פשט אין מיין ניק

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 8:19 pm

אויף מיין ניק וואלט דרעזדנער געפרעגט: וואס איז געקומען קודם... די טשיקן אדער די איי?!...
מיין ניק איז באשאפן געווארן ווען איך האב מיר אנגעשטויסן אין די בילד פונעם לעגאו מענטשעלע וועלכע פיגורירט אלס מיין אוועטער, דאן איז מיר בייגעפאלן אז עס וואלט געווען גאנץ קיוט פאר אן אוועטער. נו, אויב אזוי העמיר זיך א נאמען געבן לעגאו מענטשעלע... וכך הוה, און זינט דאן ליגט מיין אלטע ניק - וועלכע איז אינגאנצן געווען א שר חמישים - אין בעט מיט א שמאטע צוגעדעקט... [אוי וויי מיין קאפ טוט וויי וכו'].
און אט אזוי מיין פריינד איז דער ניק לעגאו מענטשעלע געשאפן געווארן!

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 9:13 pm

מיין ניק איז אזוי, איך האב געזיכט א לשון קודש'דיגע ווארט וואס צווישן אלע ניקס זאל ניטאמאל זיין א רמז קל פון מיין ניק, עס זאל האבן צוויי ווערטער, מיז האבן ווי מער רעגולער אותיות (נישט וואקאלן), עס האט געמוזט זיין א פאזיטיווע ווארט, ביז איין טאג האב איך געקוקט אויף מיין לוח און געזען 'עלות השחר' איז מיר בייגעפאלן האו אבאוט 'לפנות בוקר'.......
הלב שלי נקרע לשניים, חציו אשם וחציו לשם שמים,
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול, לזכך את החול, לרכך בי הכל,
ורק אתה מבין איך לגשת ללב שלי, משכך כל כאב שבי, מרפא את הלב...
- ישי ריבו - אלול תשע"ט

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:17 pm

מיט מיך איז די מעשה אזוי, במשך די יארן בין איך געקומען צו די מסקנה אז אלע צרות און פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות סיי פארן כלל און סיי פארן פרט שטאמט פון דעם וואס דער מענטש איז זיך נישט מכניע און נישט ממשיך דאס וואס די עלטערע האבן אונז אויסגעלערנט, אין אלע ענינים.
זיין א הולך בדרכי אבות, בעקבות אבותינו ורבותינו ווי א פאלנער שוטה דאס איז די יסוד היסודות ועיקר העיקרים!! זיי האבן נאך געוויסט אלעס וואס וואס אונז ווייסן און אכ"ז האבן זיי אויסגעקליבן תמימות און ישרות אן צו דארפן פארשטיין, אדער צו מאכן דראסטישע שינוים בגשמיות אדער ברוחניות..
די תכלית הידועה איז דאך שלא נדע, ני לאמיר רעדן תכלית..
בקיצור, ווי מער מקושר צום אמאל אזויפיל קשר האמיר צום אמת-הקב"ה,און ווי ווייניגער אלס מער איז מען אן עם טועה לבב הם..אפילו פארפרומטערהייט.. פארשטייסטו שוין פארוואס קאנסערוואטיזעם און יודישקייט זענען געקניפט און געבינדן?
מיין יודישע פונק וועקט זיך אויף ווען איך דערמאנן מיך די דמות פון די עלטערע יודן די שרידי דור הישן, זייער דמות, זייער הלוך ילך, זייער פרעספעקטיוו, זייער כאראקטער, זייער זעלישע ריינקייט.
מקען ניצן טויזנטער דוגמאות וויאזוי די היינטיגע וועלט זעט אויס וו'ס די אמאליגע וועלט און ווער ספארשטייט פארשטייט...
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

שיעלע בהמה
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 2:20 am

אן אייניקל פון צדיקים וקדושים, די ראש השולשלת איז געווען דער הייליגער זיידע דער גולם מפראג זצוק"ל צדיקים האבן געזאגט אויף אים געוואלדיגע הפלגות גאר גרויסע זאכן למעלה מהשגתינו, ולמעלה בקודש דער גבאי פון הייליגער ראפשיצער רב שיעלע בהמה וואס איז אויך געווען גאר גרויס אזויווי די דרך פון צדיקים צו זיין בהצנע לכת האט ער טאקע נישט באמערקט גארנישט פון הייליגן ראפשיצערס עבודה.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 4:02 am

צ"ק
טראכטןדיג אין די משנה אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו,
האב איך געקלערט אז דאס איז זייער פאסיג פאר א ניק,
ווען די ווייסט נישט ווער דאס איז, נאר מ'מוז אריינטראכטן אין די תוכן זעלבסט,
לעצט פאראכטן דורך יש בו אום פרייטאג דעצמבער 20, 2019 12:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 5:32 am

יש בו האט געשריבן:צ"ק
טראכטןדיג אין די משנה אל תסתקל בקנקן אלא במה שיש בו,
האב איך געקלערט אז דאס איז זייער פאסיג פאר א ניק,
ווען די ווייסט נישט ווער דאס איז, נאר מ'מוז אריינטראכטן אין די תוכן זעלבסט,

זאג נאר! די ביסט אויף קקיון'ס זייט? וואס האסטו קעגן קנקן, אז מ'טאר נישט אריינקוקן דארט? יש בו האט בעסערס פון קנקן???

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 12:25 pm

כוויל דא איינלאדענען אונזער ידיד
ארחיקה נדד האט געשריבן:
צו געבן א הסבר אויף זיין ניק
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

KEWL
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 9:28 am

just wanted to be kewl (cool)
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 9:38 am

KEWL האט געשריבן:just wanted to be kewl (cool)

וואס מיינט cool?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:27 pm

יעצט ערשט באמערקט דעם אשכול, פיל איך א פליכט מיך אביסל מסביר צי זיין
פין בריאות העולם איז שוין געווען א שמועס איבער געלט,
איך קען דא שרייבען די גאנצע סדר הדורות וואס האט זיך אלס געדרייט איבער געלט, סיי ביי אידען אין להבדיל אין די אלגעמיינע וועלט, אלץ פאקט וועלען מיר צולייגען אז די מערסטע נאכגעזאגטע מאמר חז"ל איז " רבי מכבד עשירים" (לפענ"ד), ווי אויך די מערסטע גע'ווינטש'טע ברכה צויישען 2 אידען איז פילע טאשן
אבער אסאך געלט בעצם איז נישט א בכבוד' דיגע ווארט, האב איך געשריבען אויף לשה"ק "עפרות זהב" וואס איז מער בדרך כבוד
וביותר אזוי ווי געלט דארף דאך קומען נאר פין ריינע מקורות כידוע, מיין איך אז עפרות זהב אין "אידישע וועלט" איז זהב טהור!!! ממקור טהור!!!
אבער די עיקר אין די עכטע טעם איז, ווייל למעשה האב איך ליידער נאכנישט זוכה געווען צו קיין עפרות זהב דערווייל, זאל כאטש הייסען אז איך האב עפרות זהב, ווייל דער עיקר איז דאך די נאמען אויפן גאס
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:37 pm

וויזוי דען זאל איך הייסן אויב נישט טשאדעלע?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:41 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וויזוי דען זאל איך הייסן אויב נישט טשאדעלע?

כ'קען דיר עכט געבן נאך איידיעס. זאג מיר נאר אויב דו זוכסט...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:42 pm

'עושר וכבוד אתי' (משלי ח יח) איז בגמטרי' מיין נאמען.

דאס האב איך אויסגעפינען נאכן קלויבן דעם ניק...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:55 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:'עושר וכבוד אתי' (משלי ח יח) איז בגמטרי' מיין נאמען.

דאס האב איך אויסגעפינען נאכן קלויבן דעם ניק...

הרבני הנגיד איז שוין אויך נכלל אין די גמטרי' ?
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:56 pm

די מיזט האבן א שיינע פאהר נעמען עס זאל בכלל שטימען
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 3:05 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:'עושר וכבוד אתי' (משלי ח יח) איז בגמטרי' מיין נאמען.

דאס האב איך אויסגעפינען נאכן קלויבן דעם ניק...


איך ווייס נישט פונקטליך מיין גמטרי', אבער ס'איז ווערט אסאך אסאך...
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 3:36 pm

עפרות זהב האט געשריבן:די מיזט האבן א שיינע פאהר נעמען עס זאל בכלל שטימען


'פרשנדתא' איז גאנץ נאנט צו זיין גמטרי', מיט צעהן מער.
קען זיין ער הייסט 'פרשנדתא' און האט מער נישט קיין צעהן.

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 4:35 pm

פשט אין מיין ניק... איז אזוי:
איך האב מיר פלעין און פשוט אראפגעזעצט פאר א מינוט צוויי טראכטן וואס קען זיין מיין ניק.. והנה, "בראנפן גלעזל" פאלט מיר איין א געדאנק! און דאס איז געבליבן!
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 8:50 pm

עפרות זהב האט געשריבן:די מיזט האבן א שיינע פאהר נעמען עס זאל בכלל שטימען

יהושע שעער
שמעי' שטיינער
בערל קערנקרויט

זענען מער פון עושר וכבוד אתי...

און אגב, ס'איז נישט ממש מיין נאמען, נאר שמי ושם אמי.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 8:56 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
עפרות זהב האט געשריבן:די מיזט האבן א שיינע פאהר נעמען עס זאל בכלל שטימען

יהושע שעער
שמעי' שטיינער
בערל קערנקרויט

זענען מער פון עושר וכבוד אתי...

און אגב, ס'איז נישט ממש מיין נאמען, נאר שמי ושם אמי.

קיין איינס נישט מער
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » פרייטאג דעצמבער 20, 2019 12:03 am

אהא, כ'האב געמיינט איר קענט רעכענען...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » פרייטאג דעצמבער 20, 2019 12:28 am

איך נעם עס פערזענליך... ווען נישט דו ביסט אן נושער וואלט איך זיך שוין לאנג צוקריגט מיט דיר
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

KEWL
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » פרייטאג דעצמבער 20, 2019 9:49 am

א נייער האט געשריבן:
KEWL האט געשריבן:just wanted to be kewl (cool)

וואס מיינט cool?

from google:"A 'cool' person is someone whose attitude and behaviors are composed but seen as uniquely their own," clinical psychologist Dr. Julie Gurner tells Bustle. "I think people are genuinely drawn to 'cool' people because they see them as a representation of who they wish to be — confident in who they are."Mar 16, 2018
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט