אויב וואלסט געהאט א אינטערעסאנטע חלום פון א נפטר וכדומה, וואלסטו עס דערציילט?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויב וואלסט געהאט א אינטערעסאנטע חלום פון א נפטר וכדומה, וואלסטו עס דערציילט?

יא, כ'וואלט עס מפרסם געווען מיט מיין נאמען
7
8%
יא, כ'וואלט עס מפרסם געווען, אבער געמאכט זיכער צו בלייבן אנאנים
8
9%
כ'וואלט עס נאר פארציילט פאר די קרובים פונעם נפטר
9
10%
ניין, כ'וואלט געמאכט א שווייג, כ'זוך נישט איבריג כבוד
10
12%
ניין, כ'גלייב נישט אין קיין שום חלום
15
17%
ניין, אויסער אויב די חלום חזר'ט זיך איבער אפאר מאל
37
43%
 
סך הכל שטימען: 86

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

בבל האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:איך וואלט געמאכט אזא אנקעטע

אנקעטע. האט איר שוין געהאט א חלום פון א נפטר וכדומה ?
יא, שרייב וואס( אדער שיק אין אישי צי פעיסטן אז די שעמסטיך )
ניין ניין ניין, נישט איך
איך האב מיך געחלומט אבער נישט 100% צי עס איז א העכערע זאך

זאל איך מאכן אזא אנקעטע?

אגב אויף קול מבשר 114 איז דא א אינטערוויא יעצט וועגן א חלום

ר' פישל שעכטער פארצייט אויף קול מבשר 114 נעכטן איבער אן אינטרעסאנטער חלום.
ער איז מסביר דריי יסודות פון פארשידענע חלומות און עפ''י מהרש''א קען זיין אזא מין ענין אפילו פאר פשוט'ע מענטשן.
לוינט זיך צו הערן.
ר'פישל'ס שפראך צוגיסט זיך ווי באלזאם אין די ביינער.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

נשמה האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:נאר אויב דער וואס קומט אין חלום זאגט עס צו מפרסם זיין. און ס'איז א קלארע חלום, נישט מהרהורי דיומא סארט בלורי צאמשטעלענישן.

דאס איז דאך די עיקר שאלה, אויב דו האלטסט אז חלומות זענען דברים בטלים און מ׳ חלומט ביינאכט וואס מ׳טראכט בייטאג (ס׳מוז נישט זיין אז מ׳ געדענקט עס טראכטן, די מוח קעמערלעך גייען אסאך טיפער און געדענקן אסאך לענגער װי וואס מ׳געדענקט אױבן אויף, ממילא אפילו אז א מענטש זאגט ער׳ט קיינמאל נישט געוואוסט קען זיין ער׳ט געוואוסט און פארגעסן און דער מוח געדענקט און עס ארויף געברענגט אין א חלום) אדער א קלארע חלום.

צדיקים וואס זענען געווען דבוק אין השי"ת אגאנצן טאג, זיי האבן געהאט ריינע מחשבות, זיי האבן גע'חלומ'ט העכערע ענינים. די רבי זצ"ל מסאטמאר פלעגט נעמען א חלום זייער ערנסט, ווייל ער איז געווען דבוק אגאנצן טאג אין גאר העכערס. און פון דארט האט ער באקומען דעם חלום.

אבער אזא חלום ווי א נפטר וואס קומט, און בעהט עפעס, דאס קען זיין אמת. אויב מ'געט רשות פון הימל פאר א נפטר צו קומען, עט ער קומען Regardless די הירהורי דיומא. איי דו פרעגסט 'אזוי שנעל'? און ווער זאגט דיך אז ס'איז געווען די נשמה, אפשר איז עס געווען א מלאך וואס האט זיך פארשטעלט ווי אים? איך מיין ארויסצוברענגען, מיר פארשטייען דען וויאזוי יענע וועלט ארבעט?

אבער ווער זאגט אז עס איז געקומען א נשמה, אפשר האסטו זיך נאר געחלומט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אבער ווער זאגט אז עס איז געקומען א נשמה, אפשר האסטו זיך נאר געחלומט

א אמת'ע חלום וואו א נפטר קומט אין חלום, מיט געווענליכע חלומות חלומ'ן זיך זייער אנדערש. וויפיל מאל חלומ'ט דען א מענטש א חלום וואס איז ענליך צו א חלום וואו א נפטר קומט צו אים, און רעדט צו אים קלארע דיבורים? א געווענליכער חלום איז א צעמישטע זאך, ווען מ'טראכט עס איבער, שפירט זיך קלאר אז דאס איז געווען א חלום וואס די מיינד האט געשפילט בילדער. אבער ווען א נפטר קומט אין חלום, איבערצייגט דאס דעם מענטש אז ס'איז געווען א אמת'ער חלום. ווייל א מענטש ווייסט זייער גוט וואס עס מיינט א נישט אמת'ע חלום, און וואס ס'מיינט א חלום וואס ווען מ'טראכט עס איבער, האט עס אין זיך העכערע סארט אינגרידיענטס.

אויב וואלט דער חלום וואס ער האט גע'חלומ'ט פונעם נפטר, געווען א געווענליכער חלום, וואלטן מענטשן געדארפט האבן אזאנע חלומות אין די מאסן, און פארוואס האסטו נאך אזא חלום נישט געהאט? פארוואס האסטו נאך אין דיין לעבן נישט גע'חלומ'ט אז א נפטר קומט צו דיר, און זאגט דיך קלארע זאכן? נאר מענטשן חלומ'ן אז פנימ'ער טוישן זיך אזוי בשעת'ן קוקן אויפן פנים. און אלעס האלט זיך אין איין טוישן, ס'דא וואס טרעפן זיך פליען אין די לופט, און נאך אנדערע צאמשטעלונגען פון די מח. אבער אזא חלום וואס א נפטר קומט און רעדט קלארע דיבורים, שפירט זיך זייער עכט, ווייל ס'איז טאקע עכט, ווייל דער מענטש ווייסט וואס ס'מיינט עכט. א מענטש איז א עכטע זאך, ער איז א מציאות, ער איז א עכטע מציאות, און זיין שכל קען דערשפירן ווען ס'איז עכט. און ער ווייסט ווען אזאך שפירט זיך עכט און ווען ס'איז נאר א פראדוקט פון זיין מח.

דאס וואס דו פרעגסט, ווער זאגט דיך אז עס איז געקומען א נשמה. דו פרעגסט עס. אבער דער וואס האט דאס גע'חלומ'ט פרעגט עס נישט, ווייל ער ווייסט. ער ווייסט זייער גוט, אז דער חלום איז בכלל נישט דומה צו געווענליכע חלומות. ער ווייסט אז דאס איז נישט געווען א חלום. אויב יא, וואס מיינט ביי דיר יא א עכטע חלום?

אזאנע חלומות וואס דער מענטש חלומ'ט און ער ווייסט אז דאס איז געווען אמת. אזאנע חלומות זענען אפילו נישט בגדר שאלה. וואס זאל עס מאכן פאר א פלענע חלום? דער מענטש שטייט אויף, און עס איז איבערצייגט אז דא איז געווען א חלום וואס ער חלומ'ט נישט געווענליך, א חלום וואס געשעהט נישט ביי אים צופיל מאל אין זיין לעבן!, פארוואס זאלסטו זאגן אז דער חלום איז געווען נאר א חלום?

איז דען נישטא אזא זאך אז א נפטר זאל קומען מעולם האמת? מיט וואס ווילסטו אפמעסטן צו עס איז געווען א חלום, אדער עס איז געווען אמת? מיט וואס? און ס'איז ניטאמאל פופציג, פופציג, ווייל אזא חלום חלומ'ט זיך נישט געווענליך. א מענטש קען שפירן ווען א חלום איז געווען אזאנס וואס נכרים דברי אמת. און נאר דער בעל החלום קען דאס אפמעסטן.

א מענטש וואס קומט און זאגט אז ער האט זיך גע'חלומ'ט, און ער איז איבערצייגט אז דאס איז נישט געווען סתם א חלום, מיט וואס זאל עס נישט זיין אמת? איי דו האסט קשיות, וויאזוי קען זיין אז דער נפטר זאל קומען אזוי שנעל, און נאך ענליכעס, נו, מ'קען עס פארענטפערן.

דיין קשיא, ווער זאגט דיך אז דאס איז געווען א נפטר, קען נאר דער מענטש אליין ענטפערן. אויב ער שפירט ביי זיך אז דא איז געווען א אמת'ע חלום, איז דאס א אמת'ע חלום. איך מיין, אויב נישט, מוזטו זאגן אז עס איז נישטא אזא זאך היינטיגע צייטן א נפטרים זאלן קומען מעולם האמת. און ס'האט זיכער נישט אויפגעהערט דאס גאנצע עולם האמת, אלעס איז חי וקיים. אבער מיר ווייסן בכלל נישט פון אזא זאך, אז נפטרים קומען נישט מעולם האמת היינטיגע צייטן, מיר ווייסן אז יא, נפטרים קענען קומען.

כדי צו ענטפערן דיין שאלה מוזטו וויסן, אז נאר דער בעל החלום קען זאגן צו עס איז ביי אים איבערצייגט אז דאס איז געווען א דבר אמיתי. אויב ער שפירט ביי זיך, אז דא איז זיכער געוועון אזאך וואס איז געווען א דבר אמיתי. קענסטו שוין נישט פרעגן דיין שאלה. ווייל דיין שאלה איז נאר ווען דער בעל החלום האט א ספק. א ספק מיינט אז ס'איז ביי אים די זעלבע סארט חלום ווי ער חלומ'ט געווענליך. אויב אבער ס'איז ביי אים געווען עפעס א העכערקייט. דאן איז עס שוין גארנישט קיין געווענליכער חלום.

שוין, והשם הטוב יעזור.

;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”