אבער ווער זאגט אז עס איז געקומען א נשמה, אפשר האסטו זיך נאר געחלומט
א אמת'ע חלום וואו א נפטר קומט אין חלום, מיט געווענליכע חלומות
חלומ'ן זיך זייער אנדערש. וויפיל מאל חלומ'ט דען א מענטש א חלום וואס איז ענליך צו א חלום וואו א נפטר קומט צו אים, און רעדט צו אים
קלארע דיבורים? א געווענליכער חלום איז א צעמישטע זאך, ווען מ'טראכט עס איבער, שפירט זיך קלאר אז דאס איז געווען א חלום וואס די מיינד האט געשפילט בילדער. אבער ווען א נפטר קומט אין חלום, איבערצייגט דאס דעם מענטש אז ס'איז געווען
א אמת'ער חלום. ווייל א מענטש ווייסט זייער גוט וואס עס מיינט א נישט אמת'ע חלום, און וואס ס'מיינט א חלום וואס ווען מ'טראכט עס איבער, האט עס אין זיך העכערע סארט אינגרידיענטס.
אויב וואלט דער חלום וואס ער האט גע'חלומ'ט פונעם נפטר, געווען א געווענליכער חלום, וואלטן מענטשן געדארפט האבן אזאנע חלומות אין די מאסן, און פארוואס האסטו נאך אזא חלום נישט געהאט? פארוואס האסטו נאך אין דיין לעבן נישט גע'חלומ'ט אז א נפטר קומט צו דיר, און זאגט דיך קלארע זאכן? נאר מענטשן חלומ'ן אז פנימ'ער טוישן זיך אזוי בשעת'ן קוקן אויפן פנים. און אלעס האלט זיך אין איין טוישן, ס'דא וואס טרעפן זיך פליען אין די לופט, און נאך אנדערע צאמשטעלונגען פון די מח. אבער אזא חלום
וואס א נפטר קומט און רעדט קלארע דיבורים, שפירט זיך
זייער עכט, ווייל ס'איז טאקע עכט, ווייל דער מענטש ווייסט וואס ס'מיינט עכט. א מענטש איז א עכטע זאך, ער איז א מציאות, ער איז א עכטע מציאות, און זיין שכל קען דערשפירן ווען ס'איז עכט. און ער ווייסט ווען אזאך שפירט זיך עכט און ווען ס'איז נאר א פראדוקט פון זיין מח.
דאס וואס דו פרעגסט, ווער זאגט דיך אז עס איז געקומען א נשמה.
דו פרעגסט עס. אבער דער וואס האט דאס גע'חלומ'ט
פרעגט עס נישט, ווייל ער
ווייסט. ער ווייסט זייער גוט, אז דער חלום איז בכלל נישט דומה צו געווענליכע חלומות. ער ווייסט אז דאס איז נישט געווען א חלום. אויב יא, וואס מיינט ביי דיר יא א עכטע חלום?
אזאנע חלומות וואס דער מענטש חלומ'ט און ער
ווייסט אז דאס איז געווען אמת. אזאנע חלומות זענען אפילו נישט בגדר שאלה. וואס זאל עס מאכן פאר א פלענע חלום? דער מענטש שטייט אויף, און עס איז
איבערצייגט אז דא איז געווען א חלום וואס ער חלומ'ט
נישט געווענליך, א חלום וואס געשעהט נישט ביי אים צופיל מאל
אין זיין לעבן!, פארוואס זאלסטו זאגן אז דער חלום איז געווען נאר א חלום?
איז דען נישטא אזא זאך אז א נפטר זאל קומען מעולם האמת? מיט וואס ווילסטו אפמעסטן צו עס איז געווען א חלום, אדער עס איז געווען אמת? מיט וואס? און ס'איז ניטאמאל פופציג, פופציג, ווייל אזא חלום חלומ'ט זיך נישט געווענליך. א מענטש קען שפירן ווען א חלום איז געווען אזאנס וואס נכרים דברי אמת. און נאר דער בעל החלום קען דאס אפמעסטן.
א מענטש וואס קומט און זאגט אז ער האט זיך גע'חלומ'ט, און ער איז איבערצייגט אז דאס איז נישט געווען סתם א חלום, מיט וואס זאל עס נישט זיין אמת? איי דו האסט קשיות, וויאזוי קען זיין אז דער נפטר זאל קומען אזוי שנעל, און נאך ענליכעס, נו, מ'קען עס פארענטפערן.
דיין קשיא, ווער זאגט דיך אז דאס איז געווען א נפטר, קען נאר דער מענטש אליין ענטפערן. אויב ער שפירט ביי זיך אז דא איז געווען א אמת'ע חלום, איז דאס א אמת'ע חלום. איך מיין, אויב נישט, מוזטו זאגן אז עס איז נישטא אזא זאך היינטיגע צייטן א נפטרים זאלן קומען מעולם האמת. און ס'האט זיכער נישט אויפגעהערט דאס גאנצע עולם האמת, אלעס איז חי וקיים. אבער מיר ווייסן בכלל נישט פון אזא זאך, אז נפטרים קומען נישט מעולם האמת היינטיגע צייטן, מיר ווייסן אז יא, נפטרים
קענען קומען.
כדי צו ענטפערן דיין שאלה מוזטו וויסן, אז נאר דער בעל החלום קען זאגן צו עס איז ביי אים איבערצייגט אז דאס איז געווען
א דבר אמיתי. אויב ער שפירט ביי זיך, אז דא איז זיכער געוועון אזאך וואס איז געווען א דבר אמיתי. קענסטו שוין נישט פרעגן דיין שאלה. ווייל דיין שאלה איז נאר ווען דער בעל החלום האט א
ספק. א ספק מיינט אז ס'איז ביי אים די זעלבע סארט חלום ווי ער חלומ'ט געווענליך. אויב אבער ס'איז ביי אים געווען עפעס א העכערקייט. דאן איז עס שוין גארנישט קיין געווענליכער חלום.
שוין, והשם הטוב יעזור.