פשט אין מיין ניק

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג ינואר 16, 2018 3:42 pm

נישט פשוט האט געשריבן:גארנישט אזוי פשוט א לאנגע הסבר

כ'פארשטיי ס'נישט אזוי פשוט אבער מיט א רואיגע טאן ביטע, אונז ווארט מיר

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג ינואר 16, 2018 3:46 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:גארנישט אזוי פשוט א לאנגע הסבר

כ'פארשטיי ס'נישט אזוי פשוט אבער מיט א רואיגע טאן ביטע, אונז ווארט מיר

אי"ה
You only live one but if you do it right, once is enough

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » פרייטאג אוקטובער 18, 2019 2:03 pm

פשט פון מיין ניק איז אזוי, איך האב אריינגעגבען צו עפענען א ניק מיט א פשוטע נאמען, אבער נאך אפאר חדשים ווארטען האב איך געזען אז מען ניק ווערט נישט אפראוועד, איך האב חושד געוועהן אז די סיבה פארוואס איך ווער נישט אפראוועד איז ווייל איינער האט מיר אויסגעכאפט, האב איך געטראכט אז איך דארף אויפקומען מיט א ניק וואס קיינער האט נאך נישט געטראכט פון דעם. האב איך צוגעמאכט די אויגען און גענומען האקען אותיות...

אקעי, נישט ממש אזוי, אבער דאך עפעס א ניק וואס קיינער האט נישט געטראכט פון נאך, אזוי טראכטענדיג, באקום א טוויט (דורך טעקסט) פון איינער וואס אנאליזערט עלקטשיענס, און ער האט געשיקט א נומבער איבער waukesha county אין וויסקאנסין. זעהענדיג דער טוויט, איז מיר באגייפאלען אז דאס איז א ניק וואס איז זיכער פאר קיינעם נישט בייגעפאלן, האב איך אריינגעגעבן מיין יעצטיגען ניק, נאך ווארטען 2 וואכן, האב איך מיך פארבינדען מיר @אלי' מקוה איד, און ער האט מיר מודיע געוועהן אז מיין ערשטע ניק איז צו ענדליך צו אן עקזיסטירענע ניק און ער קען עס נישט אפראווען, אבער ער האט אפראוועד מיין יעצטיגען ניק (ייש"כ פאר דעם @אלי' מקוה איד)

וואס איז ספיעציעל מיט Waukesha county און עלעקשיענס? עס איז די גרעסטע רעפובליקען קאונטי אין וויסקאנסין, למשל אין 2016 האט טראמפ געווינען Waukesha county מיט 80 טויזענט שטימען און געווינען וויסקאנסין מיט בלויז 30 טויזענט שטימען. דאס מיינט אז ווען נישט waukesha וואלט טראמפ פארלוירען וויסקאנסין מיט 50 טויזענט שטימען.

waukesha county איז באקאנט געווארען בשעת די 2011 וויסקאנסין סופרים קארט רעיס, נאך דעם וואס סקאט וואלקער האט דורכגעשטופט שטארקע אנטי-union געזעצען, און די דעמקראטען האבן געברענגט א לאוסיוט קעגן די געזעץ, און עס וואלט געדארפט אנקומען צו די וויסקאנסין סופרים קארט, אבער די conservatives (נישט פארגעסען judges דארפן זיין אימפארטייעש, אבער פליטישע בייאס קענען זיי נאך במציאות האבן) האבן געהאט א 4-3 מערהייט אויף די קארט, די דעמקראטען האבן געהאפט אין 2011 אוועק צו כאפן איין זיץ פון די conservatives, און פארלייגט אלע כחות צו געווינען דעם זיץ, דער נאכט פון די עלקשיען האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די ליבעראלע קאנדידאט האט געווינען מיט א מערהייט פון 204 שטימען, צוויי טעג שפעטער האט מען אבער געפונען אז מען האט פארגעסען צו ציילען בערך 14000 שטימען פון waukesha (זיי האבן נישט געציילט די שטימען פון די שטאט brookfield, וואס געפינט זיך אין waukesha) און נאכן ציילען די שטימען, האט די conservative קאנדידאט געווינען מיט א מערהייט פון העכער 7000 שטימען.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10327
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 18, 2019 2:46 pm

ביינינז אויף עלעקשן טוויטער הייסט די קאונטי עמטליך "קרושעל' וואקושע קאונטי.

מיין ניק איז על שם דער פסוק: אדם להבל דמה, ימיו כצל עובר. אויך אויף וואס מען זאגט הייליגע טעג: אנו ימינו כצל עובר.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » דינסטאג אוקטובער 22, 2019 7:44 pm

נאך א גלעזל 96'ער דארף מען שוין נישט קיין שום פשט.
טעיק איט איזי

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 8:25 pm

איך קען נישט זאגן פשט אין מיין ניק משום גילוי, אבער גלייבט מיר עס האט גאר א גוטע פשט.

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:00 am

איך זאג מיך אפ קאטאגאריש פין זאגען פשט אין מיין ניק
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:19 pm

צל עובר האט געשריבן:ביינינז אויף עלעקשן טוויטער הייסט די קאונטי עמטליך "קרושעל' וואקושע קאונטי.

מיין ניק איז על שם דער פסוק: אדם להבל דמה, ימיו כצל עובר. אויך אויף וואס מען זאגט הייליגע טעג: אנו ימינו כצל עובר.


האמיר אייך אינזינען געהאט היי יאר ביי ונתנה תוקף...
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10327
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 3:02 pm

ישר כח.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:27 am

יא זיך אויך דערמאנט פון דיר.
You only live one but if you do it right, once is enough

גיט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 12:54 pm

אברהם בן ארי' האט געשריבן:איך קען נישט זאגן פשט אין מיין ניק משום גילוי, אבער גלייבט מיר עס האט גאר א גוטע פשט.


די ביסט דער וואס האט נעכטן זיך געאמפערט וועגן די עלי' יעצט ווייס איך שוין פון וועם מען רעדט

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 12:56 pm

שוין, אז דו ווייסט, ווייסטו.. אבער האלט עס ביי דיר...

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג אוקטובער 27, 2019 1:45 am

ע''ש מיין פעטער זז'ג וואס פלעגט מיר קניפן אין די באקן אלץ קינד און זאגן: ביסט א גריבענער סוחר'ל!!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:59 pm

ווען איך האב געעפנט מיין ניק, איז מיין חתימה געווען מער מאל ווי נישט..
בעסער געזאגט רוב פינעם טאג און א חלק ניקר פונעם נאכט...

אוי.. כ'געדענק נאך ווי כ'פלעג זיך אויפוועקן ארום 12:30, און ביז כ'בין געווען רעדי צו גיין דאווענען האבעך שוין געמוזט 'לויפן' צו זיין אינדרויסן פון שטוב פאר מיין כנגדו קומט אהיים פון ארבייט... :cry: :oops:

#שלעכטע זכרונות....
אסאך אפאר מאל פראקטיציר איך מיין ניק..

Bissli
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:18 pm

פשוט! כ'האב געגעסן ביסלי ביים עפענען די ניק....

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:23 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווען איך האב געעפנט מיין ניק, איז מיין חתימה געווען מער מאל ווי נישט..
בעסער געזאגט רוב פינעם טאג און א חלק ניקר פונעם נאכט...

אוי.. כ'געדענק נאך ווי כ'פלעג זיך אויפוועקן ארום 12:30, און ביז כ'בין געווען רעדי צו גיין דאווענען האבעך שוין געמוזט 'לויפן' צו זיין אינדרויסן פון שטוב פאר מיין כנגדו קומט אהיים פון ארבייט... :cry: :oops:

#שלעכטע זכרונות....

אז דו ביזט שוין יא דא. וואסי פשט אז דו לאזט אזיי צו די צוויי פליגן מאכן א סיסאו מיט אן אראנדזש? בזיון אוכלים איז עפעס גארנישט ביי דיר? :?: :?:
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:56 pm

כ'האב זיי גראדע געוואלט פארטרייבן, זענען געקומען די ליבעראלע ... וועלכע נעמען זיך אן פאר היימלאזע, אומלעגאלע, און בעלי חיים, (נאר נארמאלע מענטשנן דארף מען רעגאלירן, איינצוימען, און באצוויונגען..)
און געמאכט א ויצעקו, אזש כ'האב גראד געמיזט צוריקציען! :!:
אסאך אפאר מאל פראקטיציר איך מיין ניק..

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 5:30 pm

כהאב געזעהן אז מענטשן האבן זייער מורא צו געבן א שמייכל
האב איך געטראכט צו בעהטן שיין אפשר וועט זיך די עולם ווארים אנרופן

נא גיב א שמייכל.....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » זונטאג נובעמבער 03, 2019 8:38 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:כהאב געזעהן אז מענטשן האבן זייער מורא צו געבן א שמייכל
האב איך געטראכט צו בעהטן שיין אפשר וועט זיך די עולם ווארים אנרופן

נא גיב א שמייכל.....


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol:
:lol: :lol:
:lol:
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
אושר עד
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 5:22 pm

תגובהדורך אושר עד » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:35 pm

ווייל איך בין א "ניינער" עיין ערך אניאגראם

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 9:23 am

א חוח געבט א שטאך, אבער א גוטס. סאו זאג נישט אז כהאב דיר נישט געווארנט.

מיין נאמען האט נאך אפאר מעלות:

אויב ווילסטו מיר עפעס בעטן שיין, זאג דריי מאל 'אנא בחוח'...

אויב ווארטסטו אומגעדולדיג אויף מיינע צוויי-צענט, ביסטו מקיים 'אשרי כל חוחי לו'...

אויב לאכסטו פון מיין נאן-סענס, איז עס א 'חוחא וטלולא'...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 1:56 pm

פשט פון מיין ניק?
דא אפאר פשטים
1) איך בין זייער הויעך
2)איך שריי הויעך
3) 420 כידוע ליודעי כריין
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:15 am

וואס איז פשט איך האב גענומען אזא סאליד ווארט און צוגעלייגט א שרייעדיגן סימן?

בעליוו איט אר נאט, די מציאות אז אשכולות ווערן פארדרייט, און אידן טענה'ן זיך אויף הויכע טענער, איז שוין דא גאר א לאנגע צייט. אין כל חדש.

סאו ווען איך האב זיך איינגעשריבן דא, איז געווען היבש הייסע טענה'רייען. האב איך געוואלט צוגיין צו די קופקע "רבותי, רואיג!"

(און ס'האט מיר גענמען 5 יאר צו מסביר זיין...)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט