בלאט 1 פון 2

וועלכע ניק'ס גייען קאפ אין וואנט אריין, פראו טראמפ'ערס אדער אנטי?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:35 am
דורך לעגאו מענטשעלע
איך האב געהאט א שטיקל געשפרעך מיט א ניק אין אישי, און מיר האבן זיך ארומגע'טענה'ט איבער דעם נושא, ווער זענען די וואס זייער אויערן ווערן פארשטאפט ווען מען רעדט פון טראמפ, די פראו'ס אדער די אנטי'ס?!, צו וועלן די אנטי'ס קיינמאל נישט קרעדיטן טראמפ אפי' אויף גוטע זאכן, אדער וועלן די פראו'ס קיינמאל אים אראפרייסן אויף עוולות?!.

אלזא לייג איך דא פאר די שאלה פארן ציבור, אבער איך וויל קלאר מאכן: איינס. מען רעדט דא בלויז פון ניק'ס אויף אייוועלט, נישט פון די אלגעמיינע טראמפ אדער אנטי-טראמפ מאוומענט. צוויי. די החלטה זאל זיין געבעיסד אויף די תוכן פון די שרייבווערק פון ניקס, און נישט אויף די אוועראלל וועג פון שרייבן. דהיינו, ווען איינער שרייבט אויף טראמפיסטן דיפלארעבלס מיינט עס נאכנישט אז ער קרעדיט קיינמאל נישט טראמפ, נאר ענדערש מיינט דאס אז ער האט א ווילדע פעדער. קיצור, איך האף מען כאפט וואס איך וויל דא און אצינד לויפט אפגעבן אייער שטימע.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:39 am
דורך אברהם בן ארי'
אויב די וואס גייען שטימען דא זענען די ניקס וואס גייען קאפ אין וואנט אריין, וועסטו האבן רעזולטאטן וויפיל ניקס זענען פרא, און וויפיל אנטי... דעטס איט...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:41 am
דורך לעגאו מענטשעלע
עס זענען דא הונדערטע אקטיווע ניקס, און בלויז ארום 20/30 פון זיי זענען אקטיוו אין פאליטיק. די שטים-בודקע איז אפן פאר אלעמען.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:49 am
דורך Yang2020
איימסארי, אבער איך מיין אז נאר די וואס גייען קאפ אין וואנט גייען דא שטימען.
די אנדערע ווייסן אז ביידע אפציעס זענען נישט ריכטיג אלעמאל, און ביידע קענען זיין ריכטיג צומאל.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:51 am
דורך shimon7323
עס איז דא פון ביידע .ביי דער אנטי ניקס האט שוין דער וואנט א לאך און דער קאפ שטעקט שוין ארויס פון דער אנדערע זייט.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:46 am
דורך mmn
It is Missing the mst obvious!! Both are!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:16 am
דורך פעיק ניוז
ביידע (חוץ איך).

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:30 am
דורך סקאראמוטשי
ר' פארשלאפן, קומטשזע ביטע אהער.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:38 am
דורך א נייער
פעיק נוז האט געשריבן:ביידע (חוץ איך).

גא''מ
איי ווי אזוי קען זיין צווי חוץ איך, מ'וועט עס לאזן פאר די גרעסערע פון אונז צו פארענפערן.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:50 am
דורך יישר כח
א אנטי-טראמפ וואס גייט נישט מיט קאפ און וואנט ווערט דאך א פרא-טראמפ (כמו בוידם אין נאך) :|

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:55 am
דורך פעיק ניוז
מוז מען ווערן פראו טראמפ? איז ממש אזוי בלעק ענד ווייט?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:16 pm
דורך וויכטיג מאכער
מיין אפיניען איז אז אזא אשכול טאר נישט דא זיין, גענוג וואס די עצם טענה'רייען ברענגען נישט קיין גוטס, פעהלט נאך דאס אויס?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:17 pm
דורך בוידעם
מאך א אנקעטע...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:20 pm
דורך פעיק ניוז
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיין אפיניען איז אז אזא אשכול טאר נישט דא זיין, גענוג וואס די עצם טענה'רייען ברענגען נישט קיין גוטס, פעהלט נאך דאס אויס?

וואס גייט דיך אן? לאז דעם עולם ענדזשויען אביסל. דערווייל באדערט עס קיינעם נישט.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:32 pm
דורך ליידיג גייער
עס איז זייער שווער אז איינער זאל טוישן זיין מיינד און איינזעהן א דיפרענט פוינט ווייל עס איז דא אסאך סיבות פארוואס ער האט אנגענומען זיין מיינונג און נאר אז אפאר זאכען געווען נישט וויאזוי ער האלט וועט ער צוביסלעך נאכלאזן אביסל פון זיין שטאנד.
הגם די שאלה איז א ברייטע און נעמט אלס אריין איז אבער אימפיטשמענט א משל, דער טראמפיסט גייט נישט אזוי שנעל מודה זיין צו אימפיטשן דעם פרעזידענט ווייל עס איז דא אסאך סיבות איהם צו האלטן און דאס לאנד וואס איז געגאנגען בארג אראפ די אבאמא יאהרן פאהרט יעצט א מחיה, אפילו לו יצויר עס איז אמת למחצה לשליש ולרביע (אין בעק אוו היס מיינד וויל ער דאך אויך שמוץ אויף ביידן סאו די ציל איז גוט נאר די מיטל איז אביסל פראבלעמאטיש)
ווייטער דער אנטי טראמפ ווייל דאך זעהן דעם פרעזידענט אימפיטשט פאר יעדן פרייז ווייל דאס לאנד וואס אבאמא האט געראטעוועט גייט יעצט מטה מטה אין דער ערד אריין ממילא אין יעדן נייעס וועט ער נאר דאס זעהן און אפילו עס איז דא אמאל וואס טראמפ טוט עפעס וואס איז נישט אזוי שלעכט (מען קען קיינמאל נישט וויסן) איז עס נישט גענוג איהם צו האלטן אין אפיס גייט ער זיך נישט טוישן זיין מיינד זאל זיין וואס זאל זיין.
די איינציגע וואס טוישן זיך די מיינד זיינען די אנדיסיידעט מענטשן וואס קענען זיך נישט אפמאכן זייער מיינד פאר סאם ריזן, זיי האלטן זיך פאר די אוטסייד אבזערווער אבער ס' נישט אמת.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:33 pm
דורך צל עובר
נישט געשטימט, ווארן עס איז דא פון ביידע.

די חילוק פאר מיר איז אז קאפ אין ואנט אריין אנטיזם גלייך איך גראדע צו ליינען, און אפילו קאפ אין וואנט אריין טראמפיזם ווען עס קומט פון געוויסע ניקס.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 7:42 pm
דורך וואס טוט זיך
פליעז?? וואסי פשט פון נישט האבן אן אפשען פון ביידע.

און בד"וו,ַַַַַַ גייען דא נאר וואטן דיע וואס זענען אקטיוו אין די פאליטישע אשכולות דא, און יעדער גייט וואטן לוין זיין פאלאטישע מיינונג, ודבר פשוט הוא.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 7:46 pm
דורך וואס טוט זיך
יישר כח האט געשריבן:א אנטי-טראמפ וואס גייט נישט מיט קאפ און וואנט ווערט דאך א פרא-טראמפ (כמו בוידם אין נאך) :|

גיוו מי עי ברעיק, דיין משל וואס דו ברענגסט איז זיכער נישט גוט. בוידעם איז אן אנטי טראמפער וואס גייט פשוט נישט מיטן קאפ אין וואנט? פליעז?? כ'מיין אפילו בוידעם קען מודה זיין ס'נישט אמת.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:56 pm
דורך גראף פאטאצקי
צל עובר האט געשריבן:נישט געשטימט, ווארן עס איז דא פון ביידע.

די חילוק פאר מיר איז אז קאפ אין ואנט אריין אנטיזם גלייך איך גראדע צו ליינען, און אפילו קאפ אין וואנט אריין טראמפיזם ווען עס קומט פון געוויסע ניקס.

צל סתם פאר נייגעריקייט, וואס האט איהר פיינט טראמפ וועגן
זיינע פאלאסי׳ס? זיין פערסאנאלעטי?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:01 pm
דורך צל עובר
זיינע פאליסיס ווייסעך ניטאמאל געהעריג.

חוץ זיינע שיטות קעגן גלאובאליזם, און קעגן דייווערסיטי, אנטי סיסטעם, און אז דאס לאנד איז פול, איך דיסעגרי מיט די אלע זאכן.

חוץ מזה פארשטייט זיך פארנעם איך נישט זיין פערסאנאליטי.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:04 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
וואס טוט זיך האט געשריבן:פליעז?? וואסי פשט פון נישט האבן אן אפשען פון ביידע.

און בד"וו,ַַַַַַ גייען דא נאר וואטן דיע וואס זענען אקטיוו אין די פאליטישע אשכולות דא, און יעדער גייט וואטן לוין זיין פאלאטישע מיינונג, ודבר פשוט הוא.

מען האלט דערווייל ביי 113 שטימעס, אין פאליטיק האבן מיר בערך 40 ניק'ס וואס רעאגירן.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:06 pm
דורך צל עובר
געשטימט אויף טראמפיסטן.

אבער איך מיין בעיקר לעגאו.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:07 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
צל עובר האט געשריבן:געשטימט אויף טראמפיסטן.

אבער איך מיין בעיקר לעגאו.

;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:11 pm
דורך שקר
מען דארף זיין אזוי פרא טראמפ צי זאגען אז די אנטי טראמפ גייען קאפ און וואנט

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:21 pm
דורך לעכטל
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האב געהאט א שטיקל געשפרעך מיט א ניק אין אישי, און מיר האבן זיך ארומגע'טענה'ט איבער דעם נושא, ווער זענען די וואס זייער אויערן ווערן פארשטאפט ווען מען רעדט פון טראמפ, די פראו'ס אדער די אנטי'ס?!, צו וועלן די אנטי'ס קיינמאל נישט קרעדיטן טראמפ אפי' אויף גוטע זאכן, אדער וועלן די פראו'ס קיינמאל אים אראפרייסן אויף עוולות?!.

אלזא לייג איך דא פאר די שאלה פארן ציבור, אבער איך וויל קלאר מאכן: איינס. מען רעדט דא בלויז פון ניק'ס אויף אייוועלט, נישט פון די אלגעמיינע טראמפ אדער אנטי-טראמפ מאוומענט. צוויי. די החלטה זאל זיין געבעיסד אויף די תוכן פון די שרייבווערק פון ניקס, און נישט אויף די אוועראלל וועג פון שרייבן. דהיינו, ווען איינער שרייבט אויף טראמפיסטן דיפלארעבלס מיינט עס נאכנישט אז ער קרעדיט קיינמאל נישט טראמפ, נאר ענדערש מיינט דאס אז ער האט א ווילדע פעדער. קיצור, איך האף מען כאפט וואס איך וויל דא און אצינד לויפט אפגעבן אייער שטימע.

איך פארשטיי באמת נישט וואס איר ווילט, רוב מענטשן (למשל איך, - און איך מיין אז אויך רוב מענטשן) האלטן אז וואס זיי האלטן איז מיט א סברה און נישט מיט 'די קאפ אין וואנט'
ניין?!