צוקער ערזאץ

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלכע צוקער ערזאץ נוצט איר אין די קאווע?

איקוועל
2
3%
ספלענדע
12
17%
סוויט און לאו
1
1%
אנדערע סארט (ביטע שרייב ארויס)
3
4%
קיין איין ערזאץ - בלויז צוקער גמור
29
41%
נישט קיין צוקער און נישט קיין ערזאץ
23
33%
 
סך הכל שטימען: 70

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

צוקער ערזאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גיבט אפ אייער שטומע, אן קיין ויכוחים, כי על טעם וריח אין וכו'.
(ברוך שהחיינו וגו'... מיין ערשטע אנקעטע מיין איך)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אין די בראשית יארן פלעג איך נוצן צוקער גמור, לויזע אדער קאצקע. זינט די דיעטע אונטערגאנג האב איך לאנגע צייטן נישט גענוצט קיין צוקער אין די קאווע, סיידן מוצאי שבת צוליב דער ענין דערפון (און אויך בשבתות וימים טובים ויומי דפגרא... כשאין נוהג דיעטע). לעצטנס האב איך אנגעהויבן קויפן די ערזאץ פעקלעך, עס איז דא די בלויע (איקוועל) די געלע (ספלענדע) און די פינקע (סוויט און לאו), לדעתי האבן אלע דעם זעלבן טעם, כמאמר החכמת'טע "די זעלבע יענטע אנדערש געשלייערט", אבער איך בין אפן צו הערן פונעם עולם אויב מיין מיינונג איז א מיינונג אדער נישט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

געשטימט גארנישט, חוץ שטייצעך מוצאי שבת...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קאווע מיט צוקער???? נע, טרינקן מיר שווארצע ווייסע ברוינע קאווע, אלעס אן קיין צוקער אדער ערזאץ...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאווע אנע צוקער! חוץ פארן דאווענען לצורך הענין אדער מוצאי שבת.

דורכן טאג גייט ביי מיר אזא 10 [סטארבאקס קאפע וועראנע] קאוועס, קיין איינס מיט צוקער. נישט אלס דייעט, נאר צו שפירן דעם ריכטיגן געשמאק. צומאל קען מען צובייסן א קוכן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איך טרינק אז 3-4-5 קאוועס א טאג (קע"ה...) אבער אן קיין שום ציקער אדער זיסווארג.
מוצאי שבת נעם איך 1 קאצקע ציקער ביים ערשטן קאווע.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

איך דארף זיך שעמען צו פרעגן? וואס איז די ענין פון דוקא צוקער מוצאי שב"ק? קאווע זיכער, חמין, אבער מוז זיין ווייסע צוקער?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

איך דארף זיך שעמען צו פרעגן? וואס איז די ענין פון דוקא צוקער מוצאי שב"ק? קאווע זיכער, חמין, אבער מוז זיין ווייסע צוקער?

המעשה הידוע מרבי ר' אלימלך מ'ליזשענסק
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דער הייליגער רבי ר' אלימלך (מיט א סגול "מ") פלעגט יעדע מוצאי שבת טרינקן טיי מיט ציקער און ביי מלוה דמלכה פלעגט דוד המלך קומען צו אים אנגעטון מיט אלע מלכות'דיגע בגדים. איין וואך איז דוד המלך געקומען אנעם קרוין, פרעגט אים ר' אלימלך ווי איז די קרוין? פרעגט אים דוד המלך צוריק ווי איז די ציקער? האט זיך די רבי אלימלך געכאפט אז יענע מוצאי שבת האט ער געטרינקן די טיי אנע ציקער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

און ס'איז געווארן א ענין... כ'הער...

לגופו של ענין, שוין יארן וואס כ'האב נישט טועם געווען די טעם פון צוקער אין די קאווע, כ'מיין אז ס'איז זייער גוט אנדעם.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אדער געהעריגע צוקער אדער גארנישט, עכ"פ ערזאץ זיכער נישט.

סיבה:
לויט ווי מיר האבן פארשטאנען פון די יודעים בדבר זענען די ערזאץ'ן גארנישט אזוי איי איי, ס'האט טאקע ווייניגער קעלאריס וכדו' אבער אין די לאנגע טערמין איז עס מער שעדליך ווי צוקער אליינס, ווייל ס'איז צאמגעשטעלט פון קעמיקעלס און די אלע נישט גוטע.

ע"כ אויב דארף מיר אביסל זיסקייט גייען מיר מיט די ריכטיגע סחורה, און אויב קענען מיר זיך באגיין אינגאנצן אן קיין צוקער איז נאך בעסער.
---
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

נישטא דא נאך אזא זיסע זאך ווי קאווע אן צוקער...
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

יש ברירה האט געשריבן:נישטא דא נאך אזא זיסע זאך ווי קאווע אן צוקער...


RT
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איר מאכט מיך אלע נייגעריג וועלכע סארט קאווע איר טרונקט, אז עס איז אזוי געשמאק פון זיך זעלבסט. איבער דעם, א פרישע אנקעטע...
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ביי מיר איז כמעט נישט קיין נפק"מ וועלכע קאווע איז עס אייביג אן ציקער. איך האב זיך אזוי צוגעוואוינט פאָר נאָו גאָד ריזין

אפילו די ערד קאווע.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

קאווע אן צוקער איז ווי אייער שפייז אן קיין זאלץ
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכאורה האט געשריבן:איר מאכט מיך אלע נייגעריג וועלכע סארט קאווע איר טרונקט, אז עס איז אזוי געשמאק פון זיך זעלבסט. איבער דעם, א פרישע אנקעטע...


מיר ניצן די סארט.

בילד
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

לכאורה האט געשריבן:איר מאכט מיך אלע נייגעריג וועלכע סארט קאווע איר טרונקט, אז עס איז אזוי געשמאק פון זיך זעלבסט. איבער דעם, א פרישע אנקעטע...

גדענקסט נאך די 'קריעם מאלאגע' און 'קריעם פינק' וויינען ביים מקוה איד?

היינט שרייען די מבינים אז עס איז קולעי וואסער, דער עולם לאזט זיך צאלן פאר וויינען צו שפירן דעם טעם פון די וויין אליין.

גראדע בין איך פון די אידן וואס הייבן נישט אן צו שפירן א חילוק צווישן איין וויין פונעם צווייטן, אבער ביי קאווע פארשטיי איך דער ענין זייער גוט, איך זוך צו שפירן דעם שארפקייט און טעם פונעם קאווע זעלבסט.

איך האב זיך צוגעוואונט דערצו מתחילה ווייל איך האב געוואלט פארמיידן צוקער צוליב געזונטהייט, אבער היינט צו טאגס עקל איך זוך פון זיסע קאווע.
זקן מלא רחמים.
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

ואני בעניי פארשטיי נישט די חילוק פון א קאווע מיט צוקער און א קאלד קאפי.

עכטע קאווע קומט אן צוקער (און אן מילך, ששש...), ווען איך בין אין די מאאד פון עפעס זיסלעך איז דא א ריזיגע אויסוואל אנגעהויבן פון קאלד קאפי און גענדיגט ביי ארענזש זשוס...

אמאל אמאל שבת פאר'ן דאווענען וועל איך צובייסן א פערטל קאצקא. אבער דאן האב איך נישט דעם קאווע..
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אן צוקער.

צומאל מיט מילך און צומאל אנע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מחשב האט געשריבן:און ס'איז געווארן א ענין... כ'הער...

לגופו של ענין, שוין יארן וואס כ'האב נישט טועם געווען די טעם פון צוקער אין די קאווע, כ'מיין אז ס'איז זייער גוט אנדעם.


זעהסט דאך דא אז א שיינע פאר אידן זענען משיח לפי תומם פארקאכט אין די מעשה. און אזוי ברויך מען זיין.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

3 לעפלעך צוקער אין יעדע קאווע. מערסטענס 3 קאוועס א טאג.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ר' איד, איר זענט אונטער די בר מצוה? געדענק איך ווען אלס קינד פלעגט מען אריינריקן אזא 21 (גוט געליינט!) 'קאצקעס' אין די טיי ביי שלש סעודות... אבער געוואלד, היינט ווייס איך אז דאס איז נישט געזונט!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

פאקטען האט געשריבן:קאווע אן צוקער איז ווי אייער שפייז אן קיין זאלץ

איר האט מיר געכאפט ביי די מעשה..
איך לייג טאקע נישט קיין צוקער אין קאווע און נישט זאלץ אין אייער שפייז
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך פלעג מיר אלץ וואונדערן אויף די אידן וואס טרינקען קאווע מיט צוקער, ממה נפשך אויב האסטו נישט ליב קאווע אזש דו ברויכסט צולייגן צוקער... דאן טרינק נישט קיין קאווע! קיינער צווינגט דיר נישט! און אויב האסטו ליב די צוקער... גיי טרינק אראנדזש דזשוס!
[די זעלבע קשיא האב איך אויף מענטשן וואס ווארעמען זיך אן א הייסע זופ, און נאכדעם בלאזן זיי די זופ... פון וועם מאכסטו חוזק? דו ווילסט עס הייס אדער נישט?]
צום ענין, איך טרינק געווענליך אן צוקער און אן ערזאץ, אמאל אמאל ממש זעלטן מיט איין קאצקע צוקער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”