בלאט 1 פון 2

אויב וואלסט געהאט א אינטערעסאנטע חלום פון א נפטר וכדומה, וואלסטו עס דערציילט?

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 10:49 am
דורך חוח בין השושנים
מ'הערט פון צייט צו צייט פארשידענע מעשיות פון חלומות פון נפטרים וואס בעטן פארשידענע בקשות. וכדומה.
טייל הערן, גלייבן און ווערן נתעורר.
אנדערע זענען סקעפטיש, אבער אמאל ווערן זיי אויך באנומען פון אזא געשיכטע, בפרט אויב מ'ווייסט ווער עס איז דער בעל החלום.
אנדערע גלייבן נישט גארנישט פון די זאכן.

דער בעל החלום, האט פאר זיך א דילעמע:
זאל איך עס פארציילן, כדי מעורר צו זיין אנדערע אידן? אויב כ'דערצייל עס מיט מיין נאמען, וועלן עס מער מענטשן גלייבן.
אבער אפשר לוינט זיך צו בלייבן אנאנים (נישט ארויסגעבן מיין אידענטיטעט) כדי מענטשן זאלן מיר נישט רודפ'ן, אינטערוויואירן, אנקאללן, אויספארשן, אנרופן מיט צונעמען, אד"ג?
זאל איך עס כאטש פארציילן פאר די נאנטע משפחה מענטשן פונעם נפטר?
אדער: זאג וַחֲלֹמוֹת הַשָּׁוְא יְדַבֵּרוּ און דאמפ דעם גאנצן חלום. ריטערן טו סענדער?
אפשר ווען דער חלום חזר'ט זיך איבער אפאר מאל, און איך אליין בין איבערצייגט אז יש דברים בגו, וועל איך דעמאלטס קאנסידערן עס צו דערציילן.

וועלכע מהלך איז דיינס?

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 10:52 am
דורך nmi
לכאורה וואלט איך ערשט געגאנגן זיך אדורך רעדן מיט א דעת תורה צו וויסן וואס צו טון נעקסט סטעפ און צו כ'זאל עס מפרסם זיין.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 11:27 am
דורך חוח בין השושנים
ווי ס'זעט אויס דערווייל, איז מעגליך אז דער עולם האט פיינע חלומות אין באגאזש, נאר מ'געבט עס נישט ארויס...

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 11:39 am
דורך מצלמה
אויב דער חלום האט די פאלגענדע פאקטארן:

1) עס איז א PROVEN אז ס'איז נישט סתם א חלום. (למשל: ער בעט מיר גיין צו עמיצן וועמען איך קען בכלל נישט און זאגן עפעס וואס איך קען נישט וויסן אן דעם חלום).
2) דער חלום האט א צוועק. די נשמה וויל עפעס פון "מיר" דרינגד. א בקשת מחילה. זאגן תהלים. באצאלן א חוב.
לאפוקי: נישט סתם זאגן: העלאו / זייטס העפי / איך קען נישט גארנישט פארציילן פון אויבן / משיח איז אראונד די קארנער / נישט רעדן ביים דאווענען / שמאל און געפאסטע קליידער האלט אפ די גאולה וכו' וכו'.

אויב פארמאגט עס אלע תנאים, וועל איך עס מפרסם זיין בכל העולם כולו - מיט מיין נאמען (נד"נ)
אבער אויב נישט - לייג איך זיך צוריק שלאפן. און איך לאזן חלומען ווייטער, ביז דער וועקער זייגער קלינג.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 11:57 am
דורך אחת ואחת
אפ' עס חזר'עט זיך איבער אפאר מאל וואלט איך עס איגנארירט העכסטענס זיך געגאנגען אונטערזוכן ביי א דאקטער אדער OCD ספעשעליסט
אחוץ דער נפטר געט עפעס עווידענס

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 3:44 pm
דורך בבל
איך וואלט געמאכט אזא אנקעטע

אנקעטע. האט איר שוין געהאט א חלום פון א נפטר וכדומה ?
יא
ניין ניין ניין, נישט איך

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 8:06 pm
דורך טוב ויפה
אויב עס וואלט געווען לתועלת וואלט איך עס מפרסם געווען.
און אצינדער בעל ה'אנקעטע' וואזשע האט איר גע'חלומ'ט?

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 8:10 pm
דורך נשמה
נאר אויב דער וואס קומט אין חלום זאגט עס צו מפרסם זיין. און ס'איז א קלארע חלום, נישט מהרהורי דיומא סארט בלורי צאמשטעלענישן.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 8:47 pm
דורך חוח בין השושנים
די זאך איז, אז רוב מענטשן זענען בטבע בעלי הרגש, איינער מער און איינער נאך מער. ממילא אויב וועקט מען זיך פלוצלונג אין א טאג אויף מיט א "מורא'דיגע חלום", קען מען באגיין נארישקייטן...
וועגן דעם אליין איז גוט זיך דורכצוטראכטן אין א ניכטערע מינוט וואס מ'וואלט געטון, כדי ווען ס'מאכט זיך (אויב ס'מאכט זיך) זאל דער מוח בלייבן דער שליט על ההרגש.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 8:49 pm
דורך טעם וריח
אויב איך האב ווען געהאט א חלום וואלט איך מיך תיכף אריבער אינטערזוכן פארוואס איך חלום...

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 9:33 pm
דורך ליידיג גייער
נשמה האט געשריבן:נאר אויב דער וואס קומט אין חלום זאגט עס צו מפרסם זיין. און ס'איז א קלארע חלום, נישט מהרהורי דיומא סארט בלורי צאמשטעלענישן.

דאס איז דאך די עיקר שאלה, אויב דו האלטסט אז חלומות זענען דברים בטלים און מ׳ חלומט ביינאכט וואס מ׳טראכט בייטאג (ס׳מוז נישט זיין אז מ׳ געדענקט עס טראכטן, די מוח קעמערלעך גייען אסאך טיפער און געדענקן אסאך לענגער װי וואס מ׳געדענקט אױבן אויף, ממילא אפילו אז א מענטש זאגט ער׳ט קיינמאל נישט געוואוסט קען זיין ער׳ט געוואוסט און פארגעסן און דער מוח געדענקט און עס ארויף געברענגט אין א חלום) אדער א קלארע חלום.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 10:32 pm
דורך כהאב נישט קיין ניק
איך וואלט געטראכאט אז כהאב מיך געחלומט אז איך האב געחלומט

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 1:51 pm
דורך נשמה
ליידיג גייער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:נאר אויב דער וואס קומט אין חלום זאגט עס צו מפרסם זיין. און ס'איז א קלארע חלום, נישט מהרהורי דיומא סארט בלורי צאמשטעלענישן.

דאס איז דאך די עיקר שאלה, אויב דו האלטסט אז חלומות זענען דברים בטלים און מ׳ חלומט ביינאכט וואס מ׳טראכט בייטאג (ס׳מוז נישט זיין אז מ׳ געדענקט עס טראכטן, די מוח קעמערלעך גייען אסאך טיפער און געדענקן אסאך לענגער װי וואס מ׳געדענקט אױבן אויף, ממילא אפילו אז א מענטש זאגט ער׳ט קיינמאל נישט געוואוסט קען זיין ער׳ט געוואוסט און פארגעסן און דער מוח געדענקט און עס ארויף געברענגט אין א חלום) אדער א קלארע חלום.

צדיקים וואס זענען געווען דבוק אין השי"ת אגאנצן טאג, זיי האבן געהאט ריינע מחשבות, זיי האבן גע'חלומ'ט העכערע ענינים. די רבי זצ"ל מסאטמאר פלעגט נעמען א חלום זייער ערנסט, ווייל ער איז געווען דבוק אגאנצן טאג אין גאר העכערס. און פון דארט האט ער באקומען דעם חלום.

אבער אזא חלום ווי א נפטר וואס קומט, און בעהט עפעס, דאס קען זיין אמת. אויב מ'געט רשות פון הימל פאר א נפטר צו קומען, עט ער קומען Regardless די הירהורי דיומא. איי דו פרעגסט 'אזוי שנעל'? און ווער זאגט דיך אז ס'איז געווען די נשמה, אפשר איז עס געווען א מלאך וואס האט זיך פארשטעלט ווי אים? איך מיין ארויסצוברענגען, מיר פארשטייען דען וויאזוי יענע וועלט ארבעט?

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 2:14 pm
דורך חנן בן בעריל
איך וואלט געחלומט פון א צדיק וואלט איך עם געפרעגט אויב זאל איך מפרסם זיין מיט א נאמען און איך וואלט ווייטער געחלומט. סי זייער אינטערעסאנט צו חלומען פון א צדיק

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 2:20 pm
דורך גיב א שמייכל
אויב האב איך א חלום פון א נפטר וואלט איך מיך אויפגעהויבן פון בעט און אפגעיאגט פון דארט..... :lol: :lol: :lol:

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 2:21 pm
דורך טעם וריח
נשמה האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:נאר אויב דער וואס קומט אין חלום זאגט עס צו מפרסם זיין. און ס'איז א קלארע חלום, נישט מהרהורי דיומא סארט בלורי צאמשטעלענישן.

דאס איז דאך די עיקר שאלה, אויב דו האלטסט אז חלומות זענען דברים בטלים און מ׳ חלומט ביינאכט וואס מ׳טראכט בייטאג (ס׳מוז נישט זיין אז מ׳ געדענקט עס טראכטן, די מוח קעמערלעך גייען אסאך טיפער און געדענקן אסאך לענגער װי וואס מ׳געדענקט אױבן אויף, ממילא אפילו אז א מענטש זאגט ער׳ט קיינמאל נישט געוואוסט קען זיין ער׳ט געוואוסט און פארגעסן און דער מוח געדענקט און עס ארויף געברענגט אין א חלום) אדער א קלארע חלום.

צדיקים וואס זענען געווען דבוק אין השי"ת אגאנצן טאג, זיי האבן געהאט ריינע מחשבות, זיי האבן גע'חלומ'ט העכערע ענינים. די רבי זצ"ל מסאטמאר פלעגט נעמען א חלום זייער ערנסט, ווייל ער איז געווען דבוק אגאנצן טאג אין גאר העכערס. און פון דארט האט ער באקומען דעם חלום.

אבער אזא חלום ווי א נפטר וואס קומט, און בעהט עפעס, דאס קען זיין אמת. אויב מ'געט רשות פון הימל פאר א נפטר צו קומען, עט ער קומען Regardless די הירהורי דיומא. איי דו פרעגסט 'אזוי שנעל'? און ווער זאגט דיך אז ס'איז געווען די נשמה, אפשר איז עס געווען א מלאך וואס האט זיך פארשטעלט ווי אים? איך מיין ארויסצוברענגען, מיר פארשטייען דען וויאזוי יענע וועלט ארבעט?

נשמה איר ווייסט נישט פון עקפיריענס?

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 5:42 pm
דורך בעריש'ל
איך וואלט עס פארציילט מיט מיין נאמען, וואס האב איך זיך צו שעמען, אויב איז עס אמת.

חלומות

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 5:47 pm
דורך קליינווארדיין
אויב ס'איז לתועלת וואלט איך עס מפרסם געווען.

לתועלת

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 7:46 pm
דורך טוב ה' לכל
היינט אין די מציאות, איז חלומות זייער מחזק די אמונה ביי גאר אסאך מענטשן, איך וואלט עס געטון פאר דעם תועלת.

איך ווייס פון עטליכע ערשט היינטיגע מעשיות וואס איז געשען לעצטנס, און אפשר אין אן קומענדיגע געלעגנהייט וועל איך עס ארויפלייגן לתועלת.

און אדרבה!! אויב איינער האט, זאל ער עס דא שטעלן, אדער אין א באזינדערע אשכול דערפאר. ולזכות גדולה יחשב!!

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 8:11 pm
דורך הלשון
אל תדין - עד שתגיע למקומו

איך מיין אלע תשובות פון "וואס איך וואלט געטוהן, ווען איך וואלט..." זענען אירעלעווענט, כל זמן מען האט נישט במציאות געהאט דעם חלום.

די רעאקציע איינמאל מ'האט א חום, וואלט זיך אסאך געוואנדן אין די אויסשטעל, דיטעילס, קלארקייט, שרעק פון דעם ספעציפישן חלום

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 10:52 pm
דורך בבל
בבל האט געשריבן:איך וואלט געמאכט אזא אנקעטע

אנקעטע. האט איר שוין געהאט א חלום פון א נפטר וכדומה ?
יא, שרייב וואס( אדער שיק אין אישי צי פעיסטן אז די שעמסטיך )
ניין ניין ניין, נישט איך
איך האב מיך געחלומט אבער נישט 100% צי עס איז א העכערע זאך


זאל איך מאכן אזא אנקעטע?

אגב אויף קול מבשר 114 איז דא א אינטערוויא יעצט וועגן א חלום

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 11:11 pm
דורך El Rushbo
הלשון האט געשריבן:אל תדין - עד שתגיע למקומו

איך מיין אלע תשובות פון "וואס איך וואלט געטוהן, ווען איך וואלט..." זענען אירעלעווענט, כל זמן מען האט נישט במציאות געהאט דעם חלום.

די רעאקציע איינמאל מ'האט א חום, וואלט זיך אסאך געוואנדן אין די אויסשטעל, דיטעילס, קלארקייט, שרעק פון דעם ספעציפישן חלום

;l;p-

זייער פיין געזאגט!

ס'איז גרינג צו לאכן כל זמן מ'האט עס נישט אליין מיטגעלעבט.

ווייל מיט לאגיק לאזט זיך דאס נישט מסביר זיין.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 7:03 am
דורך בבל

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 9:53 am
דורך סאדאם חוסעין
ר' מרדכי דודו האט אמאל דערציילט א פלא'דיגע מעשה, אז ער האט אמאל איינגעדרימעלט, פארן נץ אדער פארן סוזק"ש און ער האט גע'חלומ'ט ווי ער זעהט דעם רבין' ז"ל די דברי יואל, האט ער זיך דערשראקן און זיך געגעבן א וועק אויף,
האט אים א בחור געפרעגט, הייסט די רבי איז אייך געקומען אין חלום?
האט ער געזאגט ווען איך חלום פון אן עלעפאנט מיינט עס אז די עלעפאנט איז מיר געקומען אין חלום?
איך האב גע'חלומ'ט פונעם רבין,

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 12:51 pm
דורך שפיגליצקי
איך מיין ער האט דאס נישט געזאגט אויף א מעשה וואס איז געשעהן ביי אים, ער האט נאר חוזק געמאכט פון די וואס חלומ'ען אז דער רבי קומט צו זיי אין חלום כסדר.