אייוועלט פארברענג תש"פ

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איין קלייניגקייט. די אטמאספערע דארט איז ב"ה געווען טראסטבאר. מען האט געקוקט אוואו ויפן כה וכה און קיינער האט נישט געהאט די געשטעל און אויסקוק פון איינעם וואס מען זאל זיך פארכטען פון יענעם. ווייס איך נישט וויפיל האבען איינגעטוישט די עכטע נעמען (די מערהייט יא) אבער מען האט נישט געהאט די טויט שרעק פון קיינעם פאר גילוי.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

צו געזונט האט געשריבן:איין קלייניגקייט. די אטמאספערע דארט איז ב"ה געווען טראסטבאר. מען האט געקוקט אוואו ויפן כה וכה און קיינער האט נישט געהאט די געשטעל און אויסקוק פון איינעם וואס מען זאל זיך פארכטען פון יענעם. ווייס איך נישט וויפיל האבען איינגעטוישט די עכטע נעמען (די מערהייט יא) אבער מען האט נישט געהאט די טויט שרעק פון קיינעם פאר גילוי.

קארעקט.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:איין קלייניגקייט. די אטמאספערע דארט איז ב"ה געווען טראסטבאר. מען האט געקוקט אוואו ויפן כה וכה און קיינער האט נישט געהאט די געשטעל און אויסקוק פון איינעם וואס מען זאל זיך פארכטען פון יענעם. ווייס איך נישט וויפיל האבען איינגעטוישט די עכטע נעמען (די מערהייט יא) אבער מען האט נישט געהאט די טויט שרעק פון קיינעם פאר גילוי.

קארעקט.

אמת
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

חבקוק האט געשריבן:אקעי, סאו כמעט יעדער איז שוין אריינגעקומען מיט א באריכט, כאטש א טיילווייזע, אבער געוויסע האבן זיך נאכנישט געהעריג אנגערופן,
מען האלט פונקטליך חשבון און ביים קומענדיגן מעמד ווער עס האט נישט געשריבן א באריכט אדער כאטש עפעס וועט נישט באקומען א איינטריט קארטל...

מען ווארט אויף יעדן, קומטס אריין קלאר און שרייבטס אראפ אייערע געפילן פונעם מעמד!

כציטער...

ווער קען מיך העלפן שנעל צאמשטעלן א באריכט?

כ'האב מורא אז דאס איזעס, נעקסטע פארברענג וועל איך מוזן בלייבן אינדערהיים... שוין זאל זיין א כפרה...
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

KEWL האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:אקעי, סאו כמעט יעדער איז שוין אריינגעקומען מיט א באריכט, כאטש א טיילווייזע, אבער געוויסע האבן זיך נאכנישט געהעריג אנגערופן,
מען האלט פונקטליך חשבון און ביים קומענדיגן מעמד ווער עס האט נישט געשריבן א באריכט אדער כאטש עפעס וועט נישט באקומען א איינטריט קארטל...

מען ווארט אויף יעדן, קומטס אריין קלאר און שרייבטס אראפ אייערע געפילן פונעם מעמד!

כציטער...

ווער קען מיך העלפן שנעל צאמשטעלן א באריכט?

כ'האב מורא אז דאס איזעס, נעקסטע פארברענג וועל איך מוזן בלייבן אינדערהיים... שוין זאל זיין א כפרה...

איך קען דיר בארגן האלב פון מיינס, טויש אביסל די פאנט און מאך עס אנאנדער קאליר, קיינער וועט נישט חלומ'ן אז ס'איז נישט דיין אייגנס...
---
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סטיטשינער האט געשריבן:
ניע זשריצי כלאפצי האט געשריבן:אזוי ווי דער סטאוו איז צי שטארק אין די העדליינס האט ער מיר געבעטן צוליב עין הרע צי עפענען א קאנקורענט און מיר אליינס געגעבן דעם נאמען ניע זשריצי כלאפצי, האב איך נישט געהאט די זכי' צי זיין ביים פארברענג אי"ה נעקסטן!!

כלאפצעלע זיסע, שלום עליכם. לאמיר דיך געבען א שטיקעלע עדווייס. אויף ענגליש זאגט מען Fight your own size...
פונקט סאטוו האסטו דיך פארטשעפעט מיט?

אומגלויבליך! ומי יבא אחרי המלך...?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואס דא גייט נישט פאר! אין כאן לא זשריצי ולא כלאפצי אבל יש כאן עובר במעי אמו וואס גייט באלד כאפן דעם פליק פונעם מלאך!!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

סטאוו, לאז מיר אטעמען א מינוט, איך קען נישט אויפהערן לאכן פון דיין פאריגע תגובה... דו זשריצי כלאפצי סטאווי פיטי וואס דו ביסט...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך זעה טאקע אויף דיין אוועטער ווי די הערסט טאקע נישט אויף צו לאכן..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

מומחה יוחס האט געשריבן:איך זעה טאקע אויף דיין אוועטער ווי די הערסט טאקע נישט אויף צו לאכן..

גראדע גיי איך דארט שוין בקרוב אויפהערן לאכן,
די עולם זאגט אז דער אוועטאר איז נישט גוט, עמער זען וואס יא.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אמווייניגסטן איז ער אן אפרוח שלא נפתחו עיניו
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:איי האב איך פארפאסט!!

פון ווי ווייסעך? כ'האב געמיזט האלטן א ציגרעטל דא במשכ'ן דורכליינען דעם אשכול...
איך מיז מיך אנטשולדיגן פאר כאניש'ן אז איך האב נישט ריספאנדעד, געווען זייער זייער פארנומען. נישט אז איך וואלט געקומען, אבער כ'וואלט מיך געמעגט וואוסענדיג מאכן...

אבער צום נעקסטן וויל איך בעז''ה יא קומען, איך וויל זען דעם סטיטשינער וואס האט מיך אזוי באראבעוועט די ניין יעריגס

אויף דיר בין איך נישט מוותר אזוי שנעל... ווען קענען מיר זיך טרעפן?

נעים א צייט און פלאץ
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שמארטיקל האט געשריבן:

אינטערן בריק פינעווע פארטאגס. להתראות
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

קעמפ זייגער איז גוט?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

לכאורה האט געשריבן:אז יעדער באשרייבט אזוי שיין, וויל איך נישט אויסקוקן ווי זיידי ביידען וואס קאלעכט און געדענקט נישט פון נעכטן ביז מארגן...

אפאר קרישקעלעך (נד"נ) וואס איך האב נאכנישט געשריבן:

1) מיין שאק פון די נאכט איז געווען צו טרעפן "בשבילי נברא", ענדליך ענדליך נאכ'ן זיך באגריסן און רעדן יעדן שני וחמישי, קענען מיר שוין אויפהערן רעדן, זינט מיר ווייסן שוין יעצט פונקטליך וואס דער צווייטער טראכט..

2) סטיטשינער האט עפעס געשריבן אויבן וועגן "אויף א גנב ברענט דאס הוטל". כ'קלער בדרך אפשר, אז טאקע דערפאר איז בלויז איינער פון גאנצן עולם געזיצן ביים פארברענג מיט'ן בלויזן קאפ (אוטש, ס'די לעצטע מאל איך טשעפע דיך מיט דעם, אי"ה)

3) דער גרעסטער סורפרייז איז אבער געווען ווען "כאניש" האט אזוי מסיח לפי תומו'דיג ארויסגעברענגט זיין חשד אז ניק פלוני איז א חסיד פון חסידות אלמוני. דער נחשד האט געגעבן אזא שפרונג אויף, ווי אן עגדיס וואלט אים יעצט געקיצלט אין רוקן. "דו מוזסט מיר זאגן פון וואו דו ווייסט דאס!"... כאניש'ל האט אים מיט קלארע ווערטער ארויסגעברענגט פארוואס ער קלערט אזוי, און דער נחשד האט זיך מודה ומתוודה געווען אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט, און אפילו ארויסגעגעבן אן אנדערע ניק וואס ער נוצט ביים חזר'ן די תורות פון יענע חסידות... אן ערהאבן בילד געווען מיטצוהאלטן פון דער נאנט.

4) 2 פון די פיר פלעשלעך באדווייזער זענען שוין אויסגעגאנגען דעם שבת (די בחורים זענען נישט אינדערהיים געווען, ווען יא וואלטן אלע 4 שוין געווען אין רעסייקלינג בין), המשך יבא אי"ה. אויך די אמעריקאנער ניסלעך און די זויערע אוגערקע זענען שוין היבש ווינציגער ווי אריגינעל. יישר כח פאר אלע וואס האבן איינגעקויפט און באצאלט און צוזאמגעפאקט פאר'ן עולם אהיימצוטראגן.

כהאב נאך אלץ נישט קיין גוטע קאמבע''ק אבער עס קומט נאך אי''ה.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שמארטיקל האט געשריבן:קעמפ זייגער איז גוט?

ווי לאנג מיינטסטו איך גיי ווארטן, האא?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:קעמפ זייגער איז גוט?

ווי לאנג מיינטסטו איך גיי ווארטן, האא?

וואס שרייסטו אזוי? ביסט דאך קוים אויפגעשטאנען....
הק' אלי' ראובן לאנדא
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גילוי גייט אן אויף ווען מען איז אויפגעשטאנען אויכט, מנהלים דווח
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:קעמפ זייגער איז גוט?

ווי לאנג מיינטסטו איך גיי ווארטן, האא?

סטאוו ביסט נאך דארט? (אדער ביזט שוין אריינגעשפרינגען?)
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שמארטיקל האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:איי האב איך פארפאסט!!

פון ווי ווייסעך? כ'האב געמיזט האלטן א ציגרעטל דא במשכ'ן דורכליינען דעם אשכול...
איך מיז מיך אנטשולדיגן פאר כאניש'ן אז איך האב נישט ריספאנדעד, געווען זייער זייער פארנומען. נישט אז איך וואלט געקומען, אבער כ'וואלט מיך געמעגט וואוסענדיג מאכן...

אבער צום נעקסטן וויל איך בעז''ה יא קומען, איך וויל זען דעם סטיטשינער וואס האט מיך אזוי באראבעוועט די ניין יעריגס

אויף דיר בין איך נישט מוותר אזוי שנעל... ווען קענען מיר זיך טרעפן?

נעים א צייט און פלאץ

ווי איז דיין וואוינארט?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הנהלה פארלאנגט אז איך זאל זיך צוריק האלטען. עס ליגט נישט אין מיינע הענט מער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעזר השם יתברך עושה שמים וארץ (קרעדיט: נשמה)

איך וויל מיר קודם אנטשולדיגן פאר'ן שפעטיגן מיט די באריכט. איך האב פשוט נישט געהאט א נארמאלע קאמפיוטער צו קענען עס אויפטייפן ביז יעצט. ואתכם הסליחה.

איך וויל אנהייבן פון אנפאנג. כאניש האט געשריבן אז מ'זאל אים אימעיל'ן אדער אישי'ן אויב מען וויל קומען, האב איך צירוקגעשיקט פאזאטיוו. איך האב ערלעדיגט ביי מיין ב"ב אז כ'קען גיין, און אויב כ'טרעף מיר מיט שלעכטע עלעמנטן, האב איך א GPS פאר די וועג צירוק. למעשה האב איך איר נאכדעם געזאגט אז איך וואלט געפארן יעדע וואך אהין.
איך האב געאפערט פאר ווער עס זיכט א היטש פון ווילי, קען קומען מיט מיר. און איך האב באקומען צוויי מענטשן וואס זיכן א וועג. האב איך באקומען צוויי ריקוועסטס. איינס פון זאג א גוטס, און איינס פון מומחה יוחס. למעשה שיקט מיר "זאג א גוטס" א אישי 25 שעה שפעטער אז ער בעקט ארויס און ער וועט נאר אנטייל נעמען "מריחוק מקום מקירוב הלב. פיין האבעך געטראכט, כ'וועל אבער כאטש האבן איינעם אין די קאר אויף די וועג ארויס.
למעשה, באקום איך אן אישי דאנערשטיג יולי 02, 8:39 PM פון מומחה יוחס וואס ליינט זיך אזוי:
"לכבוד ידידי היקר גרויסע תלמיד חכם שליט''א
כ'בין יעצט אנגעקומען מיט מסי''נ צום קאמפיוטער (ב"ה כ'האב נישט קיין סמארפאן..) נאר צו זיין א מענטש אין נישט מער ווי מענטשליך פשוט מודיע זיין כדי איהר זאלסט נישט דארפן ווארטן אויף מיר (היות כ'ווייס דאך נישט אייערע פאן נאמבער)
מיט גרויס צער אין עג"נ מוז איך אין די לעצטער מינוט ארויס צוען פין די גאנצע זאך, עס איז געשעהן א פאנטשער וכו', אין פארן ארויס לויפן בין כ'געלאפן צום קאמפיוטער אייך מודיע זיין, אין ווי עס זעהט אויס וועל איך ליידער נישט קענען זוכה זיין צו משתתף זיין ביי די מעמד גדול. עס איז מיר א אמת'דיגע צער, אין שאד.

הלוואי וועט נאך געלונגען איך לויף יעצט ארויס אבער איך האב מורא אז נישט..

כ'האף אז איהר וועט אנעמען מיט פארשטענדיש, אין אפשר אויב איהר וואלט אזוי שטארק געוואלט וועט מען אפשר אין א געלעגנהייט זיך אליין מאכן א גילוי נורא..

א דאנק פארן פארשטענדיש
מומחה יוחס
געב איבער א גריס פארן אלע חברים, אין זאג זיי אז איז געשעהן א לעצטער מינוט..."
בין איך קודם געווארן אביסל אנגעצויגן אז די עולם בעקט ארויס אין גרויסן און כ'גיי אנקומען איינער אליינס, אבער איך האב אפגעמאכט יהא מה שיהי, איך פאר ארויס, נישט קיין חילוק וועם איך טרעף נאר אן דארט, זאל עס זיין ליוואקס. גייט מיר נישט אן.
נאך אפאר מינוט, האב איך אנגעפאנגען צו טראכטן פון מומחה יוחס, ער האט אזוי שטארק געוואלט קומען און ער קען נישט. איך האב באקומען מיטלייד מיט אים. איך האב נאר געהאפט אז ער גייט נאך אנקומען. (און מכאן הקריה יוצא לכל הקהל הקודש אים צו איבערבעטן ברבים אין לייגן צוקער אויף זיינע וואונדן.
למעשה האב איך מיר ארויסגעלאזט איינער אליינס אינעם קאר, די וועג איז געפארן א מחיה, נישט געווען קיין טרעפיק און די עולם האט געריסן אויף הויכע אקטאוועס. בערך 10:15 האבן מיר גענומען די עקזיט קיין מאנסי, און נאך אפאר מינוט האב איך געטראפן די אנגעגעבענע אדרעסס. איך זעה דארט איין פארקינג פלאץ, מיט נאך 4 ליטווישע בחורים. נאך א מזל איך האב אריינגעפיט אין די פארקינג ספאט..
קום איך ארויס פון די קאר, איך גיי צום טראנק, און איך נעם ארויס די גלענפידיטש 18 וואס איך האב צוגעזאגט צו ברענגן. איך פאנג אן אראפצוגיין די טרעפ צום בעיסמענט. און די אויבנדערמאנטע ליטווישע בחורים באפאלן מיר מיט א מבול פון קשיות; יו קנאוי וואהט עיווענט דיז איז? איז דיס עי פאנדעריעזינג איווענט? אר יו גייס טרייאנג טו אפין עי נו ביזנעס? למעשה בין איך אריין אין די זאל און זיי איבערגעלאזט מיט זייערע קשיות אינדערויסן, כאכא, אונז וועלן עפענען די ביזנעס, און זיי וועלן זיין אונזערע קליענטן. שטייענדיג ביים שוועל, האב איך געטראכט אז איך קען נישט אריינגיין מיט'ן באטל אין זאל, ווייל איך האב דאך געזאגט אז איך גיי ברעגען משקה, און איך האב נישט געוואלט אז זיי זאלן וויסן די ערשטע מינוט ווער דער גרויסע עם הארץ איז. האב איך אראפגעלייגט די באטל אינדערויסן און געעפנט די טיר און אריינגעגאנגען.

איך קום אריין אינעווייניג, כ'זעה דארט בערך 18-19 מענטשן, און אויפ'ן אויבן אן זעה איך א איד מיט א הדרת פנים, א שניי שווארצע בארד און ארומגענומען מיט חסידים ואנשי מעשה, איך האב מיר שוין דערשראקן אז איך בין דא אריינגעפאלן ביי אן אנדערע ליל שישי פארברענג און איך האב שוין געוואלט אפטראגן, אבער נאך אפאר סעקונדעס איז מיין בליק געפאלן צום עק טיש וואו דארט איז געזיצן הרב "כאניש" און היות איך האב אים געקענט, בין איך צוגעגאנגען צו אים אין אים געפרעגט ווער עס האט ערלעדיגט די אורח הכבוד דא ביים מעמד? זאגט ער מיר, "וואס הייסט, ער איז כוירע, און אן אים וואלט גארנישט געווען. שוין, דאס איז געווען מיין ערשטע שאק.
נאכדעם בין איך צוגעגאנגען צו דער וואס האט זיך געפארעט מיט די קאלדקאטס, וואס איך האב דאן געמיינט אז עס איז סטוטשי און אים געוויזן די משקה, (איך האב דאך געוויסט אז ער האט ליעב משקה, האב איך אים גע'אישי'ט פארדעם וואס פונקלעך איך גיי ברענגען) ער האט געגעבן אזא בלינק מיט די אויגן. שוין, האב איך שוין געוויסט צוויי פערזאהנען ווער זיי זענען (כוירע, כאניש, סטוטשי).
איך האב דארט אביסל ארויסגעהאלפן מיט'ן אנגרייטן די קאלטע פלייש, בעת ווען סטוטשי אין כאניש גרייטן אן די איבריגע מיני פליישן.
איך האב מיר אראפגעזעצט. מיינע שכנים האבן מיר אויפגענומען זייער קאלט, כוירע קוקט מיט אזעליכע נייגעריגע בליקן.. און כ'הער וואו סטאוו זאגט פאר סטאוו, זאג נאר, יענער וואס זיצט דארט ביים ווינקל איז סטאוו?
בקיצור, איינער האט מיר מכבד געווען צו אנגיסן פארן עולם משקה, וכך עשיתי, כ'האב זיכער געמאכט אז יעדער טרונקט חוץ איך, אזוי וועל איך געדענקען אלעס פונעם מעמד, בעת ווען אלע סטאוו'ס וועלן גארנישט געדענקען.
בקיצור, די עולם האקט גאלא מיט אייער קוכעלעך בעת איך קען נאך גארנישט נעמען אין מויל. איך בין נאכנישט באקוועם. איך וויל נאך וויסן יעדעם ווער ער איז.

למעשה, בין אך געזיצן דארט, נאכן אביסל פארלירן די געדולד פון זיצן דארט אן אויסגעפונען די ניקים פון די מענטשן דארט, בין איך ארויס פאר א שפאציר. און כ'זעה ווי איינער קומט ארויס פון א קאר. דער האט מיר אויף די ערשטע מינוט אויסגעזעהן וואו יואלי לעבאוויטש, איך בין שוין געווארן אנגעצויגן אז באלד וועט אונז די גאנצע וועלט קענען, אבער איך האב מיר בארוהיגט ווען איך האב געזעהן אז עס איז נישט ער און עס איז גאר א צווייטן.
איך בין צירוק אראפגעגאנגען אין זאל, און מען האט אנגעהויבן צו דאווענען מעריב. די רבי איז צוגעגאנגען צו מעריב און אראפגעלייגט אן עבודה פונקט וואו ביי זיך אינדערהיים.
נאך מעריב איז די עולם שוין מער געווען אין די גוסטע. און די עולם האט זיך גענומען איינער צום צווייטנס ביינער. פלוצלינג אינמיטן די העפטיגע טעהנערייען. גיבט זיך די טיר א מאך אויף און איינער שטורעמט אריין. אביסל א ברייטער, מיט א שטריימל און בעקיטשע, ווייסע זאקן, גלעזער אזויווי זיין אוועטאר. איך בין נאך יעצט אין שאק פון זיין עכטע נאמען, איך האב ביז דאן געמיינט אז זיין פנים וועט זיין איבערגעדעקט מיט א בלעך אבער איך האב מיר פשוט גענעהרט. ער האט אנגעפאנגען צו פרעגן יעדעם איינעם, די ביסט כאניש? די ביסט כאניש? ווען ער האט געענדגיט ארומצוגיין די גאנצע טיש, האט מען אים ענדליך אנגעצייגט אויף איינעם ביים עק טיש, דער וואס האט אנגעהאט די ביבער הוט. (די איבריגע איז פארמעקט דורך די מנהל [קרעדט: סטוטשינער]) ער האט געמיינט אז ער פאלט אראפ. למעשה האט ער דאס נישט געטוהן נאר פשוט ארויסגעלאפן פון זאל מיט די זעלבע ווינט וואס האט אים אהערגעבלאזן.
איך האב מיר געפריידט אז דער עולם איז ביזי מיט אלע אנדערע חברה און נישט מיט מיר. אבער עס האט נישט גענומען צו לאנג, און סטאוו (יד"נ) האט זיך גענומען צו מיינע ביינער, איך געדענק נישט אלע געסטס וואס ער האט געמאכט אויף מיר, אבער נאכן פראבירן פאר אפאר מינוט און די לעצטע נאמען איבערגעבליבן איז געווען "גרויסע עם הארץ" רופט ער זיך אן. "אוודאי, איך האב גראד געוויסט אז די ביסט גרויסע עם הארץ" קאמענטארן זענען איבריג. ער מיט נאכאיינער זענען געווען זייער נייגעריג (נד"נ) צו וויסן מיין משפחה נאמען, איך האב זיי עס גערן געגעבן אבער זיי האבן עס נישט געקענט איינקעשן.

אינמיטן די מעמד האב איך באקומען נאך אן אישי פון די אויבנדערמאנטע מומחה יוחס (יד"נ) וואס ליינט זיך אזוי:
"עס איז געוועהן שווער - ערשט אהיים געקומען 10:30 פין (פארמעקט דורך די הנהלה)
............... בקיצור א שווערע קאפ דרייעניש

אבער געלויבט די אייבישטער אז מען האלט שוין דערנאך

בקיצור ווי האלט מען דארט? כ'בין זעהר אפגעפאטש אבער דאס איז דער רצון הבורא
קען מען נאך אנקומען? :shock:"
איך וויל דא זאגן די אמת, איך בין עכט נישט געווען דעמאלסט אין די מאד אים צירוקצוענטפערן, איך האלט אינמיטן פארברענגען מיט גוטע פריינד און דער איז נישט געקומען און איך זאל אים ענטפערן? למעשה האב איך אים געענטפערט אז איך האלט אינמיטן פארברעגען דא, און ער קען אנקומען, נאר ער זאל מיר נישט שטערן. איך האף אז ער איז מיר מוחל, איך בין געווען ביטערליך מיד.
אינמיטן שטעלט זיך אויף א יונגערמאן אן א הוט (און אן א דאטשיק) און פרעגט מיר אויב איך האב שוין אויסגעפונען ווער סטוטשי איז, ווען מיין ענטפער איז געווען פאזאטיוו, פרעגט ער מיר ווער? ווייז איך אים אן אויף ארחיקה, די עולם האט אויסגעפלאצט אין א געלעכטער....
למעשה האב איך אויסגעקלארט מיט ביידע פון זיי אז איך האב געלעבט צוויי שעה אין א טעות און איך האב געמיינט אז ארחיקה איז סטאוו.

יעצט לאמער זיך נעמען צו יעדעם באזונדער.

לכוראה: איך האב מיר פארגעשטעלט א איד מיט א ביבער הוט, כולל אינגערמאן וואס פירט די גאנצע וועלט. ברוינע האר פארשלאפענע (נד"נ) פנים. אבער צו אויסגעפונען אז ער איז א מגיד שיעור און ער פירט א גרויסע עמעזאן ביזנעס אין די ליידיגע צייט איז מיר שוין געווען א חידוש נאכן זעהן זיין פנים. זעהט אויס אז ער קען אנשטעלן א בלעכענע פנים (נד"נ)
איינס: איך בין געווען אזוי שאק'ד צו אים זעהן ביים פארברעג. אזוי גוט זיך צו פארשטעלן און נאך ארומגיין מיט'ן פושקע. איינס (יד"נ) אין די וועלט. א שאד איך האב דיר נישט אויפגעוויזן די תירוץ אויף די טירן חידה דארט אין זאל.
אלטער: איך האב שוין געהאט זיך גע'אישי'ט מיט אים, אבער איך האב מיר פארגעשטעלט מער א בעל'בתיש'ע געשטעל. שוין, דאס איז אויך גוט, אבער גאר גוט. געשמאק פארברעגט מיט אים. איך האף אז מיר וועלן זיך טרעפן מער אפט. (די וועסט נישט אוועקלויפן פו מיר, גוט?)
ארחיקה נדד: איך האב נישט געהאט קיין פאנטאזיע אויף דיר, און די ביסט פיינע נייעס (נד"נ), די האסט ענערגיע וואס די נוצט אייביג אין די ריכטיגע פלאץ. ווען נישט דיר איז גארנישט דא. אין מילים. (נעקסט טיים ווען איך פארמישט מיר מיט איינעם, לאך נישט וואו א נער, נאר זאג מיר וועגן מיין טעות)
בלעכענער פנים: גארנישט צוצולייגן מער וואו געשריבן פריער, נאר איין קלייניקייט, נעקסטיים ווען די ווייסט אז די גייסט האבן א חתונה, מאך זיכער צו ברעגען די בדחן צום פארברענג. אדערווייס, דיין ווייסע זאקן איז געווען זייער שיין.
בשבילי נברא: א שאד אז איך האב נישט פארבענגט מער מיט דיר.
גרויסע עם הארץ: איך בין נאך אלץ שאק'ד דיר צו טרעפן דארט. זאג נישט פאר קיינעם אז איך בין דארט געווען.
הודו להשם: די גרעסטע שאק פון די מעמד ביסטו געווען!. איך וואלט דיר געגעבן א קוויטל. געזוצן א גאנצע צייט מיט א שלאס אויפ'ן מויל. אזא שאד אויף דעם, ווען איך וואלט דאס געקענט אראפנעמען, וואלט איך דאס געטוהן פאר כל חללי דעלמא. (דיין חבר כאניש איז פיינע נייעס)
חבקוק: וואו הייבט מען אן? איך האב נישט געחלום'ט אז מען גייט דיר לאזן קומען צום פארברענג, אבער נאכן דיר טרעפן דארט אין שמועסן פאר קנאפע (נד"נ) 4 שעה, האב איך שוין נישט קיין שאלות, די האסט א נאטורליכע ענערגיע, און איך האב אויסגעפונען אז דיין MISSION דא איז איין זאך: "ארויפצולייגן א שמייכל אויף מענשטן אין די היינטיגע דור יתום ווען די שמייכל איז א זאך וואס מ'קען נאר טרעפן אויף אן אוועטאר. אשאד אז איך האב געדארפט אהיימגיין. איין זאך וויל איך דיר זאגן, אויב די טוישסט ניק, לאז מיר וויסן פארדעם. נאך א זאך, קומענדיגע מאל, פארן דאווענען זאג, בשם כל ישראל, אז די זאלסט וויסן וואו מזרח איז, נישט אייביג דארף מען פייפן אויפ'ן גאנצן עולם.
כאניש וואס צו טון: פאר די נעקסטע חתונה נעם איך דיר אלץ פאטאגראפער. כ'מיין, ווען נישט דיר וואלט איך לכוראה (נד"נ) נישט געקומען.... ווייל עס וואלט נישט פארגעקומען.
לייטער: קענסט אויפעסן וואס די האסט מיר געגעבן. דיין מתינות און דיין אויסהערן יעדעם איינעם אזוי געלאסן איז מיר זייער געפאלן, הלוואי אויף מיר.
לכאורה: איך קען מיר נישט איבערקומען פון דיין אפנ'קייט און דיין מנוחת הנפש, די געשמאקקייט וואס די האסט צוגעלייגט און די צולאך וואס די האסט פראקטאצירט ווען איך האב מיר באוויזן ביים טיר. (האסט געלאכט פון איינעם'ס דזשאוק דארט, הא?) ייש"כ פאר די מעריב.
מומחה יוחס: ווי מיס'ד יו.
נקודהלע: איך האף אז די שמייכל און די טאנצעדיגע טריט גייט אייביג אן, איך וויל מיר נאכאמאל טרעפן מיט דיר.
סטאוו יא פיטא: זאל איך שרייבן איבער דיר? איין זאך. די קענסט גוט ארומחושן מיט מענטשן. די פראבירסט זיך צו ארהעשטעלן וואו א גרויסע פארשטייער אין אלע הינטזיכטן דא אויפ'ן וועלטל, אבער דארט האסטו נאר געקענט פארנערן מענטשן, גארנישט אויסער דעם. אן דיין כלי, ביסטו אויס קאפעליטש מאכער (וועגן דעם האסטו נישט געהאט א הוט, הא?) ערנסט גערעדט, עס איז מיר געווען א געשמאק זיך צו טרעפן מיט אנשי שלומינו וואס איז אזוי באהאוונט אין אנדערע זאכן. און דיין אפענע מח טייפט גראד אראפ אלעס צו אונזער וועלטל.
סטיטשינער: אין ריל לייף ביזטו נישט אזוי געריבן וואו דא אויפ'ן וועלטל, אבער די גאנצע פארברענג האט זיך געלוינט אבי דיר צו טרעפן און שטילן מיין נייגער ווער די ביסט. למעשה, האב איך זייער הנאה געהאט צו פארברענגען מיט דיר, ייש"כ פאר די פלאץ און פאר'ן קומען.. (איך האף אז די האסט נאך פון מיין באטל.)
צו געזונט: איך האב הנאה געהאט צו דיר האבן אלץ שכן ביים פארברענג, איך בין שטאלץ צו האבן אזעליכע חברים וואו דיר דא אויפ'ן וועלטל.
קנאפער ידען: איך האב געהאט אן אימעדזש פון א מענטש וואס זוצט צוגעבינדן צום קאמפיוטער א גאנצען צייט און קען נאר ברעגען ביליגע דילס און מראי מקומות צו שעפן סיפוק. למעשה ווען איך האב דיר געזעהן, האב איך געזעהן אן איידעלע אינגערמאן, צירוקגעצויגן, אבער דיין מיסיע איז דא ארויסצוהעלפן אידן. איך וואלט דיר גענומען אלץ חברותא צום לערנען. (נאר אויב די ביסט מסכים, אבער איך וועל נישט קומען ביז מאנסי)
קעוול (kewl: וואס ביסטו געווען אזוי ביזי צו רעדן צו כאניש אגאנצע צייט, אויב די קומסט נעקסט טיים, מאך זיכער צו צולייגן קאפ צו וואס מ'שמועסט.
רואיג!: רוהיג. פירוש רש"י: פשוטו כמשמעו.

איך האף אז איך האב קיינעם נישט אויסגעלאזט, אויב יא, לאז מיר וויסן. איך האף אז די באריכט איז גענוג קלאר. אויב האב איך אויסגעלאזט א דעטאל, ביסטו מכובד עס צו שרייבן.

הק' גרויסע עם הארץ.

נ.ב. למעשה בין איך געגאנגען שלאפן פאריגע ליל שישי 4:30 און אויפגעשטאנען 7:30. פארוואס שרייב איך עס? סתם, איך האב אויסגעפונען אז מען קען זיין אויסגערוהט פון שלאפן 3 שעה ביינאכט.
לעצט פארראכטן דורך גרויסע עם הארץ אום מאנטאג יולי 06, 2020 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואף!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

WOW!!
האסטו דא אראפגעקנאקט אן ארטיקל!
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אייוועלט פארברענג תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שיין.

אבער ס'איז געהעריג אבק גילוי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”