שטורעם עריע 51

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:01 pm

שלום עליכם לעגאו מענטשעלע, וואס זאגסטו דו קומסט נישט, דו מיינסט דו קענסטיך באהאלטן פון מיר?
וואס פארשטעקסטו דיך דארט?

אגב 3G ארבעט שוין נישט דא אין נעוואדע זעה איך

גיט
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:36 pm

יעצט אנגעקומען,
טוט זיך דא א געשטיפעניש, אלע סארטן אידן גוים ציגלייך, דארטן זע איך אז מען גרייט שוין צו שטרומען, לאמיר כאפן א גוטע פלאץ מיט צו האלטן,
ווערט געבעטן פונעם עולם זיך אנצוטון די באלעט פראף וועסטלעך,
עס איז דא צוגעשטעלט א טענט ביי די רעכטע זייט מיט משקה און צובייס נתנדב ע"י עליען חשוב הרוצה בעילום שמו,

עסקנים מעלדן אז עס וועט זיין צוגעשטעלט א געשמאקע שבת מיט בארימטע רעדנערס, קנאקעדיגע בעלי תפילות און חזנים, מען וועט ווייזן אלטע ספרים און כתבי ידות פון די עליען פלאנעט,

קען נישט שרייבן ווייטער אזא געשטופעניש ווי זענען די סדרנים, יעצט אנגעקומען נאך א טרעלער מיט וואסער נעבן די גרינע טענט ביים הויפט אריינגאנג, מען האט יעצט געפענט נאך א זאל מען בעט די עולם זיך אויסצושפרייטן כדי עס זאל ארויסקומען די מאקסימום קידוש השם.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:41 pm

אגב, רוב עולם דא זעה איך וואקסענירן נישט, בין איך דער איינציגער?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:41 pm

קוק וועם מיר האבן דא!! טשאדעלע, ער איז שוין דא די לעצטע שטיק צייט

אוועטאר
דער ווייסער פיקל
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:52 am

?

תגובהדורך דער ווייסער פיקל » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 1:31 am

ווי קען איך זען א ווידיאו אדער נייעס דערוועגן
כ'רעד קלאר און די בעסטע?
אויבאיינער האט א לינק ביטע לייגן
אדער כאטש שרייבן ווי מ'קען מיטהאלטן
נו לעגאו געב מיר עפעס פון די שטופעניש דארטן!!! :o

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 12:37 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אלע וואס האבן באשטעלט צו קומען מיט מיין מאביל צו שטורמען דעם איין און פופציג'סטן געגענט, זאלן זיך באצייטנס מסדר זיין אן אנדערע וועג!
צוליב א מיספארשטענדעניש און אן אומאויסגערעכנטקייט אין קאלענדער, וועל איך זיך נישט קענען באטייליגן ביים עצרת! נאכאמאל: אלע וואס האבן באשטעלט א וועג ביי מיר זאלן זיך ביטע זען צו מסדר זיין אן אנדערעס וועג, ואתכם הסליחה.
הק' ל"מ.

Omg please. טוה עס נישט צו מיר

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 12:41 pm

דער עולם ביים אנקומען צום מעמד אדיר! מערקט די חשובע פני העדה קומען אן מיט אן העליקאפטער פון אויבן!

[בילד אראפגענומען צוליב נשים]

IMBZ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובהדורך IMBZ » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 12:49 pm

[בילד אראפגענומען צוליב נשים]

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 1:19 pm

טויזענטער ביים זיך צוזאם קומען צום מאסיווען פראטעסט.

[בילד אראפגענומען צוליב נשים]

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 4:21 pm

שוואכע באטייליגונג ביי לאנג-געפלאנטע ראליס און "אינוואזיע" ביי עריע-51 מיליטערישע באזע‎
ו' תבא ע״ט
א גרופּע פון 75 מענטשן האָבן זיך היינט אינדערפרי פאַרזאַמלט ביים הויפּט אַריינגאַנג פון "עריע 51" און צוויי זענען אַרעסטירט געוואָרן נאָכ'ן נישט אויספאָלגן אָנווייזונגען פון די לאָקאַלע שעריפס באַאַמטע.
קרעדיט ק מ
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

עליען
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 20, 2019 9:19 pm
לאקאציע: עריע 51

תגובהדורך עליען » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:32 pm

כ'האב געווארט און געווארט...
קוקט אויס אז קיינער קימערט זיך נישט אויף אונזערע שרעקליכע מצב, זייענדיג פארשפארט דא אויף לעולמי עד
אלעס גייט דא אהן ווי געהעריג..

גיט
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:36 pm

איין גרויסע לצנות געווען די גאנצע זאך, איבערגעדרייט די וועלט און געווען און גאנצען אפאר מענטשען, סתם מיך ארויסגעשלעפט אהין, האטס מיר און זייטס מיר, און פאדרייט מיר מער נישט מיט נארישקייטן.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:53 pm

די סיבה פארן דורכפאל איז פשוט. היינט איז די וועלט ווירטואל. די גאנצע פארטעמפטע מענטשהייט עקזיסטירט בלויז אויף די סאציאלע בלעטער. דעריבער איז שווער צו דערגיין וואס איז עכט און וואס א דזשאק.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
דער ווייסער פיקל
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:52 am

תגובהדורך דער ווייסער פיקל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 8:47 pm

האלו חברה! עטס גלייבטס טאקע אז ס'איז דא דארטן באהאלטן עליענס
שוטעים איז נישט דאס ווארט משוגעים איז נישט דאס גוטע אויסדרוק
דער באשעפער האט באשאפן זיין וועלט און נישט געזאגט ס'זענען פארהאן מענטשן אויף אנדערע פלאנעטן
דאס אז עטס רעדטס ענק איין אזוי פארדעם טאקע לאזן די רבנים נישט האבן קיין סמארטפאון
הערטס אויף צו טראכטן שטותים און ליגן אזויפיל אין שטותים
הייבטס אן לעבן א יודישע נארמאלע לעבן
enjoyts
;l;p- :o :o :o

א גולם
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

"עריע 51" אינוואזיע געבליבן גארנישט

תגובהדורך א גולם » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 8:47 am

נעוואדא – מער ווי צוויי מיליאן מענטשן האבן זיך איינגעשריבן אנטיילצונעמען אין א מאסיווער ציווילער אינוואזיע פון דער "עריע 51" געהיימער מיליטערישער באזע, וואו עס ווערט באשולדיגט אז דאס אמעריקאנער מיליטער באהאלט "עליען" באשעפענישן וועלכע זענען געקומען פון אנדערע פלאנעטן צו באזוכן אונזער פלאנעט. למעשה האבן זיך באוויזן אויפ'ן ארט בלויז 150 מענטשן, און צוויי זענען ארעסטירט געווארן פאר מיסברויכן נישט ווייט פונעם צוים פון דער געהיימער באזע. די פארשידענע פארזאמלונגען זענען פארגעקומען אין לויף פון פרייטאג, שבת און זונטאג, אבער יעדער איז זיך שוין נעכטן צעגאנגען.


פון ד.ד.א

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 3:45 pm

דער ווייסער פיקל האט געשריבן:quote="דער ווייסער פיקל"]האלו חברה! עטס גלייבטס טאקע אז ס'איז דא דארטן באהאלטן עליענס
שוטעים איז נישט דאס ווארט משוגעים איז נישט דאס גוטע אויסדרוק
דער באשעפער האט באשאפן זיין וועלט און נישט געזאגט ס'זענען פארהאן מענטשן אויף אנדערע פלאנעטן
דאס אז עטס רעדטס ענק איין אזוי פארדעם טאקע לאזן די רבנים נישט האבן קיין סמארטפאון
הערטס אויף צו טראכטן שטותים און ליגן אזויפיל אין שטותים
הייבטס אן לעבן א יודישע נארמאלע לעבן
enjoyts
;l;p- :o :o :o
שתיקה כהודאה
a
[/quote]
איך זעה דו ווארטס אויף א קאנטער אטאקע.

וויל איך דיר זאגן - אין פאל דו ווייסט נישט - אז רובא דרובא דא רעדן סארקאסטיש, און די איבריגע וואס זענען פארגלייבט זענען נישט גרייט צו אינוועסטירן דערויף קיין ניקל (חוץ העמעדער)

אוועטאר
דער ווייסער פיקל
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:52 am

תגובהדורך דער ווייסער פיקל » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 8:41 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
דער ווייסער פיקל האט געשריבן:quote="דער ווייסער פיקל"]האלו חברה! עטס גלייבטס טאקע אז ס'איז דא דארטן באהאלטן עליענס
שוטעים איז נישט דאס ווארט משוגעים איז נישט דאס גוטע אויסדרוק
דער באשעפער האט באשאפן זיין וועלט און נישט געזאגט ס'זענען פארהאן מענטשן אויף אנדערע פלאנעטן
דאס אז עטס רעדטס ענק איין אזוי פארדעם טאקע לאזן די רבנים נישט האבן קיין סמארטפאון
הערטס אויף צו טראכטן שטותים און ליגן אזויפיל אין שטותים
הייבטס אן לעבן א יודישע נארמאלע לעבן
enjoyts
;l;p- :o :o :o
שתיקה כהודאה
a

איך זעה דו ווארטס אויף א קאנטער אטאקע.

וויל איך דיר זאגן - אין פאל דו ווייסט נישט - אז רובא דרובא דא רעדן סארקאסטיש, און די איבריגע וואס זענען פארגלייבט זענען נישט גרייט צו אינוועסטירן דערויף קיין ניקל (חוץ העמעדער)[/quote]
ניין! נישט דאס וויל איך א קאנטער אטאקע נאר אז די ווייסט אויך אז דאס איז ריכטיג וואס איך זאג און די האסט נישט קיין ענטפער זאגסטו דאס... 8.)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט