בלאט 21 פון 23

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 2:30 pm
דורך נשמה
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נשמה, די לעצטע פאר זענען נישט קיין מוד. ס׳איז די מינוטליכער מיינד-סעט.

קענסט מיר ענפערן, אבער פליז, גיי נישט אריין אין קיין שיעור עיון. איך בין נישט אין די מוד יעצט.

ס'איז די קערל פון די מוד. ס'טוט צאמנעמען די מוד אין איין ווארט. איך רעד פון מוד.

יעצט בין איך: תשובה'דיג. ווען דו האסט געזאגט "איך בין נישט אין די מוד". דאס איז נישט די מוד. דו ביסט נישט אין די מוד פאר די געוויסע זאך. איך רעד פון די קערל פון מיין נפש. (לויט וויאזוי איך שטעל מיך פאר)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 2:19 pm
דורך נשמה
רעזיגנירט. והשם הטוב יעזור.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:05 pm
דורך מחשב
נשמה, דו הערסט אויף?! הער שוין אויף! כ'בין נישט מסכים.

במדרש ויחי, (בערך) הכל בקיווי ארץ ישראל בקיווי וכו', יסורים בקיווי.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:11 pm
דורך קלאָצקאָפּ
וואס פארפירסטו אזוי? ס"ה זיין היינטיגע מוד.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:16 pm
דורך גיב א שמייכל
רעזיגנירט איז א מוד?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:18 pm
דורך מחשב
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס פארפירסטו אזוי? ס"ה זיין היינטיגע מוד.


דער רבי האט מדגיש געווען דעם 'בעולם כלל'.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:23 pm
דורך קלאָצקאָפּ
נו, דעריבער האט ער אויסגעפירט "וה' הטוב יעזור".

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:25 pm
דורך ניס קראכער
גיב א שמייכל האט געשריבן:רעזיגנירט איז א מוד?

ביי מאנכע א מוד מאכער

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:58 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
גיב א שמייכל האט געשריבן:רעזיגנירט איז א מוד?


לאו דוקא די מוד. ס׳איז מער די קערל.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 1:53 pm
דורך נשמה
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:רעזיגנירט איז א מוד?


לאו דוקא די מוד. ס׳איז מער די קערל.

ביטער ווי א לעמאן.

איך פארצייל עס ענק סתם פאר אינטערעסאנטקייט. די גיסטע איז א פאקט אין מיר. אויב איך האב א פראבלעם רעד איך עס אויס צום אייבערשטן. מיין מוד איז נישט א סימבאל וואס רעפרעזענטירט מיין פאקטישע לעבן. איך בין ארומגענומען מיט חסדי ה' מלא רחמים גמורים וחסדים גלויים עד אין סוף, עד אין שיעור, והשם הטוב יעזור להלאה בטוב ובנעימים. גיי איך אבער נישט אפלייקענען מיין מוד. יעצט שפיר איך אינעווייניג ביטער ווי א לעמאן. ויש בזה הרבה ענינים. ביטע עס נישט אננעמען ערנסט. נאר ביני לבין קוני דארף עס ווערן אנגענומען קאנסטראקטיוו. אויב ס'שטערט גיי איך אויפהערן.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:37 pm
דורך גיב א שמייכל
נשמה האט געשריבן:אויב ס'שטערט גיי איך אויפהערן.

ח"ו ס'שטערט נישט. איך האב נאר געוואלט פארשטיין.

ס'איז גראדע זייער אינטערסאנט ווי אזוי דו קוקסט אן א מוד

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:21 am
דורך כשרע טעלעפאן
זייער האפענונגספול, מארגן קומט א גוטע טאג אי"ה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 4:31 am
דורך טשאדעלע באדעלע
איינגעשפאנט. וה׳ הטוב יעזור.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:55 am
דורך כשרע טעלעפאן
זייער גוטמוטיג ב"ה

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:32 am
דורך גיב א שמייכל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איינגעשפאנט. וה׳ הטוב יעזור.

אוי טאטעניו שוין ווידער א מוד? אדער נאר א קערנדיל?....

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:07 am
דורך טשאדעלע באדעלע
נשמה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:רעזיגנירט איז א מוד?


לאו דוקא די מוד. ס׳איז מער די קערל.

איך פארצייל עס ענק סתם פאר אינטערעסאנטקייט. אויב ס'שטערט גיי איך אויפהערן.


חלילה. די מוד איז די הארץ, גשמי. אזוי פארשטיי איך. ס׳איז נישט שכליות בכלל.

אויב עימיצער שרייבט ארויס זיין מוד, נעגעטיוו צו פאזעטיוו, איז עס א צייכן אז זיין מוח איז שולט אויף זיין לב. און פון דעם רעדט דער בעל התניא.

ווען א מענטש איז גערעגט אין הארץ און רופט אויס הויעך ״רבותי, יעצט בין איך גערעגט, ביטע זיך נישט אנהויבן מיט מיר״. וועסטו זעהן אז יענער פירט זיך אויף היבש איינגעהאלטן און באשיידן בשעת כעסו. פארוואס? יעדער איז בארעכטיגט צו טראגן סיי וואספארא גיסטע זיין הארץ שטעלט אים צו. די חילוק איז ווזוי זיין ״שכליות״ ריאגירט דערצו.

די זעלבע איז פארקערט. ווען א מענטש האט א גוטע מינוט, ער שפירט צו זיין א אין א גוטע מוד, אהן קיין געהעריגע הסבר פארוואס ס׳איז אזוי. אויב ריאגירט ער מיטן מוח די רייט וועי קען ער עס איינקעשן. ״רבותי, יעצט בין איך אין א גוטע מוד״.

דאס קען גראדע זיין א טיפ וויזוי זיך אנייצע צו געבן אין א שווערע מינוט. אויב טרעפט מען זיך אין א באמאכטע גיסטע.. דאס עצם ארויפקומען שרייבן ״יעצט בין איך באמאכט״.. העלפט דעם מענטש גובר צו זיין די סיטואציע. וכן להיפך.


אקעי, איך בין נישט קיין פראפעשענאל פאר אזאנע זאכן, כ׳בין אבער זיכער אז דו פארשטייסט מיין נקודה, נשמה.

גוסטע.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:12 pm
דורך שווארץ אפעל
ווי ווייט איך פארשטיי איז מעשה אזוי.
די מוט איז א צוזאמשטעל פון די לעצטע פאסירונגען אין דיין לוח. דאס הייסט אז ווען עס ליגט אויפן מוח געוויסע אפפפאל דאן מאכט דער מוח א סאך הכל פון די אינפארמאציע און אזוי ווערט דער מוט פאברעצירט. אריינגערעכענט אז די דארף'סט נאך ערלעידיגן געוויסע ארבערט. למשל גיין און גראסעריי.עס ליגט דיר אויפן מוח אין די ביסט נישט פטור דערפון ווילאנג די זאך איז נישט ערלעידיגט. אויב די פארגעסט מן גיין

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:34 pm
דורך נשמה
ב"ה

איך קען נישט באשרייבן מיין יעצטיגע גיסטע מיט איין ווארט. איך האב יעצט געענדיגט הערן דעם שמועס.

ארום און ארום בין איך אזא סטייל פון וויינעדיג. כמין בכי'. זיך אויסוויינען פארן באשעפער. שפכו כמים לבך נוכח פני ה'. אבער טיף אינעווייניג בין איך גאר פרייליך, געעפנט און אפהענגיג. והשם הטוב יעזור.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:45 pm
דורך ניס קראכער
אויליג/פעטיג

טשאדעלע קום אריין קלאר איבער די קערל דערפון

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:06 pm
דורך נו גוט נו שוין
פון סעסמי קערל קען מען מאכן אויל.....

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:14 am
דורך ברוך מ'לאנדאן
צ'ק
ווי אן ענעגרעם טייפ 4

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:29 pm
דורך נשמה
קערלעס. חחח. חלילה... מי יודע וואס דאס איז. אולי דארף איך לערנען א מוסר ספר זיך צוריקצוכאפן צו יודישקייט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:52 pm
דורך נשמה
ב"ה

צערודערט. והעיקר ליישב את הדעת ועיקר ישוב הדעת הוא בידך אפקיד רוחי פדיתה אותי ה' ק-ל אמת. והשם הטוב יעזור.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:13 pm
דורך נשמה
ב"ה

וודוי'דיג. ווען איינער זעהט "כמעט" איין, אז ער האט נישט געטון ריכטיג. וויאזוי רופט זיך עס? דעי מין מוד.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 2:05 pm
דורך נשמה
ב"ה

מודלאז