בלאט 2 פון 7

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 12:15 pm
דורך סאכדעס
זעהר א גוטע נאמען אויסדערוועלט, יהא בואך לברכה.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 12:25 pm
דורך צייטליך
די ווערטער "קיין שרייבער בין איך נישט ווי איר זעהט" פאסט בכלל נישט אריין אין דיין תגובה, גראדע זעהט עס אויס אז יא.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 12:44 pm
דורך סאכדעס
צייטליך, כאב עס פלעין פארגעסן צו שרייבן אין מיין תגובה.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 1:48 pm
דורך מאשקע
ריח ניחוח;
זעה אז דו זאלסט אנשטעקן אנדערע מיט דיין ניק.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 4:48 pm
דורך התאחדות
אזוי זוכענדיג א מודזשיצער סידי, האבעך זיך אנגעשטויסן מיט אט דעם קאסעט וואס האט מיר געבראכט עפענען מיין ניק אויף דעם נאמען.

העליך אייך בריינגן א בילד דערפון.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 4:53 pm
דורך קרעמער
כ'האב גארנישט געוואוסט אז דו האסט אזא עולם.

און אז יא, פארוואס לאזטו זיי אזוי לאנג ווארטן...

גיי שוין צו צום כותל און לאז זיי פונאנדערגיין.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 4:54 pm
דורך סאכדעס
נו, גילוי..........

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 4:55 pm
דורך י
איך בין א ...יוד

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 9:04 pm
דורך abimlaibt
התאחדות האט געשריבן:אזוי זוכענדיג א מודזשיצער סידי, האבעך זיך אנגעשטויסן מיט אט דעם קאסעט וואס האט מיר געבראכט עפענען מיין ניק אויף דעם נאמען.

העליך אייך בריינגן א בילד דערפון.

ט'ערעסאנט, דער התאחדות האט זיך שוין אנגעשטויסן יולי דעם צוויייטער און או זעקס למספרם,
אבער די סיבה דערצו איז הערשט צוגעקומען דערצו אין אקטאובער אוף או זיבען,
איי איי איי ווען א דיין האט אפענע אויגען, וואסי שייך צו זאגען.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2007 1:14 am
דורך אנדי פעטיט
פשט אין מיין ניק איז אזוי

ווען איך בין געווען א קליין קינד פלעג איך עסען זייער זייער אסאך. ווען מיין באבע האט מיר געזאגט "דו עסט מיט אזאן אפעטיט!!!" האב איך געענטפערט "איך עס אפילו אן די פעטיט!!!" פון דארט שטאמט מיין ניק.

לאנגע יארן שפעטר הער איך אז עפעס א גויאישע שפילער וואס שפיעלט די טמא'נע בעיסבאל געים אויף די טמא'נע יאנקיס האט זיך אנגעהויבן צו רופן מיט מיין ניק (זעט אויס אז ער האט געזען וויפול דער ניק האט מיר ארויסגעהאלפן אין לעבן) האב איך אנגעהויבן מאכן א ויצעקו און איך האב מיך געגרייט ארויס צו קומען מיט א מאלטי ביליאן דאללער לאו סוט אקעגן אים און זיין טיעם אבער איך האב עס צום סוף אפגעלאזט כדי עס זאל נישט זיין קיין חשש פון מרידה באומות.


אבער געדענקט אלע אז איך בין די ריכטיגע אנדי פעטיט!!!

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2007 1:27 am
דורך מאשקע
פעפיטע, כ'האב דיר שוין געזאגט אמאל; דו ביזט גוט דו.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2007 1:47 am
דורך אנדי פעטיט
ניין מאשקע! דו האסט א גרויסע טעות!

איך בין אן די!!!!!!!!!!!!!

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2007 10:52 am
דורך אלעקסיי
הוי זנב לאריות, איך בין דער הייליגער בעש"ט'ס קוטשער...

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2007 11:06 am
דורך סאכדעס
abimlaibt האט געשריבן:
התאחדות האט געשריבן:אזוי זוכענדיג א מודזשיצער סידי, האבעך זיך אנגעשטויסן מיט אט דעם קאסעט וואס האט מיר געבראכט עפענען מיין ניק אויף דעם נאמען.

העליך אייך בריינגן א בילד דערפון.

ט'ערעסאנט, דער התאחדות האט זיך שוין אנגעשטויסן יולי דעם צוויייטער און או זעקס למספרם,
אבער די סיבה דערצו איז הערשט צוגעקומען דערצו אין אקטאובער אוף או זיבען,
איי איי איי ווען א דיין האט אפענע אויגען, וואסי שייך צו זאגען.


פרעגנדיג דעם דאיען דיין הארבע שאלע, האט ער מיר געזאגט בזה"ל:
איזש אזשוי, מיין ניק איז נישט געבוירן דא אין ניי-שטאט, עס איז שוין געבוירן געווארן אום 2004 למספרם אין אלט-שטאט וואס האט זעך נאך גערופן יעמאלט היידפארק. אין איינע פון די יעמאלטדיגע שערוריות ביי כלל ישראל האבעך זעך בארעכנט אז כ'מוז זאגן דעם ציבור מיין דעה. האבעך פרובירט צו עפענען א ניק, האבעך געברויכט זיך געבן א נאמען, האבעך געוואלט שרייבן געהעריג מיין עכטע נאמען יענקל גרין. האט מיר מיין אח לדעה געזאגט אז כ'זאל עס נישט טוהן, מ'וועט מיך נאך פארהאלטן אויף יעדן ווארט אין די גאנצע גאס. האבעך געקלערט וואס טוט מען דא? פונקט האבעך געהאט געקויפט דעם אויבנדערמאנטן סידי, און דאס איז מיר געליגן אין א שעלף העכער מיין מאניטער, אויפהויבנדיג מיינע אויגן צום הימל מיט א בקשה כ'זאל האבן א נאמען, האט מיר אריינגעשיינט מיט א ליכטיגקייט דאס ווארט התאחדות. עכל"ק

שפעטער האט מען געזעהן די געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז עטליכע יאר שפעטער ווען מ'האט אויפגענומען דעם דאיען אלס דומ"ץ דקהילתינו האט מען געזעהן אז זכותו וכוחו של אותו זקן איז איהם בייגעשטאנען אז ער האט זיך געוועלט אט דעם נאמען. ודפח"ח

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2007 12:49 pm
דורך איך_הער
ודפח"ח.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 12, 2007 1:03 pm
דורך אלעקסיי
ושפתיים יושק משיב דברים נכוחים

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 12:30 pm
דורך קרעמער
סעמיטשקע האט געשריבן אין בית המדרש דקהילתינו>על הצדיקים>שבועות בצל הקודש:
קרעמער האט געשריבן:יישר כח סעמיטשקע (אגב, וואס איז פשט פון דעם ניק?)

אויך גילטיג לכל מאן דבעי למידע.

מחמת טירדת החג און מחמת כהאנאך גיוולאט צולייגען די פאר עובדות נתאחרה תשובתי ואתכם הסליחה.

איבעית אימא סברא, איבעית אימא קרא!

סברא:
מיר געפונען אסאך ווערטער אפי' ביי אנדערע שפראכין וואס די מבטא [די אופן ווי עס זאגט זיך] פינעם ווארט האט פאר זיך אליין א טייטש לדוגמא, אויף היספאניש איז די א ווארט "טאנטא" מדארף נישט טראכטען קיין צוויי אז טאנטא איז נישט די באדייט "א נארמאלער מענטש" וכד', און גיי זאג פאר די "אמיגא" וואס רייניגט אין שוהל "טאנטא" וואס די ביסט, וועט ער דיך צוריק קוקין מיט א שטרענגע מינע, און אויב וועסט אים פרעגין די באדייט עסטו פארשטיין פון זיינע ווערטער אס דאס ווארט "טאנטא" באדייט פחות יותר א צופארענע מענטש,

הנוגע לענינינו, סעמיטשקא איז אן אויסדריק אויף די צוקוועטשטע נשמות אין קרן זוית פון ביהמ"ד, [נוסח "מיין נשמה איז נישט קיין ראזשינקע", אבער די נשמות וואס יא, זענען סעמיטשקעס] והבן. עכ"פ ביי מיר אין שוהל ווערין די נשמות פארופין סעמיטשקעס, און אנכי הסעמיטשקע בין איינע פון זיי.

קרא:
אויף אידיש איז די קערנדליך פון וואס מען מאכט פאפקורן, רופט זיך "סעמיטשקעס"

און יעצט צו דיר הויעכגישעצטע "קרעמער" מייסד קרעטשמתנו
ס'איז א תימה גדולה אז די מייסד פון א קרעטשמע אין די "אידישע" וועלט שנת אלפיים, ווייסט נישט וואס סעמיטשקעס זענען, וואס דען אויב נישט הייסע פרישע אויפגעבלאזענע "סעמיטשקעס" סערווירט מען אין אזא איינגינעמע אטמאספעריא?

צום שלוס:
ביי אונז אין די "עידש" [כתה בלע"ז] איז נעבעך פארבליבען אן אלטע בחור אביסעל אריבער די דרייסיג, ער דרייט זיך ארום מיט א ווערטל וואס גייט אזוי, "א כתה איז נמשל צו א "סעמיטשקע מאשין", טייל פאפען תיכף בהגיע פרקו, טייל אביסל שפעטער דערנאך א יחיד דא און א יחיד ממש צום לעצט, אבער כסדר וועט בלייבן צוויי דריי פארברענטע סעמיטשקעס אונטען אין די מאשין.
אז מטראכט אריין איז דאס א משל אויך אויפן לעבין ווי טייל אירע זיינען מצליח שוין פון אנהויב טייל אביסעל שפעטיר און טייל בלייבען נעבעך פארברענט אונטן אין טאפ, וואס די זיינען "די סעמיטשקעס צוקוועטשט בקרן זוית פון ביהמ"ד"

לדעתי איז דאס גענוג, און ווער עס איז נאכנישט קלאר קען מיר צימבלען אין "אישית"

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2009 9:31 pm
דורך גראדער
פשוט און "גראד"

ווי זאגט די וועלט, אז מען קען גיין "גראד" וואס דארף מען....

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 2:08 pm
דורך שרייבטאראפ
"שרייבט אראפ".....!! (די לעצטע געדאנק)

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 5:19 pm
דורך פייער אפפער
געווען איז עס מיט עטליכע צענדליג יארן צוריק ווען מיין רבי פון כיידער האט געטייטלט מיט זיינע דראענדיגע פינגער אין מיין ריכטונג און גערעגטערהייט ארויסגעברומט: האסט נישט אויסגעהערט קיין איין ווארט, יעצט זאג איבער דעם גאנצן פסוק הויך אז איעדער זאל הערן.
דער פסוק איז אדורך גאנץ בחסד אבער אנקומענדיג צום ווארט אשה האב איך געטייטשט א פרוי... אנשטאט פייער אפפער...
ביי די וועי איינער ווייסט וואס פייער אפפער מיינט? ווייל איך האב נישט קיין אהנונג...
מער האט נישט אויסגעפעלט, ער רופט מיך צום טיש, אויפן וועג אהין האב איך שוין געזעהן אז דער מצב איז ערענסט און איך האב פארפאנצערט מיין געזיכט מיט מיינע צוויי הענט אין איך בין נישט געווען שלעכט מיט מיין אפשאצונג, סהאט זיך גענומען גיסן פראסקעס...
אבער פראסקעס אויף א פארפאנצערטן געזיכט טוט מער וויי פארן טיילער וואו פארן כאפער, האט ער אין גרויס כעס אפירגענומען זיין ארומגעטעפטן האלץ וואס כדי ס'זאל האבן א גוטן מקור האט ער עס א נאמען געגעבן 'קאנטשיק' כאילו ס'שטאמט נאך פון אונגארן אין קען פאררעכענט ווערן אלץ א כלי קודש און ווער עס צוברעכט עס איז מועל בהקדש... און ער האט אנגעהויבן צו האקן מיטן האלץ אויף רעכטס און לינקס שרייענדיג אשה א פייער אפפער! אשה א פייער אפפער! און ווען ער האט דערלאנגט א שמייס, האט ער געלייגט גרויס דגוש אויפן אות וואס ער האט דאן געזאגט.
שפעטער האט ער מיך נאך געשיקט צום מנהל'ס אפיס מיט א צעטל געשריבן אויף לשון הקודש אז מ'דארף רופן דעם טאטן ווייל איך רעד פון פרויען און איך האב מחשבות זרות...

ווען איך האב זיך אויפגעסיינט אויפן קרעטשמע האב איך געטראכט וואספארא נאמען איך זאל זיך געבן, אזוי טראכטענדיג איז מיין בליק געפאלן אויף מיין האנט וואס האט נאך א צייכן פון די ''פייער אפפער שלעק'' און כדי צו פאראייביגן דעם אומרעכט האב איך מיר א נאמען געגעבן פייער אפפער.

די מעשה איז נאכנישט פארטיג ווייל עס גייט נאך איצט אהן....
ווען איך טרעף דעם מלמד אנשטאט איהם גריסן גיב איך א שאקל מיטן קאפ און איך זאג פייער אפפער......

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 5:27 pm
דורך prowed jew
"prowed jew" kishmoi kein he

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 6:28 pm
דורך מאשקע
פייער אפפער, לכאורה וואלט דיין ניק געדארפט זיין "אשה". אבער שוין... מ'וואלט דיך ארויסגעווארפן פון דא בשמן ויין.

אגב, כ'מיין אז דו האסט געלערנט מיט מיר אין איין חדר...

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 6:58 pm
דורך scy4851
נו. לאמיר זעהו ווער עס קען ציטרעפען וואס מיין ניק באדייט!
הרב לעווי,אויב די געדענקסט נאך, האסטו נישט צי ענטפערען!

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 7:14 pm
דורך אלחנן
עס זעהט אויס ווי אן אי-בעי נאמען די ערשטע דריי איז דיין ר"ת (נא גילוי!!)
אין דערנאך אדער דיין אדרעס, אדער די לעצטע פיר טל' נומערן..

ר' שמחה האב איך מיט עפעס גוט צוגעטראפן??

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 7:22 pm
דורך scy4851
חנו.
נאר האלב וועגס מיטען ר"ת.
מיט די נומערען ביסטו גאר ווייט.