א בער ! !

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

א בער ! !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם הגומל לחיבים טובות שגמלנו כל טוב.

ברוב שבח והודיה, צום איין איינציגער באשעפער פון דער גגאאאנננצצצעעעררר וועלט, הזן ומפרנס, וואס ער פירט דער וועלט, און ער טוט אלעס אליין,
נאך פאר איך פארפאר,- איך האב נישט און פלאן צו פארפארן- וויל איך אייך מודיע זיין אז עס איז נישט קיין קרעטשמערישע ארטיקל,
עס איז פשוט א גוט פלאץ ווי איך קען מיך אביסל אויסגעבן, און פאר דעם בין איך דא, קיינער מוז עס נישט ליינען,
עס וועט לכאורה האבן א מיליון מיט איין מיסטעיקס( כרגיל)

איז אזוי די מעשה, קודם ברויך איך אנהייבן מיט אן הקדמה,-איך הער, האמער געשמועסט אז מען גייט זיך פארהערן, נישט אזוי?
סאו אן הקדמה מוז איך פון ערגעץ אפירקראצן.

י'שמחו ה'ליינער'ס ו'תגל המגיבים, אויף וואס? פרעגס מיך נישט, איך האלט מיין איידענדיטי זייער קאנפידענשאל, סאו צופיל פרטים קענעך נישט ארויסגעבן,
ווי באוויסט געפינט זיך יעצט די משפחה דארטן בין המאסקיטאס, אויף אפרו, צוליב די הייסע זומער טעג, און די חביר'טעס,

יא נישט צו פארגעסן די הערליכע באזוכן, זיי וועלן עס דארפן אליינס באשרייבן, נאר אויפן שפיץ דשילעט-וואס מען האט נארוואס געקויפט,
צו זיין א פותח באקסעס,וקוצץ טעיפ, כדי צו בלייבן מיט די פאלטשע צאן, פאר די כזיתים, וועליך עס אראפברענגען און נאטיצן,

צום ערשט, דעם היינטיגער באוויסטער מלמד/גבאי/זינגער/רעבעלע/בעל תפלה/מקוה איד און ווייסעך וואס נאך, דאס איז געווען מורא'דיג דראמאטיש,
רבותי נאכן שמועסן פון אלע שטותים, בינעך געוואר געווארן, אז ער קען נאך זאכן, און מיינטס נישט אז ער האט מיר עפעס אויסגעזאגט, ניין עס פעלט נישט אויס,
איך אייך פארציילן, עס איז נאך געווען פארן גילוי אלערט, און איך דערזעה מיך מיט איינעם וואט האט טאלאנט, וואס מיינט איר? איך זאג נישט ווער דאס איז,
ווייל איך וואלט עס נאך געברויכט פעסטשטעלן מיט די מנהלים, אבער נאו איז דע טיים אווער, יא שעינע באתפילה געוועזן,

און מיינע זכרונות שטיקן מיר ווען עס קומט מיר אויף די טרערן, ביים זיך טרעפן מיטן אאאמממ....וויזוי רופט מען אים יעצט? ער איז נאך און ווילעדש אפיס?
כ'מיין אוועל אפיס? יא אבער לאמיר צוריק גיין, ווי מען האט דעמאלט געהאלטן,
יא, עריז נאך ראש הקהל געווען-מאשקע, כ'מיין אז עס איז פון די לעצטע מאל וואס די באקומסט דעם טיטול פאר 6 חדשים,
ווען איך האב נאך געזעהן מלך ביופיו, מיט זיין אייגענארטיגן שמייכל, מיט אידישן צורה, מעוטר בתפילין דר"ת (לייקן נישט, עס איז דא בילדער)
און ווי רואיג עריז געווען אז דער בחור וועט אים נישט באזיגן, די צווי מיניטידע רייד, ביז די דריטע גאזאלין סטאנציע, מיטן האמער, און די סעקיוריטי קעמרע'ס,
די אויסקלאפן יעלה ויבא מיטן וואדקע באטעל, און וואס עס האט פאסירט ווען שמערי האט אריינגערופן מיט די ביטערע בשורה,
יו לאך איך, ווען איך דערמאן זיך וויזוי דער אומבאחנטער, באבלאזענער, וואס קיין אנונג האט ער וואס טוט זיך מיט אימען, קומט אן דאנערשטאג אויף דער נאכט,
און רופט זיך איך מיין אז איך ברויך פארלירן אביסל, און מיט אראפגעלאזטע שיך זיך אנגערופן, זאלסט עס בעסער נישט שפירן,
און יא איך האב אים געכאפט לערנען אויך, אההה מה נהדר היה........

צייטליך האט קיין צייט נישט געהאט, ער האט דאך נאך געוואלט כאפן קרעמער'ן, האסט אים סייווי נישט געכאפט.......

אבי מלעיבט, ווער קען אים? זאליך ארויפלייגן דעם גאנצן קאנווערסעישאן וואס מיר האבן געהאט אויף טעקס? אקעי דעס וועל איך יעצט אויסלאזן,
ביניך אים שוין געגאנגען באזוכן, יא טירחא ד'הענט, וטירחא ד'שמייכלן, זאג נאר, דיינע אויגן האבן זיך שוין בארואיגט פונעם קוקן שיף?
שוין נאכן רעדן און באבלען פון אפאר זאכן, ומי יבוא בסוד קדושים -וואס דען? גיט ער מיר אזא שטויס אוועק, עהה דעס איז נישט אזוי שיין געווען,
חחחחחחחחחח יו לאך איך, א האלבע שיך איז געבליבן ביי מיר,

שר התגובות, דא בינעך געווארן קאלער בליינד, יאך האב אים געכאפט שוין נאכן צווייטן בילקע, ביי די בילקעלע סעודעניו, נאך א גאנצע געטענעריי, זעמיר צו גארנישט צוגעקומען, צום באוואודערן האט זיך שוין עס אנגעפאנגן מיט אפאר שעה פריער, ווען איך רוף אים, זאגט ער רוף א צווייטן, איז דאס מענטשליכקייט? פליז, גיוו מט א ברעי-אפ. ביז מען שלום געמאכט, אז מען וועט זעהן פון היינט צופרי.

שוין נאכן אפגעבן מזל טוב, געכפט דעם שפאציר, די רעבעצין האט שוין פארשאפט איינעם צו היטשען מען פארט אהיים.

המשך יבוא
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חחחחחחח איך לאך פלעין ווייל עס איז פאני געשריבן, גוטע מליצות שיינע לשונות, די מאנסע הייבעך נישט אן כאפן, ספעציעל מוטשע איך מיך מיטן בער קעפל, אבער ברוכ'ל, כאב זייער געלאכט ענד איי או יו עי טענקס פאאר דעט.

יישר כח, קיפען קאומינג.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ברוך'ל, גאו עהעד, איין זאך נאר, כאפארגעסן צו קוקן ביי וועלכען נאמבער כ'האב אנגעהויבן היינט.

און יא, דיין הספד אויפן בער, איז עפעס מודא'ריג.
ביי ביי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביי ביי »

ער וויל ווערן ראש הקהל שרייבט ער שטיסים..

עקסעלענט!
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

מי שיגמלך כל טוב, הוא יגמלך כל טוב סלה... סלה... סלה...

ברוך; עי יו - ווי הייב איך אן? איך וועל מיך קאנצטעטירן אויף איין נושא. לאמיר נאר אפיר נעמען די ברילן, איך בין באלד צוריק.

דערווייל זיי ממשיך... טענקיו!

*
ביי ביי האט געשריבן:ער וויל ווערן ראש הקהל שרייבט ער שטיסים..
עקסעלענט!

העעי איך האף די מיינסט נישט מיר, אויב יא זאל מקויים ווערן די פסוק, "והנאר יצוא ממקוה", אויב מיינסטו יא מיר, דאן זאג איך: גיי שמעק א וואנט! :lol:
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ברוך...
מיינסט טאקע מיר?
אויף מיר בענטשס'טו גומל?.....
זיי ממשיך.....
כה לחי....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביי ביי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביי ביי »

אלטעבחורל האט געשריבן:
ביי ביי האט געשריבן:ער וויל ווערן ראש הקהל שרייבט ער שטיסים..
עקסעלענט!

העעי איך האף די מיינסט נישט מיר, אויב יא זאל מקויים ווערן די פסוק, "והנאר יצוא ממקוה", אויב מיינסטו יא מיר, דאן זאג איך: גיי שמעק א וואנט! :lol:

די וואנט שמעקט גארניט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיך מיינט ער זיכער...

ווער וויל הערן, א מעשה מיט בערן?

נישט איך! נישט איך!

כ'מיין (כ'האף) אז ער רעדט גאר פון מיין בלעקבערי!

עניוועי, די מעשה מיט'ן וואדקע באטל גייט אזוי:

כידוע ליודעי חיים, איז די בשורה הלא טובה איבער'ן פארלוסט אריינגעקומען עטליכע שעה בעפאר מערבית. דערפאר איז פארשטענדליך אז נאך אזא שווערן טאג בין איך געווען אביסל שו-שו.

הכלל, נאכ'ן שיעור גמ"ר, מ'שטעלט זיך דאווענען מעריב, ביז מ'קומט אן צו תמיד ימלוך עלינו לעולם ועד ועל כל מעשיו, וכאן אומרים חצי קדיש, תמצא בעמוד קפ"ז.
און איך האב געהאלטן א וואדקע פלאש אין די הענט און זיך געשפילט דערמיט. און פונקט אינמיטן קדיש (בערך), והנה און נינוה, דאס באטעל האט געצויגן מער צו דער ערד, און ארויסגעפאלן פון מיינע צוויי לינקע (לשון אבא) און לעכעריגע (לשון אמא) הענט, און געמאכט א קול רעש גדול אדיר וחוזק!

דאס גאנצע ביהמ"ד (נעה, נאר די מתפללים) האט זיך אויסגעדרייט צו קוקן מה קול הרעש.

אבער מאשקע פארלירט זיך נישט; בקול רם גיבט ער א שריי אויס: יעלה ויבא! זאל דער עולם מיינען אז כ'האב אויסגעקלאפט יעלה ויבא מיט א וואדקע באטל! וואס איז? מ'טאר נישט? ווייז מיר אויף!
An article a day keeps the babies away
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

וויסן זאלט איר, אז יעצט האט איך געענדיגט שרייבן דאס איבעריגע איבער שעה, ואיננו, חבל.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

ב"ה יעצט געטראפן, נישט איבערגעקוקט, היות שיצא, מתוך פרעשער עס צו ענדיגן, וכבר אמר ..........שגואות מי ישירנה
אקעי, יעצט געענדיגט דעם שיעור,געדאווענט מעריב,נאכנישט געקוקט אויב איינער האט שוין עפעס צוגעשריבן.

אנגעקומען אהיים (גלות ליידן) איז מען שוין גוט שפעט, והא ראיה, די נשים צדקניות, די שומרים פונעם קאלאני, זיינען שוין ניקס געזעצן אינעם עגול דבילה,
און שוין פון פריער אפגעשמועסט מיט א שותף(נישט און ביזנעס) אז מארגען זיבן אזייגער פונקליך גייט מען זיך ארויסלאזן און וועג,ער גייט רופן,איך גיי רופן, בקיצור,מען גייט זיך וועקן,
מען גייט און ס'מעדרעש דאווענען מעריב, לייענען קרישמע, מען מאכט זיך צורעכט, און מען זאגט המפיל, נישט פאר מען זאגט אן די עקרת, אז אנבאדונג זאל זע זעכער מאכן אז איך שטיי אויף גענוג פרי,

הכלל אז מען לייגט זיך ווי איד, שטייט מען אויף ווי א איד, און אז מען לייגט זיך שפעט, שטייט מען אויף שפעט, והך קאווע, דער רופער רופט איינמאל און נאכאמאל,
און ב"ה ביי די דריטע מאל האט זי זיך שוין אויפגעוועקט, נא, יעצט הייבט זיך עס ערשט אן, מען גייט אויפוועקן דעם כ'וויל נישט זאגן פונעם שינת הסוס, עס איז נישט פון די לייכטע זאכן,
און א אינערליכע שטימע און מיר שרייט WAKE UP איך זאג דיר נאכאמאל WAKE UP WAKE UP WAKE UP WAKE UP
און וואס מיינט עטץ, אוי האט דער שטן געכאפט א זעץ, אבער נישט פאר איך בין געווען און זיין נעץ, פאר נאך א האלבע שטונדע,
און נאכדעם ביניך שוין געווען אזא רץ כצבי, WOW נאך אפילו אריינגעכאפפט א מקוה, יא ב"ה שוין זיבן דרייסיג מען לאזט זיך ארויס און וועג, געגאנגן................

און אט האט דאס פאסירט, פארענדיג אויפן וועג, עס איז דאך שוין שפעט, מען דריקט אראפ דעם קנעפל אינטערן רעכטן פיס וויפל עס גייט, און פופס.... דא האט עס פאסירט,
א פאליציאנט, א פאליציאנט, עס גייט נישט אריין און האנט, (ווער קען די ניגון) יא, די קישקעס האבן זיך גענומען דרייען, די אויגן גלאנצן, און די קאפ שווינדלן,
מען טוישט די ריכטונג פונעם פיס, אויפן לינקן קנעפל, מען זיך זאגן לחש'ס און דע רעסט איז היסטערי, ער איז שוין געווען זייער מיד, עריז זיך פשוט געגאנגן אראפלייגן,
און מיט א צען סקונדן שפעטער, געט דער בעל דבר, כ'מיין בעל חי יא דער יונגעמאן וואס געזיצן נעבן מיר, און די פאדערשטע זיץ, געגעבן אזא קוויטש,
אז איך האב געקענט מיינען אז ער ליינט קרישמע, אבער עפעס אנדערש איז פארגעקומען,

באמת וואלט איך ווען יעצט געברויכט אנהייבן די מעשה פון אנהייב, איינמאל איז געווען מעשה, עס איז געווען א מיידל, זי איז געווען זייער א וואוילע מיידל, און זי האט געהייסן גאלדי לאקס......
איינמאל האט די באבע געוואלט מאכן דשעם, האט זי געהייסן פאר גאלדי לאקס זאל גיין פיקן בלובעריס און וואלד, און האט איר אנגעזאגט, גאלדעלע, ווען עס הייבט אן צו ווערן טינקל,
זאלסטו גראד אהיימקומען, און גאלדי לאקס האט זיך זייער געפרייט, און זי האט גענומען א האלצענע קאנטעינער, און אריינגעלייגט א פלעסטיג בעג אינסייד, (נא, נעם שוין אריין נאך א לעפל)

און עס האט אנגעפאנגן צו ווערן טינקל, אבער גאלדי האט געוואלט קלויבן נאר נאך א ביסל, ביז עס איז געווארן זייער זזזיייעעעעעעעררר טינקל,
און זי איז שוין געווארן זייער הונגעריג, און זייער מיד, און זי האט זיך גענומען זייער שטארק צו וויינען, ביז......פון דערווייטענס האט זי געזעהן עפעס א ליכטיקייט, איז זי אהינגעגאנגן,
און אריינגעגאנגן, האט זיך אנגעהויבן די מעשה פון די בענקלעך, פאדינג, בעטן, צו הארט, צו ווייעך, פונקט גוט, צו הייס, צו קאלט, פונקט גוט, כנודע,

ביז צופרי האט זי געהערט די איך וויל נישט זאגן וואס, רעדן איז זי ארויסגעטאנצן פונעם פענסטער, און ארויפגעקראכן אויפן בוים, ביז די פייערלעשער זענען אנגעקומען,
שטעלט זיך די פראגע,-יו איך ציטער נאך- ווי זענען די בערן געווען? אזוי לאנג אויפגעהאלטן זיך אויפן גאס? וועלכע חינוך איז דאס?
יא היינט צופרי, א ריזיגע שווארצע בער, ניטאמאל א פיס אוועק פון מיין מאשינדל, - יו ס'איז שרעקעדיג,- איך קען נישט טראכטן, יא אויף אלע פיר איז ער געלאפן,
נישט זיך אפגעשראקן פון מיינע פייפערייען (אלטער, יעצט ווייסטו שוין פארוואס מען ברויך א פייפער?) יא ער האט אזוי אריבער געקראסט די אלע ליניעס, אן קיין ספעציעלע אינצידענט,
און געלויבט איז דער הייליגער באשעפער וואס היט אונדז יעדע רגע, און די רגע האב איך געזעהן שלא כדרך הטבע, ווייל ווען איך ברעג ווען נישט פארן רשע מרושע דער פאליציאנט,
וואלט איך ווען געפארן, מיט א שנעלקייט, וואס איך וואלט אים לכאורה נישט געקענט פארמיידן, וואלט ווען געקענט זיין א קאטאסראפע ה"י יא, מיטן קריכן אויף אלע פיר איז ער געווען העכער א קאר,
ניין, איך קען מיך נאכנישט בארואיגן,

די מעשה איז נאכנישט פערטיג, ב"ה אנגעקומען בשלום און דער שטאט אריין, שטעלט מען זיך דאווענען, דער ואני ברב חסדך אבוא ביתך האט זיך גאר אנדערש געזאגט,
(איך האב געקלערט, אזוי ווי א דל"ת און א רי"ש זענען זיך מתחלף (יא?) איז נאך דער דב געשטאנען פאר מיינע אויגן, ואני בדב חסדיך, די חסדים וואס איך געהאט מיטן דב,
אבוא ביתך, קומט זיך אנדערש און שוהל אריין 9
און ביים עולה זיין קלער איך צו מיר, סאכדעס, פרעג אן ביים דייען אויב איך האב גוט געטאן,
אפשר גומל בענטשן ברויך איך נישט יעצט, אבער א ברכו פארן בורא דאס איז זיכער, קוקט אויס אז איינער דארט האט שוין געוויסט פון די מעשה,
אז נישט פארוואס האט ער ארויפגעצויגן די עליות? אבער נישקשה עס האט זיך אויסגעצאלט, איך האב געהאט גענוג באקאנטע פאר וועם צו טיילן, כהן, לוי, ישראל, הגבה, גלילה,חיקה

דער גבאי רופט מיך אויס, דער בעל קורא איז מורא'דיג ביזי, ער האט קיין אנונג וואס ארום אים גייט פאר, ווייל א מינוט נאכן ענדיגן די ברכה,
לאמיר נישט רעדן פון די בושות, פונעם אויפטוישן די ברכות, האט ער זיך געכאפט אז דער עולם ווארט, - א האלבער עולם איז שוין סייווי געווען גאגאנגן- ער ליינט פון בלעם בלק, פיין,
דא האט ער מיך אויפגערעגט, ער געט אזא ענדיג צו כי "ברוך" הוא, א מין חוצפה, האט ער נישט געזעהן דעם גילוי אלערט?
וואס מיינסטו מען ברויך עס ארויפקלעבן און אלע בתי מדרשים אזוי דער האב רחמנות...........

זאל דער אייבערטער טאקע העלפן אז מיר זאלן טאקע נאר וויסן פון כי ברוך הוא, אלע ברכות האמורות בתורה,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א מורא'דיגע מעשה! מיטן באשרייבונג האסטו לכאורה יוצא געווען דעם צריך לאודויי קמי עשרה (ברכות נ"ד ע"ב), פרעג אן ביי דיין מורה הוראה אויב דו דארפסט טאקע נישט גומל בענטשן בשם ומלכות.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ברון,
איי סטיל דאנט געט איט...דאז עניבאדי?

ביסט זיכער עס באלאנגט דא און דעם אשכול און נישט אונעם 'פאר פייער און וואסער' אשכול?
the SCY is the limit
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די מעשה איז א סגולה צו דערציילן פערציג טעג, צופרי און ביינאכט, אויף א ליידיגן מאגן, כדי ניצל צו ווערן פון א דוב אורב...

אויב ווערט איר געהאלפן, אדער אפילו איר הייבט שוין אן צו זעהן די ישועה אויפ'ן האריזאנט (וואטעווער), ביטע זייט דאס מפרסם אינעם "מעלות" ווי אויך דא אין קרעטשמע. בדיעבד איז גוט בלויז איינע פון די צוויי פלעצער...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמע מאן »

ברוך. זייער שיין אראפגעלייגט, דיינע מליצות שפרינגען דא ארום אין דער ארטיקל אן אויפהער. ס'גאנצע זאך קען אריינגיין אין "לאוזינג אשכול". און דער אמת איז אז דיין גאנצע ארטיקל קען אנגעריפן ווערן א סעודת הודאה (פארשטייט זיך אז עפעס עסן ברויכסטו נאך צוברענגען) נאכן באשרייבן די גאנצע זאך פאר אזויפיל ליינער.

scy4851, איך זעה נישט וואס עס איז דא נישט צו פארשטיין, ער איז געפארן אויפן 17 און א ריזיגער בער האט אריבערגעקראסט (אנא פרעגן) דעם ברייטן ראוד און ער איז געווען אינטשעס פארן אריינקראכן דעראון, איך האף אז די פארשטיייסט וואס אזאנס באדייט. ווען נישט ער "ברעיקט" פארן פאליציאנט וואלט ער ווארשיינלעך געווען פארמישט אין א שווערער בער-און-קאר עקסידענט.

הגומל לחייבים טובים.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מאשקע...האסט פארגעסען 'ישר והפוך'
the SCY is the limit
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אאאאאההההההה איצט פארשטיי איך שוין די סטארי, ברוכ'ל דער טייטש איז עפעס מתוק, + עס פיט אריין אינעם אשכול זאפטיג אויפן פלאץ.

יישר כח פארן מיטטיילן דיין נס, און פאר די זאפטיגע לאזונגען אינביטווין.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך וויל אפגעבן א דאנק פאר גרויסן באשעפער אז ברוך איז נאך דא צווישן אונז געזונטערהייט. און פאר ברוך וויל איך געבן א דאנק פאר מיך מאכן אזוי סאך שמייכלן, אין א נישט קרעטשמערישע ארטיקל און ער האט מיך נאך געגעבן אן אויסוואל אז איך דארף עס נישט ליינען, וואס איז? פארגינסט מיר נישט צו לאכן?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעטשמע מאן האט געשריבן:scy4851, איך זעה נישט וואס עס איז דא נישט צו פארשטיין, ער איז געפארן אויפן 17 און א ריזיגער בער האט אריבערגעקראסט (אנא פרעגן) דעם ברייטן ראוד און ער איז געווען אינטשעס פארן אריינקראכן דעראון, איך האף אז די פארשטיייסט וואס אזאנס באדייט. ווען נישט ער "ברעיקט" פארן פאליציאנט וואלט ער ווארשיינלעך געווען פארמישט אין א שווערער בער-און-קאר עקסידענט.

ברוך האט מיר שוין געשריבען און אישית, שעכח.
איך האב פשוט נישט געכאפט וואס ברוך האט געוואלט. איך האב אויך נישט פארשטאנען אויב ער מיינט עס ערענסט אדער ער
שרייבט סתם...עניוועי, שעכח.

עס איז שווער זיך פארשטעלען וואס ער איז אדורכגעגאנגען,
ב"ה אז עס איז גארנישט געשעהן,.. ענד הי איז היר טו טעל דע טעיל!
the SCY is the limit
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

WOW דער בער איז דאך געוואלטיג.

שטעל דיר פאר ווען מאשקעס באטל פאלט נישט אויפן בער, וויאזוי וואלט אלטער געווען ראש הקהל???

אוודאי נאר מיט ברוך!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ברוך, זאג מיר נישט, אז דו האסטעך ספעשל אונטערגעשטעלט די מעשה פונעם בער, אבי דו זאלסט האבן עפעס וואס צו שרייבן, צו קענען אנגיין מיט פארמעסט.

עניוועי, נאכאמאזל, אז דו האסטעס איבער געלעבט, ווען נישט, ווער וואלט געקאלט פרעגן צו מ'קען בעביסיטן?

יוי, כא שיער פארגעסן, לאמעכעס שנעל עורך זיין, פאר איינער וועט נאכשרייבן עפעס, און דאט וועט יעדער וויסן אז דא איז געווען אן עריכה.

יישר כח.
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.

א גרויסען שכח פארן אראפ שרייבן די גאנצע מעשה, בטוב טעם ודעת.
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

ברוך בער
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: א בער ! !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גוט איז גוט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”