ווער זאל זיין פרעזידענט טראמפ'ס קעגנער? אנקעטע נאר פאר טראמפ שטיצער

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

די שוואכסטע קאנדידאט קעגן פרעזידענט טראמפ וואלט געווען ....

בעטא ארורק
2
6%
דזשאו ביידען
3
8%
פיט בודזשעטידסשלסדזטףדזש
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
קארי בוקער
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
טולסי גאבבארד
1
3%
קאמאלא הערריס
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
עליזאבעט ווארען
8
22%
מאריאנא וויליאמסאן
5
14%
ענדרו יענג
6
17%
טאם סטייער
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
בערני סאנדערס
10
28%
עמי קלאבוטשאר
1
3%
דזשוליאן קאסטרא
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
 
סך הכול שטימען: 36

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

ווער זאל זיין פרעזידענט טראמפ'ס קעגנער? אנקעטע נאר פאר טראמפ שטיצער

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:50 pm

ווער האט די שוואכסטע טשענס קעגן פרעזידענט טראמפ וועם דו וואלסט דערפאר געוואלט אז ער/זי זאל געווינען די דעמאקראט פריימערי?

כ'לייג נאר די שטארקערע מער באקאנטע קאנדידאטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:48 pm

נעכטן, סוי לאמיר דיר פרעגן וואס איך האב שוין געפרעגט פון וויכי, אויב למשל דו האלטסט אז טראמפ האט בערך 80% למשל קעגן ווארן, און קעגן לאמיר זאגן ביידן פאר א משל האט ער בערך 70%, די נאמבערס זענען בלויז משלים.

דו האלטסט אז עס לוינט צו נעמען אפילו א קלענערע טשענס פון ווארן, ווי אפילו א גרעסערע טשענס אביסל פון ביידן?

בד"וו, איך האב א פראבלעם דא, איך שטים דאך נישט דא, ווייל דו ווילסט דאך בלויז די מיינונג פון טראמפ שטיצער, סוי איך דארף יעדע מאל נאכאמאל זעה רעזאלטס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 4:13 pm

פיינע איידיע פון א אשכול!

אויב די עלעקשאן איז היינט וואלט טראמפ געדארפט די מערסטע מורא האבען פון ביידען קאנסידערינג אז ער האט די שטערקסטע קאמפעטעטיוו שאנס אין אלע טראמפ שטאטען און פאר די שוואכסטע וואלט איך געלייגט אלע קאנדידאטען אינטער די הויפט דריי קאנדידאטען.

סאנדערס אן די הארץ פראבלעמען וואלט געהאט א גרעסערע שאנס ווי ווארען אבער די הארץ פראבלעמען האט פארשפארט זיין שאנס צו געווינען די ווייסע הויז, ער איז אווער.

אבער ווייל די עלעקשאן גייט זיין אין איבער א יאר ארום דאן וואלט איך געריקט די פעיווארט און די נישט פעיווארט אויף ווער עס איז די גרעסטע עקשן און ווער עס איז א טשיקען - בוטיזשעזש, העריס, און בוקער האבען די גרעסטע שאנס קעגן טראמפ אלע אנדערע זענען ניטאמאל נאנט - סאנדערס לייג איך נישט ווייל ער איז מן הסתם נאך אין שפיטאל.

ווארען און יענג האב איך נאכנישט געזעהן די שטארקייט אדער די שוואכקייט סאו עס איז שווער צו וויסען.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 4:33 pm

שווערע דיסישאן צווישן אזא געלאנגענע טשויס פון זיידעס און באבעס.

ביידן וועט לכאורה זיין די גרינגסטע צו געווינען. נארישע גוי זקן וכסיל. ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז. קאראפטירט פון אויבן ביז אונטען.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 5:13 pm

געשטימט פאר ענדרו יענג, און איך פלאן צו שטימען פאר אים אין די ניו יארק פריימעריס.

די חשבון איז אזוי: לכתחילה וויל איך טראמפ, אבער ח''וו אויב נישט וויל איך כאטש די טויזענט דאללער א חודש.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 5:19 pm

דו ווילסט נישט, סאו איך האב נישט געוועלט. אבער איך וואלט געזאגט אז וויליאמסאן איז מן הסתם די שוואכסטע קעגן טראמפ. אויב שוין יא א מושגענע/ר, זאל זיין די משוגענער וואס איך קען (נישט אז איך וואלט געשטימט פארן געפארפולן משוגענער קעגן וויליאמסאן, ח"ו. איך זאג נאר וואס אן אומבאשלאסענער וויילער טראכט).

אויב דו ווילסט א מער פארלעסליכע אנקעטע, דאן לייג אריין נאר די זעקס העכסטע פלוס גאבארד און סטייער. די איבעריגע פארדרייען סתם דעם קאפ.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 13, 2019 12:56 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:געשטימט פאר ענדרו יענג, און איך פלאן צו שטימען פאר אים אין די ניו יארק פריימעריס.

די חשבון איז אזוי: לכתחילה וויל איך טראמפ, אבער ח''וו אויב נישט וויל איך כאטש די טויזענט דאללער א חודש.

פון וואו מיינסטע גייט די טויזנטער קומען? מען וועט דיר באשטייערן מיט צוויי טויזנט דאלער א חודש... (מען דארף דאך דעקן די אדמיניסטראטיווע קאסטן פון נעמען דאס געלט און צוריקגעבן...)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 10:12 pm

פארוואס פאלט דיר אזוי ביי? פארוואס קען בלויז זיין א טריליאן דאלער דעפיציט? פארוואס נישט 4 טריליאן.

און בכלל קען מען ליגנערן אז עס וועט זיך אליינס אויסצאלן אזוי ווי טעקס קאטס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:10 pm

טעקס קאטס גיבט מען נישט קיין געלט, מען נעמט ווייניגער. אויב ווילסטו געבן דארפסטו עס פון ערגעץ נעמען.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 9:53 pm

יא, אבער פונקט ווי מען קען בארגן צו באצאלן אנגייענדיגע זאכן ווען מען שניידט די אינטעיק דורך שטייער שניטן ווען באותו זמן פארגרעסערט מען גאר דעם באדזשעט, קען מען דאך פונקט אזוי בארגן פאר נייע פארשווענדערייען.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 11:08 pm

די איינקופט איז ארויף... מאך איבער דיין קאלקולעישן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 12:01 am

וויכטיג מאכער האט טאקע רעכט אז עס איז געשטיגן.

אבער למעשה באסט דער דעפיציט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 12:18 am

דאס איז ווייל דעמעקראטן ווילן נישט הערן פון שניידן ספענדינג!

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די פוד סטעמפ בודזשעט איז נאכניש אראפ, בעת טויזענטער מענטשן זענען אראפ פון די פראגראם?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 12:20 am

צל עובר האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט טאקע רעכט אז עס איז געשטיגן.

אבער למעשה באסט דער דעפיציט.



אגב, איי עפרישיעיט די אויפריכטיגקייט, לעצטענס איז דאס זעלטן דא, אלעס ווערט געזעהן דורך טראמפ גלעזער, יעדער אויף זיין שטייגער...

עכ"פ דאס ווייזט אז די טעקס קאטס האבן געבויט די עקאנעמי, און בלויז א יאר שפעטער איז רעוועניא ארויף, טראץ די שניט... אצינד איז צייט אנצוהייבן שניידן ספענדינג!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ?אפשרטאקע, מה אנו און 12 געסט