בלאט 1 פון 1

וויפיל האט איר אינזין פירוש המלות ביים דאווענען ?? (אנקעטע)

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 8:46 pm
דורך דניאל אויערבאך
יעצט אין די צייט וואס נחפשה דרכינו ונחקורה.. איז צייט צו מאכען א חשבון הנפש ווי אזוי אונזער דאווענען קוקט אויס...
מען איז אלץ מעורר אויף נישט האבען א סעלפאן, נישט שמועסן, וכדומה. אבער די תכלית פון די אלע זאכען אידאך אז מען זאל קענען מכוון זיין.
הלכה למעשה היינט צו טאגס יאגט זיך דער עולם צום ארבעט אדער צו אנדערע עפוינטמענטס און מען יאגט דאס דאווענען..... וויפיל קען מען דען אינזין האבן די פירוש המלות???

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:05 pm
דורך חוח בין השושנים
איך האב אינזין רוב דאווענען!!! איך גיי ספעציעל אויף א פלאץ ווי מען יאגט זיך, בלייבט נישט צייט צו חלומ'ען אדער צו טראכטן פארוואס קלאצט דער ש"ץ!!!
שמו"ע דויערט מיר אונטער 3 מינוט, און כ'האב אינזין ביי יעדע ברכה די תמצית הברכה.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:07 pm
דורך דריידל
מיום עמדי על דעתי האב איך נישט געזאגט א ווארט ביים דאווענען אן כוונה
צעדרייטע אנקעטע דאס

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:09 pm
דורך חוח בין השושנים
דריידל האט געשריבן:מיום עמדי על דעתי האב איך נישט געזאגט א ווארט ביים דאווענען אן כוונה

זאלסטו וויסן אז ביסט חד בדרא.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:11 pm
דורך דריידל
וואס איז די ציל פון די אנקעטע?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:13 pm
דורך חוח בין השושנים
דריידל האט געשריבן:וואס איז די ציל פון די אנקעטע?

זעט אויס ער וויל מ'זאל כאפן ווי ווייט מ'פארפעלט פונעם עיקר ציל: אינזין האבן ביים דאווענען.
אלעס איז שיין, די גדרים און עצות, אבער למעשה פעלט אויס אויפמערקזאמקייט און אויפוואכונג ביי רוב עולם, וואס האט פאקטיש ווייניג אינזין.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:15 pm
דורך חוח בין השושנים
כ'האב אמאל געהערט פון א עלטערע ת"ח מופלג, א פארצייטישע עובד ה', וואס דאווענט מיט השתפכות הנפש און שמו"ע דויערט אים מסתמא 10 מינוט: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט אינזין געהאט איין גאנצע שמו"ע יעדע ווארט!"...
והדברים נוקבים.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:40 pm
דורך nmi
דריידל האט געשריבן:מיום עמדי על דעתי האב איך נישט געזאגט א ווארט ביים דאווענען אן כוונה
צעדרייטע אנקעטע דאס

דו ביזט שוין ביים דעת?...
Just טשעפעning

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:25 pm
דורך אדם הראשון
פאר א סיבה זאגן אונז חז"ל עבודה שבלב זו תפילה. דאווענען דארף קומען פון הארץ ווייל ס'איז הארץ! איך ווארט שוין צו קענען גיין דאווענען מיר אויסצוגיסן מיין "הארץ"
אויב זאגסטו אפ אן וויסן וואס ס'זאגט זיך האסטו פשוט א טעות וואס דאווענען איז

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:26 pm
דורך El Rushbo
דריידל האט געשריבן:מיום עמדי על דעתי האב איך נישט געזאגט א ווארט ביים דאווענען אן כוונה
צעדרייטע אנקעטע דאס

א כוונה האסטו אוודאי געהאט, די שאלה איז וואס דאס איז געווען...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:27 pm
דורך El Rushbo
אגב פאר זייער אסאך מענטשען איז נישט די פירוש המלות דער פראבלעם, פשוט צו קענען אראפנאגלען די מחשבה איז א עבודה קשה.

דאווענען הויעך העלפט מיר אסאך

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 3:25 am
דורך יש בו
איך צו אראפ דעם טלית ביז איבער די אויגן,
אויב איך זעה נישט קיינעם האב איך אינזינען ס׳דאווענען,
נ.ב. עצה טובה, גייט צו צו א איד א מכווין (קליינע אותיות בלע״ז), און בעהט אים ער זאל אייך אויסלערנען אפאר כוונה׳ליך,
איך בין אייך מבטיח אז איר וועט מער אינזינען האבן ס׳דאווענען,

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 8:19 am
דורך בשעה שיש
יש בו האט געשריבן:איך צו אראפ דעם טלית ביז איבער די אויגן,
אויב איך זעה נישט קיינעם האב איך אינזינען ס׳דאווענען,
נ.ב. עצה טובה, גייט צו צו א איד א מכווין (קליינע אותיות בלע״ז), און בעהט אים ער זאל אייך אויסלערנען אפאר כוונה׳ליך,
איך בין אייך מבטיח אז איר וועט מער אינזינען האבן ס׳דאווענען,

וואס זיך איינרעדן אז מפארשטייט עפעס,דאס איז דאך נישט דער תכלית.(אין די חסידישע ספרים ווערט דאס אנגערופן"מעשה קוף")
כאטש פירוש המילות(אז עס איז שווער קען מען זיך קויפן א סידור מיט פרוש המילות)

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 8:56 am
דורך Come and go
בשעה שיש האט געשריבן:

וועלכע חסידישע ספר רופט אן כוונות "מעשה קוף"??

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 9:02 am
דורך Come and go
זיי מער מסביר ווען רעדט מען זיך איין אז מ'פארשטייט און ווען איז עס יא אמת?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 9:05 am
דורך בשעה שיש
Come and go האט געשריבן:
בשעה שיש האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך צו אראפ דעם טלית ביז איבער די אויגן,
אויב איך זעה נישט קיינעם האב איך אינזינען ס׳דאווענען,
נ.ב. עצה טובה, גייט צו צו א איד א מכווין (קליינע אותיות בלע״ז), און בעהט אים ער זאל אייך אויסלערנען אפאר כוונה׳ליך,
איך בין אייך מבטיח אז איר וועט מער אינזינען האבן ס׳דאווענען,

וואס זיך איינרעדן אז מפארשטייט עפעס,דאס איז דאך נישט דער תכלית.(אין די חסידישע ספרים ווערט דאס אנגערופן"מעשה קוף")
כאטש פירוש המילות(אז עס איז שווער קען מען זיך קויפן א סידור מיט פרוש המילות)

וועלכע חסידישע ספר רופט אן כוונות "מעשה קוף"??

ח"ו נישט דאס האב איך געמיינט אוודאי זענען דא גרויסע לייט וואס קענען כוונות,נאר געזאגט אויף דאס וואס יש בו האט געזאגט "אפאר קליינע ווערטער" גיין צו א מקובל זיך איינרעדען אפאר זאכן אין מיינען אז ווייסט(יענער גייט דיר נישט יעצט אויסלערנען אמתדיג כוונות)
(דאכט לעצטענס האב איך עס געזען אין "יושר דברי אמת"פנקטלעך ווי דענקעך שוין נישט)

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 9:08 am

הייסט ס'פעלט פשוט טראסט אז יענער גייט דיך אויסלערנען אמת'ע כוונות.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 9:12 am

ניין ער קען דיר נאר זאגן די אויסערליכע כוונה דערביי ריכטיג פארשטיין שוין נישט(פון ווי ווייסט מען וואס איז אמתדיג איך בין נישט קיין מקובל צו וואסווען יא וואלט איך נישט יעצט דא געזיצןאיך קען דיר דאס נישט ענטפערן.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 9:17 am
דורך Come and go
אינטערעסאנט פונקט יושר דברי אמת וואס שרייבט לגבי טבילה במקוה אז צריך לעשות הכל בכונה לא חו מצוות אנשים מלומדה
"ואז חו אינו נחשב ככלום"
און ער ברענגט דארט די גאנצע כונת המקוה
און לגבי תפילה זאגט ער אז מ'זאל אינזינען האבן איזה כונה כלה.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2019 11:09 pm
דורך דניאל אויערבאך
דריידל האט געשריבן:וואס איז די ציל פון די אנקעטע?

נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט :P

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 9:26 pm
דורך אברהם בן ארי'
א שאלה? יש ויש. עס איז דא טעג וואס איך האב אינזין פון אדון עולם ביז אדון עולם, און טעג וואס כ'וועק מיר אויף ווען איך ענדיג דאווענען..