצוטרעטן אין דעם רענאווירטן מקוה. עניוועי, יישר כוח שמש, אויב וויסטע א סימאן, וועליך דיר געבן. פרעגסט מיך מיין נאמען, האבעך דיר עס געזאגט, און תוך כדי דיבור זאג איך דיר, מסתמא וועסטו גארנישט האבן דערפון, אבער אז דו פרעגסט זאגעך גערן. און פארוואס קלערט איר אז ער האט געפרעגט? ער אידאך נישט פון די נודזשי אידן, נאר ווען דער דאיען קומט מיט די גאנצע פמליא, ווערט אזא רודערייי, אזש ס'פרעגט זיך ווי פון זיך אליינס. למעשה, האט דער זיסער שמש צוגעשטעלט האנטוכער אויפן פלאץ, אימיר געווען א שאד צו נוצן דאס מייניגע, בפרט ווען כ'דארף עס נאך אויף שפעטער.

נאך די מקוה, איז שוין געווען קרוב צו א שעה נאנט צו חצות, האמיר זיך געשטעלט דאווענען, פארשטייט זיך געווען בעיביסיטער, האבעך שוין אינאיינוועגס געברויכט דאווענען כראוי, א_נישט העליך דאך זיין מן המתמיהים. אזוי אישוין דורך נאך א האלבן טאג.

רבותי, כ'קוק צוריק, עס זעהט מיר נישט אויס אזוי גוט, כ'האב שוין נישט קיין צייט איצט, כ'וועל מוזן ממשיך זיין א צווייט מאל. מ'זעמיר נאך אפילו נישט אנגעקומען צו די פשט פונ'ם קאפל, אבער וואס קעמיר טוהן. ווער עס איז אינטערסירט אויף א פארזעצונג, זאל זיך מעלדן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס, דו ביסט גוט, פארפאלן, דרייסטעך לעצטענס דא טאקע ווייניג, אבער דו באצאלסטעס אין קערעקטער'ס אין איין ארטיקל. כ'האב היבש הנאה געהאט.

און צו איך בין נייגעריג פאר די אנדערע העלפט? ווען מ'מעג ווען זאגן ליגענט, וואלטעך דיר געזאגט אז ניין, און קיין מורא וואלטעך נישט געהאט אז דו וועסטעס נישט שרייבן, ווייל כ'קען דעם דאיען גוט, אז אים קוועטש עפעס אין בויך, וועטעס נישט דארט בלייבן, אבער אזוי ווי מ'מעג קיין ליגענט ניט זאגן, מוזעך דער זאגן דעם אמת, יא איך ווארט אויף די צווייטע העלפט.

יישר כחכם.
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

שכוח סאכדעס, אוודאי ווארט מיר דורשט און מיט שפאנונג אויף די פארזעצונג.

אגב, פון ווי האט דער דאיען געוויסט אז איך שלעפ זיך מיט אייביג מיט א גרויסע באד האנטוך?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

סאכדעס, מ'גיימער זיך שוין פארבינדן מיט דיין משפחה אויף אן ערלויבעניש אז די זאלסט פארבלייבן אין די קאנטרי גאנצע צען וואכן. כ'ווייס נישט ווי גוט דאס איז פאר דיר, אבער פאר מיר איז דאס אן אויסערגעוונעליכער אפרו, דאס זיצן און ליינען די פערל ווערטער וואס גיסן זיך פון סאכעדס'סעס פינגער'ס איז עפעס כמים סאכדעס על קרעטשמע עיפה.

און גיב א קוק, די קענסט רואיג פארבלייבן דארט אויף נאך צען וואכן און קיין פראבלעם פון עס-צייג וועסטו - גלויבעך - נישט האבן. אויב קוקט מען גוט אויף די ליסטע וואס יעדער האט מיטגעבערנגט זעהט מען אז יעדער איינער, אן קיין אויסנאם, האט מיטגעבערנגט נאכאמאל און נאכאמאל די אלע טעלערס לעפלעך און גאפלעך [איז אינקלאדעט]..

קודם זענען מיר שוין געוואויר געווארן נאך א זאך איבער סאכדעס. נעמליך דער סאכדעס איז א פאלגזאם קינד, וואס מ'זאל אום הייסן, צו וועלכע צייט אלץ ענטפערט ער אמן. דאס ווייבל דאף דאס, קיי, מגיימער דאס קויפן. זי ברויך יענץ אויך? אויב שרייט זי לויפט מען און אז נישט גייט מען פאמעליך, אבער גיין גייט ער..

יעצט איז אזוי, דיין פעטער קען איך נישט צו גוט, כאטש איך גלייב דיר אלעס אויפן ווארט, אבער א פופטין-פאסענדזשיערער-ווען קען איך יא אביסל און אפילו די וואלסט געוואלט פארן שנעלער ווי פינעף העכער די ספיד וואלט דיר עס נישט געגאגנען.. גלייב מיר.

מיר האלטן שוין אין מקוה, מיר האלטן שוין אט אט ביים שויער און דא בלייבט ער שטיין. איך פארשטיי מיך אינגאנצען נישט, בעסער געזאגט דיך נישט, ווי איז דיין באנדאזש? כ'מיין צו זאגן, ווי איז דיין מענטשהייט? לאזט מיך אזוי אינמיטן וואסער אנא טאטפל'ס? אהההההה, איך זעה שוין, ער זאגט אז ער גייט ממשיך זיין א צווייט מאל, אקויי, דאס איז שוין גוטע נייעס, דער דאיען גייט שרייבן נאכ'אן ארטיקל. גוט , עס לוינט שוין אלעס.

אויב פרעגט מען ווער עס איז איטערסירט פאר א פארזעצונג הייבעך יעצט אויף מיינע ביידע הענט. ווי וואנט מאר!

סאכדעס, יו אר סטיל די בעסט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סאכדעס, איך ווארן דיך! איך גיי שוין נישט אין שאוער זינט דיין ארטיקל... לאז מיך נישט ווארטן מיט אלע שמוץ ביז דו דערמאנסט דיך צו שרייבן דעם פארזעצונג. איך ברויך דאך וויסן וואס גייט פאר מיטן בונדאש אין די שאוער.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יצמח האט געשריבן:שכוח סאכדעס, אוודאי ווארט מיר דורשט און מיט שפאנונג אויף די פארזעצונג.

אגב, פון ווי האט דער דאיען געוויסט אז איך שלעפ זיך מיט אייביג מיט א גרויסע באד האנטוך?


1) אוודאי ווארטן מיר מיט דורשט..
2) זיך אייביג מיט...


יישר כוח פאר די גוטע געפיל וואס דו האסט מיר גורם געווען.

דו פרעגסט פון וואו איך ווייס? פון וואנעט ווייסט מען אז יעקב אבינו איז געגאנען מיט א שטריימל? ס'שטייט אין פסוק: ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה... האסטו דען געזעהן א איד פארן אן א שטריימל? אלא מאי מוז דאך זיין אז ער איז געגאנען מיט א שטריימל. האסט דען שוין געזעהן א יצמח מיט א קליינע בוד-האנטוך? אלא מאי מוז זיין, פיר אליינס אויס.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך_הער האט געשריבן:סאכדעס, דו ביסט גוט, פארפאלן, דרייסטעך לעצטענס דא טאקע ווייניג, אבער דו באצאלסטעס אין קערעקטער'ס אין איין ארטיקל. כ'האב היבש הנאה געהאט.

און צו איך בין נייגעריג פאר די אנדערע העלפט? ווען מ'מעג ווען זאגן ליגענט, וואלטעך דיר געזאגט אז ניין, און קיין מורא וואלטעך נישט געהאט אז דו וועסטעס נישט שרייבן, ווייל כ'קען דעם דאיען גוט, אז אים קוועטש עפעס אין בויך, וועטעס נישט דארט בלייבן, אבער אזוי ווי מ'מעג קיין ליגענט ניט זאגן, מוזעך דער זאגן דעם אמת, יא איך ווארט אויף די צווייטע העלפט.

יישר כחכם.


1) וואס באלט דיר פיי? ווייל איך לאז דיך מיט די צונג אינדרויסן???

2) דיין פשט'ל איז ראוי לשבח....
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

צייטליך האט געשריבן:סאכדעס, מ'גיימער זיך שוין פארבינדן מיט דיין משפחה אויף אן ערלויבעניש אז די זאלסט פארבלייבן אין די קאנטרי גאנצע צען וואכן. כ'ווייס נישט ווי גוט דאס איז פאר דיר, אבער פאר מיר איז דאס אן אויסערגעוונעליכער אפרו, דאס זיצן און ליינען די פערל ווערטער וואס גיסן זיך פון סאכעדס'סעס פינגער'ס איז עפעס כמים סאכדעס על קרעטשמע עיפה.

און גיב א קוק, די קענסט רואיג פארבלייבן דארט אויף נאך צען וואכן און קיין פראבלעם פון עס-צייג וועסטו - גלויבעך - נישט האבן. אויב קוקט מען גוט אויף די ליסטע וואס יעדער האט מיטגעבערנגט זעהט מען אז יעדער איינער, אן קיין אויסנאם, האט מיטגעבערנגט נאכאמאל און נאכאמאל די אלע טעלערס לעפלעך און גאפלעך [איז אינקלאדעט]..


איך רוף היינט אן מיין רביצין שוין עטליכע מאל, כ'ווארט צו הערן פון איר א ווארט, און גארנישט. כאמוירע אז דו האסט זיך נישט פארבינדן..... דערווייל איניש דא קיין ערלויבעניש.

צייטליך האט געשריבן:קודם זענען מיר שוין געוואויר געווארן נאך א זאך איבער סאכדעס. נעמליך דער סאכדעס איז א פאלגזאם קינד, וואס מ'זאל אום הייסן, צו וועלכע צייט אלץ ענטפערט ער אמן. דאס ווייבל דאף דאס, קיי, מגיימער דאס קויפן. זי ברויך יענץ אויך? אויב שרייט זי לויפט מען און אז נישט גייט מען פאמעליך, אבער גיין גייט ער..


א זאך וואס איך האב אויך נישט געמערקט ביז היינט....

צייטליך האט געשריבן:יעצט איז אזוי, דיין פעטער קען איך נישט צו גוט, כאטש איך גלייב דיר אלעס אויפן ווארט, אבער א פופטין-פאסענדזשיערער-ווען קען איך יא אביסל און אפילו די וואלסט געוואלט פארן שנעלער ווי פינעף העכער די ספיד וואלט דיר עס נישט געגאגנען.. גלייב מיר.


1) קענסט איהם מסתמא יא גאנץ גוט.
2) טעות גדול, יאך זאג דיר דאך, כ'פלעג דאך דאס אסאך נוצן, 85 - 95 מפה, האט עס רואיג דורכגעמאכט.

צייטליך האט געשריבן:מיר האלטן שוין אין מקוה, מיר האלטן שוין אט אט ביים שויער און דא בלייבט ער שטיין. איך פארשטיי מיך אינגאנצען נישט, בעסער געזאגט דיך נישט, ווי איז דיין באנדאזש? כ'מיין צו זאגן, ווי איז דיין מענטשהייט? לאזט מיך אזוי אינמיטן וואסער אנא טאטפל'ס? אהההההה, איך זעה שוין, ער זאגט אז ער גייט ממשיך זיין א צווייט מאל, אקויי, דאס איז שוין גוטע נייעס, דער דאיען גייט שרייבן נאכ'אן ארטיקל. גוט , עס לוינט שוין אלעס.

אויב פרעגט מען ווער עס איז איטערסירט פאר א פארזעצונג הייבעך יעצט אויף מיינע ביידע הענט. ווי וואנט מאר!


כ'נעם אן דיין וואוט.

צייטליך האט געשריבן:סאכדעס, יו אר סטיל די בעסט!


דאס איז א קאמפלימענט, וואס איך האב זיך נישט גערישט. יישר כוח
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער האט געשריבן:סאכדעס, איך ווארן דיך! איך גיי שוין נישט אין שאוער זינט דיין ארטיקל... לאז מיך נישט ווארטן מיט אלע שמוץ ביז דו דערמאנסט דיך צו שרייבן דעם פארזעצונג. איך ברויך דאך וויסן וואס גייט פאר מיטן בונדאש אין די שאוער.


חחחח קרעמער, האסט מיר געקאסט אן אויספלאץ....

קענסט גיין אין שויער, כאניש גערעדט פון דיין מקום מנוחה, כ'רעדט פון עטליכע מייל אהינצו.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אן איידיע פון פארמערן תגובות, מיר איזעס נישט פייגעבאלן.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך_הער האט געשריבן:אן איידיע פון פארמערן תגובות, מיר איזעס נישט פייגעבאלן.


מיר איז עס בכלל נישט פייגעבאלן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סאכי,
דער אטיקל איז געוואלדיג [אלעס אינקלאדינג] איך האב שוין א מושג (איך האב עס געבראגט פון מיין זשינזשי ברודער) וואט סאכדעס איז אלל עבאוט, ממש א באנדאזש פון חן (חחחח).

דיין פעטער מיט'ן בערדל (פון ווייס איך אז ער האט א בערדל? קודם ווייל דו האסט געשריבען אזוי, נאכדעם ויצא יעקב בלא בלא בלא) איז ממש (עכט טאטיש נאר ס'פאסט [מל' פאסיג/הויזן טראגער (שלעקעס)] נישט זאג איך ממש) א צדיק, אפשר איז מאשקע אויך דיין פעטער (וואס?) ער איז דאך אויך א צדיק?, אה נישט אלע צדיקים זענען דיינע פעטערס, נאר אלע דיינע פעטערס זענען צדיקים.

ביסט ריזיג (כ'מיין נישט אין געוואוקס, אפשר יא, אבער גילוי שעלט)
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

סאכדעס, וויסן זאלסטו אז לויט מיין היצטיגן צושטאנד בין איך כלל נישט אין די גוסטע דיר אפצוקלאפן א יישר כח. פשוט כ'בין אויפגעשטאנען היינט אויף די לינקע זייט, און אלעס גייט מיר אזוי מיטן עוקץ ארויף. דאנק אין גימ"ל-טי"ת פארדעם. נאר וואס דען? זיץ איך מיר דא אין מיין כאטקע און כ'לאך. פרעגן מיר די כותלי הכאטקע, אזוי מיט ווינדער, "למה זה צחקה זארעך" [גיי ווייס פארוואס זיי פרעגן 'צחקה', בל' נקיבה? כ'טראכט אז ס'בלויז א מליצה, ולישנא דקרא נקיט. סאכדעס וואס זאגסטו, ס'קען זיין?]. ענטפער איך זיי "כי צחוק עשה לי מיללער בזה, וצחיקה גוררת קריאה, וקריאה גוררת תגובה".

סאכדעס, סאכדעס, בעסער וואלט פאר מיר נישט געקענט זיין אין אזא טאג ווי היינט. ווי האט יענער געזאגט? 'העכעייסאנע!'

גלייב מיר בנאמנות, די ווערטער קלאפן זיך מיר עפעס נישט. כאטש וואס איך האב שוין, מחמת חביבות, איבערגעליינט דיין ארטיקל א צוויי מאל, איז נאך אבער איבערגעבליבן אין מיר עפעס אזא שמץ ושמוץ פון... פשוט די ווערטער ביכער פון מח איז פארקלאפט, ס'קומט מיר עפעס נישט ארויף גארנישט. זילטש, פארהאקט, פארקנאקט.

וואס איך וויל נאר פארשטיין איז עטליכע זאכן:
קודן, כ'פארשטיי נישט. ביי דיין שווערס פאמיליע פירט מען זיך אז נאכן ענדיגן דעם טעללער דינען די עסצייג אלס קינוח סעודה? אזוינס?! אזוינע פאני מענטשן? זאג ז'א'ס'נישט געזונט צו עסן עסצייג, ס'קען חלילה וחס בלייבן שטעקן אינווענדיג.

דערנאך, וויל איך דיר זאגן א קיינעהארע. ביי אזויפיל קינדער שרייבט מען שוין געווענדליך נישט ארויס, און דאס איז שוין אויסער דעם בחור'ציק שוואגערל דארט. קיינעהארע.

וואס שייך צו זאגן וועגן דעם פיפטין ווען? דאס איז דאך שוין, ווי מ'זאגט, דערציילט אין פריידן אנטקעגן דיינע הונדערטער גראסעריי באזוכן אין דעם איינעם טאג.

יא, וועגן מאשקע מיט יוספלען האב איך נישט געקאפטשעט. הילף ביטע.

און וועגן דעם קעפל העליך מוזן ווארטן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איינער האט די פייער און וואסער אשכול?! כ'ברויך עס וויכטיג. מיללער האט נארוואס אהערגעגעבן א גוט'ס, ברענגט עס אהער...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכפעפער האט געשריבן:גלייב מיר בנאמנות, די ווערטער קלאפן זיך מיר עפעס נישט. כאטש וואס איך האב שוין, מחמת חביבות, איבערגעליינט דיין ארטיקל א צוויי מאל, איז נאך אבער איבערגעבליבן אין מיר עפעס אזא שמץ ושמוץ פון... פשוט די ווערטער ביכער פון מח איז פארקלאפט, ס'קומט מיר עפעס נישט ארויף גארנישט. זילטש, פארהאקט, פארקנאקט.

יא, וועגן מאשקע מיט יוספלען האב איך נישט געקאפטשעט. הילף ביטע.

און וועגן דעם קעפל העליך מוזן ווארטן.


1) זארעכ, דארפסט זיך נישט פארענפערן, כ'נעם עס אן אזוי אויך. יאך פארשטיי דיך און גוט, כ'ווייס וואס עס מיינט ווען מ'זעצט זיך קלאפן, אוןאלעס איז פארקלאפט.

2) אוקיי, איך האב געטייפט אויף אן יו-עס-בי, און לכבוד דעם האט זיך עס נישט גוט געסעיווט. דער גוגל דעסקטאפ האט למעשה יא געקאנט לייענען דעם טעקסט, אזוי האבעך עס געראטעוועט. האט מיך מאשקע אויסגעלערנט, אז איך זאל קיינמאל נישט טייפן אויף א יוספעל, ווייל עס קען פאסירן וואס עס האט פאסירט. נאר טייפן געהעריג אין קאמפיוטער, און דאן עס סעיווען צום יוספל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

צייטליך האט געשריבן:איינער האט די פייער און וואסער אשכול?! כ'ברויך עס וויכטיג. מיללער האט נארוואס אהערגעגעבן א גוט'ס, ברענגט עס אהער...


ווען דו זאלסט ווען שפירן דאס זיסקייט פון מיללער'ס תגובה, וואלסטו זיך נישט אזוי אויסגעדרוקט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

סאכדעס, דאנקע שיינע. אזא שנעלע ריספאנד WOW, שקויעך שקויעך.

איין מינוט, דו פארשטייסט מיך? כ'מיין, אממ,,, דו האסט אויך אזא מעונן וסת? פשיהא, נישט געוואסט...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיר פארשטייען אלעס זייער גוט (פארשטייט זיך נאכן אפליינען דיין ארטיקל) אבער פארט ווען מ'ליינט עס גלייך באלאנגט ער אהין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעך, אזא שנעלע ריספאנד WOW, שקויעך שקויעך..
דער תירוץ איז: יא, און נאך ווי

צייטליך, ר'לעדיגט...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

בדרך מילער וזרח אלך.

די קירי הביידעלע פרעגן מיר נארוואס אצינד, למה זה גלגלה בני היכלא, ולא די שגלגל את עצמו, גלגל עמו כל השלחנות והכסאות, ונזרקו עמהם ארצה, כל המזלגות והכפות, והסכינים גם הם נשארו תחובים בקרקע שבע פעמים כדין.

די גגי הגעצעלטעלע שואלין לעומתן וזה לזה תמהין ושיילין, מנאן ומאן היא סאכדעס רחימך, דארום בגיניה קא צחקת טובא וחייכת בסגיאה יתירא כגון דא.

אבער נישטא ווער ס'זאל זיי עפעס ענטפערן... דער נשאל, דראפעט זיך אויף דער ערד, קוילערט זיך און קאצקעט זיך אן אויפהער, און איז נישט באזוך גענוג צו קענען ענטפערן אויף די הימל-שטימעדיגע פראגעס...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

בני, ריזיג שבריזיג.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בני היכלא האט געשריבן:בדרך מילער וזרח אלך.

די קירי הביידעלע פרעגן מיר נארוואס אצינד, למה זה גלגלה בני היכלא, ולא די שגלגל את עצמו, גלגל עמו כל השלחנות והכסאות, ונזרקו עמהם ארצה, כל המזלגות והכפות, והסכינים גם הם נשארו תחובים בקרקע שבע פעמים כדין.

די גגי הגעצעלטעלע שואלין לעומתן וזה לזה תמהין ושיילין, מנאן ומאן היא סאכדעס רחימך, דארום בגיניה קא צחקת טובא וחייכת בסגיאה יתירא כגון דא.

אבער נישטא ווער ס'זאל זיי עפעס ענטפערן... דער נשאל, דראפעט זיך אויף דער ערד, קוילערט זיך און קאצקעט זיך אן אויפהער, און איז נישט באזוך גענוג צו קענען ענטפערן אויף די הימל-שטימעדיגע פראגעס...


כאלי, קורץ טאקען, אבער החייתני.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

והאופנים וחיות הקודש מתגלגלים כגלגל המתגלגל, וזה לעומת מתגלגלים לעומת הכסא!

ווען גלגלים וואלטן זיך מתגלגל געווען אזוי ווי איך דא אויף די רצפת הכאטקע, וואלט איך זיך פון גרויס גלגול מנשק געווען מיט קרעמער'ן אין קאנטרי... מיט אזא שנעלע אימפעט האבן זיך געדרייט דא די גלגלי הצחוק, אנגעהויבן פון דעם ארטיקל זעלבסט ועד בני היכלא'ס תגובה.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אנגעהויבן פון די גלגל יומי, וואס האט מגלגל געווען די עננים, און מלגלג געווען מיט לגלג .... אויף די אטמאספערע פון אונזער האניג-אויסגיסער, און זיין אויסלעקער... און אונז פארוואנדלט אין ליינער פון וואלקן-מוט'יגע סקריבלערייען, און געענדיגט מיט די תמיהות'דיגע קלאץ-קשיות, פון די כאטקעס ביידלעך און געצעלטן, זעמער אלע ביינעזאם פארווירקליכט געווארן במקשה אחת של גלגל, עד שנעשינו גלגל של עצמות יבשות שנעשים רטובות, ונתחייבנו גלגול שבועה מדרבנן, לומר, כשם שגלגלנו במאמר זה, כן נתגלגלנו במאמרות אחרות, ובכל התגובות שבאו אחריו, בכולן נתגלגלנו בהון, ונתלגלגנו בהון כל כך, שמרוב הגלגולי נשמות, נשברו עצמינו ורגלינו, והוצרכנו לילך בעזרת כסא גלגלים, ואז נפקחו עינינו וראינו כמה גדולים מעשי יואל, שהזהיר לבלי ליסע בגלגליים.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מיום עננים זה עהההד יוים (מיט א צי אויף ארויף) עננים הבא עלינו [ויש גורסין מיום עננים זה עד יום עננים העבר עלינו], בכולהון אתגלגלנא בהון...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”