זאכן וואס מאכן מיך וויינען

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

מיין שכן א אינגערמאן אין די ימי הבינה איז פאר א האלב יאר צוריק אריבער אן ערנסטע עקסידענט, א קאר מיט א טרעילער, סאיז געווען דארטן ניסי ניסים אז ער מיט די בני בית זענען ארויס גאנץ
ער האט געמאכט א גרויסע סעודת הודאה און געלאדנט אלע זיינע באקאנטע

די לעצטע 3 וואכן האב איך אים נישט געזעהן אין ביהמ"ד, עס צו מאכן בקיצור, ער איז אריבער א אפען-הארט סורדזשערי נאכן טרעפן 4-5 פארשטאפטע אדערן, בדרך נס האט מען עס געטראפן הארט פארן קריגן א פאטאלע הארץ אטאקע

דער איד וועט בעז"ש זיין געזונט און שטארק און דערלעבן משיח'ן אינאיינעם מיט די בני בית דורך ניסים גלויים

ווען איך האב געהערט פון די צווייטע נס האט עס מיר געקאסט טרערן, די קינדער וואלטן פאר די זעלבע געלט געקענט זיין קיילעכיגע יתומים

איך בין נישט אין הימל אבער מיך דוכט זיך אז די צווייטע נס איז געקומען אין זכות פונעם סעודת הודאה אויפן ערשטן נס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:גארנישט מיטגעהאלטן וועגן דעם עקסידענט.
געווען באריכטעט דא?

מיינסט עס נישט ערנסט, אמת?
זעה בד"ה אשכול
זעה אויך קרית יואל קרישקעלעך אשכול
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ערנסט געמיינט, און געוואור געווארן דורך דעם תגובה.
בד"א, דער משפחה איז גראדע נאנט צו מיר, און ס'רייסט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

צ/ק
אז עס דארף זיך וויינען
אז עס וויל זיך וויינען
אבער אומשטענדן לאזען נישט!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מ'דארף ווען וויינען אז מ'האט דאס נישט זוכה געווען צו מבטל זיין פון פראנהויס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:..פיוט פון מודה אני וואס מ'זאגט ליל שב"ק

ווען דער קאפ איז אפן פלאץ.

דאס איז פון די תפילות וואס האבן אין זיך ביידע סיי בכי' של הודאה ושבח באהבה ובשמחה און סיי תפילות אויף דאס סאמע נויטיגסטע וואס א איד ברויך פארן טאג טעגליכן צו ערציען א געזונטע פרייליכע אידיש שטוב לה' ולתורתו.


פונקט געפונען:

רבון כל העולמים.PNG
רבון כל העולמים.PNG (69.11 KiB) געזען 541 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יישר כחכם הרב ממוצע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צ"ק:
די קליפ האט מיר געקאסט א טרער, ווען די מלמדים ווערן געפירט מיט קייטלען און טאנצן מיט שמחה, און דער עולם זינגט "אשריך, אשריך, שנתפסת על דברי תורה".

אזוי זאגט דער רבי ר' אלימלך, ווען א איד טוט א פעולה לש"ש מיט אן אמת און שמחה האט עס א חן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מצטרף. נישט ממש טרערן, אבער טשילס.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'האף אז כ'מעג אויך אריינרעדן, הגם כ'בין נישט קיין מעמבער דא...

איך וויין אסאך, ווער שנעל עמאשענעל איבערגענומען. אבער אן ספק איז דער טיפסטער געוויין געווען, ווען מיר האבן באגלייט איינס פון מיינע אינגערע געשוויסטער למנוחת עולמים.

חכם... דאס איז נישט קיין קונץ..

נו, הער אויס א מינוט....

דאס איז געווען נאך א תוחלת ממושכה פון באלד צוויי יאר, ממילא איז דער געוויין נישט געווען אזוי ספאנטאן... געווען איז דאס אין א מוצאי שבת - תשעה באב ביינאכט, טראץ וואס מיר האבן געוואוסט אז דאס איז א פראגע פון טעג, האב איך פארט געטרייסלט ווען מוצ"ש פינף מינוט נאכן זמן דריזלט דער טעלעפאן, און א טעקסט פון א פאמיליע מיטגליד וועלכע איז געווען שבת אין שפיטאל מעלדט מיט טרוקענע ווערטער 'Gv. Bde'. איך האב געטרייסלט הענט און פוס, און געגעבן א קוויטש אז מיין ווייב און קינדער האבן זיך דערשראקן און געקומען צו לויפן זעהן וואס גייט פאר. אבער כ'האב נאך נישט געוויינט.

געהאט דעם כבוד צו מבשר זיין מיינע ברודער אין ישיבה נישט צו דאווענען מעריב און זיך צוזאמפאקן, כ'האב געשוידערט ביים זיי זאגן 'דאוון נישט', ממש געשוידערט, אבער נאכאלס נישט געוויינט.

נאך צוזאמנעמען מיינע פאר זאכן, טלית ותפלין, א קינות, און אנזאגן מיינע קינדער צו זיין וואויל פאר א וואך, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. רוב וועג בין איך געווען פארנומען מיט לאדזשיסטיקס, זיכער מאכן מיינע געשוויסטער האבן א וועג ארויס, וואס האט אויטאמאטיש פארנומען מיינע געפילן.

צוויי אזייגער ביינאכט, מיר האבן זיך שוין געטראפן אלע געשוויסטער אינאיינעם, דער טרויער און צעבראכנקייט האט געהאנגען אבער עס האט זיך נאך אלס נישט געוויינט.

און דאן.... די טיר עפנט זיך און די מיטה קומט אריין, חברה קדישא האט אונז איבערגעלאזט אליין. שטייען אין איין צימער טאטע מאמע און אלע קינדער, מיין מאמע באטראכט דעם פרוכת אויפן ארון פון איר שעפעלע, און ברעכט אויס אין א יאמערליך געוויין, און מיר האבן אלע גע'פאלאוט סוט', דער געוויין דאן איז אפשר נישט געווען אזוי הויך, אבער מיר האבן געטראסקעט פאר געוויין. נישט פון שאק, נאר פשוט פון געוויין. און אזוי האט מען געוויינט און געוויינט און געוויינט, פון טיפן הארצן, אלע חושים און אברים. די ברודער און שוועסטער שטייען ארום דעם צימער, קיינער שעמט זיך נישט פון קיינעם, נאר יעדער וויינט יאמערליך.

שוין פאריבער א שיין ביסל צייט, אבער ביי מיר ליגן יענע מינוטן אין זכרון, אלס דער מערסט בוכשטעבליכער אפטייטש פון געוויין.

שוין, האצמער און זאאצמער
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

צולייגער וואס דו ביסט!

כ'האב כמעט מיטגעוויינט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אוראייניקל האט געשריבן:צולייגער וואס דו ביסט!

כ'האב כמעט מיטגעוויינט.

גא"מ.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צולייגער, האסט גערירט מיין פערהארטעוועט הארץ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אוראייניקל האט געשריבן:צולייגער וואס דו ביסט!

כ'האב כמעט שטארק מיטגעוויינט.

דער אייבערשטער זאל העלפן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ונשמע ונתבשר אך ורק בשורות טובות לכל ישראל
---
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

צולייגער האט געשריבן:כ'האף אז כ'מעג אויך אריינרעדן, הגם כ'בין נישט קיין מעמבער דא...

איך וויין אסאך, ווער שנעל עמאשענעל איבערגענומען. אבער אן ספק איז דער טיפסטער געוויין געווען, ווען מיר האבן באגלייט איינס פון מיינע אינגערע געשוויסטער למנוחת עולמים.

חכם... דאס איז נישט קיין קונץ..

נו, הער אויס א מינוט....

דאס איז געווען נאך א תוחלת ממושכה פון באלד צוויי יאר, ממילא איז דער געוויין נישט געווען אזוי ספאנטאן... געווען איז דאס אין א מוצאי שבת - תשעה באב ביינאכט, טראץ וואס מיר האבן געוואוסט אז דאס איז א פראגע פון טעג, האב איך פארט געטרייסלט ווען מוצ"ש פינף מינוט נאכן זמן דריזלט דער טעלעפאן, און א טעקסט פון א פאמיליע מיטגליד וועלכע איז געווען שבת אין שפיטאל מעלדט מיט טרוקענע ווערטער 'Gv. Bde'. איך האב געטרייסלט הענט און פוס, און געגעבן א קוויטש אז מיין ווייב און קינדער האבן זיך דערשראקן און געקומען צו לויפן זעהן וואס גייט פאר. אבער כ'האב נאך נישט געוויינט.

געהאט דעם כבוד צו מבשר זיין מיינע ברודער אין ישיבה נישט צו דאווענען מעריב און זיך צוזאמפאקן, כ'האב געשוידערט ביים זיי זאגן 'דאוון נישט', ממש געשוידערט, אבער נאכאלס נישט געוויינט.

נאך צוזאמנעמען מיינע פאר זאכן, טלית ותפלין, א קינות, און אנזאגן מיינע קינדער צו זיין וואויל פאר א וואך, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. רוב וועג בין איך געווען פארנומען מיט לאדזשיסטיקס, זיכער מאכן מיינע געשוויסטער האבן א וועג ארויס, וואס האט אויטאמאטיש פארנומען מיינע געפילן.

צוויי אזייגער ביינאכט, מיר האבן זיך שוין געטראפן אלע געשוויסטער אינאיינעם, דער טרויער און צעבראכנקייט האט געהאנגען אבער עס האט זיך נאך אלס נישט געוויינט.

און דאן.... די טיר עפנט זיך און די מיטה קומט אריין, חברה קדישא האט אונז איבערגעלאזט אליין. שטייען אין איין צימער טאטע מאמע און אלע קינדער, מיין מאמע באטראכט דעם פרוכת אויפן ארון פון איר שעפעלע, און ברעכט אויס אין א יאמערליך געוויין, און מיר האבן אלע גע'פאלאוט סוט', דער געוויין דאן איז אפשר נישט געווען אזוי הויך, אבער מיר האבן געטראסקעט פאר געוויין. נישט פון שאק, נאר פשוט פון געוויין. און אזוי האט מען געוויינט און געוויינט און געוויינט, פון טיפן הארצן, אלע חושים און אברים. די ברודער און שוועסטער שטייען ארום דעם צימער, קיינער שעמט זיך נישט פון קיינעם, נאר יעדער וויינט יאמערליך.

שוין פאריבער א שיין ביסל צייט, אבער ביי מיר ליגן יענע מינוטן אין זכרון, אלס דער מערסט בוכשטעבליכער אפטייטש פון געוויין.

שוין, האצמער און זאאצמער

צק
דע תגובה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אוי אוי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אוראייניקל האט געשריבן:צולייגער וואס דו ביסט!

כ'האב כמעט מיטגעוויינט.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

סארי פאר יעדן. גארנישט געמיינט צו בא'תשעה באב'ן דעם ציבור, ס"ה געהאט א ליידיגע פאר מינוט מוצ"ש, און א דורכגאנג וואס איז נאך אין די ביינער, ויצא האייגל הזה.

זאל מען וויסן נאר פון גוטס.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'בין נישט בא'תשעה באב'ט, איך האב ליב צו וויינען.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אה. מאכסט מיר פילן בעסער...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'בין נישט בא'תשעה באב'ט, איך האב ליב צו וויינען.

סא די גלייכסט טישא באף
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ניין, תשעה באב איז אזא דעפרעסטע סארט וויינען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חלילה.

תשעה באב וויינען האט מיט דעפרעסיע זעראו זילטש שייכות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'האב אפשר נישט גענוצט דעם ריכטיגן לשון, ס'איז עכ"פ נישט די סארט וויינען פון וועלכע איך האב הנאה.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זאכן וואס מאכן מיך וויינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צולייגער האט געשריבן:כ'האף אז כ'מעג אויך אריינרעדן, הגם כ'בין נישט קיין מעמבער דא...

איך וויין אסאך, ווער שנעל עמאשענעל איבערגענומען. אבער אן ספק איז דער טיפסטער געוויין געווען, ווען מיר האבן באגלייט איינס פון מיינע אינגערע געשוויסטער למנוחת עולמים.

חכם... דאס איז נישט קיין קונץ..

נו, הער אויס א מינוט....

דאס איז געווען נאך א תוחלת ממושכה פון באלד צוויי יאר, ממילא איז דער געוויין נישט געווען אזוי ספאנטאן... געווען איז דאס אין א מוצאי שבת - תשעה באב ביינאכט, טראץ וואס מיר האבן געוואוסט אז דאס איז א פראגע פון טעג, האב איך פארט געטרייסלט ווען מוצ"ש פינף מינוט נאכן זמן דריזלט דער טעלעפאן, און א טעקסט פון א פאמיליע מיטגליד וועלכע איז געווען שבת אין שפיטאל מעלדט מיט טרוקענע ווערטער 'Gv. Bde'. איך האב געטרייסלט הענט און פוס, און געגעבן א קוויטש אז מיין ווייב און קינדער האבן זיך דערשראקן און געקומען צו לויפן זעהן וואס גייט פאר. אבער כ'האב נאך נישט געוויינט.

געהאט דעם כבוד צו מבשר זיין מיינע ברודער אין ישיבה נישט צו דאווענען מעריב און זיך צוזאמפאקן, כ'האב געשוידערט ביים זיי זאגן 'דאוון נישט', ממש געשוידערט, אבער נאכאלס נישט געוויינט.

נאך צוזאמנעמען מיינע פאר זאכן, טלית ותפלין, א קינות, און אנזאגן מיינע קינדער צו זיין וואויל פאר א וואך, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. רוב וועג בין איך געווען פארנומען מיט לאדזשיסטיקס, זיכער מאכן מיינע געשוויסטער האבן א וועג ארויס, וואס האט אויטאמאטיש פארנומען מיינע געפילן.

צוויי אזייגער ביינאכט, מיר האבן זיך שוין געטראפן אלע געשוויסטער אינאיינעם, דער טרויער און צעבראכנקייט האט געהאנגען אבער עס האט זיך נאך אלס נישט געוויינט.

און דאן.... די טיר עפנט זיך און די מיטה קומט אריין, חברה קדישא האט אונז איבערגעלאזט אליין. שטייען אין איין צימער טאטע מאמע און אלע קינדער, מיין מאמע באטראכט דעם פרוכת אויפן ארון פון איר שעפעלע, און ברעכט אויס אין א יאמערליך געוויין, און מיר האבן אלע גע'פאלאוט סוט', דער געוויין דאן איז אפשר נישט געווען אזוי הויך, אבער מיר האבן געטראסקעט פאר געוויין. נישט פון שאק, נאר פשוט פון געוויין. און אזוי האט מען געוויינט און געוויינט און געוויינט, פון טיפן הארצן, אלע חושים און אברים. די ברודער און שוועסטער שטייען ארום דעם צימער, קיינער שעמט זיך נישט פון קיינעם, נאר יעדער וויינט יאמערליך.

שוין פאריבער א שיין ביסל צייט, אבער ביי מיר ליגן יענע מינוטן אין זכרון, אלס דער מערסט בוכשטעבליכער אפטייטש פון געוויין.

שוין, האצמער און זאאצמער

אוי האסטו מיר געמאכט וויינען!! דער בורא זאל דיר געבן שלא יישמע עוד שוד ושבר בגבולך ובגבולינו ובגבול כל ישראל אמן.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”