נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

א גוטן טייערע חברים,
בעזר השם וועל מיר דא שרייבן אונזערע געדאנקן פון צייט צו צייט,
כ'וויל בעטן זייער, אז מ'זאל מיר לאזן שרייבן אליינס,
אויב איינער פילט אז ער האט זייער שטארק צו צוגעבן עפעס, ביטע מיר שיקן אן אישי, און איך וועל פראבירן בע"ה יעדן צופרידן צושטעלן אדער זאל ער ביטע עפענען א נייע אשכול מיט קאמענטארן,

--
פאר הערות ביטע קליקט דעם לינק https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=42975
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

איך בין נאך שולדיג א געדאנק וואס כ'האב געקלערט זאת חנוכה ביי די לעכט,
איז אזוי,
וואס איז טייטש "שלום בית" ?
שלום בית מיינט ווען עס איז דא א משפיע מיט א מקבל, ס'טייטשט, די מקבל איז נאר מקבל פון די איין משפיע, און נישט פון קיין שום אנדערע משפיע,
לדוגמה,
א פרוי וואס איז נאר מקבל פון איר מאן, וואס איר מאן זאגט איז קודש קדשים,
און סיי וואס און סיי וועלכע אנדערע מענטש זאגט איז בטול ומבוטל כעפרא דארעא,
דאס טייטש אז זי איז א ריכטיגע מקבל, ווייל אויב איינער קען מקבל זיין פון צוויי מענטשן איז פשט אז ס'נישט זיכער וואס איינער האט געזאגט, אדער אז איינער איז נישט גענוג,
אין אנדערע ווערטער, זי האט אן אייגענע מיינונג וואס, און וויאזוי צו מקבל זיין,

דאס איז נישט א ריכטיגע מקבל,
א ריכטיגע מקבל מיינט, ווען ס'איז נאר דא מיין איינציגסטע משפיע און קיין אנדערן חלילה נישט,

אבער כדאי די מקבל זאל קענען ריכטיג מקבל זיין דארף זי זיין זייער רואיג, וויין אויב נישט קען זי זיך נישט גענוג קאנצעטרירן צו פאקעס"ן אויף די משפיע,
ס'טייטשט אז די די פארפאלק דארף וואוינען דארט ווי די פרוי איז אויפגעוואקסן, אזוי איז זי רואיג צו הערן וואס די מאן האט צו געבן, אויב אבער וועט זי וואוינען אין א פרעמד פלאץ וועט איר זיין זייער שווער צו מקבל זיין ווייל זי וועט זיין פארנימען א גאנצן טאג זיך צו מאכן באקוועם



וועגן דעם האט די תורה ג'אסר'ט פאר א פרוי צו חתונה האבן מיט צוויי מענער, אבער א מאן מעג ע"פ תורה חתונה האבן מיט צוויי פרויען,
ווייל א משפיע קען משפיע זיין פאר צוויי, אבער א מקבל קען נאר מקבל זיין פון איינעם,
היצטערט, וואס טוט מען אויב איינער זעהט אז זיין ווייב הערט אויס דעות פון נאך פלעצער, און זי איז גאר דער וואס קומט זאגן די דעות זי קומט מיט א גאנצע אייגענקייט

דאן איז די עצה אז דאס פארפאלק זאל אוועקגיין וואוינען פון די פלאץ פון ביז יעצט,
אזוי וועט די פרוי פארלירען אלע אירע ביז יעצטיגע משפיעים,
וועט זי זעהן אז ס'איז נישט דא קיין איין משפיע א חוץ איר מאן,
צוביסלעך צוביסלעך וועט זי שפירן מער און מער פארזיכערט איין איר מאן,
ביז ס'וועט קומען דער טאג וואס די מאן וועט שוין שפירן פארזיכערט מיט איר, וועט ער צוריק אהיימגיין,
(נישט יעדע מאל וואס איינער שפירט נישט פארזיכערט מיט זיין ווייב, מיינט דאס אז די פראבלעם איז זיין פרוי,
קודם זאל זיך גוט מסדר זיין די הרגשים, צו קענען שפירן גוט)

הנמשל יבוא בעזר השם
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

המשך פון זאת חנוכה, געשריבן בעפאר קאראנע עפאכע,

נמשל,
בהקדם,
די איייבערשטער האט פארשידענע נעמען, געוואנדן לויט די מידה מיט וואס ער איז זיך מתלבש,
די שם "שכינה" איז מרמז אויף די בחינת נוקבה פון די אייבערשטער,
דאס טייטש, פונקט ווי ביי מענטשן איז דא א מאן וואס איז די משפיע און א פרוי וואס איז די מקבל, אזוי כביכול האט דער אייבערשטער די ביידע מידות אינאיינעם,
די חלק פון די אייבערשטער וואס איז די מקבל (פון אים זעלבסט) ווערט אנגערופן שכינה,
כלל ישראל זענען איין בחינה פון די שכינה,

יעצט צום ענין
ווען אידן זענען געווען שרוים על אדמתם בזמן שבית הקדש היה קים, האבן די אידן מיט די שכינה געהאט גוטע שלום בית מיט די אייבערשטער,
די אידן האבן נאר מקבל געווען פון די אייבערשטער, די אידן זענען געווען מקושר בשר אמיץ נאר מיט די אייבערשטער, נישט קיין שום אנדערע אמונה,
זיך נישט באשוצט מיט קיין שום אנדערע מיטלען נאר זיך פארזיכערט מיט דער בורא ומנהיג,
אבער,
ס'געקומען א צייט וואס דער אייבערשטער האט אנגעהויבן זעהן אז כלל ישראל זענען שוין גארנישט אזוי פארזיכערט מיטן אחד יחיד ומיוחד,
ס'איז שוין דא ווער ס'דינט עבודה זרה (בית ראשון), ס'איז שוין דא ווער ס'איז זיך בוטח אין די אנשי המדה (בית שני),
אויב אזוי איז דאך כלל ישראל אויס מקבל,
ווייל אויב ס'איז שוין דא נאך פון וווי מקבל צו זיין, איז דאך די גאנצע השפעה מוטל בספק,
האט דער אייבערשטער געמוזט אוועקגיין וואוינען מיט די אידן אויף אן אנדער פלאץ, אזוי אז די אידן זאלן זיך שפירן אביסל אומבאקוועם, זיי זאלן פארלירן אלע ניי געווארענע משפיעים וואס כלל ישראל האט זיך ליידער פארגלייבט, אזוי ארום וועלן די אידן נישט האבן ווי זיך צו ווענדן, וועלן זיי זיך צוריק אנשליסן מיט א שטערקערע קשר מיט די אייבערשטער,
למעשה האט דער אייבערשטער טאקע אזוי געטוהן, פארברענט דעם בית הקדש, און פארשיקט די אידן אין גלות,
אזוי ארום ווארט דער אייבערשטער אז די אידן זאלן זיך אויפכאפן און זיך צוריקקערן צום אייבערשטען,
די אידן אבער האבן נישט פארשטאנען דעם רמז, און ווי די צייט איז אדורך האבן זיך די אידן באקוועם געמאכט אין גלות און געטארפן נייע משפיעים און נייע ענינים אין וואס צו גלייבן,
האט דער אייבערשטער נאכאמאל געגעבן א שאקל און געשיקט די אידן ווייטער, אין אן אנדערע גלות,
אזוי ארום און ארום,

יעצט ווארט נאר דער אייבערשטער אז מיר אידן זאלן צוריק שווערן געטריישאפט פאר בורא כל עולמים,
נאר אין אים גלייבן און נאר אין אים זיך פארזיכערן, און נאר אים זיך געפעלן,

ווען דער אייבערשטער וועט זעהן אז די אידן זענען טאקע נאר פארגלייבט אין אים ית',
וועט דער אייבערשטער זיך דערבארעמען, און אונז צוריק ברענגען צו אונזער ארגינעלע היים בירושלים עיר הקודש, אמן.
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

viewtopic.php?p=2345152#p2345152


פאר קאמענטארן אויף דעם אשכול, ביטע גיין דא viewtopic.php?f=21&t=42975
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

viewtopic.php?p=2355865#p2355865


פאר קאמענטארן אויף דעם אשכול, ביטע גיין דא viewtopic.php?f=21&t=42975
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

viewtopic.php?p=2377816#p2377816

פאר קאמענטארן אויף דעם אשכול, ביטע גיין דא viewtopic.php?f=21&t=42975
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

יעדע ווארט וואס מען וויל וויסן די ריכטיגע טייטש דערפון דארף מען קוקן ווי עס שטייט אין די תורה די ערשטע מאל, און דאס וואס עס מיינט דארט, דאס איז די ארגינעלע אפטייטש, למשל אויב וויל מען וויסן וואס עס מיינט "אור" דארף מען קוקן אין די תורה ווי עס שטייט די ערשטע מאל די ווארט "אור" דאס איז אין פ' בראשית ויאמר אלוקים יהי אור,
דארט מיינט דאך עס זיכער נישט פשוטע ליכטיגקייט וואס מיר זעהן מיט די פליישיגע אויגן, ווייל דאס וואס מיר זעהן מיט די פליישיגע אויגן קומט פון דער זון וואס איז ערשט אויפגעהאנגן געווארן מיטוואך, ווי אויך שטייט אין חז"ל אז די ערשטע אור איז באהאלטן געווארן פאר די צדיקים לעתיד לבא, אויף פארשידענע פלעצער שטייט אז די אור איז געווארן באהאלטן אין די תורה,
מוז דאך זיין אז די ווארט עכטע טייטש פון אור איז אזא סארט העכערע אור,
די זעלבע זאך טוט מען מיט יעדע ווארט וואס מען וויל פארשטיין די באדייט דערפון,
מיר ווילן וויסן וואס איז די נפש האדם, גייען מיר גיין קוקן ביי די ערשטע מענטש אויף דער וועלט, און דורך דעם פארשטיין ווי אזוי א אדם באלאנגט צו זיין,

פאר קאמענטארן ביטע גיין דא
viewtopic.php?f=21&t=42975&p=2377949#p2377949
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, און פונקט ווי יעדער איינער פארשטייט אז אז ווען מען זאל אים ווען געבן די מעגליכקייט צו באשאפן די וועלט וואלט ער זיכער באשאפן די וועלט מיט נאר גוטס, די זעלבע כביכול איז נישט דא קיין סיבה צו טראכטן אז דער אייבערשטער זאל וועלן באשאפן די וועלט מיט שלעכטס, נאר ווען א מענטש באשאפט א זאך איז נישט מעגליך צו מאכן נאר גוט, ווייל אויב מאכט ער פאר איינעם גוט איז עס פאר א צווייטן ווייניגער גוט, און אויב זאל ער מאכן פאר יעדן די זעלבע איז עס שוין נישט די בעסטע פאר יעדן יחיד באזינדער, ווייל יעדער עקסטער וואלט דאך פאר אים געקענט זיין בעסער אויב זאל מען זיך נישט דארפן רעכענען מיט א צווייטן, ווידעראום זאל ער נאר באשאפן איין מענטש איז דאך ווייטער נישט די בעסטע, ווייל פאר די איין מענטש איז בעסער אויב איז דא נאך מענטשן אויף די וועלט,
עכ"פ א מענטש וואלט ווען געמאכט די בעסטע וועלט, ווייל פארוואס נישט, נאר א מענטש האט נישט די מעגליכקייט צו מאכן בלויז גוטס,
משא"כ דער אייבערשטער אלץ א כול יכול, דאס הייסט, ער האט אלע מעגליכקייטן, ער קען יא מאכן אז ער זאל באשאפן נאר גוטס, און גאר פאר יעדן זאל זיין די בעסטע וואס איז מעגליך, אמער, זיינע מעגליכקייטן זענען נישט באגרעניצט,


פאר קאמענטארן ביטע גיין דא
viewtopic.php?f=21&t=42975&p=2377949#p2377949
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

די מצוה פון זיך אליינס קענען, "עבודת השם" מיר זאגן אין קריאת שמע, ואהבת את ה' אלוקיך בכל לבבך, אין א אנדערע פסוק שטייט כי אם ליראה את ה וללכת בדרכיו ולדבקה בו, דער אייבערשטער זאגט, דינטס מיר מיט אייער גאנצע הארץ מיט אייער גאנצע נפש, זייט אייך מדבק אין מיר, ווערטס איינס מיט מיר,
חוץ פון א מענטשןס קערפער, איז דא פינף טיילן פון די נשמה עס ווערט גערופן נפש, רוח, נשמה, חיה, יחידה, איז כדי א מענטש זאל ווירקליך קענען נאנט ווערן מיט די אייבערשטער מיט אלע חלקים פון זיין נפש, דארף ער קודם גוט קענען יעדע חלק דערפון, אין נאר נאכדעם נאנט ווערן מיט די אייבערשטער מיט יענע חלק הנפש,
דאס איז א טיעפע ארבעט, ווייל א מענטשןס הארף איז דאך פיל מיט מיט גאר אסאך גראבע און באהאלטענע געפילן יעדע רגע, און כדי צו קענען קלאר אידענטיפיצירן די געפילן דארף מען צולייגן אסאך קאפ,
נישט אומזיסט זענען די אלע מאמרי חז"ל ווי שווער עבודת השם איז,
ווי אויך דאס איז א עבודה וואס ענדיגט זיך נאר ווען דער מענטש שטארבט, ווייל ביז דעמאלטס גייט דער מענטש האלטן אינאיין אויפדעקן נאך און נאך חלקים פון זיין נפש, און יעדע מאל וואס נאך א חלק ווערט אויפגעדעקט נאנט ווערן צום אייבערשטן אויך מיט די נייע אנדעקטע חלק,
וואס מיר האבן געזאגט דא, איז צו פארענטפערן דאס וואס געוויסע מענטשן קענען פרעגן, ווער זאגט אז איך דארף זיך באגרינטעווען אין מיין נפש, אפשר איז בעסער צו לאזן זאכן פארן,
אויף דעם האבן מיר דא געברענגט אז דער אייבערשטער וויל דאס, און אויב אזוי איז דאס זיכער די בעסטע זאך פאר אונז ווי אויבן דערמאנט

פאר קאמענטארן ביטע גיין דא
viewtopic.php?f=21&t=42975&p=2377949#p2377949
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: נפש'לס געדאנקען (פריוואטע אשכול)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט א געפיל אז עס פעלט אים עפעס, ער פילט אז ער איז א דורכפאל, א פארלירער וכדומה,
דאס איז א נאטורליכע געפיל וואס דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן דעם מענטש מיט דעם,
אונז וועלן נישט יעצט אריינגיין פארוואס דאס איז אזוי, אבער די טבע פון די וועלט איז אזוי, אזוי איז מבואר אין אלע חסידישע ספרים און אין אלע קבלה ספרים, די שווערע געפיל שפירט נישט די מענטש ממש יעדע רגע פון זיין לעבן, נאר עס איז טיעף איינגעפלאנצט אין די זעהל פון די מענטש און עס קומט ארויס פון צייט צו צייט פון זיך אליינס, אדער ווען עס געשעהט עפעס צו די מענטש אדער ווען דער מענטש האט געטון עפעס נישט גוט, הייבט אן דער מענטש צו פילן שלעכט, ווייל ער דערמאנט זיך צוריק פון די אלטע באהאלטענע געפיל אז ער פילט שוין פון לאנג אז ער איז גארנישט, און יעצט איז נאכאמאל געשטאקט געווארן ביי אים מיט מער זיכערקייט אז די געפיל איז אמת און אז ער איז טאקע גארנישט ווערט, אויב א מענטש האט נישט געלערנט אסאך ווייסט ער נישט אז די שווערע געפיל אז "איך בין גארנישט" איז א נאטורליכע געפיל גראד פון די אייבערשטער און עס האט גארנישט מיט וואס דער מענטש האט געטון אדער מיט וואס עס האט פאסירט צו דעם מענטש, לכבוד דעם נישט וויסן, איז דער מענטש נישט מסכים צו פילן דעם געפיל נאר דער מענטש וועט עס שנעל אנהעגען אין די לעצטיגע געשעהענישן ווייל אזוי איז עס מער מסתבר, ווי אויך ווייל אזוי האט ער א וועג צו באווארענען אז ער זאל עס מער נישט פילן, ער וועט אבאכט געבען אז די זאכן וואס האבן אים געברענגט די שווערע געפילן זאל מער נישט פאסירן אזוי וועט ער מער נישט פילן שלעכט, עס איז אבער נישט אמת, ווייל זיין שווערע געפיל איז נישט געשעהן ווייל דאס אדער יענץ האט יעצט פארסירט נאר עס איז אויפגעדעקט געווארן יעצט,

פאר קאמענטארן ביטע גיין דא
viewtopic.php?f=21&t=42975&p=2377949#p2377949
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”